אונזערע העלדן
כב כסלו תשפ"ג 📝
קרעדיט: ישראל דוד העסקעל
חתן טייערער! הייבט אן דער גוט זאגער משמח זיין חתן כלה...
וואס איז די צושטעל פון פרשת וישלח צו חתן כלה?
חתן טייערע! האסט חתונה געהאט, יעצט דארפסטו זיך גרייטן לדורון לתפילה ולמלחמה...
כא כא כא...
מיר האט דער ווערטל עפעס זייער געאיבלט. איך האלט שוין נאכן הערן אזוי פיל שיעורים פון דער ראש ישיבה, אז א ווייב דארף מען מחשיב זיין וכו' וכו', און דער ראש ישיבה האט שוין אויך כמה פעמים געזאגט, אז דאס וואס מ'פירט זיך ביי אסאך שמחות אז מ'מאכט חוזק פון א שוויגער און א ווייב איז א עקלדיגע מנהג, און קומט פון נישט א ריינע מקור...
האב איך געטראכט אזוי... אויב גייט א חתן צו, צו זיין ווייב ווי אן עשיו, דארף ער זיך טאקע צוגרייטן לדורון, לתפילה, ולמלחמה, אבער אויב גייט א חתן צו צו זיין כלה ווי אזוי יעקב איז צוגעגאנגען צו רחל, דאן איז דער חתן גרייט צו שוויצן און ארבעטן עבודת הפרך פערצן יאר פאר זיין שווער א רשע מרושע א גנב, אבער אלס אבי צו קענען אנקומען צו די תכלית צו קענען בויען א אידישע שטוב!
וואס דארף איך זיצן יעצט און אויסהערן נארישע ווערטלעך? איך נעם ארויס מיין פענע מיט א קליין שטיקל פאפיר, איך קען דאך דערווייל שרייבן אביסל אנשטאט ברענען די צייט...
"דו מוזט באשרייבן הפצה, די מפיצים דארפן חיזוק! איך זאג דיר דאס מוז זיין דיין נעקסטע ארטיקל" - זאגט מיר איינער פון די חשובע לאנדאנע מפיצים - "דו ווייסט נישט וועלכע רדיפות און בילבולים מיר גייען דורך, אונז מוזן האבן חיזוק, איך בעט דיר!"
אזוי ווי איך וויל אנהייבן שרייבן כאפט מיר א פחד! וואו קומט דאס צו מיר צו באשרייבן די גרויסע הייליגע מפיצים, די וואס ברענגען אידן צום רבי'ן צו ווערן נענטער צום אייבערשטן, ווער בין איך דען אז איך זאל נעמען די פעדער אין די האנט און באשרייבן די הייליגע לייט...
אזוי האט מיר מיין מח געפלאגט מיט ספיקות אהין און אהער, אפשר איז עס גאר א פאלשע ענוה וואס דער שטן דרייט אן אלעס אבי נישט צו מחזק זיין, זיין גרעסטע שונא - דער מפיץ.
אבער למעשה, וואו קומט דאס טאקע צו מיר? און וואס קען איך דען שוין זאגן, איך בין בטל ומבוטל פאר די אידן וואס זענען זעלנער פארן רבי'ן און פארשפרייטן זיין הייליגע רייד איבערגעגעבן דורך זיינע תלמידים פון אלע דורות, ס'איז פאר קיינעם נישט קיין סוד וואס א מפיץ מאכט אלס מיט חרפות און בושות, זייער בלוט ווערט ווי הפקר ביי אומערצויגענע מענטשן, און ווער רעדט נאך ווען מאנכע צולאזטע אינגען הייבן הענט ה"י דאס איז דאך עשיו'ס מידה, ווי קומט דאס בכלל צו א איד מזרע אברהם יצחק ויעקב? אלא מאי דאס איז דער ס"מ דירעקט וואס שלאגט און טיילט מכות.
