בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - ס'לוינט זיך צו פארן אויף זומער צו די קאנטרי
פרנסה, שמירת עינים, קאנטרי, זומער

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת טהרה, ב' אייר, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


פארגעס נישט וואס טוט זיך אין שטאט זומער; מען קען נישט גיין אין גאס, די גוים ווערן אינגאנצן צעלאזט, זיי פירן זיך אויף ווי חיות, דער אייבערשטער זאל רחמנות האבן אויף אונז אידישע קינדער; מה שאין כן אויבן אין קאנטרי איז דא א ריינקייט, עס לוינט זיך די גאנצע שלעפ און טרחה וכו' אבי איין שלעכטע קוק ווייניגער.


אז דו האסט א פרנסה אין קאנטרי און אויך דיין ווייב וויל זייער שטארק גיין - זאלסטו אננעמען די פרנסה פון מלמדות און גיין אין קאנטרי; סיי דיין ווייב וועט זיין פרייליך, דיינע קינדער וועלן זיך קענען גוט אויסגעבן, קאנטרי איז זייער א געזונטע זאך פאר די קינדער - און דו וועסט אויך מרוויח זיין פון דעם, דו וועסט זיך גוט קענען מתבודד זיין צווישן די וועלדער און פעלדער.


עס איז אן אנדערע התבודדות צווישן די ביימער און גראז, דער רבי איז אמאל געווען א שפאציר מיט זיין טאכטער שרה, דער רבי האט איר געזאגט (שיחות הר"ן, סימן קסג): "אִם הָיִיתָ זוֹכֶה לִשְׁמֹעַ אֶת קוֹל הַשִּׁירוֹת וְהַתִּשְׁבָּחוֹת שֶׁל הָעֲשָׂבִים, אֵיךְ כָּל עֵשֶׂב וְעֵשֶׂב אוֹמֵר שִׁירָה לְהַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ בְּלִי פְּנִיָּה, וּבְלִי שׁוּם מַחֲשָׁבוֹת זָרוֹת, וְאֵינָם מְצַפִּים לְשׁוּם תַּשְׁלוּם גְּמוּל, כַּמָּה יָפֶה וְנָאֶה כְּשֶׁשּׁוֹמְעִין הַשִּׁירָה שֶׁלָּהֶם", ווי געשמאק איז צו גיין צווישן די גראז, צו הערן ווי זיי זינגען שירות ותשבחות צום אייבערשטן, אן קיין שום שלעכטע מחשבות; זיי ווארטן נישט אויף קיין שכר וכדומה, ווי גוט איז צו זיין צווישן זיי.


איך וועל אויך זיין מיט'ן אייבערשטנ'ס הילף צווישן די בערג במשך די זומער וואכן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.