בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - מ'דארף בעטן א הייסע תפלה פאר מ'גייט ארויס פון שטוב מ'זאל בלייבן ריין
תפילה והתבודדות, שמירת עינים, ארץ ישראל, זומער

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת אמור, י"ז אייר, שנת תשפ"א לפרט קטן


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


איך בין געפארן קיין ארץ ישראל פון איין מינוט אויפ'ן צווייטן, נעכטן פארטאגס האט מען מיר אויפגעוועקט פון ארץ ישראל אז איך האב באקומען רשות צו קומען, בין איך געלאפן געכאפט און געפארן. איך ווארט שוין איבער א יאר צייט צו קענען זוכה זיין צו קומען קיין ארץ ישראל, זוכה זיין צו אלע גוטע זאכן וואס דער רבי זאגט, וואס מען איז זוכה דורך ארץ ישראל.


איך האב נישט געהאט קיין צייט זיך צו געזעגענען, אבער איך וועל דאווענען פאר דיר, פאר דיין משפחה און פאר דיינע קינדערלעך.


נעכטן בין איך געווען אין סקול, איך האב געזען דיינע קינדער; זיי זענען געווען אזוי פרייליך און צופרידן. דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט זען נאר נחת פון זיי אינאיינעם מיט דיין ווייב.


מען דארף אסאך תפלה מען זאל זיין אפגעהיטן יעצט אין די זומער טעג. אויפ'ן וועג צום לופט-פעלד האב איך געזאגט פאר'ן דרייווער אז איך ווייס נישט ווי אזוי אינגעלייט מאכן דאס מיט, ווי איז מעגליך צו זיין אפגעהיטן, די גאסן זענען דאך שרעקליך! מען דארף בעטן דעם אייבערשטן א הייסע תפלה פאר מען גייט ארויס פון שטוב מען זאל בלייבן ריין.