מי שגמלך טוב הוא יגמלך כל טוב סלה! - האט אפגעהילכט דאס קול פונעם עולם נאכפאלגענדיג מיין ברכת הגומל נאכן זיך צוריק קערן פון אומאן ראש השנה. פון דאן ביז נאכ'ן דאווענען זענען שוין געווען א צוויי-דריי צענדליג אויגן אנגעוואנדן צו מיין ריכטונג ביז נאכן דאווענען.
גלייך נאך עלינו נאך איידער כ'האב עספיעט צו זאגן לדוד ה' אורי האט זיך אנטוויקלט א קופקע ארום מיר און עס האט זיך אנגעהויבן די קרייץ-פארהער.
..וואס איז די גומל בענטשן? ביזט געווען אין אומאן? (ניין, כ'בין אקארשט ארויס פון תפיסה... כ'מיין, וואס פרעגסטו?)
..זאלסט האבן גע'פועל'ט אלעס גוטס. דא קען מען זיך נישט אויסבעטן? נאר אין אומאן?
..אה. האסט נישט קיין געדולד צו די היזיגע פרעשור ביזטו געפארן קיין אומאן זיך אויסצולופטערן?
..נו, ווי אזוי האסטו דיך ענזשויט? ס'איז געווען אסאך פאָן?
..דיין ווייב האט דיך געלאזט פארן? אה, דו האסט איר סתם אזוי אין בוידעם?
איינער דארט אין די זייט, אביסל א שעמוועדיגער, האט זיך איינגעהאלטן פון צו זאגן עפעס, מען האט אבער קלאר געקענט זעהן אז עס ליגט אים עפעס א גוטס אויפן צינג, נאך עטליכע מינוט האט ער דאס ארויס געזאגט – "מען זאגט דאך אז אלול איז ראשי תיבות א'ני ל'אומאן ו'אשתי ל'עזאזל", בשעת ער דרייט זיינע פאות צוצודעקן זיין מויל משום אסור למלאות פיו שחוק.
איך האב זיך פארענטפערט אביסל: "וואס זאל איך טוהן? איך האב באמת נישט געוואלט גיין, נאר מיין ווייב האט מיר זייער שטארק געבעטן. וואס טוט מען נישט פאר שלום בית?" און מיט דעם האב איך געהויבן מיין טלית-זעקל אינאיינעם מיט די פיס און ארויס שפאצירט פון בית המדרש.
כ'מיין, ס'איז ממש א שאד די שפייאכטס זיך צו נעמען טענה'ן מיט מענטשן וואס זענען ממילא נישט אינטערסירט צו הערן וואס איך האב צו זאגן. פארוואס ווען איך קום ווען צוריק פון בעלז אדער גור אין ארץ ישראל וואלט מען מיר נישט פארגעהאלטן? פארוואס ווען איך קום צוריק פון ל"ג בעומר אין מירון וואלט מען מיר נישט פארגעהאלטן? און סתם אזוי ווען איך וואלט געפארן מיט חבירים אויף פלארידע אדער סיי וואו, וואלט איך אויך נישט באקומען אזא ברוך הבא. נאר ווייל מיר האט געשיינט צו פארן אויף אומאן באקום איך אזא אויפנאמע? איך פארגין זיי נישט די הנאה אז איך זאל זיך צוריק טענה'ן מיט זיי, זאלן זיי בלייבן מיט די קשיות אין בויך, און איך וועל טוהן ווי אזוי איך פארשטיי צו טוהן. בכלל האלט איך אז די אלע חברה זענען מיר פשוט מקנא, זיי וואלטן אויך געוואלט פארן נאר זיי האבן נישט די קוראזש.
דאס איז אין ביהמ"ד. דא אבער אויפן פאפיר שפיר איך זיך מער באקוועם, און איך פיהל אז דא קען איך יא ארויס זאגן דעם אמת פארוואס איך בין טאקע געפארן אויף אומאן.
לאמיר קודם אביסל באטראכטן פון די נאנט ווי שטארק דער עולם ענדזשויט זיך אין אומאן, אזא ענדזשוימענט וואונטש איך פאר אלע שונאי ישראל.