יעצט דארף איך קומען, קליינע מענטשעלע, גארנישט מיט גארנישט אין קאנטראסט צו א מפיץ, און איך דארף אים מחזק זיין? וואו נעמט מען די כוחות אויף דעם?
מיין מח שטופט עס ווייטער אוועק, ס'איז פאלשע ענוה! אלעס אבי זאלסט נישט מחזק זיין א מפיץ... און אזוי שלעפ איך מיך ארום אפאר טעג מיט דעם דילעמע, וואס טוה איך דא?
איך לויף אין מקוה און איך בעט דעם אייבערשטן זאל מיר פירן אויף די ריכטיגע וועג אז וואס איך טו, זאל נאר ברענגען א קידוש ה' און נענטער ברענגען מענטשן צום אייבערשטן, און נישט פארקערט חלילה.
אזוי ווי איך ענדיג זיך מתבודד זיין, פאלט מיר איין, אז דאס וואס איך שרייב ביז יעצט, איז עס נישט "איך" שרייב, נאר שלוחא דרחמנא אנא, דער אייבערשטער דרייט די פעדער אין מיין האנט און מיט גרויס סייעתא דשמיא קומט האפנטליך ארויס אביסל סחורה, אביסל חיזוק.
אויב אזוי אז נישט "איך" בין דער וואס שרייבט, קען מען שוין אויך באשרייבן מפיצים!
אבער ווי הייב איך אן? איך בעט א תפילה. אפאר מינוט שפעטער באקום איך א טעלעפאן רוף פון אונזער גרויסע מפיץ.
העלא?
יא שרולי, - פרעג נישט! מ'האט מיך יעצט אנגעקלאפט און צו'מזיק'ט אלע ביינער!
ווער? וואו זענען די גוים? רוף שומרים, איך קום שוין, וואס איז דער הפקר וועלט? א נייע רוח פון אנטיסעמיטיזם, יעדער אינגער שגצ'ל כאפט א איד אויפן גאס און צושלאגט אים וואס איז דאס?!
ניין ניין דו כאפסט נישט, דא אין … ביהמ"ד!
איך פארשטיי נישט, ווי אזוי קען דיר א גוי אנקלאפן אין שול ביי מנחה מעריב, ס'דאך פיל מיט מענטשן! האסט געשריגן?
ניין ניין, דו כאפסט נישט, אידן! מענטשן פון … ביהמ"ד האבן מיך צושמעטערט אלע ביינער!
כ'פארשטיי נישט, הייב אן פון אנפאנג, דערצייל מיר די גאנצע מעשה.
גארנישט, איך בין געגאנגען הפצה אז אנדערע אידן זאלן זיך קענען מחזק זיין און שפירן דעם גוטן טעם פון היכל הקודש, פלוצלינג קומט איינער צו מיר און הייבט מיר פראסט און פשוט אן צו שלאגן, און אזוי האט ער מיר באקלאפט אלע ביינער ביז די רציחה איז ארויס און ער איז אוועקגעגאנגען!
וואאאאאאאס???
איך האב געהערט ביי די שיעורים פון דער ראש ישיבה ווי ער זאגט אז מפיצים כאפן שלעק, אבער איך האב קיינמאל נישט געכאפט אז ס'איז עכט, ס'איז א מציאות, איך האב זיך אלס פארגעשטעלט אז די מענטשן זענען לכאורה גאר ווייטע מענטשן, מענטשן וואס זענען שוין לאנג נישט געווען אין א ביהמ"ד, צווישן היימישע אידן, אבער אז היימישע אידן מיט די גאנצע לבוש נאך אין א ביהמ"ד זאלן קענען הייבן הענט אויף א בחור'ל וואס גייט הפצה, דאס האב איך זיך שוין נישט געקענט פארשטעלן!
וואס איז פשט פון דעם, פון וואו קומט אזא התנהגות צו א איד? און דאס איז נאר איין קליינע מעשה'לע פון הונדערטער אזעלכע מעשיות וואס מפיצים גייען דורך טעגליך ווען זיי מאכן מיט בושות וחרפות און דאך גייען זיי אן במסירת נפש מיט זייער הויכע עבודה מקרב צו זיין און מחזק צו זיין צובראכענע אידן.
