א מסוכנ'דיגע הויז! נישט עפענען!
כא חשון תשפ"ג 📝
איך ווייס נישט פארוואס, אבער די ווערטער: "קיינער זאל נישט טראכטן פון עפענען דעם הויז, ווייל דאס איז א זיכערע טויט! אויב "איך" וועל עס עפענען איז עס בכלל נישט מסוכן, הגם איך קען נישט צוזאגן אז איך וועל זיי קענען ארויסנעמען, אבער מיט די ערפארונג וואס איך האב פון אלע יארן בין איך פארזיכערט אז איך קען עפענען די הויז פארזיכערטערהייט".
די ווערטער - וואס האבן אויבן אויף עפעס נישט קיין באזונדערע באדייט - האבן מיך אנגעהויבן מאכן זייער שלעכט שפירן, עס האבן אנגעהויבן עפעס מאנען אין מיר, עס איז עפעס ווערטער וואס איז וויכטיג פאר מיר אין מיין לעבן, עס איז ווערטער וואס איך דארף ניצן, אבער ווי, וואס, ווען?
איך האב געפילט ווי די ווערטער מאנען עפעס גאר שטארק און טיף פון מיר, אבער איך האב נישט געוויסט פארוואס, וואס דאס דארף באדייטן פאר מיר אין מיין פערזענליכע לעבן, פארוואס ווער איך אזוי אויס מענטש ווען איך הער דאס?
***
איך האב געהאנדלט מיט מיין חבר אין פארשידענע אינוועסטמענטס דא אין געגנט, עס איז מיר אויסגעקומען צו הערן אינטערעסאנטע זאכן איבער פארשידענע אינוועסטמענטס וואס ער האט געמאכט אין די לעצטע יארן.
איך האב געוויסט אז ער פרובירט צו אינוועסטירן ווי עס לאזט זיך נאר, ער גייט אויף אוקשענס, ער טאנצט אריין, ער קויפט פראפערטיס ער קויפט הייזער פאר אינוועסטמענטס, אין איינע פון די שמועסן איז מיר אויסגעקומען אים אויסצופרעגן איבער זיין ערפארונג, אינטערעסאנטע זאכן וואס ער האט געהאט זייט ער ארבעט אין דעם ליין, ער האט מיר דערציילט פארשידענע אינטערעסאנטע עפיזאדן וואס ער האט געהאט.
פון די אינטערעסאנטע זענען געווען איינמאל ביי א אוקשין, ער האט אריינגעגעבן א בי"ד אויף א פראפערטי וואס איז געווען פארקלויזט ביי די באנק, ער איז געווען זיכער אז עס גייט אריינקומען העכערע בי"ד'ס, און ביני לביני וועט ער איבערקוקן פון וואס עס רעדט זיך דא. ער איז ארויסגעגאנגען פון אפיס ממש פאר א פאר מינוט, ווען ער איז צוריקגעקומען, נאך פאר וואס ווי ווען האט ער געזען אז קיינער האט נישט געבידט אויף א העכערע פרייז, און עס איז געבליבן ביי אים, יענע פראפערטי איז געווען אין ניו דזשורסי, גראדע דארט האט זיך עס אויסגעשטעלט צו זיין א שטארקע פארדינסט.
נאך א זאך וואס ער האט מיר דערציילט, איינמאל איז ער אראפגעקומען צום אוקשן און געטראפן אז עס געווען דארט נאך א איד, יענע מאל האט ער נישט געהעכערט די פרייז, ער זאגט מיר איך האב געטראכט: "ווער זאגט אז צדקה איז אז מען מוז קויפן און אינוועסטירן און נאכדעם געבן מעשר, אפשר קען מען לכתחילה אריבער… לאזן א איד געווינען דעם בי"ד" א מתן בסתר.
איך האב אים געפרעגט ער זאל מיר דערציילן וואס עס איז געווען זיין ארגסטע אינוועסטמענט, ער האט מיר געזאגט דאס איז געוען ווען ער איז אריין אין א דיעל וואס - אויבן אויף - האט עס אויסגעזען ווי א גאלדן גריב, עס איז געווען אין א אנדערע סטעיט, דארט האט ער געטראכט פון קויפן און עס גראד דערנאך פליפן, עס איז געווען אויף די מארקעט גאר א ביליגע הויז אין יוטא, (נישט יוטא… נו עס איז דא איינע פון די שטאטן אין אמעריקע איז א שטאט וואס הייסט "יוטא") מיט איין בליק האט ער געזען עס איז נישט דא וואס צו דערלייגן, א גוטע געגנט, אזא ביליגע פרייז זעט מען נישט דארט אין די גאנצע מארקעט, א צוויי פעמילי הויז, אפילו מען וועט דארפן אריינלייגן געלט איבערצומאכן די אפלויף סיסטעם - די סוער און די וואסער וכדומה וועט לויט דעם ביליגן פרייז זיך עס נאכאלץ האבן געלוינט, אומר ועושה א דרוק מיטן קנעפל און נאך יענעם טאג איז דאס הויז געווען זיינס, עס איז געווען פאר אים א פארנומענע סעזאן דעמאלטס, ער האט זיך נישט געאיילט אריינצוקוקן אינעם דעיל, אבער ווען ער האט זיך אראפגעזעצט איבערקוקן די מציאה וואס עס איז אים אריינגעפאלן, איז אים שווארץ געווארן פאר די אויגן, און ווי מער ער האט אריינגעקוקט דערין האט ער געזען אז ער האט אריינגעביסן אין א דעיל וואס עס איז נישט אויסצושפייען און נישט אראפצושלינגען.
עס איז שוין זיין הויז, ער מוז צאלן פראפערטי טעקס, און יעצט איז אים הוברר הדבר למפרע פארוואס די הויז איז געווען אויפן מארקעט פאר אזא ביליגע פרייז.
ניטאמאל לוינט א טריפ אהין צו גיין באזוכן דעם הויז ווען אלע רעקארדס זענען אפען, פשוט אין פראסט אראפגעפלאשט געלט, און וואס ער זאל וועלן יעצט טון וועט ער ווייטער פלאשן נאך און נאך געלט אין מיסט אריין, עס האט זיך אויסגעשטעלט אז די הויז האט באלאנגט יארן לאנג צו א הערפאטאלידזשיסט, (אלע ציין האט ער זיך צובראכן מיר איבערצוזאגן דעם פענסי ווארט הער-פא-טאלע-דזשיסט) דאס איז איינער וואס שטודירט שלענג און עקדיסן, ער האט דארט געוואוינט אסאך יארן, ער האט איבערגעלאזט זיין הויז און אפגעטראגן פון דארט איבערלאזענדיג אונטער זיך א אוצר פון אלע סארטן גיפטיגע שלענג, חוץ די פאקט אז די הויז איז א געפארפולער, קומט נאך צו דעם פאקט אז רוב פון די שלענג זענען אומלעגאל צו האדעווען. דער אלטער בעל הבית פונעם הויז האט זיך דערזען מיט דעם פראבלעם, האט ער געכאפט פיס און אנטלאפן, די מארטגעדש איז נישט געצאלט געווארן, איז עס אטאמאטיש געגאנגען צו די באנק, ווער עס האט געוויסט פון דעם הויז צו זאגן איז געשטאנען ווייט דערפון, איך - זאגט מיר מיין חבר - וואס איך האב נישט צופיל אריינגעקוקט דערין, איך בין אריינגעפאלן, הבור ריק אין בו מים אבל נחשים ועקרבים יש בו…
איך האב אים געפרעגט צו ער איז עס געגאנגען אמאל קוקן, פשוט פאר אינטערעסאנטקייט אפשר איז דא א וועג עס אויסצורייניגן, זאגט ער מיר: "איך וועל דיר זאגן דעם אמת, איך בין אהינגעגאנגען מיט עקספערטן, זיי האבן מורא געהאט אריינצוגיין, די שלענג האבן ממש איינגענומען דאס גאנצע פלאץ עס איז אוממעגליך צו טון עפעס דערוועגן, ווייל עס גייט אריין אין א גאנצע לעגאלע פראצעדור, דו דארפסט אפזיצן מיט לויערס אויסארבעטן יעדע מין שלאנג צו מען מעג עס הרג'ענען, ממש ווי איך האב דיר געזאגט אריינגעפאלן לשם אריינגעפאלן".
די איינציגסטע וואס וואלט געקענט העלפן איז דער אלטער בעלעבאס, ער ווייסט וויאזוי צו עפענען די הויז אן געשעדיגט צו ווערן, ער קען זיך אויס פונקטליך מיט יעדן סארט שלאנג וויאזוי מען באהאנדלט עס, איך האב גערעדט מיט אים שוין אפאר מאל אויפן טעלעפאן ער האט מסכים געווען צו קומען מיט איין תנאי, אז אויב ער קומט מוז עס זיין בסוד סודות, מען טאר נישט געוואויר ווערן אז ער איז דא, ער ציטעט פון די שטראפן פון די פולע געזעצן וואס ער האט פארלעצט מיטן האדעווען אומלעגאל די שלענג...
איך האב אים געזאגט אז איך קען אויסארבעטן אלע דעטאלן ווי אזוי ער קען קומען אן דעם וואס איינער זאל וויסן.
די שפיל ביז אהער האט מיר שוין אפגעקאסט א אפותיקי, איך בין אים גרייט געווען צו צאלן אז ער זאל עפענען די טיר און צאמנעמען אלע שלענג און זיי באהאנדלן, איך האב אים געבעטן ער זאל כאטש אריבערקומען זען וואס די אפציעס זענען דא.
די ווערטער וואס איך האב געהערט פון אים איינמאל און נאכאמאל און נאכאמאל ווי ער האט מיך געווארנט: "קיינער זאל נישט טראכטן פון עפענען דעם הויז, ווייל דאס איז א זיכערע טויט! אז איך וועל עס עפענען איז עס בכלל נישט מסוכן, הגם איך קען נישט צוזאגן אז איך וועל זיי קענען ארויסנעמען, אבער מיט די ערפארונג וואס איך האב פון אלע יארן בין
איך פארזיכערט אז איך קען עס עפענען" - מיין חבר דערציילט מיר: "דאס פראזע האב איך געהערט פון אים יעדעס מאל וואס מיר האבן געשמועסט פון די צרה\הויז וואס איך האב מיך איינגעקויפט".
די וועג ווי אזוי מיין חבר האט מיר עס נאכגעזאגט אזוי ווארט ביי ווארט ווי אזוי ער האט עס געהערט פון יענעם נו… פונעם הערפאטאלעדזשיסט, ער האט אים נאכגעמאכט מיטן דיקן אמעריקאנער רעדנע"ק אקצענט, האט מיך אריינגעווארפן אין א טראכטן מאו"ד.
איך ווייס נישט פארוואס, אבער די ווערטער "קיינער זאל נישט טראכטן פון עפענען דעם הויז, ווייל דאס איז א זיכערע טויט! אז איך וועל עס עפענען איז עס בכלל נישט מסוכן, הגם איך קען נישט צוזאגן אז איך וועל זיי קענען ארויסנעמען, אבער מיט די ערפארונג וואס איך האב פון אלע יארן בין איך פארזיכערט אז איך קען עס עפענען".
די ווערטער - וואס האבן אויבן אויף עפעס נישט קיין באזונדערע באדייט - האבן מיך אנגעהויבן מאכן זייער שלעכט שפירן, עס האבן אנגעהויבן עפעס מאנען אין מיר, עס איז עפעס ווערטער וואס איז וויכטיג פאר מיר אין מיין לעבן, עס איז ווערטער וואס איך דארף ניצן, אבער ווי, וואס, ווען?
איך האב געפילט ווי די ווערטער מאנען עפעס פון מיר, אבער איך האב נישט געוויסט פארוואס, און וואס דאס דארף באדייטען פאר מיר, פארוואס ווער איך אזוי אויס מענטש ווען איך הער דאס?
***
מיטן צינג אינדרויסן
איר מיינט אז נאר איר זענט געבליבן מיטן צונג אינדרויסן אזא דראמאטישע געשיכטע און מען דארף יעצט ווארטן נאך א וואך צו הערן די גליקליכע אדער גאר אומגליקליכע ענדע, זייט זיכער אז איך בין פונקט אזוי נייגעריג געווען וואס אזוינס עס האט פאסירט, ווי אזוי די מעשה האט זיך געענדיגט.
ענגלישע דמיונות
בפרט נאך דעם וואס איך האב געליינט פאריגע וואך די הערליכע אינהאלטסרייכע "דמיונות ארטיקל" פון אונזער באגאבטער שרייבער ר' ישראל העסקל הי"ו פון לאנדאן הבירה (פרעג מיך נישט וואס באגאבט מיינט, אזוי שרייבן די שרייבער אויף איינער וואס איז א גוטער שרייבער…) האב איך שוין געפילט אז איך האב א שטיקל אח לצרה, עס איז שוין דא נאך איינער וואס מוטשעט זיך מיט - דאס וואס דער רבי רופט אן כח המדמה - און ס'באמת געווען א הערליך ארטיקל, איך האף נאר אז ער וועט אריינקומען מער אפט מהנה זיין מיט זיינע זיסע געדאנקען, עפעס א קלייניקייט? דמיונות באזירט אויף ענגלישע פאקטארן, טראגט מיט זיך גאר א אנדערע באדייט, עס קען זיך נאך מאכן אז ער זאל זיצן אויפן "פיקידלי ליין…" און - מיט אזא גוטע כח המדמה - זיך אים פאר א רגע ווילן דאכטן אז די לאנדאנער הימלען זענען נישט פארכמורעט, און די מעשה וועט זיך אנהייבן שפינען… וועט דאך אבער די כסדר'דיגע דערמאנונגען אויפן באן… אממ… אטשולדיגט אויפן פיקעדילי-ליין ווי זיי בעטן זיך אזוי שיין: "פליז מיינד די געפ ביטווין די פיקידילי ליין ענד די פלאטפאם" בעל כרחך אים צוריקברענגען צום רעאליטעט, אז ער געפינט זיך אין די פארוואלקנטע לאנדאן… ער וועט זיין געצווינגען צוריק צו לאנדען און לאנדאן…
ווער רעדט נאך פון געניסן פונעם באקוועמען אמעריקאנער חלום, נעמליך זיך אריינזעצן אין די פאדערשטע לינקע זיץ פונעם קאר, זיך אנגארטלען אין סיעט בעלטס, זיך אויסציען מיט א משניות און אויפן וועג האקן א ח"י פרקים, א יום תהילים, און אין דמיון זיצט זיך זיין שאופע"ר צו זיין רעכטע זייט, און דרייווט אים, זיצט פאר אים אין טרעפיק, ער וועט נאך אנקומען ביז צו דער ארבעט… פון דעם קען ער פארגעסן… ווייל ווי שטארק דער כח הדמיון זאל נאר זיין, קען דאס אבער נישט רירן דעם טרעקל פון פלאץ… האסט פארגעסן ביסט דאך אין די לינק געשטימטע ענגלאנד, דארט זיצן ביים רודער נאר די לינקע, אפשר מיטן נייעם ערוועלטער פריים מיניסטער, צוזאמען מיטן ניי געקרוינטער קעניג וועט מען קענען אביסל 'ברייט' מאכן די 'ענג'ע קעפ ענג'לישן באפעלקערונג, און נויגן אביסל צו רעכטס… ווער ווייסט, און אפשר וועט עס האבן א השפעה אויף די קאר'ס, אז נו… דער יונגערמאן דער דרייווער זאל נישט דארפן זיצן אינעם אשת חיל'ס זיץ… ווער ווייסט?!
איך קען נישט ריטשען מיין חבר דעם אינוועסטער
איך ווייס נישט ווי די דמיון האט מיר געפירט קיין לאנדאן, אבער איך זע מיך מיטן אומגעפערטיגטער ארטיקל, און עס איז א בחינה פון "עמו אנכי בצרה" איר מעגט זיכער זיין אז מיר האט אויך אזוי געקרענקט צו וויסן: נו וואס פארא גוט יאר איז די סוף פון די מעשה? איך האב געטון השתדלות, איך האב א גאנצע וואך גערופן צו מיין חבר'ס טעלעפאן, אבער די נאכאנאנדיגע שטימע אויף די אנדערע זייט טרייבל "יו העוו ריטשד די וואויס מעיל אוו … פליז ליעוו עה מעסעדש עפטער די טאון…" איך ווארט אויפן ביפ אבער דא נעמט איבער א מער מילדערע שטומע: "איימסארי די מעיל באקס איז פול, פליז טריי עגען לעיטער" האט מיך פארזיכערט אז איך בין אריין אין א מים שאין להם סוף, איך האב נישט קיין ענדע צום ארטיקל, איך האב שוין א מיליאן מאל חרטה געהאט אויף די ארטיקל וואס איך האב מיך אריינגעלייגט.
עצות פון ליינער ווי צו פארענדיגן די ארטיקל
ביני לביני זענען גוטע אידן צוגעקומען מיר גיסן זאלץ אויף די וואונדן… מיט פארשידענע עצות ווי אזוי מען קען זיך ארויסזען פון דעם פלאנטער, ממש ווי פרעה'ס פותרי חלומות, איינער זאגט: "מען קען אינטערצינדן דעם הויז…" אזא בייפאל?! דער חבר מיינער זאל מיר נאר אויפהייבן דאס טעלעפאן, איך וועל אים שוין געבן צו הערן… איך וועל אים דערמאנען די גוטע צייטן ווי ער פלעגט זיין פון די גוטע צינדערס אין ישיבה… א צווייטער קומט מיט א באמבאסטישע איידיע נעמליך: "מען זאל נישט מער און נישט ווייניגער אויפהערן צאלן שטייער, אזוי וועט די הויז צוריקגיין צום באנק". פשי-י-הא! אזא גאונות איז דאך באמת עפעס וואס קען אים ארויסדרייען פון 'דעם' פלאנטער, און פארשטייט זיך אריינלייגן אין אנדערע פלאנטערייען… אנדערע האבן מיר געגעבן ממש א סימפל עצה, איך וויל טאקע רעדן צום בעל הבירה, ווי איז אים נישט איינגעפאלן אזא געניאלער איינפאל: "מען קען דאך אריינגיין מיט ספעציעלע שוץ קליידער, שלאנג-פראף קליידער".
מיר קימערט נישט די הויז…
אבער מיר האט די הויז בכלל נישט געקימערט, איך האב געהאט גאר א אנדערע פראבלעם, ווי זעט מען זיך ארויס פונעם ארטיקל… ווי אזוי שלענג'לט מען ווייטער די ארטיקל, עס זאל זיין רייך, אינטערעסאנט, און דער עיקר אז מען זאל קענען אריינשווערצן די וויכטיגע מעסעדש וואס איך וויל איבערגעבן פאר כלל ישראל… ווייסט די מענטשן וואס האבן אלס א מעסעדש פאר כלל ישראל?
שוין יעצט האב איך דאך שוין טאקע א זאק מיט אינפארמאציע איבערצוגעבן פאר מיין חבר, אבער איך רוף אים און איך רוף אים און איך רוף אים, אבער 'איין קול ואיין עונה…' נאר דער איינער זעלביגער קול פונעם ענסערינג מאשין…
די תפילות וואס עס איז אריין אינעם ארטיקל
אבער ווי איר זעט האב איך מיך נישט פארלוירן איך האב ווייטער געשריבן, טייל דערפון זענען פארוואנדלט געווארן אין אנדערע ארטיקלען… וואס איר וועט נאך אי"ה ליינען אין די צוקונפט… טייל דערפון ליינט איר יעצט… אבער א גנב איז נישט איינער וואס קען גנב'ענען, און א למדן איז נישט איינער וואס קען לערנען… אזוי אויך איז א שרייבער נישט איינער וואס קען שרייבן ווען עס וועט אים אונטערקומען, א שרייבער איז איינער וואס שרייבט. שרייבט זיך דער שרייבער, אויף זיין שרייב טישל, ווען יעדע פאר מינוט שטעלט ער זיך אפ, שטעלט אן דעם זייגער'ל פאר זעכציג סעקונדעס ער מאכט זיך צו די אויגןאון בעט: "רבונו של עולם, דיינע קינדערלעך ווארטן מיט דארשט אויף "צום פינטל" איך האב אנגעהויבן אן ארטיקל, אבער עס פעלט מיר אינפארמאציע, איך קען מיך קיין עצה נישט געבן אוי אוי, אייבערשטער פארשעם מיך נישט, רבונו של עולם העלף אז איך זאל נישט פארלירן מיין רעפוטאציע אלס אן אויסגעצייכענטער שרייבער, העלף מיר! שפאלט מיין קאפ און געב מיר אריין די ריכטיגע ווערטער, עס זאל זיין ווערטער וואס זאלן ענדליך ארויסנעמען א איד פון זיין קטנות און אנהייבן טראכטן אז עס איז דא א באשעפער וואס פירט די וועלט, און צו אים - און נאר צו אים - קען מען זיך ווענדן".
