אלע קינדער לויפן ביז’ן בוים מיט די געלע צייכן! קיינער לויפט נישט ווייטער!
ווער געדענקט די ביימער וואס מיר האבן געבויט דארט אלע יארן די טר"י האויזע"ס? עס האט געהאט ספרע"י פעינט גרויסע געלע אותיות פון אויבן ביז אראפ.
קינדער! עס איז זייער א סכנה'דיגע שיפע בערגיגע וואלד, עטץ זעטס דעם ריזיגן פעלזן שטיין, פון דארט קען מען זען די הערליכע פאנאראמע, ממש די גאנצע מאונטענס זעט מען פון דארט, מען דארף אבער זייער אכטונג געבן, אז מען גייט צו ווייט דארט קען מען חס ושלום אריינפאלן ביז'ן תהום... נאכאמאל! קיינער….גייט נישט…ווייטער…פונעם דיקען בוים מיט די געלע פארב! 
ווער איז געגאנגען ווייטער? ווער איז געגאנגען נאכן בוים? קומט אלע צוריק, עס איז נישט דא קיין קומזיץ היינט, אויס טריפ! ווער איז געגאנגען ווייטער פונעם בוים? איך וויל פון גארנישט הערן, אלע קינדער קומען צוריק!
דו ביסט געגאנגען ווייטער פון דעם בוים? קינדער טרעפן נישט דעם גרויסן אנגעצייכנטן בוים? פיין! ווארטס דא, איך וועל גיין פאראויס, אלע קינדער גייען שטאטערהייט אונטער מיר, פראבירט צו גיין שטיל, איר געדענקט דאך לעצטע יאר ווען מיר זענען געקומען דא האבן מיר געהאט צו טון מיט דעם אלטן שכן, פראבירט נישט צו מאכן קיין גערודער.
אינטרעסאנט, איך זע עס טאקע נישט, פארשווינדן די אלע שיינע זאכן וואס מיר האבן געבויעט אויפן בוים? ערגעץ דא פלעגן מיר שפאצירן פאריאר, ניין? ווער געדענקט? איך פארשטיי נישט, ווי איז געווען די שטיין ווי מיר פלעגן מאכן קומזיצן אלע יארן? ווילסט מיר זאגן אז מיר בלאנדזשענען?
איך האב נישט קיין פראבלעם צו גיין די וועג, אבער איך זוך נישט אנצוהייבן נאכאמאל מיט'ן גוי, מיר האבן שוין גענוג געהאט מיט אים, מיר האבן דאך געהאט אנגעצייכנט א וועג אז מיר זאלן נישט דארפן אריינגיין אין זיין פראפערטי.
איך מיין אז מען זאל גיין ווייטער, קינדער ער קען אונז גארנישט טון, מיר וועלן גיין שטיל, און אז ער וועט ארויסקומען וועלן מיר אים זאגן אז מיר בלאנדזשען…
דער עיקר איז, קוקטס גראד, מיר דארפן אנקומען צו יענע הויכע פעלזן שטיין, דארט איז עס! די וועג איז זייער קענטליך, עס מוז זיין אז עס פעלט איינע פון אונזערע באליבטע הויכע גראבע ביימער, ווי מיר פלעגן בויען, האקן, ער איז נישט דא דער דיקער בוים, קוק זעסט די צייכענעס, דעס איז קלאר אונזער וועג פון די פארגאנגענע יארן, נישט געפערליך, דער עיקר יענקעלע האסט געברענגט די גיטאר? יאסעלע האסט געברענגט די גריל? די ספיקער'ס אלעס איז דא? קוילן? פלייש? פיין, אבער איך זאג ענק נאכאמאל: "מ'קען אראפקוקן אבער נישט גיין נאנט צום עק, עס איז געפערליך מסוכן".
 
קינדער וואס זאגט איר צום אייבערשטנ'ס וועלט? הערליך! ווי אין שטאט זעט מען אזא סצענע? משוגע צו ווערן, זעסט די וואסער דארט, דאס איז מיילן אוועק, עס איז איינס פון די רעזערווארן פון ווי עס קומט די שטאטישע וואסער, הערליך! הערליך! מ'קען נישט זאט ווערן, אלעס האט דער אייבערשטער באשאפן פאר אונז, אז מיר זאלן דא קומען און זאגן וואוו! דער אייבערשטער איז אזוי גרויס, וואס קוקסטו דארט? דו זעסט אויך וואס איך זע? נישט גיין צו נאנט אבער קוקטס גוט, יא, דער בחור איז דא, וואו! ווער האט געקענט גלייבן אז אזא דיקער בוים וועט אזוי אראפטראסקענען, דארט ליגט ער אן קיין צייכענעס פון לעבן… ממש כדומן על פני השדה, וואו!  עס איז זיכער א פופצן צוואנציג שטאק אראפ, אבער דו זעסט קלאר די דיקע האלץ, יוא נעבעך די געביידע אלעס ליגט דארט אונטער דעם בארג, קוק גוט קענסטו נאך זען די גרויסע געלע ערר"או, עס ליגט דארט טיעף אראפ, אונטן.