עס הויבט זיך אן ביים ערלעדיגן אלע צרכי הנסיעה, זוכן א גוטע טיקעט, א פלאץ צו שלאפן און עסן, דערנאך דאס פארן אליין מוטשעט אויס אלע ביינער, אזוי אז מען קומט שוין אן אויף קיוב נאר מיט א האלבע גוף און א דריי אפערטל נשמה, די לעצטע פאר יאר איז נישט געווען קיין סטרעיט פלייטס פון ניו יארק צו קיוב, מוז מען מאכן א סטאפ ערגעץ אינמיטן, דער סטאפ איז נאך א זאך וואס איז זייער שווער, צומאל איז עס זייער א קורצע סטאפ און מען דארף לויפן מיט די נשמה אין די נאז צו כאפן דעם נעקסטן פלייט, און עס מאכט זיך אסאך וואס פארפאסן די צווייטע פלייט, דאס איז א באזונדערע גיהנום. צומאל איז עס גאר א לאנגע סטאפ און מען איז סטאק אין עירפארט וואס איז בכלל נישט קיין געשמאקע פלאץ צו פארברענגן, אין געוויסע לענדער קען מען כאטש ארויסגיין אויפן גאס אביסל אטעמען, אבער אין אנדערע לענדער לאזט מען נישט ארויסגיין פון עירפארט אן א וויזע, דארף מען זיצן די פאר שעה אינעם טערמינעל, וואס מאנגעלט זיך היבש אין אביסל פרישע לופט.
און די זעלבע מיטן צווייטן פלייט, וואס איז געווענליך א קליינער פלעין וואס ווארפט זיך היבש, אזוי קומט מען אן אויף קיוב און מען ווארט אינעם לאנגן ליין צו זיגלן דעם פאספארט, צו קענען נאכדעם שטיין נאך א שעה צוויי און ווארטן אויף די פעקלעך, און ווי געווענליך נאך ווארטן א שעה צוויי בלייבן איבער א צען-צוואנציג חברה וואס האבן נישט באקומען די פעקלעך למחצה ולשליש, און דאן פארברענגען זיי נאך א שעה אריינצוגעבן א קלעים.
יעצט הייבט זיך אן די וועג פון קיוב אויף אומאן, מען דרייט זיך אינדרויסן פון רעכל צו מעכל צוזאמצושטעלן א קאר אדער טענדער וואס פארט קיין אומאן, א וועג פון דריי שעה. ביז מען האט שוין געטראפן א גרופע און מען טענה'ט זיך אויס מיטן רוסישן דרייווער אויף די געלט זאכן, עס פיהלט זיך ממש ווי אין דור הפלגה, ער פארשטייט נישט וואס איך וויל, און איך ווייס נישט וואס ער וויל, מען נוצט אלע כלי מכשירים וואס שטייען צו די האנט, פונעם געדינגענעם אומאן טעלעפאן ביז א פשוטן קאלקולעטער, ביז מען קומט זיך ענדליך דורך אויפן פרייז און מען לאזט זיך ארויס אויף די נסיעה.
אויפן וועג זיצענדיג צוזאמגעקוועטשט ווי סארדינען, הערט מען דברי ברכה פונעם דרייווער, מען ווייסט נישט פונקליך וואס ער וויל, מען טרייסט זיך אז מסתמא וואונטש ער אונז צו א גוט געבענטשט יאר, וואס קען דען זיין אנדערש? אבער אנקומענדיג עטליכע קילאמעטער פון אומאן ווערט מען געוואויר דעם סוד, דער דרייווער שטעלט דעם קאר אין די זייט, ער פארט נישט ווייטער ביז ער באקומט נישט נאך אפאר טאלער, טייל הייבן זיך אן אמפערן מיט אים, אנדערע געבן אים דאס געלט, זאל עס זיין פאר א כפרה, מען זאל זיך אבער שוין טרעפן אין אומאן.
