שטיינעדיג מיט בלויז איין טאג נאך די פלוצימדיגע פטירה פון גרויסן גאון און פוסק כ"ק גאב"ד קארלסבורג זצוק"ל איז נארוואס אפגעפינען געווארן אן ברייטע אויטענטישע באריכט אין לשון הקודש אין "חדשות ברסלב" אויסגאבע פון בערך 25 יאר צוריק, פון א דרשה וואס דער גרויסער גאון זצוק"ל האט דאן געזאגט פאר אנשי שלומינו אין בארא פארק.
 
אט איז א פרייע איבערזעצונג אויף אידיש:
❞מיטוואך האט כ"ק מרן מוהרא"ש שליט"א (זי"ע) אפגעראכטן א גרויסע סעודת שבע ברכות פאר הונדערט און פופציג היימישע חסידישע אינגעלייט וואס באטייליגן זיך וועכענטליך ביים ליל שישי שיעור. ווי באקאנט קומען זיך צוזאם שוין עטליכע יאר א שיינער ציבור יעדן ליל שישי, צום שיעור אויף די אידישע שפראך וואס כ"ק מרן מוהרא"ש שליט"א (זי"ע) געבט אויף חומש רש"י מיט די הקדמות פון הייליגן רבי'ן. עס קומען כסדר צו פרישע בחורים און אינגעלייט, וויבאלד זיי זענען נישט געווען ביי די חתונה, האט מוהרא"ש אפגעראכט פאר זיי א ספעציעלע שבע ברכות.❝
❞עס האבן זיך באטייליגט ביים שבע ברכות פילע גרויסע רבנים וואס שעצן שטארק מוהרא"ש און לערנען זיינע הייליגע ספרים אויפן וועג פון הייליגן רבין.❝
הגאון המפורסם ר' יחזקאל ראטה שליט"א (זצוק"ל), אב"ד קארלסבורג האט אויפגעטרעטן מיט א לאנגע דרשה מיט בכיות עצומות פון גרויס התרגשות. ער האט פארציילט וויאזוי ער אליין האט באזוכט יבנאל און האט געזען מיט די אייגענע אויגן די געוואלדיגע פעולות וואס מוהרא"ש טוט. ער האט פארציילט ווי ער האט געזען די הערליכע קהילה וואס באשטייט פון איבער צוויי הונדערט און פופציג משפחות, וואס אלע גיין אויפן ערליכן אויסגעטרעטענעם וועג על דרך המסורה לנו מדור דור, און ווי ער האט באזוכט אין די דארטיגע ישיבה, כולל, תלמוד תורה און אין די מקוואות וואס מוהרא"ש האט געבויעט. ער האט געזאגט אז ער האט נישט גענוג ווערטער מסביר צו זיין ווי די קהלה אין יבנאל האט זיך נישט צו שעמען פאר קיין שום קהילה אויף דער וועלט. ער האט געוויינט מיט גרויס ווייטאג אויף די גרויסע רדיפות וואס מוהרא"ש ליידט זיך צוזאם פונעם רשע מרושע, וואס מסר'ט מוהרא"ש כסדר מיט פאלשע רשעות'דיגע קלאגעס. ער האט זייער מאריך געווען מיט דעם מיט מורא'דיגע בכיות, ביז אלע האבן מיטגעוויינט.
❞נאכן בענטשן האבן אלע באטייליגטע זיך ארויסגעלאזט אין א טאנץ פאר לאנגע שעות.❝
❞וואויל זענען די אויגן וואס האבן דאס אלעס צוגעזען".❝
 
עד כאן פונעם באריכט.



📰 פטירה פון כ"ק מרן גאב"ד קארלסבורג זצוק"ל
📸 בילדער פונעם באזוך פון כ"ק גאב"ד קארלסבורג אין יבנאל
📸 כ"ק גאב"ד קרלסבורג זצ"ל באטייליגט זיך ביי שבע ברכות פון אן אייניקל ביי מוהרא"ש זי"ע - טבת תשס"ט
🗞️ דער אריגנעלער באריכט
📜 דער ראש ישיבה רעדט פון די גרויסע זכיה צו באדינען זיין גרויסן זיידן