בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - א מלמד דארף גיין אנגעטון מיט דרך ארץ, מיט ערליכע קליידער
מלמדים, דרך ארץ, בית המדרש, משמש דעם רבי'ן

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת ואתחנן, ה' מנחם-אב, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


א גרויסן יישר כח פאר אלעס וואס דו טוסט פאר די קהילה; וואס מען טוט פאר די קהילה – איז א שימוש פארן רבי'ן, און אז מען איז משמש דעם רבי'ן – איז דאס א נצחיות.


די אלע וואס זענען מלמדים האבן אן אחריות ווי אזוי זיי פירן זיך אויף, ווי אזוי זיי טוען זיך אן; א מלמד דארף גיין אנגעטון מיט דרך ארץ, מיט ערליכע קליידער; אז א מלמד וועט קומען אין שול דאווענען אן א הוט און רעקל – איז דאס א גרויסע אחריות, אנדערש ווי סתם א מענטש. אזוי אויך א גבאי, דארף גיין אנגעטון ביים דאווענען מיט דרך ארץ, אז נישט ברענגט דאס אראפ דאס חשיבות פונעם שול.


הכלל עס איז דא א צווישנשייד פון איינער וואס האט א חשוב'ע פאסטן ביז איינער וואס נישט; איך האף דו וועסט פארשטיין וואס דו האסט צו טון.


איך זע ממש וואס מוהרא"ש פלעגט מיר זאגן לגבי די ישיבה, אז מיר האבן זיך נישט וואס צו שעמען פון קיין שום אנדערע ישיבה; יעצט איז דאס אויך ביי די חדר, סקול און אונזער הערליכע קהילה אין קרית ברסלב.