אנקומענדיג אויף אומאן אונטען פונעם בארג אויף די בילינסקי גאס, שטייען דארט ווידער די מיליציע (פאליציי) און בעטן די פאספארטן (גיי ווייס פארוואס), און מען דארף שוין ווידער אנהייבן רעדן דור-הפלגה-שפראך מיט די גוים וואס שטייען דארט גרייט מיט די וועגעלעך וואס זיי האבן ספעציעל פראדוצירט לכבוד דעם יום טוב סעזאן, דארט קען מען שוין יא טרעפן אחד בעיר וואס קען אביסל רעדן ענגליש, און נאכן זיך דורכקומען מיט זיי שלעפט מען ארויף די פעקלעך יעדער צו זיין דעסטינאציע אין אומאן.
אזוי אז גלייך ביים אנקומען אין אומאן איז מען שוין אויסגעמאטערט ביז גאר. קיין צייט זיך אפצורוען איז נישטא, גלייך נאכן אויספאקן די פעק און זעק, לויפט מען אין מקוה און מען גייט צום ציון זאגן תיקון הכללי, זיך באגריסן מיטן רבי'ן און זיך אויסבעטן א גוט יאר.
פון דא און ווייטער איז מער נישטא קיין צייט צו פארברענגען, עס הייבט זיך אן די קייט פון תפלות וואס ציעט זיך שוין ביז מוצאי יו"ט, סליחות זכור ברית, תיקון הכללי עולמי, וידוי דברים ביים ציון, דערנאך די תפלות פון יום טוב, ווען אינצווישן פרובירט מען אריינצושטופן די סעודות, און נאך עספיען צו שלאפן כאטש עטליכע שעה.
דאס דאווענען דאווענט יעדער ערגעץ אנדערש, די וואס דאווענען אינעם גרויסן קלויז האבן טאקע הנאה פון א שיינע ווארימע דאווענען מיט הערליכע ווארימע בעלי תפלות, מען דארף אבער האבן גאר אסאך נערווען עס איבערצוקומען, מען דאווענט גאר לאנג, און איינמאל מען גייט אריין אויפן פלאץ איז נישטא קיין נארמאלע וועג ארויס ביז נאכן דאווענען, אויב מוז מען בהכרח ארויס גיין אינמיטן דאווענען דארף מען קריכן אויף קעפ.
איך האב געדאווענט ביי מוהרא"ש אין בנין המעגמעטער, גראדע גאנץ געשמאק, שיינע היימישע בעלי תפלות, ר' יואל ראטה דאווענט שחרית מיט א קאפעליע פון זיינע בחורים, מוסף דאווענט איינער הרב בוים, אויך זייער שיין און היימיש, מען ציעט נישט אזוי אויס די נערווען, מען האט זיך געשטעלט 8 אזייגער און געענדיגט ביידע טעג 2:30.
דאס עסן איז א פרשה פאר זיך. ווי באקוועם מען פרובירט זיך צו מאכן וועט אייביג בלייבן גענוג אויף אפצוקומען אלע עבירות. איינער מאכט זיך באקוועם ער שלעפט נישט מיט קיין עסן, נאר ער קויפט א קארטל ביי שיינער, אבער ווי גוט זיי ווילן זיך צושטעלן האט דאס עסן יענץ טעם, פון די גאנצע מעניו איז מען יוצא מיטן טונקען די וואסער-חלה אין עטליכע סארט דיפס, און ווען מען האט שוין אלעס פארזוכט און געזעהן אז עס נישטא עפעס גוטס, דעמאלט איז מען שוין סיי ווי זאט. אנדערע האנדלן זיך איין עסן פון איינעם וואס פארשפרעכט צוצושטעלן סעודות בטעם אמעריקאי, אבער במחילת כבודו, איך ווייס נישט פון וואו זיין טעם קומט, אבער פון אמעריקא זיכער נישט.
די וואס ווילן זיך יא אליין מיטשלעפן היימישע עסן פון ניו יארק, קומען אפ אויף אנדערע וועגן. קודם ביז מען פיגור'ט אויס ווי אזוי צו שלעפן דאס עסן אז עס זאל אנקומען בשלום און עס זאל נאך בלייבן ראוי לאכילה, יעדעס יאר קומט מען אויף מיט פרישע טאקטיקן ווי אזוי ליפערן דאס עסן עצהיו"ט. אבער מיט די אלע באווארענונגען, און אויב די מזל שפילט גענוג גוט אז די באקס עסן איז טאקע אנגעקומען, איז עס שוין אויך האלבוועגס צוקוועטשט, א חלק עסן קומט שוין אן רעדי צומאלן אז מען שפארט זיך איין דאס קייען, מען קען עס שוין גלייך אראפ שלינגען כמות שהוא.
א באזונדערע פרשה איז די מקוואות. די גרויסע מקוה קאסט די ביליגסטע אבער עס איז ממש א פחד אריינצוגיין, טויזנטער מענטשן קומען אויף איין מאל, אלע סארט מענטשן, און מען קען זיך פארשטעלן בערך ווי אזוי די מקוה קוקט אויס, איין נקודה טובה האט עס יא אז די שאוערס ארבעטן א מחי', און בעפאר און נאך יום טוב קען מען כאטש נעמען א גוטע שאוער דארט.
די לעצטע עטליכע יאר האט מען געבויעט נעבן קלויז א באזונדערע מקוה מיטן נאמען "טהרת ציון", א מקוה געמאכט נאר פאר היימישע אידן פון דאהי און פון אר"י, מען קען נישט קויפן אין אומן די קארטלעך דארט אריין צו גיין, מען מוז עס איינשאפן פון פאראויס ביי די היימישע בתי מדרשים. דארט איז טאקע בעסער ווי די גרויסע, אבער נאך אויך זייער ווייט פון גוט, עס איז אויך היבש איבערגעפילט. דאס יאר בין אין אריין דארטן ערב ראש השנה גלייך ביי חצות הארט נאכן עפענען די טיר, א פלאץ האב איך טאקע געהאט, אבער די גרויך און די קאליר פון די מקוה זענען שוין דעמאלט געווען היבש אומדערטרעגליך, עס איז מיר געווען א גרויסע וואונדער ווייל אפיציעל האט מען דעמאלט געהאלטן גלייך נאכן טוישן דאס וואסער, גיי פארשטיי..
עס איז דא א היימישע מקוה פון ר' שמשון שווארטץ פון קר"י, ער בעהט אבער 100$ מקוה געלט פאר די וואך וואס מען איז דארט, איך פארשטיי פארוואס ער טוט עס, ווייל אויב נישט וועט ער אויך אויסקוקן ווי די גרויסע מקוה, אבער איך בין נישט גרייט צו צאלן די פרייז, דערנאך איז דא נאך קליינע מקוואות וואס בעטן 30-50 דאלער. איך בין געגאנגען אין די טהרת ציון מקוה, נאר איידער איך בין אריין האב איך געלאזט אלע מיינע פילינגס און חושים אינדרויסן ביי די טיר, און נאכן ארויס קומען האב איך עס צוריק גענומען, נאר אזוי האב איך געקענט סורווייווען.
פון די בית הכבוד'ס וועל איך נישט צופיל מאריך זיין משום כבוד הבריות, אבער בעסיקלי קען מען זיך פארשטעלן ווי אזוי עס זעהט אויס, און ווי אזוי די גרויך איז.
נאך יום טוב הייבט זיך אן די וועג צוריק, אומגעפער אזוי ווי די וועג אהין, נאר איין חילוק איז אז דעמאלט איז מען שוין טאטאל צוזאם געבראכן און יעדע זאך איז טאפלט שווער, אזוי אז ווען דער ערעפלאן הייבט אן לאנדן אין ניו יארק, פילט מען זיך אזוי ווי דער שעיר לעזאזל זיך אראפ קייקלענדיג בארג אראפ, ווי די משנה זאגט "והוא מתגלגל ויורד ולא היה מגיע לחצי ההר עד שנעשה אברים אברים". ביינער וואס מען האט קיינמאל נישט געוואוסט אז זיי עקזיסטירן בכלל, שטעלן זיך יעצט ארויס מיטן פולן פראכט, און לאזן זיך שפירן ביי יעדע קנייטש און דריי.
