שאלה אין קורצן ענין
#1 - נאכ'ן חזר'ן אזוי סאך אמונה, פארוואס האב איך נאך פחדים?
אמונה, פחדים, שולד געפילן

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין אין די פערציגער יארן, איך בין זייער א צעבראכענער, און דאס האט מיר געברענגט אז איך זאל ווערן מקושר צו מוהרא"ש זי"ע, שוין לאנגע יארן וואס איך לערן זיינע ספרים און איך פרוביר מקיים צו זיין זיינע עצות.


זייט מ'האט אנגעהויבן מפרסם זיין די שיעורים פון ראש ישיבה שליט"א האב איך דאס אויך אנגעהויבן הערן כסדר, און דאס האט מיר געמאכט נאך שטערקער פון פריער, זיך צו שטארקן מיט אלע עצות פון הייליגן רבי'ן.


איך בין ב"ה זייער מצליח אין לעבן, איך האב אבער א סוד וואס איך טראג מיט זיך, וואס כ'האב נאכנישט אויסגעזאגט פאר קיינעם. שוין פון קינדווייז אן לייד איך פון שרעקליכע פחדים, איך ווער גאר שטארק דערשראקן פון יעדע קליינע זאך, ווען איך הער עפעס א שמועה אין בית המדרש איבער א מלחמה וואס קען אפשר פאסירן, אפילו ס'האט נישט קיין שום מקור, באקום איך פון דעם גאר א שרעקליכע פאניק און פחד, צומאל ווען איך הער נאר די ווארט איראן, שפיר איך שוין ווי זיי שטייען מיט טאנקען אין ארץ ישראל און ס'פאסירט דאס ערגסטע, און אזוי ווייטער יעדע קליינע זאך דערשרעקט מיר גאר גאר שטארק אויף אן עקסטרעמען פארנעם.


אזוי האב איך געלעבט אלס קינד און אלס בחור מיט שרעקליכע פחדים כסדר, ממש ווי איינער וואלט געשטאנען מיט אן האק איבער מיין קאפ פון צופרי ביז ביינאכט. דערנאך האב איך ב"ה חתונה געהאט, אויפגעשטעלט א שיינע אידישע שטוב, און שוין אויך חתונה געמאכט קינדער ב"ה. איך האב געמיינט אז איך וועל אויסוואקסן די פחדים, אבער למעשה איז עס מיטגעוואקסן מיט מיר. איך האב קיינעם נישט געוואלט אויסגעזאגן איבער דעם, ווייל כ'האב נישט געוואלט מ'זאל מיר האלטן פאר א משוגענער. ביז איך האב איינמאל גענומען די שטארקייט און געגאנגען באהאלטענערהייט צום דאקטער, ער האט געהערט מיין פראבלעם און מיר געגעבן מעדעצינען פאר דעם, און דעמאלט בין איך ממש געווארן א נייער מענטש, כ'האב געשפירט ווי איך בין ארויס פון לאגער, מיין התבודדות איז שוין נישט געווען נאר בכיות און פחדים, נאר ס'איז אריבער מער צו דאנקען דעם אייבערשטן אויף אלע גוטס וואס ער טוט מיט מיר, און כ'האב אויך געקענט פיל רואיגער און בעסער לערנען תורה.


מיין שאלה איז אזוי, נאך צענדליגע יארן פון הערן און לערנען אמונה, פון רעדן אזוי סאך צום אייבערשטן, פון לערנען אזויפיל משניות, און נאך און נאך, ווי אזוי קען זיין אז איך דארף נאך האבן מעדעצין פאר פחדים. איך דריי זיך ארום מיט א שטארקע שולד געפיל, איך ווייס דאך וואס מוהרא"ש שרייבט כסדר אז מיט אמונה קען מען הייליגן נערווען, מעדעצין איז נאר פאר איינעם וואס איז שוואך אין אמונה, און איך מוז דערווייל נאך יא צוקומען צו מעדעצין פאר פחדים, כ'האב שוין פרובירט אראפצוגיין דערפון אבער די פחדים זענען צוריק געקומען.


איך האף דער ראש ישיבה שליט"א וועט מיר דאס קענען קלאר מאכן און געבן עצות.


א גרויסן יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת קרח, כ"ט סיון, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


וואס דארפסטו זיך באשולדיגן? דאנק דעם אייבערשטן אז ער האט דיר געגעבן א גוטע מעדעצין וואס נעמט אוועק די פחדים; דו לעבסט רואיגער און דו האסט נישט די אלטע שרעק.


נאר ווייל דו לעבסט מיט אמונה העלפט דיר די מעדעצין; די אלע חיזוקים און עצות פון רבי'ן - אינאיינעם מיט די מעדעצין מאכט דיר רואיג.


נעם אריין אין דיר אמונה וועט דיר ליכטיג ווערן אין לעבן; דו וועסט אויסגעהיילט ווערן פון אלע פחדים און דמיונות. אזוי ווי דער הייליגער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק ב', סימן ה): "הָעִקָּר הוּא הָאֱמוּנָה, וְצָרִיךְ כָּל אֶחָד לְחַפֵּשׂ אֶת עַצְמוֹ, וּלְחַזֵּק אֶת עַצְמוֹ בֶּאֱמוּנָה", דער עיקר אויף וואס א מענטש דארף ארבעטן צוצוקומען איז אמונה, "כִּי יֵשׁ סוֹבְלֵי חֳלָאִים, שֶׁיֵּשׁ לָהֶם מַכּוֹת מֻפְלָאוֹת, וְהֵם סוֹבְלִים הֶחֳלָאִים רַק בִּשְׁבִיל נְפִילַת הָאֱמוּנָה", ווייל עס זענען דא זייער אסאך מענטשן וואס האבן מחלות און זיי ליידן פון דעם נאר ווייל זיי האבן נישט קיין אמונה; דאס גייט ארויף אויף יסורי הנפש וואס מענטשן ליידן זיך נעבעך צאם. זאגט דער רבי ווייטער: "כִּי עַל יְדֵי נְפִילַת הָאֱמוּנָה, בָּאִים מַכּוֹת מֻפְלָאוֹת שֶׁאֵין מוֹעִיל לָהֶם - לֹא רְפוּאוֹת, וְלֹא תְּפִלָּה, וְלֹא זְכוּת אָבוֹת", ווען א מענטש האט נישט קיין אמונה און ער ליידט נעבעך פון די מחלות וואס קומט פון חסרון אמונה, דאן העלפט אים נישט קיין רפואות, עס העלפט נישט קיין תפילה און אויך נישט זכות אבות. דאס גייט ארויף אויף די יסורים וואס מענטשן מאכן נעבעך מיט פון אלע סארט יסורי הנפש; עס פייניגט זיי פון אינעווייניג - יעדער מיט זיינע שלעכטע מחשבות, און די איינציגסטע רפואה אויף דעם איז אמונה.


ווען א מענטש נעמט אריין אין זיך די אמונה; ער ווייסט אז עס איז גארנישט דא אויף די וועלט אויסער דעם אייבערשטן, און דער אייבערשטער איז "מְמַלֵּא כָּל עָלְּמִין, וְסוֹבֵב כָּל עָלְּמִין, וּבְתוֹךְ כָּל עָלְּמִין, אֵין שׁוּם מְצִיאוּת בִּלְעָדָיו יִתְבָּרַךְ כְּלָל", דאן לעבט ער א רואיג לעבן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים