אויפ'ן וועג צו נייעגרע פאללס
כג כסלו תשפ"ד 📝
קרעדיט: משה ארי' שניצלער
רבותי ס'קומט טערביולאנס!
רבותי די פליגער גייט זיך א שאקל טון!
פעסטן סיט בעלט!
ס'קומט ערנסטע טורביולאנס!
קאללינג אלל פעסענדזשערס! די סכנה איז גרויס! כאפ די אקסידזשען מאסק! לייג די צוויי בענדלעך ארום דיין אויער! מאך זיכער אז די לופט פון די עראפלאן אקסידזען טאנק גייט אריין אין דיר! האלט די מאסק טייט!
ימי און אברהמי זענען געווען זייער נאנטע חברים, ממש אזוי ווי צווילינג ברודערס, זייער מלמד אין כתה ה' האט אפגעמאכט אז זיי דארפן זיך רופן מיט די ערנסטע נאמען "בנימין" און "אברהם". זיי האבן נישט געהאלטן ביים פאלגן, זיי ווילן זיך האלטן מער אויף די טשילערישע זייט, די פאות גע'דזשעלי'ט יעדן טאג, די שיך גע'פאליש'ט יעדן פרי מארגן, די בראוני קעיק פאר ריסעס האט געמוזט זיין דוקא אין א "זיפ לאק" בעג. בקיצור, קריספי, קראנטשי, ראפאגאש מיט אלע פיטשעווקעס.
זיי זענען געווען ענדליך מיט יעדע זאך, געוואוינט אויף איין גאס, געריסן אויף די זעלבע בייק, צוזאמען צאמגעשטעלט די "נוי סוכה קיט", געליינט די זעלבע מעשה ביכלעך, געגאנגען צו די זעלבע "הכנה לבר מצוה" מתמידים כתה, פארשטייט זיך אז ביי חזרה זענען זיי געווען א חברותא וואס דער מלמד האט נישט געקענט צושיידן, און אזוי אויך ביים איינטיילן די בעטן אין קעמפ.
נאך די בר מצוה זענען ביידע געגאנגען אין ישיבת "בני אייערקיכל ד'מאטיאשהערינג" שעל ידי מוסדות "דופן עקומה", דארט האט מען נאר אריינגענומען בחורים וואס לערנען בהתמדה אכצן שעה א מעת לעת און קענען צוויי טויזנט בלאט גמרא אויסענווייניג מיט אלע ראשונים ואחרונים, אדער בחורים וואס דער טאטע האט געגעבן פופציג אלפים.
נאך די חתונה האבן ביידע געלערנט אין בית המדרש הגדול לטוחני האט-קאפס וואו זיי האבן בהתמדה גדולה צומאלן קאפי קאפס פון צופרי ביז ביינאכט, די התמדה האט זיך געענדיגט ביינאכט ווען די ווייבלעך האבן שוין געענדיגט לייגן שלאפן די צוויי פיצלעך קינדער.
נאך עטליכע יאר האבן ביידע געעפנט א עמעזאן ביזנעס, ביידע האבן שיין מצליח געווען. בקיצור, "לייף, דהי וועי איטס מענט טו בי".
די איינציגסטע חילוק וואס איז געווען צווישן זיי איז געווען אז אברהמ'עלע איז געווען זייער א קארגער מענטש, נישט סתם קארג, עפעס אויסטערליש קארג.
איינמאל האט אברהמעלע'ס בעיבי זיך געשטיקט - רחמנא ליצלן - אויף א פעני, מ'האט געמיינט אז אט אט.... חס ושלום...... ווען דער הצלה מאן איז געקומען צו לויפן, האט אברהמ'עלע אים געזאגט ער זאל עס מאכן שנעל ווייל געלט טאר נישט זיצן אן מאכן אינטערעסט...
