איך פלעג אריבערפארן יענע ריזיגע פראפערטי יעדן טאג, עס האט גענומען צייט ביז איך האב אויסגעפינען צו וועמען עס געהער, אבער צום סוף האב איך אויסגעפינען. נישט אז איך בין געווען נייגעריג וועגן דעם פראפערטי, עס איז מיר נאר געווען אינטערעסאנט ווי אזוי עס איז אים געלונגען צו באקומען א פערמיט, לויט ווי מען האט געהאקט די ביימער דארט האט אויסגעזען אז עס קומט פיתום ורעמסס, סתם אזוי וואלט ער דארט נישט געמאכט א חורבן פון אזא הערליכע פלאץ אנגעפילט מיט ביימער, שוין! ער קען זיך קריגן מיט מיר, איך האלט נישט אז אויב מען גייט בויען הייזער איז די ערשטע זאך אויספליקן ביימער, ווי נישט אז דו בויעסט פאר מענטשן וואס קומען פונעם סיטי ווילן זיי יא האבן אביסל שאטן, נו וואס וועט עס שאטן אז דו וועסט לאזן אביסל שאטן, אבער שוין אז ער איז דער גרויסער מעכטיגער בילדער מסתם ווייסט ער וואס זיינע קליענטן דארפן, איך מיש מיך נישט.
 
אזוי בין איך אריבער געפארן יעדען טאג איך האב געזען דארט האקן ביימער, יעדען טאג וואס עס איז פארביי האט מען מער און מער געזען ווי דער ריזן וואלד ווערט ליידיגער און ליידיגער, א לאנגער ווינטער, עס איז מיר געווען אינטערעסאנט סתם אזוי די וועג ווי אזוי זיי האבן געקנאקט שטיקער, ממש פון אנהייב ווינטער יעדן טאג זענען די ארבעטער אנגעקומען און אויסגעריסן ביימער.
 
יעצט אז יום טוב איז פאריבער, איך האב ווייטער אנגעהויבן דורכפארן דארט, די קלימאט האט זיך שוין געטוישט, דער זומער איז אנגעקומען מיט אלע מפרשים איך זיץ מיך אין מיין ערקאנדישענד קאר, און איך פאר אריבער זיין פראפערטי,דאס האב איך שוין נישט געקענט פארשטיין, איך בין געווען זיכער אז עס קומט שוין עפעס ארויף א דעוועלאפמענט, אפשר א שיינעם וואלקן קראצער דא אין די אפסטעיט געגענט, אבער ווי, וואס, ווען, קיין זכר פון קיין בויען, שטייען די זעלבע ארבעטער און גראבן אבער נישט קיין פאנדומענטן, זיי גראבן גריבלעך צו פלאנצן… ביימער… דאס האט מיר שוין אויפגעוועקט מיין נייגער איך האב נישט געקענט איינהאלטן, דא שטייען זיי גאנץ ווינטער און זיי רייסן אויס ביימער, זיי מאכן צוניש פונעם וועלדל, און אזוי ווי זיי האבן געענדיגט, הייבן זיי אן צוריק, זיי גראבן, שטעקן אריין קליינע ביימער, מתחילה מאי קסבר ולבסוף מאי קסבר וואס איז די גאנצע דיון. איך בין ארויס פון מיין וועג איך האב מיר אריינגעריקט דארט אינעם פראפערטי איך האב מיך צוגעשארט צו איינע פון די ארבעטער איך פרעג אים אהובי ידידי וואס גייט דא פאר.
 
זאגט ער מיר איך וועל דיר זאגן, דער בעל הבית איז א גרינער אין די סוגיא פון אפסטעיט, ער האט אפגעקויפט די פראפערטי, ער האט זיך געוואלט בויען א הייזקע, ער האט עס געקויפט סוף זומער, ער האט שוין אנגעהויבן פלאנירן אז ער גייט בויען געהעריג אפסטיעט סטייל, אין שטאט איז ער אינעם סענטער, עס טוט זיך ארום און ארום, יעדער האלט מיט אלעס וואס עס טוט זיך ביי אים, יעצט גייט ער זיך באהאלטן אין טיפן וואלד, ער גייט בויען פונקט אינדערמיט. מען האט שוין געברענגט ארכיטעקטן, און בוי מייסטערן, מען איז שוין געווען גרייט אנהייבן בויען זיין פאלאץ, פלוצלינג האט זיך אונטערגעריקט די אנהייב פון די הערבסט סעזאן, די גאנצע פרייוועסי איז אים צורינען, די שנייען און ווינטן האבן אויסגעפליקט די בלעטער פון די ביימער, עס איז געווארן אלס מער און מער שיטער, ער פלעגט אריבערקומען יעדן טאג באטראכטן די ארבעט פון דער נאנט, און עס האט אים אנגעהויבן זייער צו קרענקן און צו עסן, ער האט זיך ממש יעדן טאג גערעגט אויף די גאנצע געגענט, ווייסט דאך א עושר… דער רבי זאגט דאך אלע עשירים זענען משוגעים, און ממש ווי המן'ס קינדער האט ער געדינגען א שטאב מיט ארבעטער און מען גייט אויסרייסן די ביימער… סתם עס זאל שטיין דארט ליידיגע נאקעטע ביימער, ער האט נישט געקענט שלום מאכן מיטן מצב, סתם שטיין דא מיט א פראפערטי פון פוסטע ביימער. אזוי האבן מיר געהאט פרנסה קודם גאנץ ווינטער, ווען ער פלעגט קומען יעדן טאג און מיר האבן געשניטן ביימער.
 
יעצט ווען די זומער איז אנגעקומען, ער זעט ביי אלע שכנים, די ביימער הייבן זיך די קעפ, עס ווערט שיין גרין, עס ווערט א שיינער שאטן, האט ער ביטער חרטה געהאט, אונטער די באקעדיגע זון גייט ער יעצט אנהייבן בויען זיין הייזקע?
 
האט ער ווידער אנגעהויבן מיט א פארקערטע פראיעקט, מען גיין אנהייבן פון פריש איינפלאנצן ביימער, מען גייט גיין גרין, עס גייט שוין זיין שאטן.
 
איך האף אז דו טראכסט נישט אז דאס איז אן אמת'ע מעשה! יא! עס איז גראדע אן אמת'ע מעשה, איך האב מיך געכאפט, איך האב געזען עס איז געשען, איך קוק נישט ביי יענעם, אבער עס איך האב מיך געביסן די ליפן ווען איך האב עס געזען געשען ביי דיר ממש אקוראט ווי דער משוגענער עושר.
 
אביסל געדולד אביסעלע געדולד! ניין ער קען נישט צו ווארטן, ער פליקט, ער רייסט, איך וויל מיך נישט אריינמישן אין יענעמס געשעפטן, אבער עס האט מיר זייער וויי געטון, ווען איך האב עס געזען ביי דיר געשען, אזעלכע שיינע פירות קען פון דיר ארויסוואקסן, נו! מ'האט שוין געהערט אזאנס! עס גייט אריבער א שוועריקייט! פארוואס ביסטו אזוי נאריש, פארוואס רייסטו זיך אינגאנצן אויס, ווארט צו, רייס דיך נישט איבער, פאוואליע, עס קומט נאך א שיינער פרילינג! מען וועט נאך הנאה האבן פון דיינע פירות, פון דיין שאטן, א שאד א שאד אז יעצט ווען דו פילסט ווי דער יצר הרע האט דיר צוגענומען די מוט פון דיין לעבן טראכסטו: שוין! דא האסטו! איך געב אים אלעס איבער. עס איז אזא שאד דו זאלסט נישט וויסן אז עס איז נאר א דורכגאנג! עס בלייבט נישט אלעמאל ווינטער! אוודאי ווען דער גרויזאמער ווינטער קומט און רייסט אלעס אויס זעט אויס אז פון דיר וועט שוין טאקע גארנישט בלייבן, עס איז שוין נישט דא קיין תקנה פאר דיר, דו האסט שוין סייווי פארלוירן דיין שלום בית, האסט שוין סייווי פארלוירן דיין חינוך, האסט שוין סיי ווי פארלוירן דיין אידישקייט, קוק ווי עס איז אריבער אזא לאנגע צייט אן עפענען א אידיש ספר, אן קיין דאווענען אן קיין חינוך, שרייען אויף די ווייב אויף די קינדער, אוי! מיינע אויגן! עס איז א שאד אפילו צו רעדן דערפון! 
 
געדענקט טייערער איד! עס איז אדורכגאנג! יעדער גייט אריבער א ווינטער, דער ווינטער איז דאך א מתנה פון הימל, עס געבט דיר אפרוה צייט דו זאלסטיך נישט איבעררייסן, אזוי ווי די ביימער קענען נישט וואקסן און וואקסן און וואקסן, ווייל זיי פארלירן זייער כח, עס מוז קומען א אפשטעל צו זייער וואקסן אזוי האבן זיי צייט זיך אפצורוען, מען קען נישט ברענען און ברענען און ברענען ווייל נאכדעם האט מען נישט קיין כח ווייטער אנצוגיין, אז דו זעסט אז עס קומט אויף דיר א שווערע ווינטער, רייס נישט אויס, לאז נישט נאך דאס וואס דו קענסט יא, רייס נישט איבער, עס איז אן אריבערגאנג, עס קומט נאך א הערליכע זומער, די וועלט גייט נאך הנאה האבן פון דיר, איך פארשטיי אז ווען דו זעסטיך ווינטערדיג קענסטו דיך נישט ליידן, אך! עקלדיג! אבער פליז איך בעט דיך טו עס נישט, רייס דיך נישט אויס, ווער נישט אנגעגעסן אויף זיך, ווער נישט אריינגעגעסן אין זיך, ווער נישט דערביטערט, אנטלויף נישט צו שלעכטע זאכן, רייס נישט אויס דיין לעבן, ווייל באלד ווען עס גייט קומען קומען די שיינע זומער, וועסטו קענען צוריק אויפבליען, די וועלט ווארט אויף דיינע שיינע גרינע בלעטער, אויף די שיינע הערליכע פרוכט וואס עס גייט פון דיר ארויסקומען, וויפיל מידע הונגעריגע דורשטיגע מענטשן ווארטן זיך צו באשיצן אונטער דיין שאטן, עסן פון דיינע פרוכט.
 
א שאד א שאד! א שאד א שאד! אז דו זאלסט פארפאטשקענען אזעלכע הערליכע שיינע ביימער, זיי נישט ווי דער נארישער עושר, זיץ מיט געדולד און ווארט אויס, עס וועט נאך פון דיר ארויסקומען זייער שיינע זאכן.