יעצט פארשטייט איר שוין דעם קעפל? יא אזוי ווי איר הערט: "א'ני ל'עזאזל ו'אשתי ל'אומאן" איך קום צוריק פון אומאן ממש ווי פון עזאזל אינגאנצן צוזאם געבראכן. און די בענעפיטס פון אומאן האבן נאר מיין ווייב און קינדער, זיי זענען דא געבליבן און איך האב פאר זיי אויסגע'פועל'ט א גוט געבענטשט יאר מיט זעק און פעק פון ישועות פאר די גאנצע יאר.
דאס אלעס קען מעיד זיין יעדער וואס עס געווען אמאל ר"ה אין אומאן, קיין פאן איז דארט נישט דא, קיין אינזשוימענט איז נישטא, נישט די גשמיות איז מסודר דארט, און אפילו די רוחניות, צו האבן די געשמאע געפיהל אז מען האט זיך גוט אויסגעבעטן, האט מען אויך נישט אייביג, מען איז אזוי צוזאמגעבראכן אז די קאפ איז נישט געהעריג אויפן פלאץ, אבער מען גלייבט אז דער צדיק וועט זיכער מקיים זיינע געוואלדיגע הבסחות.
יותר ויותר ממה שקראתי לפניכם קען איך נאך מאריך זיין, נאר עס איז שוין אויך אזוי גענוג לאנג, פרעגט אייך נאך ביי סיי וועם וואס איז געווען אין אומאן ראש השנה, וועט ער עס אראפלייגן באריכות ווי אזוי מען קומט צוריק ווי אן אויסגעקוועטשע שמאטע, און עס נעמט א שיינע פאר טעג ביז מען קומט צו זיך.
 
 
אויב אזוי, פארוואס פאר איך טאקע אויף אומאן?
אין איין ווארט איז עס בלויז "אמונת חכמים", איך גלייב אין דעם צדיק רבי נחמן ברסלבער זי"ע, און אויב ער האט געהייסן אז מען זאל קומען ראש השנה אויף אומאן, וועל איך גיין אפילו ווען עס קומט מיר אן זייער שווער. גלייבט מיר ווען ער הייסט ווען נישט פארן, בין איך דער ערשטער נישט צו פארן, עס איז בכלל נישט אזוי גרינג און געשמאק.
פארוואס גלייב איך טאקע אין דעם צדיק? איך בין נישט אויפגעוואקסן מיט דעם, און קיינער האט מיר נישט צוגערעדט צו דעם, אבער למעשה גלייב איך אין אים.
איך גלייב אין אים ווייל ער האט מיר געהאלפן, ער איז נישט מיין רבי צו עסן ביי אים לאקשן קוגל, נאר ווייל ער פארקויפט מיר גוטע זאכן, ער ברענגט מיר נענטער צום אייבערשטן, ער מאכט מיר לערנען און דאווענען, ער געבט מיר שלום בית, ער לערנט מיר אויס שכל ווי אזוי אומצוגיין מיט מענטשן, ווי אזוי אומצוגיין מיט מיינע קינדער.
רבי נחמן זאגט אז אמונה מיט אמונת חכמים גייען אין איין ליניע, ווי דער פסוק זאגט ויאמינו בה' ובמשה עבדו. אוודאי איז דער עיקר אמונה בה', דאס איז דער יסוד פון א איד, אבער צו דעם מוז מען גיין צו א צדיק וואס ער קען עס אריינברענגן אינעם מענטש אז ער זאל טאקע לעבן מיט אמונה, ער זאל פיהלן ביי זיך אז דער אייבערשטער איז שטענדיג מיט אים און מען דארף אים פאלגן. אזוי ווי די באקאנטע מעשה פונעם הייליגן בארדיטשובער זי"ע אלס אינגערמאן ווען ער איז צוריק געקומען פון זיין רבי'ן נאכן וויילן דארט פאר א וואך צוויי און זיין שווער האט אים געפרעגט וואס ער האט געלערנט דארט, האט ער געזאגט אז ער האט דארט געלערנט אז עס איז דא א באשעפער אויף דער וועלט, האט דער שווער אנגעהויבן לאכן "דאס ווייסט די גוי'אישע דינסט אויך, אויף דעם האסטו נישט געדארפט פארן אהין", האט דער הייליגער באדיטשובער געזאגט "זי זאגט, אבער איך ווייס און איך לעב מיט דעם!", און עס איז באמת דא א גרויסע חילוק פון זאגן ביז וויסן און לעבן מיט דעם.