זיין קארגשאפט איז אריבער אלע פראפארצן, איינמאל זענען זיי געפארן מיט זייערע משפחות אויף א געפלאנטע וואקאציע קיין נייעגרע פאללס, אברהמי מיט זיין עסקעלעיד, און ימי מיט זיין נעוויגעיטער, אינמיטן וועג איז געשען וואס איז געשען, אברהמ'עלע רופט ימי, קום העלף מיר וויל איך האב געכאפט א פלעט, (א געלעכערטע רעדל, א "פאנקטשער" puncture) זאגט אים ימי, זיי נישט פויל נעם דיין ספעיר טייער (פיפטע רעדל) און לייג עס ארויף, מאך עס שנעל, איך וויל אונזערע וואקאציע פלענער זאלן נישט זיין געספוילט.
זאגט אים אברהמי, דו מיינסט איך בין טאקע פון די שוטים וואס פארן מיט א איבעריגע רעדל פאר צען יאר ווייל אפשר וועט געשען א פאנקטשער?! איך בין אביסל קלוגער פון דעם! כ'האב גענוצט די פינף הונדערט דאלער וואס אלע טפשים לייגן אין די פיפטע רעדל, כ'האב עס געלייגט אין באנק און ס'ברענגט אינטערעסט יעדע מינוט! אפילו ווען איך שלאף!
מענטשן פרעגן א קושיא אויף ברסלב, פארוואס זאל מען זאגן משניות יעדן טאג? בעסער זאל מען מאכן א קאמפעין אז אין א טאג וואס ס'קומט נישט אויס צו לערנען מיט די חברותא (מיין טאטע / שווער מאכט חתונה א קינד, אדער חס ושלום אין שפיטאל מיט א צובראכענע האנט / פיס) דעמאלטס זאל מען טון די זאך פון "זאגן" משניות, אבער ווען די סיסטעם פארט רוטין דארף מען בכלל נישט זאגן, נאר זיך פארלייגן "נאר" צו לערנען בחברותא, מיט אלע ראשונים ואחרונים.
גוטע קושיא...
די ערשטע תירוץ איז אז מוהרא"ש דער גרויסער צדיק און פראקטישער מענטש האט אויך געוואוסט פון די מרפסין-איגרא-קושיא, אז מוהרא"ש האט געזאגט אז זאגן משניות יעדן טאג ברענגט א מענטש צו רואיגקייט און צו טראכטן פון דעם אייבערשטן האט ער געוואוסט וואס ער רעדט.
די צווייטע תירוץ איז, פרוביר צו זאגן משניות פאר עטליכע טעג און זאג מיר אויב דו האסט נאך עפעס א קושיא... דו וועסט נישט וועלן אראפלייגן די משניות פון גרויס זיסקייט...
די דריטע זאך איז, אויב דו וועסט נישט זאגן משניות יעדן טאג וועסטו בעל כרחך אדורך גיין טעג אן תורה, ביי רוב מענטש איז דאס דער טרוקענער מציאות, אין די לעצטע צוועלף חדשים האסטו יעדן טאג געלערנט? ראש השנה? יום כיפור? פורים? ערב תשעה באב צופרי? מוצאי תשעה באב? שבת לערנסטו? חנוכה לערנסטו? כ'הער נישט... חנוכה לערנסטו?
די אורות גייען פליען, די הארץ גייט ברענען, ס'גייט שפריצן פונקען פייער פון די חנוכה לעכט, אוי ויהי נועם.... למנצח בנגינות....... די דביקות'דיגע ניגון ביי אנא בכח...... אוי מ'לויפט צו באבי'ס חנוכה פארטי...... מארגן ביי עלטער באבי....... איבערמארגן ביי די עלטער פעטער....... איבער איבער מארגן בי די עלטער עלטער שוואגער........ די קינדער ברעטשענען...... פלאטשקענען אין די נאסע מאראסטיגע שניי........... סי'געוועין אזא גארדזשעס חנוכה פארטי......... סאמטינג ספעשל..... נאך א מזל די קינדער האבן גע'pose'ד פאר די פיקטשער נאכ'ן ציפן און קוויטשענען קום אהער די סקונדע! איך צייל ביז דריי! קום אהער און זאג טשיז פאר די קעמרע! אז נישט באקומסטו נישט די ריזיגע דריידל אנגעפילט מיט גענוג צוקער צו מאכן hyper ביז מ'גייט נאך חנוכה ווייטער יעדן צווייטן דינסטאג צום טערעפיסט.