מיין טיש הייבט אן באז"ן
ביני לביני האב איך ווייטער געשריבן, און געשריגן, זיך געדרייט אין מיין אפיס בענקל און געבעטן נאך א תפילה און נאך א תפילה: "רבונו של עולם דו ווייסט דאך אז איך מיין אויך מיך, אז מענטשן זאלן זאגן אז איך בין א גוטער שרייבער, איך גיי דיך נישט פאפן אז איך מיין נישט 'אויך' מיין אייגענע כבוד, אבער רבונו של עולם צוליב דעם בין איך באשאפן געווארן אז איך זאל באקומען גוטע ווערטער פון מענטשן? מיין עיקר כוונה איז אז איך זאל קענען שפאלטן די קאפ פון נאך א איד, אז ער זאל וויסן אז ער איז 'נישט' פארפאלן, און אז ער האט דיך אייבערשטער". און געלויבט דער פון (אויבן?) איבעראל… מיין טיש הייבט אן צו באזז"ן זעעע זעעע זעעע…, זעעע זעעע זעעע…, איך קוק אויפן טעלעפאן, יא! דאס איז … מיין חבר, איך הייב אויף מיטן גאנצן עקסטאז: "שלום עליכם!" אבער נאך פאר וואס, ווי, ווען, באפאלט ער מיך מיט א ויצעקו: "וואס שלום עליכם? האסט מיך ארומגעטראגן אין די גאנצע וועלט, האסט גענומען מיין מעשה פאר דיין ארטיקל אינעם ברסלב'ן בלעטל??" איך זאג אים: "שריי נישט, איך האב נישט קיין צייט יעצט צו קיין פסקים, איך מוז עס ענדיגן, איינמאל איך וועל ענדיגן די מעשה וועל איך דיר אלעס דערציילן, איך וויל וויסן וואס איז געווען די סוף מיט'ן הויז, האסט זיך געטראפן מיט דעם יעניגער? ביסט נאכאמאל אריבער קוקן דעם הויז? עפעס האט זיך געגעבן א ריר?"
אבער ער געבט נישט אויף, ער זאגט מיר: "ווייסטו וואס, איך מאך מיט דיר א געשעפט, איך ווייס דאך אז דו ביסט נישט דא צו באשרייבן סתם הוידל בוידל א מעשה מיט א יוטא… מיט א שלאנג… מיט א אינוועסטמענט… האסט דאך געוואלט ארויסברענגען עפעס אויף למעשה, איז אזוי, אויב זאגסטו מיר וואס דו האסט דא געוואלט ארויסברענגען מיטן ארטיקל זאג איך דיר די צווייטע טייל פון די מעשה".
***
איך בין איינגעגאנגען אויף דעם געשעפט און מיר זענען אריין אין א שיינעם שמועס, איך האב אים געזאגט:
"איך וועל דיר זאגן, איך האב אינזין געהאט אראפצולייגן אויף קליין געלט א גאר רייכע און וויכטיגע שיעור וואס דער ראש ישיבה האט גערעדט אום תשע"ב, די שיעור הייסט "עס איז נישט קיין פעלער צו האבן א פעלער". נאך א זאך וואס איך האב געוואלט ארויסברענגען מיט די מעשה איז דאס וואס דער רבי זאגט אין ליקוטי מוהר"ן סימן ס"ו, אוי דער הייליגער רבי, דער חכם מכל אדם איז קארג געזאגט, פשוט פאר די שורה וואס דער רבי שרייבט דא, אז צומאל קומט אריין אין א מענטש א מחשבה אז מענטשן קוקן יעצט ווי איך דאווען, און איך וועל מאכן אזא תנועה, אדער געבן אזא קלאטש, אז מיין דאווענען זאל האבן חן אין די אויגן פון מענטשן, אבער דער מענטש שעמט זיך פון זיך אליין, וואס הייסט איך מאך א תנועה ביים דאווענען פאר מענטשן? וועגן דעם מאכט ער זיך א שנעלע חשבון, און געבט א קרעכץ, א קלאטש, מאכט אזא שיינע תנועה - בלתי להשם לבדו - ער פאפט זיך אליין אז באמת קומט דא פשוט מרוב התלהבות אז דא זאל איך זיך צוקאכן ביים דאווענען".
אזא תורה איז דא אין ליקוטי מוהר"ן? וואוו! דאס איז טיף! פשיהאאא! זייער שטארק.
איין מינוט דו פירסט מיך דא אין באד אריין, וואס האט דאס צו טון מיט די אינוועסטמענט וואס איך האב געמאכט, וואס פינקטליך האט דאס צו טאן מיט מיין הויז אין יוטא… מיט די שלענג?
פאוואליע! כאפ נישט קיין קאלטע לאקשן… דו וועסטיך נאך פארקילן… הער צו, קענסט נעמען נאך א ציגערעטל נאך א טראפקעלע וועסטו אלעס פארשטיין… דו ביסט א אינוועסטער און איך בין א שרייבער, איך וויל נישט וויסן ווי אזוי א אינוועסטערס קאפ ארבעט… און דו ווילסט נישט וויסן ווי אזוי א שרייבערס קאפ ארבעט…
גראדע רייכער איך נישט, אבער דו ביסט גאנץ אינטערעסאנט, איך פארשטיי! עס מוז זיין גאר אינטערעסאנט ווי אזוי מיט א אריינגעפאלענע שלענג הויז גייסטו אריינלייגן הויכע תורות. דו ווייסט וואס, איך דארף מיר ווען שאפן דיינע אלטע "פינטלעך" דו פארסט אויף א גוטע ליניע.
אבער איין מינוט איך בין נאכנישט פארטיג, איך האב נאך א זאך וואס איך בין זיכער אז דיך באדערט אויך, און איך פלאן עס אריינצופלעכטן אין דעם ארטיקל, זאג: ביסט לעצטנס געווען ביי א מסיבה, ביי א שבע ברכות, אדער סתם א דרשה?
יא! פארוואס פרעגסטו? גראדע לעצטנס בין איך געווען יעדע נאכט אויף שבע ברכות מיין שווער האט דאך חתונה געמאכט, האסט פארגעסן?
איז לאמיך דיר פרעגן, האסט זיך אמאל באגעגענט מיט א בעל דרשן וואס מאכט א גאנצע הקדמה: "לא איש דברים אנכי"' "איך האב מיך נישט צוגעגרייט", "מען האט מיך געבעטן צו רעדן", "איך ווייס נישט צו איך בין ראוי, אבער במקום שאין איש איז הערינג אויך פיש", "עס איז מיר נאר אזוי אויפן וועג איינגעפאלן", "איך וועל נישט לאנג אויפהאלטן דעם עולם".
וואס מיינען די אלע ווערטער? וואס איז דא געשען? רבי איד שטעלט אייך אויף, און זאגט וואס איר האט צו זאגן, און האלט נישט לאנג אויף דעם עולם, וואס איז די הקדמה? הע? איך פרעג דיר? האסט אמאל געטראכט דערפון?
יא! מיך האט עס זייער נערוועז געמאכט, און… דו האסט א פלאן מיט מיין דורכגעפאלענע אינוועסטמענט צו פארענטפערן די חידה סתומה? איך ווארט שוין אויף דעם ארטיקל, עס מוז זיין גאר עפעס אינטערעסאנט, ביז יעצט האסטו געווארט: "ווי אזוי ענדיג איך צו דעם ארטיקל", יעצט מיין איך אז איך בין שוין מער נייגעריג פון דיר "ווי אזוי גייט זיך דער ארטיקל ענדיגן" דו מאכסט ממש א שיעור עיון תורה, האסט צוואנציג באמבאסטישע קשיות, און די גייסט עס פארענטפערן מיט א איין אומגעלונגענע אינוועסטמענט פון דיין חבר…! ווער ווייסט אפשר אויב מען קען אזויפיל זאכן קלארשטעלן אפשר האט זיך שוין אויסגעצאלט די אינוועסטמענט…
קען זיין! דאס וועט מען זען איינמאל דער ארטיקל וועט זיין פארטיג, אבער יעצט לאמיר הערן ווי אזוי די מעשה האט זיך ווייטער געשלענגלט...
פרעגסט גוט, עס איז ווייט פון געענדיגט, אבער אזוי פיל יא, ווי זאגט די וועלט "פארעכענט איז האלב באצאלט!" אז מען ווייסט כאטש ווי מען שטייט אויף די וועלט, איז מען נישט אין אזא בהלה.
א בחינה פון "אין שמחה כהתרת הספקות", איך בין אראפגעפארן צו דעם פריערדיגן באלעבאס, ביז איך האב אים געכאפט, ביז ער האט מיר ארויסגעגעבן ווי ער וואוינט, ער וואוינט אין נעוואדע, האסט שוין אמאל געהערט פון נעוואדע?
וואס איז די שאלה נע-ודאי… עס איז דאך א סטעיט נעבן יוטא…
יא יא! כככככ… נו וודאי! אלעמאל מיט דיינע ווערטלעך… איך וועל דיר זאגן, איך האב געהאט א מיטינג מיט אים, ער האט מיר דערציילט דברים כהווייתן, איך גיי דיך נישט אויפהאלטן שעות ארוכות מיט אלע דאקומענטן אלע דעטאלן וואס ער האט מיר געברענגט, ער האט מיר מסביר געווען פונקטליך ווי אזוי מען האדעוועט שלענג, ער האט מיר געזאגט ווי אזוי ער טוט שוין אין דעם עטליכע און צוואנציג יאר, ער האט מיר מסביר געווען ווי אזוי ער קען האלטן א גיפטיגע שלאנג, און נישט נאר ער ווערט נישט געביסן נאר ער קען ארויסנעמען די גיפט דערפון, מען ניצט עס פאר רפואות, ער האט מיך עדזשיוקעיטע"ד… ווער עס קען ווערן באשטעטיגט צו האנדלען דערמיט, ווי אויך ווי אזוי מען קען באקומען א פערמיט, א לייסענס פון די גאווערמענט צו זיין בארעכטיגט זיך צו באשעפטיגן מיט זיי, ווי אזוי ער האט מסדר געווען זיין הויז ווי ער פלעגט וואוינען, אן דעם וואס ער זאל געשטערט ווערן פון די שלענג, און בעיקר ווי אזוי ער פלעגט מיט זיינע געניטע מאנעוורעס ארומשפאצירן צווישן די שרעק-אנווארפענדע מאונסטערס אן צו געשעדיגט ווערן.
נו תכלית גערעדט ער האט געמאלן וואסער, אבער מען איז ארויסגעקומען מיט עפעס?
סאיז א בחינה פון תם 'ולא' נשלם, עס האט מיר געגעבן א טריט פאראויס און איך האב געזען אז עס איז נישט קיין פארלוירענע זאך, בעצם די הויז איז געבויט אויף זייער א טייערע סטיל, עס איז ווערט דריי אדער אפילו פיר מאל די פרייז פון וויפיל איך האב עס געקויפט, איך האב אפאר אפציעס אויפן טיש.
סאו וואס איז די פלאן דו גייסט ווער א הער-פעטא… איך ווייס נישט וואס? ווי אזוי נאר?
הערפאטאלידזשיסט
דו גייסט זיך אויסלערנען צו האדעווען שלענג? גייסט עפענען א שטעטל אין יוטא? איך מיין? וואס איז די פלאן.
איך וועל דיר זאגן, איך צי נאכנישט קיין שום מסקנות, אבער דאס ווייס איך איינמאל זיכער אז מיטן אייבערשטן'ס הילף האב איך קאנטעקט מיט דעם מענטש, ער איז מסכים צו ארבעטן מיט מיר, הגם איך האב נאכנישט קיין פיינעל דעסיזשן וואס איך גיי טון, אבער דאס אליין דאס געט מיר א שטארקע רואיגקייט אז עס איז נישט פארלוירן אינגאנצן.
איך קען דיר זאגן אויבן אויף די אפציעס וואס איך האב געקלערט, אבער עס מוז נישט זיין אז איך וועל גיין דערמיט.
ערשטע וועג. עס קען זיין אז איך וועל מאכן מיט אים א שטיקל שותפות, איך וועל אים געבן די שליסל, און וועל אים העלפן שאפן די נויטיגע פאפירן, ער וועט מיר צאלן רענט, און ער וועט ווייטער טון דארט זיין ארבעט.
צווייטע וועג. איך קען מאכן אז ער זאל דארט זיין אויף למשל א יאר צוויי, איך געב אים רשות אריינצוגיין, איך העלף אים מיט די פערמיטן, און ער דארף מיט זיינע וועגן טראנספארטירן די סחורה צו א אנדערע לאקאל, ער וועט פלאצירן יעדע מין שלאנג אין זיין ספעציעלע פלאץ ווי עס געהער, ער קען נאך ווייטער מאכן געלט אויף זיינע עקספערימענטן וכדומה, עס לוינט מיר נישט זיך אינגאנצן ארויסצוציען דערפון, ווייל אויב רייניגט מען אויס די הויז אפילו עס זאל נעמען אפאר יאר, איז די שוויות פונעם הויז זייער הויך, פיל מער וויפיל עס קאסט צוצושטעלן אלע זאכן פאר אים, עס וועט מיר נאך אלס בלייבן ריוח פונעם געשעפט אחרי ככלות הכל קרוב צו א מיליאן דאלער.
וואוו! איך בין אזוי פרייליך פאר דיר, געדענקסט ווי דו ביסט געווען טיף אין דער ערד ווען דו האסט אויסגעפינען וואס דא טוט זיך, האסט נישט געקענט חלומ'ן אז דער אייבערשטער וועט דיר אזוי שיין העלפן, איך זע אז דער עיקר פראבלעם זיינע איז געווען אז ער האט זיך נישט געקענט צאמנעמען צו מאכן די קלייניקייטן, די פערמיטן מיט די אנדערע זאכן, און דאס האט אים אין דער ערד געלייגט.