מיט איין זאך איז עס אבער יא פונאנדערגעשיידט. ביי אמונה זענען די צדיקים געווען זייער קעגן חקירה, מען דארף גלייבן אין באשעפער מיט אמונה פשוטה, אן קיין שום חקירות, ווייל געווענליך זענען די קשיות שטערקער ווי די תירוצים, און עס איז נישטא קיין תירוצים אויף אלע קשיות, אמונה איז טייטש אז מען "גלייבט", נישט אז מען "ווייסט". מען קען נישט אויפווייזן קיין אמונה מיט ראיות חותכות, מען מוז זיך האלטן צו די אמונה פשוטה.
ווידער אבער ביי אמונת צדיקים איז שוין די מעשה אנדערש. רבי נחמן שרייבט אין ליק"מ (ח"א רנ"ה) "כשהאדם הוא מאמין בהצדיק בלי שום דעת אפשר לו ליפול מהאמונה, כי מאמונה לבד אפשר ליפול, אבל אם יש לו גם דעת שמבין גם בהדעת, אזי אי אפשר לו ליפול". ביי דעם דארף מען שוין יא נוצן דעם שכל, ווייל מען קען דאך נישט וויסן וועמען מען גייט נאך, עס קען זיין איינער וואס שטעלט זיך אהער ווי א צדיק, און ער פירט זיינע נאכשלעפערס אין באד אריין, דערפאר דארף מען ביי אמונת צדיקים יא גוט צולייגן קאפ און מח און נישט נאכגיין א רבי'ן בלינדערהייט, און נישט נאכגיין א רבי'ן נאר ווייל דיין זיידע איז געגאנגען צו דעם רבי'נס זיידע, און ער האט געהאט חיות דארט.
אויף וואס דארף מען טאקע קוקן ווען מען זוכט א רבי? דער תירוץ אויף דעם איז אזוי פשוט, אבער נאך אלץ זענען דא זייער ווייניג מענטשן וואס פארשטייען עס און טוען עס.
ביי א רבי דארף מען קוקן אויב ער דעליווערט עפעס. אזוי ווי בגשמיות ווען מען ארבעט ביי איינעם, דארף מען זעהן אויב מען מאכט דארט געלט און דער בעה"ב פאפט נישט אויס, עס איז נישט קיין חילוק ווי גרויס און מעכטיג דער בעה"ב איז, און ווי גרויס און מעכטיג די ביזנעס איז, דאס איז בכלל נישט מעלה ומוריד, פארן ארבעטער איז נאר איין זאך נוגע, וויפיל געלט ער מאכט דארט. וכן הוא ממש בנידון דידן, נישט קיין חילוק ווי גרויס אין מעכטיג דער צדיק איז, סיי בגשמיות ער האט א ריזיגע ביהמ"ד מיט פילע בנינים מיט טויזנטער חסידים, און אפילו ברוחניות איז נישט קיין חילוק ווי גרויס און הויך ער איז, און ווי ווייט ער פליעט אין הימל און איז דבוק צום אייבערשטן א גאנצן טאג, נאר איין זאך מאכט א חילוק - וויפיל קען ער מיר דעליווערן?
דער צדיק רבי נחמן ברסלבער זי"ע לעבט שוין נישט פאר איבער 200 יאר, אבער ער געבט לעבן פאר פיל מער מענטשן ווי אסאך לעבעדיגע רבי'ס געבן פאר זייערע חסידים.