עס איז וויכטיג אנצומערקן אז שפעטער האט זיך גאר ארויסגעשטעלט אז דער שלעגער איז געווען אביסל אויף סחורה, און בכלל נישט געווען דאהי ווי מען רופט עס, און זיך פשוט און פראסט אויסגעגעבן זיינע נערוון אויפ'ן מפיץ, אבער פאר בזיונות און צו מאכן שוועריקייטן צו גיין הפצה איז דאס פונקט גענוג געווען. אלץ איז דא איינער וואס מאכט א טומל און א רעש און דאס מאכט שוין אויסזען ווי כאילו דער גאנצער ציבור איז אנטקעגן די הייליגע ספרים און קונטרסים.
נאך אזא אפענע צייכן מוז איך שוין טאקע שרייבן!
ערב ראש השנה ביים ציון אין אומאן האט מיר געכאפט א אויסטערלישע גלוסט און חשק צו טון עפעס פאר הפצה. אזוי דאווענענדיג ביים ציון טראכט איך וואס קען איך טון פאר הפצה יעצט, איך האף נאך שטארק אז איין טאג זאל איך האבן די זכיה צו קענען ארומגיין געהעריג… אבער למעשה תכלית, וואס קען איך יעצט טון?
איז מיר איינגעפאלן, אז רוב קונטרסים וואס זענען דא, אפעלירן בעיקר צו צובראכענע אידן - בחור טרעף דיין שידוך, זיי דיך נישט מייאש, וכו', די קונטרסים הייבן אויף געווענליך מענטשן וואס מוטשענען זיך און זענען צובראכן און זיי זוכן חיזוק, אבער פאר די בעלי גאווה וואס ווארפן ארויס קונטרסים און שלאגן מפיצים פאר זיי איז נאך גארנישט דא!
איך קען דאך אביסל שרייבן, טראכט איך צו מיר איך גיי שרייבן א בריוו דירעקט צו די אידן, איך וועל לייגן א גוטע קעפל אז זיי זאלן דאס מוזן אויפהייבן, און איינמאל ער לייענט עס שוין איז ער מיינס. איך גיי עס אזוי אנשטאפן מיט חיזוק אז האפנטליך ווען ער ענדיגט עס ליינען וועט ער האבן אינגאנצן אן אנדערע בליק, און אין בעסטן פאל גאר מקורב ווערן צום רבי'ן.
אויפן וועג אהיים פון אומאן, נאך אין פוילן, בין איך געגאנגען פרעגן דער ראש ישיבה אויף מיין רעיון... דער ראש ישיבה האט מיר געזאגט אדרבה, איך זאל עס טאקע טון.
אומר ועושה, נאך אינעם האטעל אין פוילן האב איך שוין אנגעהויבן שרייבן און ס'האט זיך געשריבן א מחיה, א שורה און נאך א שורה, איך האב זיך פרובירט צו מצמצם זיין אויף דער נושא מיט שיעורים פון דער ראש ישיבה, און ביז א וואך איז עס געווען פארטיג!
איך בין עס איבערגעגאנגען פאר'ן עס שיקן צום ראש ישיבה פרעגן אויב דאס קען ארויסגיין... און ס'הייבט מיר אן באדערן, ווער בין איך דען אזוי צו שרייבן... וואו קומט דאס צו מיר... אזעלכע שורות דארפן געשריבן ווערן דורך א גדול, וואס בין איך דען... ניין, איך שיק עס נישט! ס'גייט אריין אין מיינע ארכיוון מיט נאך הונדערטער שורות און שטיקלעך וואס גייען טאקע מן הסתם קיינמאל נישט ארויסקומען... און פארטיג! איך שעם זיך אז איך האב אפילו געקענט טראכטן פון אזאנס שרייבן... און זיכער פארמאג איך נישט די חוצפה דאס צו שיקן פאר דער ראש ישיבה, וואס האב איך בכלל געטראכט מתחילה...