עס איז אמת, אבער ער האט געהאט נאך א גאנצע מעשה ווי אזוי ער האט באנקראטירט, ער איז געווען זייער פרייליך אז איך קען אים ארויסהעלפן, ווייל ווי נישט ווי אויב בלייבט עס אזוי וועט מען סוף כל סוף אנקומען צו אים, אבער איז נאכנישט קיין גאנצע ישועה, איך דארף זיצן מיט עקספערטן און אויסארבעטן די דעטאלן, אבער אזויפיל יא, אז איך ווייס אז עס דא א וועג אריין אינעם שלענגן גרוב בין איך רואיג, איך האב א קאפ צו טון די אלע נויטיגע זאכן וואס ספעלט זיך אויס.
האסט א פלאן אריינצוגיין אינעם הויז אמאל מיט אים?
איך ווייס נישט! ער האט מיר גראדע פארגעשלאגן אז ער קען מיר געבן א פארזיכערטע טור אן ווערן געשעדיגט, עס דארף צו זיין גאנץ אינטערעסאנט, אפשר איין טאג אפשר וועלן מיר גיין פאר א חול המועד האלטן… איך האף נאר אז עס וועט זיך נישט ענדיגן ווי די מעשה מיטן שפיגל… אבער איך האף אז דו כאפסט ווי רואיג און מיושב איך בין געווארן אז איך ווייס אז עס איז נישט קיין פארמאכטע פארשפארטע זאך, עס איז אפען ווען מען דארף, עס איז נאר די טעכנישע חלקים וואס מען דארף מסדר זיין.
יא! יא! דאס איז עס! דו האסט געצילט אין "פינטל", דאס איז די נקודה וואס רוישט אין מיר, און דאס איז די גאנצע כוונה פון די ארטיקל.
איך האף אז דו ביסט נישט ברוגז אויף מיר אז איך האב צעשמירט דיין מעשה, אבער איך האב נישט געקענט טרעפן קיין בעסערע צושטעל צו דעם ענין, איך האב אסאך געטראכט: וואס איז פשט אז מענטשן וואס רעדן צום אייבערשטן זענען רואיגע מענטשן, זיי טוען זאכן מיט ישוב הדעת.
איך געדענק איך בין געווען איינגעשטעלט אין א ישיבה… איינגעשטעלט תרתי משמע… עס איז מיר געווען א איינגעשטעלטע פאסטן דארט… און איך בין טאקע געפלויגן פון דארט אלס ברסלב'ער… על כל פנים, מען האט געלערנט אמונה מיט די בחורים עס ליגט מיר אין די ביינער, איינער פון די מגידי שיעור האט זיך זייער גערעגט, מען נעמט בחורים וואס מען קען אריינלייגן אין זיי אזויפיל, און מען איז זיי מחנך אז זיי זענען אלעס יוצא ווען זיי זאגן "איי לאוו יו האשעם!" ער מיט זיין קליינע שכל האט נישט געכאפט אז די לימוד פון רעדן צום אייבערשטן איז נישט א זאך וואס דו לייגסט אויף די וואגשאל, פון איין זייט איז דא גמרא רש"י, תוספות, קובץ מפורשים, מסילת ישרים, רצופות, בחינות, פומבי, און אלע שיינע פראגראמען וואס מען מאכט אין ישיבות, און יעצט לייגט מען אויפן אנדערן זייט וואגשאל עפעס אזא פריקת עול וואס הייסט "התבודודודת" מען געט א זאג א ווארט צום אייבערשטן און מען איז פטור פון א-א-א-לעם… איך האב פארשטאנען זיין ווייטאג ווייל ער האט נישט געוויסט די טייטש פון התבודדות.
נו זייער שיין! וואס האט עס מיט די שלענג! וואס האט עס מיט "לא איש דברים אנכי"? וואס האט עס מיט די תורה אין ליקוטי מוהר"ן? וואס האט עס מיט די שיעור פון "עס איז נישט קיין פעלער צו האבן א פעלער"?
הער צו! א מענטש… איז א הויז… וואס איז פול מיט שלענג…
נאכאמאל? א וואס? א מענטש איז א הויז פיל מיט שלענג?! פשיהא! אזא חידוש דאס איז מיר שוין נישט בייגעפאלן…
א מענטש האט א פראבלעם, למשל ער האט אזא געפערליכע מידה, ווען איינער פארשעמט אים ווערט ער ממש ווי א שלאנג, די כעס ברענט אין אים, און צומאל צינדט זיך אן אין אים רציחה, ער וועט יענעם פארשעמען און צוריק זאגן פריוואטע זאכן ממש יענעם הרג'ענען, יא? איז וואס לאכסטו פון מיר, א מענטש איז נישט קיין שלאנג אבער ער איז אנגעפילט מיט שלענג.
איך וועל דיר געבן א משל: א מענטש שפאצירט זיך אין גאס אריינגעטון אין זיינע מחשבות, ער איז ביי זיך זיכער אז ער איז אנגעקומען כאטש צו עפעס א מדריגה, ווי נישט ווי זיצט ער און לערנט, ווי נישט ווי רעדט ער מיט א ווייכע טאן צו יעדעם, ער האט אין זיך מידות טובות וישרות, דער איד שפאצירט אויף די גאס און פלוצלינג פארט אריבער א עקלהאפטיגע שטאטישע באס, מיט גרויסע ריזן בילדער פון אויסגאלאסענע נבילות, און - צו ער וויל יא צו ער וויל נישט - עס וועקט זיך אויף א שלאנג אין אים, ער געבט א קוק א קליין בליקל, זיינע פייערדיגע געפילן וואס ציען אים צו כאפן א קליין בליקל אויף אויסגעלאסענקייט רעכענען זיך בכלל נישט מיט אים.
דער יונגערמאן ווערט פלוצלינג געוואויר אז ער איז נעבעך אריינגעפאלן מיט א הויז, און די הויז איז פול מיט שלענג, עס איז א טייערע פראכטפולע הויז, אבער עס איז פול מיט נחשים ועקרבים.
נאך א דוגמא קטנה, דאס וואס מיר האבן גערעדט איבער בעלי דרשנים, עס שטעלט זיך אויף א טייערער וואוילער איידעלער איד, און הייב אן צו געבן א 5 מינוטיגע שיעור ווי נישטיג ער איז, און ווי נישט פארגעקוקט ער איז, און ווי שטארק ער האט באמת נישט געוואלט רעדן, נאר דער מחותן האט גע'חלש'ט אים מכבד צו זיין….
יא? דו ביסט דא? דו הערסט וואס איך רעד, אדער דו ביסט ביזי מיט דיין סטעטוס?
איך בין דא, איך הער יעדעס ווארט, עס איז מיר זייער א אינטערעסאנטע לעקציע, איך מוז הערן ווי דו גייסט דאס ענדיגן? איך בין פשוט שטיל ווייל איך ווארט צו הערן, יעדעס ווארט איז פערל און דיימאנטן.