איך בין גראדע בטעות אריינגעפאלן אין א ברסלב'ע ביהמ"ד און געהערט דארט א שיעור בחסידות ברסלב, נאכן הערן דעם שיעור פון וואס איך האב זייער הנאה געהאט, האב איך זיך אנגעהויבן דרייען דארט אביסל, און דאס האט מיר געטוישט מיין מהלך החיים מן הקצה אל הקצה, עס האט מיר געגעבן א פאזיטיווע בליק אויף אלע חלקים אין לעבן, עס האט מיר געגעבן א שטארקע און קלארע אמונה וואס דאס איז ווערט די וועלטס געלט, נאר דאס ברענגט אז א מענטש זאל זיין אמת'דיג צופרידן. עס האט מיר געגעבן ישוב הדעת צו קענען יעדע זאך באטראכטן מיט קלארע בליקן. עס האט מיר געגעבן שלום בית צו וויסן ווי אזוי צו לעבן מיט א ווייב. עס האט מיר געגעבן א קלארע מהלך ווי אזוי אומצוגיין מיט קינדער, און ווי אזוי אומצוגיין מיט מענטשן און מיט זיך אליין. איך ווייס נישט ווי אזוי דער רבי נחמן האט דאס געקענט באווייזן, עס איז ממש אומגלויבליך ווי אזוי א רבי פון 200 יאר צוריק האט גענומען א מענטש און אים ממש געשטעלט אויף די פיס ברוחניות ובגשמיות.
דערפאר, מיט אביסעלע שכל ווייס איך שוין פונקטליך צו וועלכן רבי'ן איך דארף גיין, און אז דער רבי האט מיר דאס געקענט דעליווערן בין איך פאר אים אלל די וועי, און אז ער הייסט מיר פארן אויף אומאן, אפילו ווען איך ווייס נישט און איך פארשטיי נישט פארוואס, און אפילו ווען עס קומט מיר אן זייער שווער, וועל איך זיך אנשטרענגן צו פארן קיין אומאן אויף ראש השנה. און אלס מתן שכרה בצדה, וועל איך זיך נאך אויסגעבעטן דארט א גוט געבענטשט יאר, רבי נחמן האט צוגעזאגט אז ווער עס וועט קומען צו אים אויף ראש השנה וועט ער שטיין צו הילף און זעהן דערצו אז מען זאל באקומען א גוט געבענטשטע יאר מיט אלע גוטע זאכן.
דאס איז דער סוד פון מיין פארן אויף אומאן, און די זעלבע איז ביי 99% מענטשן וואס קומען אויף אומאן, קיינער קומט נישט אויף אומאן צו הוליענען, עס זענען דא אסאך בעסערע פלעצער אויף די וועלט וואו מען קען גיין צו הוליענען. יעדער וואס קומט אויף אומאן האט זיך זיין פעקל שוועריקייטן, און ער פיהלט אז דער רבי וואס ליגט דארט איז זיין צדיק, ער איז זיין העלפער, ער ברענגט אים נענטער צום באשעפער, און ער פיהלט זיך גוט צו זיין א חלק פון די ברסלבע סאסייעטי, און צו פאלגן דעם צדיק וואס בינדט אים צו צום אייבערשטן.
דאס וואס עס זענען דא חברה דארט וואס טאנצן און פארפירן, דאס איז פשוט זייער מענטאליטי. בכלל די אלע וואס קומען פון יענע לענדער זענען מער אנגעצינדען, זיי רעגן זיך שנעלער אויף און זיי ווערן שנעלער פרייליך און עקסיידעט, און ווען זיי קומען אויף אומאן קלאפט עס אויס מיט די טענץ. אבער עס זענען דא גענוג און נאך טויזנטער אידן וואס מען זעהט נישט אויף די בילדער אין די צייטונגען, זיי קומען דארט ווייל זיי שפירן אז רבי נחמן איז זייער רבי, זיי זיצן אין ביהמ"ד און ביים ציון, און בעטן אויס אלע גוטע ישועות פאר זיך און פאר גאנץ כלל ישראל.
זאלט איר אלע האבן א גמר חתימה טובה און א גוט געבענטשט יאר!