ניין! ס'איז פאלשע ענוה! דאס איז דער סמ"ך מ"ם! האסט געשריבן עפעס וואס קען אפשר ברענגען נאך א איד צום רבי'ן, נאך א איד זאל אפשר תשובה טון, אפשר וועט ער אויך אנהייבן הערן די זיסע לעכטיגע דיבורים פון דער ראש ישיבה און ער וועט אנהייבן רעדן צום אייבערשטן וכו', זיכער איז דאס דער שטן וואס וויל נישט דאס זאל ארויסקומען!
איך בין מחליט אז איך טראכט אפילו נישט, איך שיק עס פאר דער ראש ישיבה! למעשה דארף איך עס נאך איינמאל איבערקוקן מאכן זיכער אז ס'האט נישט קיין גרייזן וכו', און נאכדעם שיק איך עס גראד!
איך ליין עס נאכאמאל דורך און ס'קומט אן החלטה, ניין! ווער מיינסטו דו ביזט? וואס טרעטסטו אריין אין אזעלכע גרויסע שיך? איך שעם זיך ווידער פאר מיר אליין, איך מאך עס צו און גראד צוריק אריין אין די ארכיוון!
אויב ווילט איר וויסן ווי אזוי מיין מח האט אויסגעקוקט די לעצטע פאר וואכן, דאן לייענט איבער די לעצטע פאר שטיקלעך נאכאמאל און נאכאמאל… אזוי האט זיך מיין מח געוואקלט פון דעמאלט ביז יעצט אהין און צוריק, יא-ניין ניין-יא...
יעצט אבער אז איך שרייב אביסל וועגן הפצה, האב איך געשפירט אז ס'איז א פאסיגע צייט ארויסצולייגן די פאר שורות וואס איך האב זיך צאמגעשריבן, און האפנטליך וועלן מפיצים קענען נעמען חיזוק פון דעם.
פאר די קעפל האב איך געשריבן:
דער ענין פון צורייסן ברסלב'ע גליונות
"לאמיר דיך טאקע פרעגן, וואס איז פשט פון דעם וואס מען זעט ערליכע אידן צורייסן און ווארפן ארויס ברסלב'ע גליונות און קונטרסים?
וואס איז ברסלב בכלל?
וואס איז דער פחד וואס מענטשן האבן ווען זיי הערן ברסלב?
וואס שטעכט אזוי פאר א טאטע ווען זיין זון ציט קיין ברסלב?
לאמיר טאקע דא אויסשמועסן וואס איז די בלינדע שנאה וואס מענטשן האבן אויף ברסלב שוין איבער צוויי הונדערט יאר.
ס'איז פאר קיינעם נישט קיין סוד ווער דער הייליגער רבי איז געווען, ער איז געווען אן אייניקל פון דער הייליגער בעל שם טוב, פון די גרעסטע צדיקים וואס די ערד קוגל האט נאר אמאל געזען.
די אינטערעסאנטע זאך איז נאר, אז מענטשן וואס האבן נישט קיין שייכות מיט ברסלב ווייסן בכלל נישט קיין סאך צו זאגן איבער דעם צדיק און פון זיינע תורות, אנדערש ווי אנדערע צדיקים פון זיין דור ווי דער הייליגער קדושת לוי זכותו יגן עלינו, די הייליגע ברודער ר' אלימלך און ר' זושא זכותם יגן עלינו וכו', ווער האט דען א קרום ווארט צו זאגן אויף די הייליגע צדיקים און אויף זייערע תלמידים, און ווער ווייסט דען נישט כאטש איין תורה אדער מעשה פון די הייליגע צדיקים, איז פארוואס טאקע איז דער הייליגער צדיק וקדוש רבי נחמן פון ברסלב זכותו יגן עלינו ארומגענומען מיט אזוי פיל מחלוקת און לשון הרע'ס? וואס איז פשט פון דעם ברען קעגן ברסלב'ע חסידים?