וואס איז די דרשה יעצט, איך וועל דיר זאגן, דער איד איז א וואוילער איד, ער האט באקומען א טעלעפאן רוף פונעם מחותן: "איך מאך מעצטשעם שבע ברכות קומענדיגע וואך איך וויל דו זאלסט רעדן אפאר ווערטער".
די ווייסט וואס עס געשעהט יעצט אין דעם מענטש?
א. ער ווערט מורא'דיג פרייליך אז ער וועט קענען רעדן, מענטשן גייען אים אויסהערן (וואס באמת איז עס בכלל נישט קיין פראבלעם, א מענטש מעג און דארף פילן גוט אז מען רעספעקטירט אים).
ב. עס קומט אבער גראד אריין אין אים א מחשבה 'העי… דו ביסט טאקע אזא בעיבי דו דארפסט אטענטשן?'
(וואס באמת איז דאס ביי יעדער מענטש, יעדער מענטש האט ליב אטענטשן, מען ווערט נישט קיין בעיבי וועגן דעם, פארשטייט זיך מען דארף וויסן ווי אזוי עס צו בעטן… נישט אויף א בעיבי'שע וועג).
ג. נאכדעם קומט נאך א מחשבה: וואס איז מיט גאווה, איך בין פארפעסטעט מיט גאוה? ס'קען זיין אז טיף אין מיר נעסטעווען זיך שלענג פון די ארגסטע מידה פון גאוה?
(גאוה מיינט נישט אז מען ווייסט אדער מען רעדט זיך איין אז מען קען גוט רעדן, שרייבן וכדומה, גאוה איז אז א מענטש רייסט זיך אפ פונעם אייבערשטן).
ד. אבער דא קומט די צווייטע מחשבה: ווי נישט ויגבה ליבו בדרכי השם, און ווי נישט איז עס דאך אויך שמחת חתן וכלה.
ה. אבער די מחשבות לאזן נישט נאך: ווער ווייסט אפשר וועט עס נישט געלונגען, און אנשטאט די כבוד, וועל איך גאר האבן בזיונות.
עס הייבט אן ספינען א וואש מאשין אין זיין מח, ער קוקט זיך פאר, אבער ער ווייסט אליינס נישט וואס גייט פאר מיט אים, עס איז א בחינה פון וגילוי ברעדה…, א געמיש פון שמחה, איגאו, גאוה, טרויער, טשעלענדש, אפשר דורכפאל, די אלע זאכן ווערן אריינגעדרייט אין א טארנעיד"א פון א מענטש און ער קען זיך נישט ארויסדרייען דערפון.
דער מענטש אליין קען זיך נישט, ער ווייסט נישט אז עס טוט זיך אין אים די אלע זאכן, אבער עס איז דא א ווארט סאבקאנטשעסלי, אין אידיש, אונטער זיין באוואוסטזיין, שטורעמען אין אים די אלע זאכן וואס לאזן אים נישט קיין מנוחה. יעצט, עס קומט די געהויבענע נאכט פון די שבע ברכות, מען האלט שוין ביי זיין רייע און… באכע באכע באכע… די מחשבות לויפן ביהיינד די סינס, עס טוט זיך א שיף אן א רודער.
די זאכן וואס ער זאגט אנהייב די ערשטע פינף מינוט איז ווי א ענטפער אויף זיינע מחשבות: "לא איש דברים אנכי, איך האב מיך נישט אנגעגרייט, מען האט מיך געבעטן צו רעדן" דאס איז א תשובה אויף זיין מחשבה: די נאר איינער! בלייב זיצן וועט קיינער נישט וויסן אז דו ביסט א אומבא'טעמ'טער רעדנער! אבער איך וויל דאך רעדן ווייל אפשר וועט עס יא געלונגען און איך וועל באקומען די סעטיספעקשן אז 'איך' בין גוט, אבער אפשר בלייב זיצן און פארשעם דיך נישט אליין.
אויף דעם קומט דער ענטפער: איך בין נישט קיין רעדנער, איך וואלט מיך קיינמאל נישט אויפגעשטעלט רעדן, און… ועל כולם איך בין נישט אנגעגרייט, סוי קוקטס מיך נישט אראפ אויב עס איז אומגעלונגען, עס איז נישט אז איך האב דא גע'חלש'ט צו רעדן, אין די צייט וואס איך בין סתם א לא לנו, און אפילו עס געלונגט נישט חס ושלום, באמת קען איך יא רעדן איך בין א גוטע רעדנער נאר איך בין ליידער נישט פארגעקוקט.
ווייטער איך ווייס נישט צו איך בין דער פאסיגער מענטש צו רעדן, אבער במקום שאין איש איז הערינג אויך פיש…
דאס איז א תשובה אויף דאס וואס דרייט זיך אין אים איך בין אזא אטענטשן סיקער, איך ווער שוואך ווען אפאר מענטשן וועלן קייען ניסלעך און מיך אויסהערן, אדער בלייבן שטיל למען כבודי.
אויף דעם קומט די תשובה: ניין איך בין נישט קיין רעדנער (אין אנדערע ווערטער איך זוך בכלל נישט די אטענטשן, באמת בין איך א עניו) נאר ההכרח לא יגונה, דער בעל שמחה וועט פשוט נישט קענען שלאפן רואיג ביינאכט אויב איך וועל נישט רעדן, שוין וועל איך אים א טובה טון אבער מיינט ח"ו נישט טייערע איד אז איך האב "מרצוני הטוב געוואלט באקומען די אטענטשן".
דאס איז א טיפה מן הים וואס מענטשן מאכן זיך מיט מיט מחשבות, ווען זיי זעען ריאליטי ווער זיי זענען באמת, און מען קען דאך אבער נישט עפענען די טיר און מסכים זיין איך בין א בעל גאוה איך בין א פשוטער ב'ית ע'ין י'וד ב'ית י'וד, אדער איך בין א בעל תאוה, איך האלט שוין אזעלכע געהויבענע מדריגות אבער איך האלט נאך פאר אלף.
א מענטש דערזעט זיך כסדר ער קומט עקראס - ווי מען רופט עס אין די שפראך פון אונזער מדינה - מיט זאכן וואס ער וואלט זיך נישט געוואלט קימערן דערמיט, פאר אים וואלט געווען בעסער, ווען ער גייט אויפן גאס און ער ווערט נישט אינספייערד פון אויסגעלאסענקייט, פון אים אויס וואלט ער שוין געוואלט האלטן ביי אזא מדריגה אז ער איז באמת א עניו, באמת גייט אים נישט אן וואס מענשטן טראכטן פון אים, אבער ער האלט אין איין נאכאמאל און נאכאמאל זען אז זיין ווייך רעדן, אז זיין שאקלען ביים דאווענען, אז זיין זיך נישט אויפרעגן געוויסע מאל, אבער די אנדערע מאלן ווען ער עסט זיך אינעווייניג, און ער איז גרייט צו צורייסן מענטשן, דעמאלטס ווערן זיינע בנינים צופאלן, און עס איז גאר גאר ווייטאגליך, ער האט צוטון יעדן טאג מיט א צווייטע שלאנג וואס וויל זיך ארויסשטעקן די קאפ און אים קלארשטעלן יא! אדונינו מורינו ורבינו חשובער טייערע איד איר זענט אנגעפאקט מיט גיפטיגע שלענג פון כעס, תאוות, רציחה, קנאה.
