בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - וויפיל צענדליגער טויזנטער אידן זענען זיך מתעורר לתשובה פון דיין אלבום
שמחה, ניגונים, הפצה, זיכוי הרבים, משניות, פרנסה, דאגות

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת בהר בחוקותי, י"ז אייר, ל"ב בעומר, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ליבער ... נרו יאיר


ווען דו וואלסט ווען געוואוסט וואס די סי-די וואס דו האסט ארויסגעגעבן "איך דארף נישט קיינעם"; וויפיל צענדליגער טויזנטער מענטשן זענען זיך מתעורר לתשובה, וויפיל מענטשן נעמען חיזוק פון דעם טאג נאך טאג - וואלסטו מיר זיכער געהאלפן ארויסצוגעבן יעדע פאר חדשים נאך א סי-די.


טייערער ..., מאך זיך א שיעור אין משניות, לערן יעדן טאג צום ווייניגסטנס צוויי פרקים משניות, זאג די ווערטער, אפילו אן פארשטיין; דאס ברענגט פרנסה און דאס מאכט פרייליך, עס נעמט אוועק אלע אומזיסטע זארג.