איז אזוי, קודם לאמיר זען וואס איז ברסלב בכלל, וואס איז דער זאך אויף וואס אזוי פיל מענטשן קריגן אויף דעם, וואס שטייט אין די אלע גליונות וואס מענטשן זענען אזוי פארנומען צו צורייסן און ארויסווארפן.
דער הייליגער רבי, דער נחל נובע מקור חכמה מיט זיינע הייליגע תלמידים אין שפיץ פון זיין תלמיד דער צדיק וקדוש רבי נתן זכותו יגן עלינו האבן אראפּגעברענגט א לעכטיגע אור השוה לכל נפש פון עצות ווי אזוי צו לעבן מיט אמונה, ווי אזוי צו קענען אלעמאל זיין פרייליך אין יעדער מצב, און אז יעדער איד זאל אויך קענען זיין א צדיק, דו אויך! יעדער איד קען רעדן מיט'ן הייליגן באשעפער, יעדער איד קען תשובה טון.
דער הייליגער צדיק מוהרא"ש זכותו יגן עלינו האט געטראפן אין רבינ'ס ספרים א דרך הלימוד השוה לכל נפש, יעדער איד קען לערנען און עוסק זיין בכל מקצועות התורה, ווי אויך א וועג ווי אזוי צו דינען דעם אייבערשטן מיט תמימות און פשיטות.
אויב אזוי שטעלט זיך די פראגע, פארוואס קומט נישט יעדער צו לויפן צו א פלאץ ווי יעדער פשוטער איד קען זוכה זיין צו א ריינע לעבן פול מיט אמונה, תורה, שלום בית, התבודדות וכו'?
די תירוץ איז, טאקע ווייל ס'איז די גרעסטע זאך אויף דער וועלט איז דא אויף דעם א גרויסע יצר הרע, אזוי ווי מוהרא"ש פלעגט זאגן אז דוקא ארום א לעקטער אין גאס דרייט זיך ארום אלע פליגן. אויף ברסלב וועט יעדער האבן עפעס וואס צו זאגן, און עס קומט אן צו יעדן איינעם פארשטעלט אויף א אנדערן וועג, ביי איינעם קומט ער ווי א ירא שמים וואס זאגט אים: "נע, די קונטרסים? דו ווייסט נישט אז די פריערדיגע האבן שוין נישט געהאלטן דערפון?"... צו א צווייטן קומט ער גאר מיט א פארקערטע וועג: "וואס היכל הקודש? ס'איז עפעס א פארפרומטע פלאץ"...
טייערער חבר, נעקסטע מאל דו זעסט א גליון אדער א קונטרס און די בלוט גייט דיר ארויף אין קאפ, דו פילסט אזא ברען קעגן דעם, געדענק אז דו האסט א יצר הרע'לע וואס טאנצט דיר אין די קישקעס און ציטערט אז אויב דו וועסט חלילה אויפהייבן דעם גליון און דו וועסט טרעפן די ליכטיגקייט פונעם רבי'ן וועט ער דיר נישט קענען מער אראפווארפן...
פייף אים אן!!! אנשטאט עס אוועקווארפן ליין עס דורך, קוק וואס דארט שטייט, אפשר וועסטו טרעפן דארט דיין חיזוק אדער א וועג פאר דיר תשובה צו טון און ווערן נאנט צום אייבערשטן, דו קענסט אויך זוכה זיין צו א לעבן מיטן אייבערשטן, א לעבן מיט אמונה.
