בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - מאך א שיעור צו לערנען מיט דיין זון יעדן טאג פאר עטליכע מינוט
לימוד התורה, מנין

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת מקץ, כ"ח כסליו, ד' דחנוכה שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר, קרית ברסלב


בעט דיין זון ... נרו יאיר צו לערנען מיט דיר יעדן טאג פאר צען מינוט, לערן מיט אים עין יעקב אדער קיצור שלחן ערוך.


אז מען האט א שיעור אין לערנען תורה יעדן טאג – זעט מען ניסים און ישועות אין יעדע פלאץ; אין פרנסה, אין שלום בית, אין יראת שמים, אין אלעס.


מען דארף נישט מאכן לאנגע שיעורים, צען מינוט א טאג מיט א קביעות וועט מאכן וואונדער.


זיי מקפיד אויף שחרית, מנחה, מעריב מיט מנין – וועסטו זען גרויסע ניסים אין לעבן.