בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - זיי ממשיך מיט דיין הייליגע ארבעט, טראץ אלע שטערונגען
התחזקות, הדפסה, מניעות

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת חקת, ד' תמוז, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


זיי ממשיך מיט דיין הייליגע ארבעט צו דרוקן און פארשפרייטן די עצות פון רבי'ן, אזוי וועלן מיר צוריק ברענגען כלל נשמות ישראל צום אייבערשטן.


אוודאי וועט זיין אלע סארט שטערונגען, דער סמ"ך מ"ם וועט פרובירן צו שטערן, אבער ואתה מרום לעולם ה', לעולם ידך על העליונה.