מיין טייערער פריינט, טראכט אריין א מינוט ווי אזוי דער סמ"ך מ"ם האט געמאכט אן אנדרייעניש פון נ נח'ס וכו', ער האט ארומגענומען ברסלב מיט כל מיני משוגעים למיניהם און לשון הרע'ס אזש א מענטש ווערט אויפגעציטערט ווען ער הערט די שרעקעדיגע ווארט "ברסלב", מ'אנטלויפט פון דעם, אבער ווער עס האט סייעתא דשמיא און טרעפט יא דעם הייליגן וועג פונעם רבי'ן מיט זיינע תלמידים, אוי ווי לעכטיג איז אים, דער רבי שרייבט אז ער האט די כח ארויסצושלעפּן א מענטש פון רפש וטיט, פון די ערגסטע עבירות קען א מענטש זוכה זיין צו ווערן א צדיק אמת.
דאס איז מער ווייניגער די תמצית פון יענע שורות וואס איך האב געשריבן, איך האב עס דא אביסל מקצר געווען ווייל איך האב בעיקר געוואלט ארויסברענגען די חיזוק פאר א מפיץ.
איך געדענק ווען איך בין מקורב געווארן גראד אין אנהייב, בין איך געווען זייער נאאיוו, איך בין געווען זיכער אז מיינע "גוטע פריינט" און משפחה מיטגלידער גייען זיך אזוי פרייען פאר מיר אז איך האב געטראפן א פלאץ וואס געבט מיר לעבן, א רבּי וואס ברענגט מיר צום באשעפער, אבער גאר שנעל האב איך אויסגעפונען פון די שרעקעדיגע ברסלב'ע ווארט וואס הייסט מניעות... אוי האב איך אנגעהויבן כאפן אויף אלע זייטן אבער נישט סתם, איך האב זיך (קען זיך נאך מאכן היינט אויך...) געשפירט ממש ווי א מצורע...
איך דערמאן זיך, ממש אנפאנג ווען איך בין מקורב געווארן בין איך געזעסן מיט מיינע חברים און איינער פון זיי נעמט די דרייסט מיר צו פרעגן:
"ס'איז אמת אז דו הערסט שיעורים פון דער ראש ישיבה?
יא!
איך קען דיר עפעס פרעגן, אויב הערסטו מארגן אז איך האב געליינט עפעס א גליון פון סיי וועלכע מגיד וואס איז נישט ברסלב וואלט דיר עס אויך אזוי אינטערעסירט??? …
אויך געדענק איך איין צופרי בין איך געזעסן נאך שחרית אין די מנין ווי איך פלעג יעדן טאג דאווענען און געזאגט תיקון הכללי אינמיטן קומט צו א איד און הייבט מיר אן שלעפן ביים טלית: "זאג, דו מיינסט טאקע אז דאס גייט די העלפן?" און ער לאכט...
מה פשעי ומה חטאתי, איך וויל סך הכל זיין אן ערליכער איד, איך האב געטראפן א צדיק וואס העלפט מיר, וואס ווילסטו פון מיין לעבן האבן?? אבער אזוי גייט עס, מ'קומט אין היכל הקודש און די בלוט ווערט הפקר!
נאך א נס אז איך האב געקענט אנשטאפן מיין טאג מיט שיעורים פון דער ראש ישיבה און מיט לערנען ע"פ סדר דרך הלימוד דאס האט מיך ממש געראטעוועט! נאר דאס האט מיך דעמאלט געגעבן חיזוק.
איך טראכט צוריק איך ווייס נישט אויב איך וואלט עס נאכאמאל געקענט דורכמאכן... די כוחות הנפש וואס דאס נעמט ווען איך הייב נאר אן טראכטן ווערט מיר טונקל, ס'קומט מיר ממש צו וויינען...
די מפיצים אבער די גיבורי חיל גייען דאס אריבער טעגליך! ס'איז נישט קיין תקופה'לע דא און דארט וואס מאכט זיך, און דאך יעדן טאג מיט א פרישקייט טאנצן זיי נאכאמאל אריין אין לייבן גרוב, א פרישע טאג פרישע בושות פרישע מכות...
וואס זאל איך זאגן, איך ווארט איך האף און איך שטרעב פאר די טאג וואס איך וועל אויך זוכה זיין צו זיין א חלק פון ענק מפיצים! אשריכם ואשרי חלקכם גיבורי החיל!!!