 
אלע זעצן זיך אין א גלייכע רינג ארום, די פייער האט זיך שנעל אנגעכאפט, קענסט אריינווארפן אפאר קליינע שפענדלעך, אוי איך האב פארגעסן די צעטל פון די ניגונים, אה דו האסט עס געברענגט? נאך א מזל… פיין! נו א C מעידשאר, זייער גוט! פאנג אן די אינטראו, הערליך שפילט עטץ, קרוץ מחומר מה מועיל לו… אלע קומען אריין! הארמאני! הערליך! שששש… איציק סאולאו! 'חומד… חומד ומתאוה את שאינו שלו…' נאכאמאל פון אנהייב, און יעצט מיט די אידישע ווערטער… ’יעדע קליינע זאך טוט אויף אסאך, טוט אויף א סאך, טוט אויף א סאך… עס לוינט זיך עס לוינט זיך צו כאפן א מצוה'לע…’
הע! זעלבע ניגון פון לעצטע וואך? נו וואס איז, א שיינע ניגון ווערט מען נישט מיד… די אלע היינטיגע נייע ניגונים זענען דיספאזעבל… מען זינגט עס אפאר מאל און עס גייט אין גארביטש…
שששש…. קינדער, די פלייש איז שוין דורכגעבראטן, און וויל ענק זאגן א אינטערעסאנטע זאך וועגן די בוים, עס איז דא א בוים עס הייסט א "עש טרי" אזוי רופט מען עס אויף ענגליש, איך ווייס נישט פארוואס עס הייסט אזוי, אזוי הייסט עס, קוק זעסט די ליידיגע ביימער וואס האבן נישט קיין בלעטער? אין די עש ביימער, האט זיך לעצטענס אריינגעכאפט אזא ווארימל' ביי מיר אין בעק יארד האב איך אויך געהאט, אבער נישט אזא דיקע בוים, ווי די וואס ליגט דארט… וואא! א גוטער ארבעט געמאכט…
דער קליין ווערימל שפאצירט זיך זיין וועג אהיים פון דער ארבעט, עס שטייט אים א ריזיגע בוים אין וועג, ער מוז פארקירעווען זיין וועג, שטעל דיך פאר די פארסט יעדן טאג א איבריגע שעה פון וויליאמסבורג קיין בארא פארק, נישט אלס טרעפיק אויס, מען האט צוגעמאכט א וועג דו דארפסט ארומפארן נאך א איבריגע שעה, פאר דעם ווארימל איז ארומגיין די בוים אזוי ווי פאר דיר א איבריגע צוויי שעה.
מען גייט פארקורצערן די וועג, יעדן טאג וואס ער גייט אריבער די בוים וואס שטייט אים אין וועג געבט ער א קליינע בייס, אלע לאכן פון דעם קליין ווארימל וואס, דער בוים איז א מויער, אפילו מענטשן אז זיי ווילן פטור ווערן פון דעם בוים גייט עס מיט מאשינען זעגן, האקן, ממש כלות הנפש, וואס איז דיין פלאן די קליין ווערימל?
אבער דער ווארים האט נישט קיין התפעלות, איך… גיי… דעם… בוים… אויסרייסן. עטץ קענסט אלע לאכן, איך בייס אריין אין די שטאם.
ווער געדענקט פאראיאר די פרעכטיגע שטארקע שטאלצע בוים, נישט קיין ווינט, נישט קיין האריקעין, נישט קיין שטורעם ווינט, און נישט קיין מאשינען נישט קיין זעגן… א קליין צוקראכן ווערימל… יעדן טאג אפאר ביסן, און פלוצלינג די בוים טריקענט, און שטארבט אפ מער און מער, דא קוקטס אויף די בוים… הילד איננו… קוק דא איז די שטאם פונעם בוים עס קריכן דארט א מיליאן ווערימליך… א בייס נאך א בייס מיט עקשנות… דאס איז וואס האט אראפגעברענגט די בוים.
***
יעדער פון אונז דרייט זיך ארום מיט זיין פעקל צרות, עס שטייט ווי א אייזערנע מויער, איך וועל נישט קיין חתן ווערן, איך וועל שוין קיין שלום בית נישט האבן, איך בין קראנק, אלע דאקטורים האבן שוין געזאגט אז עס איז עפעס וואס עס איז נישט דא קיין רפואה דערפאר, איך בין א פארפאלענער, דו ווייסט וויפיל טעלעפאנ'ס איך האב שוין צובראכן, ווייסט וויפיל מאל איך האב אנגעהויבן פון דאסניי, שמירת עיניים איז נישט פאר מיר, איך בין נישט בעל הבית אויף מיר, איך בין א כעס'ן איך ווייס נישט וואס צו טון, ווי אזוי קריך איך ארויס פון מיינע פחדים, ממש איך שטארב פון שרעק יעדע מינוט פון מיין לעבן, מיין מוח פלאצט מיר פון סטרעס.
איך וויל דאווענען, איך וויל רעדן צום אייבערשטן אבער עס איז עפעס נישט, איך האב נישט קיין צייט, קיין פלאץ, קיין מח, צו די צרות וואס איך מאך מיט, צו די נסיונות מיט וואס איך מוטשע מיך, מיט די נאטורן וואס איך האב, צו דעם דארף מען האבן יארן יארן תפילות! מען דארף איינרייסן וועלטן! מען דארף שפאלטן הימלען! מען דארף בוקע רקיעים זיין! מען דארף פארגיסן טייכן טרערן! 
ווי קען איך בעטן, ווי קען איך שפאלטן הימלן ווי קען איך וויינען, קוים קוים קוים וואס איך קען זאגן איין ווארט צום אייבערשטן, ווי הארץ וואס הארץ, אלע מיינע רמ"ח אברים ושס"ה גידים זענען פארשטאפט, קוים וואס איך קען זאגן די ווארט טאטע!
אל תיראי תולעת יעקב, האב נישט מורא די 'ווערימל' יעקב. מתי ישראל אני עזרתיך, די קליין פאלק ישראל איך וועל דיר העלפן, נאם השם וגאלך קדוש ישראל, אזוי זאגט דער אייבערשטער דער גאט פון די אידן.
די ביסט נישט מער ווי א קליין פאלק, א קליין ווערימל, וואס קען שוין א ווערימל טון, גארנישט דער ווארים האט א פראבלעם מיט א אייזערנער בוים, עס שטייט פארענט פון אים, ער קען נישט ריקן ער קען נישט זאגן, ער קען זיך נישט שלאגן מיט די מעכטיגע פרעכטפולער שטאלצער בוים! ער קען נישט! קוקטס דארט אונטן, ווער האט אראפגעווארפן דעם בוים, דאס קליין ווארימל, מיט איר קליין פיסקל, יעדן טאג איין קליינע בייס.
האב נישט מורא, דיין צרה איז שטארק, מעכטיג, אלע לאכן פון דיר, די וועסט קיינמאל דא גארנישט טוישן, איך ווייס אויך פון תפילה אבער פאר אזא צרה פאר אזא גזירה, פאר אזא צודרייטע נאטור, צו דעם דארף מען זעגן, האקן און קנאקן תפילות, קאנאנען, אמת! ביסט גערעכט! אזא צרה אראפצופליקן דארף מען גרויסע שווערע העק און מאשינען, אבער דער קליין צובראכן ווארימל קען עס מאכן מיט זיין קליין פיסק יעדען טאג א קליינע בייס און דער צרה איז פארשווינדן.
לאמיר נישט אונטערשאצן די מתנה וואס דער אייבערשטער האט אונז געגעבן - א מויל - לאמיר עס ניצן פאר קליינע פיצקעלע ביסן, לאמיר ווארפן תפילות: "אייבערשטער איך קען נישט מער, אייבערשטער איך בין פארשניטן פון דיר, אייבערשטער יעדער זאגט אז עס איז דערנאך מיט מיר, אייבערשטער איך וויל זיין גוט, אייבערשטער איך האב נישט קיינעם אויף די וועלט, אייבערשטער אויב דו וועסט מיך נישט העלפן ווער וועט מיך העלפן",  אוי די קליינע ביסן וואס מען רייסט אריין אין די צרה, נאך איין בייס נאך איין בייס, און פלוצלינג די צרה איז פארביי.
יעדע קליינע בייס טוט אויף א סאך טוט אויף א סאך טוט אויף א סאך!