תוכן השאלה
לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,
איך בין א פרוי און איך וויל זיך זייער באדאנקען פאר די שיעורים, איך באקום אסאך חיזוק און עצות דערפון, יישר כח.
איך בין שוין חתונה געהאט פאר עטליכע יאר יאר, מיר האבן שוין ב"ה עטליכע קינדער, און מיר האבן ב"ה א גוטע שלום בית, דער אייבערשטער זאל ווייטער העלפן אז אלעס זאל גוט און פרייליך ביי אונז אין שטוב.
איך האב אבער א שווערע פראבלעם וואס איך גיי דורך שוין זייט מיין חתונה, און איך האף אז איר וועט מיר קענען העלפן מיט דעם. מיין מאן האט א ניכטע [niece] מיט וועמען ער איז געווען זייער נאנט, אזוי ווייט אז זיי פלעגן פארברענגען און שמועסן אינאיינעם פאר גאר אסאך שעות. אויך נאך אונזער חתונה האט ער ווייטער אנגעהאלטן די פריינטשאפט מיט איר.
דערווייל האב איך זיך אויפגעגעסן לעבעדיגערהייט פון דעם, ביז ס'איז געקומען צו א פונקט אז איך האב זיך שוין נישט געקענט באהערשן, איך האב אויסגעפלאצט און איר אנגעשריבן ברבים, און דאן איז די גאנצע פאמיליע געוואויר געווארן איבער די זאך.
למעשה אבער, אנשטאט מ'זאל איר אויפקלערן אז זי טוט נישט ריכטיג, האט מען גאר אנגעהויבן זיך אננעמען פאר איר. זי איז א באליבטע אייניקל, און איך בין בלויז א שניר. אירע עלטערן זענען גאר געווארן ברוגז אויף מיר פאר'ן איר חושד זיין אויף שלעכטע זאכן, און זיי האבן אנגעהויבן האבן קאלטע באציאונגען מיט מיר.
איך בין אריינגעפאלן אין א טיפע דעפרעסיע, ס'איז שיעור אנגעקומען ביז א גט. מיט די צייט האט זי חתונה געהאט, און די גאנצע זאך האט זיך אויפגעהערט ברוך ה'. די גוטע צייטן האבן אבער נישט אנגעהאלטן פאר צו לאנג, ווייל יעצט, צוויי יאר נאך איר חתונה, האט זי ווידער אנגעהויבן מיט די זעלבע זאכן ווי פריער מיט א פרישקייט.
איך בין אינגאנצן צעבראכן און צעקלאפט, איך שפיר אז איך האלט עס מער נישט אויס. און יעצט מוז איך שוין אויך גיין מער צו מיין שוויגער צוליב מיינע קינדער וואס דארפן גיין צו די זיידע און באבע, און זי איז אסאך דארטן, און איך ווייס נישט ווי זיך אהינצוטון אויף דער וועלט.
איך האף אז איר וועט מיר קענען געבן אן עצה און חיזוק ווי אזוי ארויסצוקריכן פון דעם פלאנטער.
א גרויסן יישר כח
תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:
בעזרת ה' יתברך
יום א' פרשת חקת, ד' תמוז, שנת תשע"ט לפרט קטן
מרת ... תחי'.
איך האב ערהאלטן אייער בריוו.
מיט אלע אייערע גערעכטע טענות וואס איר האט אויף אייער מאן דארפט איר וויסן דעם הקדמה אין לעבן, אז דער יסוד היסודות פון שלום בית איז צו זיין אפן איינער מיט'ן צווייטן. אז עס טוט וויי פאר'ן מאן עפעס פון די ווייב אדער עס טוט וויי פאר די פרוי עפעס פון איר מאן - דארף מען זיך אדורך רעדן איינער מיטן צווייטן.
אויב מען רעדט נישט, מען עסט זיך אויף - איז זייער ביטער ביים סוף; ווייל ווען א מענטש רעדט נישט, ער געבט נישט ארויס וואס עס באדערט אים און וואס עס דרוקט אים, ווערט ער מיט די צייט אנגעגעסן אין זיך וכו', דאס ליבשאפט פון איינער צום צווייטן ווערט אפגעקילט און אויסגעלאשן און ווען מען קען דאס מער נישט נעמען און עס פלאצט אויס - איז זייער נישט גוט; אסאך מאל צעפאלן אידישע שטובער נאר ווייל מען האט נישט גערעדט. מען האט זיך אנגעגעסן איינער אויפ'ן צווייטן ביז מען האט שוין נישט געקענט מער און מען האט אויסגעפלאצט זייער נישט שיין איינער אויפ'ן צווייטן. אזוי ווי איר שרייבט אז איר האט אים פארשעמט ברבים וואס דעמאלט האט זיך די משפחה אריין געמישט וכו' און ער איז אריין געפאלן אין א דעפרעסיע השם ישמרינו.
נעמט די עצה פון רעדן וועט איר זען ווי איר וועט געהאלפן ווערן; רעדטס שיין צו אייער מאן, זאגטס אים ווי שטארק עס טוט אייך וויי ווען ער פארברענגט מיט איר, פארציילטס אים אז איר קענט דאס נישט נעמען, דאס שטערט אייך און שוואכט אפ אייער קשר מיט אים, זאגטס אים: "ענדערש פארברענג מיט מיר, שמועס מיט מיר ביז פיר אזייגער פארטאגס"; פרעגטס אים: "וואס קען איך טון אז דו זאלסט מיט מיר פארברענגען?" וועט איר זען ווי ער וועט אפלאזן וכו'.
ווען איר דערציילט אים וואס שטערט אייך זאלט איר נישט זוכן אים אראפ צו קלאפן און צו באשולדיגן, איר זאלט בעיקר ארויס ברענגען אז דאס שטערט אייך און אז דאס נעמט אייך אוועק אייער שלאף, אייער קאפ און מח, וועט איר זען ווי ער וועט אלעס טון פאר אייך און ער וועט נישט רעדן מער מיט איר.
איך בין זיכער אז אויב איר וועט רעדן מיט אייער מאן נאכאמאל, איר וועט רעדן מיט אים שיינע דיבורים מיט חכמה, וועט איר מצליח זיין. שלמה המלך זאגט (משלי יד, א): "חַכְמוֹת נָשִׁים בָּנְתָה בֵיתָהּ, וְאִוֶּלֶת בְּיָדֶיהָ תֶהֶרְסֶנּוּ", א קלוגע פרוי בויט אויף איר שטוב און א נארישע פרוי צעברעכט עס מיט אירע אייגענע הענט; פרויען האבן זייער גרויסע כוחות אין זיך, זיי קענען דאס נוצן אויפצושטעלן זייער שטוב און פון די אנדערע זייט - אליינס חרוב מאכן זייער שטוב, דער פראבלעם איז אז די פרויען ווייסן נישט פון זייערע כוחות. אנשטאט זיך טענה'ן מיטן מאן, אנשטאט זיך קריגן מיט אים, קען מען דאס טון מיט חכמה; אז מען געבט דעם מאן ליבשאפט, מען רעדט שיין צו אים, וועט ער פון זיך אליינס זיין גוט און וואויל.
דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.