שוין... נאך חנוכה גייט מען זיך געהעריג נעמען אין די הענט אריין... איך גיי שוין יעצט רופן אין געשעפט צו ער האט די נייע קובץ אויף פרק חזקת הבתים...
ווייל דו ביסט נישט פון די נאראנים וואס גייען מיט א פיפטע רעדל אויף די קאר, ס'איז סתם א שטות...
דו ביסט דאך נישט פון די נאראנים וואס "זאגן" משניות יעדן טאג, ווייל דו קענסט אין די צייט לערנען בעיון... ממש א שאד די צייט...
שוין די העכסטע צייט צו פרובירן די עצה פון זאגן משניות, געב עס פינף מינוט א טאג, אלעס וועט ווערן בעסער.
רבותי ס'קומט טורביולאנס! מ'גייט כאפן א שאקל, יעדע וועג פון לערנען בעיון כאפט אמאל א זעץ, א שאקל, ס'ווערט צוטראסקעט, יעדער מענטש האט אמאל אין לעבן א טורביולאנס, א שאקל וואס קען חס ושלום שטערן זיין לערנען בעיון, יעדער מוז אמאל אנקומען צום פיפטן רעדל, יעדער מענטש קען אמאל זיין אין א מצב וואס ער קען נישט יעצט לערנען, נאר זאגן, בעסער גרייט זיך אן פון פריער, ווייל ווען מ'איז שוין אינעם קריזיס, חס ושלום, איז כמעט נישט מעגליך אנצוהייבן די זאך פון זאגן, מ'קען נישט שאפן א פיפטע רעדל ווען מ'איז שוין אין א פאנקטשור, נאר אויב מ'האט אנגעגרייט די פיפטע רעדל א לאנגע צייט פריער, ווען ס'האט אויסגעזען איבעריג, ווען אברהמי האט דיך געהאלטן פאר א שוטה, הייב אן זאגן משניות יעצט ווען ס'איז רואיג.
אז דו וועסט זיך נישט שרעקן פון דיין חבר וואס לאכט פון זאגן משניות, וועסטו לערנען יעדן טאג חנוכה, דו וועסט פילן אז ס'איז לעכטיג, אלעס איז פיין, אלעס איז וואויל, פיקטשער שמיקטשער, party shmarty, זאלן אלע קינדער טאנצן און קוויטשקענען, איך האב היינט געהערט וואס ר' שמעון בר יוחאי זאגט, וואס ר' עקיבא און ר' טרפון זאגן, איך ווער נישט נערוועיז פון קיין איין בעיבי וואס וויינט און קרעניעט ביי די חנוכה פארטי... איך האב א משניות אין טאש און כ'האב אלעס אויפ'ן בוידעם.
אוי וויי! כ'האב פארגעסן צו ברענגען צו די פארטי די טריפל קאקאו פאדזש וואנילא סינעמאן גראנאולע אוטברען רעזל דריזל פיזל סטראבערי בלובערי באסטן קרים pie פון די נייע דייעט קוק בוק!
אבי כ'האב נישט פארגעסן מיין קליינע משניות, סטראבערי שמאבערי, באסטן שמאסטן, כ'בין זיכער אז דערוילעם וועט אהיימגיין זאט אויך אן מיין געזונטע דייעט גראנאולע געמויזעכטס.
סאו זאל איך מבטל זיין מיין חברותא וואס איך לערן גמרא תוספות? חלילה! ווער רעדט פון מבטל זיין?! לייג צו דריי מינוט א טאג און זאג א פרק משניות..... עולמך תראה בחייך! דאס וועט דיר געבן א לעכטיגן ווינטער, א רואיגע חנוכה, א שיינע משפחה-פארברענג, א זיסע יאר מיט מנוחת הנפש ושלוות הדעת.