בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - קונטרס "געדולד צו קינדער" אויף ענגליש, איז הערליך שיין
הפצה, ספרי ברסלב, קונטרסים

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת אחרי-קדושים, ה' אייר, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד מרת ... תחי'.


איך האב יעצט ערהאלטן דעם נייעם קונטרס "געדולד צו קינדער" וואס איר האט איבערגעטייטשט אויף ענגליש, עס איז הערליך שיין.


דער אייבערשטער זאל אייך געבן כחות און רצונות ווייטער ממשיך זיין מיט די הייליגע ארבעט, גיין אין די וועגן פון מוהרא"ש זכותו יגן עלינו צו פארשפרייטן די אמונה און די עצות פון רבי'ן פאר די גאנצע וועלט.