אזא מענטש איז אין א סכנה, ער טאר נישט מודה זיין צו די מציאות, ווייל דאס מיינט אין אנדערע ווערטער איך ארבעט יארן יארן אויף מיר און איך האלט נאך פאר אלף? וואס קען מען טון דערצו? מען מוז לייגן א ריזיגן שלאס אויף די אינעווייניגסטע אמת'ע מענטש און מען מוז שטעלן א שיינע פנים 'פאר זיך אליין' נישט פאר אנדערע מענטשן, עס איז נישט ווייל ער איז א פאפער ער וויל פאפן, ער איז פשוט א מענטש וואס וויל קענען אנגיין אין לעבן אן דעם וואס זיינע שלענג זאלן מאכן א חורבן פון זיין לעבן.
וואס געשעהט איז, אז דער איד ווערט נעבעך עלטער און עלטער, ער האט נישט קיין עצה ווי אזוי פטור צו ווערן פון די גיפטיגע שלענג, די קעיס איז הערמאטיש פארשלאסן, דאן ווערט א הימלשרייענדע עוולה געטון צו דעם מענטש אליין, ער פארשליסט אלע טירן מיט דיקע סאונד פראף ווענט ער לייגט שלעסער און שלעסער, און דאס פאראורזאכט אז די שלענג אינעווייניג לעבן זיך א חיים טובים אין דעם מענטש, דער מענטש ווערט שענער און שענער פון אינדרויסן אבער אינעווייניג ווערט ער פארדארבענער און פארדארבענער, און מיט רעכט, וואס זאל איך טון, זאל איך גיין צום שפיגל און מיר זאגןL "טייערער …. דו ביסט א …" איך וועל נאר ווערן צובראכן, איך קען גארנישט טון מיט די אינפארמאציע, עס איז ממש א עבירה צו עפענען דעם פארשלאסענעם מענטש, ווייל ער וועט אריינפאלן אין א דיפרעשין, אין א יאוש, ממש ווי דו מיטן הויז, מען איז דא סטאק מיט א זאך וואס איז פול מיט שלענג, און איך ווייס נישט ווי אזוי עס ארויסצונעמען, איז וואס עצה'סטע מיך צו טון? איך זאל עפענען די טיר, אוטש! איך וועל דאך שטארבן, איך וועל דאך צעביסן ווערן איך וועל ווערן אויס?
דאס איז די תורה אין ליקוטי מוהר"ן סימן ס"ו א מענטש פאפט זיך אליין, ווייל ער מוז האלטן אין איין פארשליסן זיינע אינעווייניגסטע געפילן, 'פון זיך אליין', דאס וואס ער האלט אין איין טון משוגע'נע זאכן דאס זענען שלעסער אויף זיין אינעווייניגסטע אמת, עס איז פשוט א ענין פון הצלת נפשות.
און דאס איז די שיעור וואס דער ראש ישיבה האט געגעבן, ער געבט עס כסדר, אבער די נאמען איז אזוי טרעפליך "עס איז נישט קיין פעלער צו האבן א פעלער".
אז א מענטש האט די עצה פון רבי'ן, ער הערט עס, ער ווייסט עס, און בעיקר "ער ניצט עס" הערסט?! בעיקר "ער ניצט עס" אזא איינער מעג לעבן, ער מעג וויסן וואס עס טוט זיך אינעווייניג, ער איז רואיג, ווייל ער האט די כלים אריינצוגיין צווישן די שלענג און עפענען און נישט ווערן צוביסן, ער האט די כלים, אויב א מענטש ווייסט איך בין א ביטערער בעל גאוה, איך בין א ביטערער בעל עבירה, איך בין א אויסגערופענע כעס'ן, איך בין א מענטש וואס איז גרייט צו הרג'ענען א צווייטן, פארשעמען צוגרינד לייגן יענעמס לעבן אויב קומט עס מיר גוט אויס, אויב אבער ווייסט ער די עצה וואס דער רבי געבט אונז, איז ער נישט אויפן וואסער.
דער האט שוין לאנג אראפגעהאקט די טעלעפאן…
ניין! איך הער יעדעס ווארט, דו רעדט זייער גוט! דו האסט זייער זייער א שטארקע פוינט. עס איז אזוי פשוט און אזוי טיעף, מענטשן מיינען אז תפילה מיינט: באשעפער איך דארף א אייסקרים! באשעפער איך דארף א שידוך! דאס איז 'אויך' תפילה, אבער תפילה וואס דאס קאווערט דעם מענטשן'ס לעבן, תפילה פון וואס דער רבי רעדט אז א מענטש ווערט פטור פון אלע זיינע פראבלעמען איז דאס וואס דו זאגסט, דו מעגסט עפענען דעם פארשלאסענעם הויז, ווייל דו האסט נישט מורא אויב גייען ארויסקומען שלענג, איך גיי לכתחילה אריין דארט, איך זאג אייבערשטער איך בין אזא מין איך ווייס נישט וואס, געב מיר א עצה.
אוי האסטו עס גוט געכאפט! דו ברענגסט עס נאך ארויס בעסער פון מיר, יא יא דאס איז די נקודה, עס איז נישט קיין פעלער צו האבן א פעלער, עס איז א פעלער צו האבן א פעלער און נישט קעיר נעמען דערפון, אבער אז דו האסט א פעלער און די ווייסט נישט ווי אזוי זיך צו ספראווען דערמיט, בלייבסטו מיט א הויז/מענטש פול מיט שלענג, און די קענסט זיך קיין עצה נישט געבן.
אבער אויב דו ווייסט אז דו קענסט אנכאפן די שלענג, און זיך שפילן מיט זיי און ארויסנעמען די גיפט, ווי אזוי? מיט דיין מויל! רעד! זאג! שמועס! אפאר ווערטער צום אייבערשטן, זאג: אייבערשטער איך בין אזא כעס'ן! איך רעג מיך אויף ר' … ווייל ער האט מיך פארשעמט! איך בין פיל מיט שעדליכע קנאה, איך בין מקנה יענעמס טאלאנטן! אייבערשטער איך האב נישט קיין עצה, דו געב מיר א עצה, איך שפאציר אויפן גאס און איך זע, אייבערשטער איך גיי נישט באהאלטן פון מיר און פון דיר דער אמת ווער איך בין און ביי וואס איך האלט.
אוי איז עס א גאולה! אוי איז ער א אויסגעלייזטער מענטש! דער וואס טוט עס ווייסט נישט וואס ער שפארט זיך, "תפילה לק-ל חיי" זאגט דוד המלך אין תהילים, רעדן צום אייבערשטן דאס איז מיין לעבן, דאס אז איך רעד צום אייבערשטן דאס מאכט אז איך זאל נישט דארפן אנטלויפן און בלייבן מיט די גיפטיגע שלענג אין מיר איך מעג עפענען די טיר.