בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - ווערט נישט פארלוירן, דער דיין וועט אייך מדריך זיין וואס צו טון
שאלות, הלכה

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת עקב, חמשה עשר באב, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


פארבינדט זיך מיטן דיין און פרעגט אים וואס צו טון, ווי אזוי זיך צו פירן. שעמט זיך נישט צו דערציילן די גאנצע מעשה; אז איר האט יעצט געטראפן די שאלות און אז איר האט אינגאנצן פארגעסן פון די שאלות און איר האט ווייטער געלעבט אין שטוב וכו' השם ישמרינו; דער דיין וועט אייך מדריך זיין וואס צו טון.


אונס רחמנא פטריה, ווערט נישט פארלוירן.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.