אלע אידן פרייען זיך צו גלאנאן מאראנצן… וואס? איך הער גוט? וואס זינגט ער דארט אינעווייניג? דו קענסט הערן די ווערטער פונעם ניגון? איך מיין אז איך דארף שוין סיי ווי אריינגיין, קומסט אריין? גראדע א שיינע חתונה, זייער לעבעדיג, מיר שטייען דא ווי נאראנים אינדרויסן אין די רעגן א שאד נישט אריינצוגיין, ניין? שמועסן קען מען דאך א צווייטע מאל אויך.
 
איך שטיי אינדרויסן פון זאל, איך האב נישט געכאפט אז איך האב זיך פארשמועסט מיט א חבר, שוין לאנג נישט געטראפן, מיר האבן געלערנט צוזאמען אין ישיבה. פאר מיר איז דער חתונה גראדע גאר א נאנטע משפחה חתונה, מיין שוואגער מאכט חתונה זיין ערשטע קינד, מיין חבר איז א קרוב פון די כלה’ס זייט, ער איז א ערשטע קאזין צום מחותן, איך האב שיין פארברענגט מיט אים ביי די סעודה, געשמועס אלטע זכרונות, די גוטע צייטן אין ישיבה, און אסאך זאכן וואס זענען שוין אריבער זייט דעמאלט, איך האב אלעמאל געהערט אז ער איז שיין מצליח אין פרנסה, ער האט פיין חתונה געהאט, מיין ווייב פלעגט זיך האלטן נאנט מיט זיין ווייב אין די יארן נאך אונזער חתונה, א וואוילע שטוב.
 
אינמיטן די שמועס האט זיך די טאן געטוישט, איך האב געזען אז עס איז נישט עפעס אזוי ווי עס גלאנצט אינדרויסן, עפעס ווייטאגליך ליגט אים אין הארץ, איך האב אים געכאפט ביי די הענט, מיר זענען ארויס פון זאל כאפן אביסל פרישע לופט, אינדרויסן האט ער זיך מיר אויסגעגאסן זיין ביטער הארץ. אוי! ווי האב איך מיך געקענט פארשטעלן אין וויסטן חלום אז ער מאכט מיט אזא צרה, וואס האב איך אים געקענט זאגן, מער פון מחזק זיין האב איך אים נישט געקענט, איך האב אים געזאגט די עצות פון רבי'ן וואס איך הער פונעם ראש ישיבה, איך האב אים געזאגט ער זאל יעדן טאג אנשטעלן א סטא"פ וואט"ש, א טיימע"ר, פאר זעכציג סעקונדעס זאל ער בעטן דעם אייבערשטן ער זאל רחמנות האבן אויף זיין זון וואס גליטש אים נעבעך אוועק, און אויף זיין טאכטער וואס גייט נעבעך אויך שוין אין די זעלבע וועג, אוי איז דאס ווייטאגליך צו הערן, איך האף אז ער האט מיך געפאלגט, איך האף אז ער וועט יעדן טאג נעמען איין מינוט אויסשמועסן מיטן אייבערשטן די גאנצע פרשה וואס ער מאכט מיט, דאס וועט אים זיכער העלפן.
 
ער דערציילט מיר וואס ער האט נעבעך געהאט א קורצע צייט צוריק: "מיין בחור, א וואוילער בחור’ל, האט א גוט קעפל, ער לערנט פיין, ער גייט אין ישיבת … אין ברוקלין, ער גייט שוין ארויס פון שטוב יעדן טאג פינף אזייגער פארטאגס, ער לערנט מיט א חברותא איידער ישיבה הייבט זיך אן, אזוי האב איך געמיינט ביז יענעם טאג ווען ער איז עפעס פארשלאפן, איך האב אים פרובירט צו וועקן, די זייגער רוקט זיך עס איז שוין אכט אזייגער, איך האב מיך נישט געקענט פארשטעלן פארוואס ער שלאפט נאך אריין ביז אזוי שפעט, איך האב געשריגן, געהאקט, איך האב אנגעצינדן מוזיק, און דא איז די פאטש געקומען… איך באקום א טעלעפאן רוף פון די פאליציי סטאנציע איך זאל שוין אריבערקומען, עס איז נישט קיין ערנסטע זאך, עס איז א קליינע עקסידענט, אבער זיי דארפן וויכטיג רעדן צו מיר וועגן מיין זון. מיין זון? מיין זון איז דאך נאכנישט אויפגעשטאנען, איך הייב אויף די דעקע צו זען וואס אזוינס עס גייט דא פאר, איך בין כמעט געפאלן חלשות, א ליידיגע בעט, עס ליגט דארט א דאמ"י, איך שטיי שוין צוויי שעה און איך וועק… און איך וועק… און איך וועק… און ער איז ניטאמאל דא! די קאפ האט זיך מיר גענומען דרייען, אה! ער גייט לערנען מיט א חברותא פינף אזייגער פארטאגס? איך האב נישט געוואלט טראכטן, און איך האב נישט געקענט טראכטן וואס דא טוט זיך, מיין וועלט איז מיר חרוב געווארן. די עיקר שאלה וואס מיר נאגט, וואס טוט זיך בכלל מיט אונזער קינדער, פארוואס איז אזוי ליידיג אינעווייניג, איך זע שוין מיין טאכטער זיך ציען צו לינקס, ווער ווייסט מיט וועמען זי חבר'ט זיך, קען מען דען נאכגיין א קינד פיר און צוואנציג שעה, פארוואס געשעט די אלע צודרייטע זאכן, פארוואס פאלט שטיקער פון כלל ישראל, פארוואס נאך אזויפיל אסיפות, קול קורא'ס, כינוסים, איז ביי אונז ליידיג, וואס גייט פאר מיט אונז, וואס פארפעלן מיר, די שאלה איז געבליבן הענגען אין די לופט, אבער דער מאדנער ניגון האט געראטעוועט די סיטואציע".
 
די מאדנע ווערטער פון די ניגון האט אונז צוריק געברענגט צו די חתונה, מיר זענען צוריק אריין אין זאל, עס האט געקאסט א גוטע לאך, מיר האבן פשוט נישט גוט אויפגעכאפט די ווערטער פונעם ניגון, גראדע גאר א לעבעדיגע ניגון, איך האב מיך אריינגעשטעלט אין רינג און זיך געהויבן צוזאמען מיטן עולם, דער רבי זאגט דאך אז טאנצן נעמט אוועק אלע דינים, איך האב מיטגעטאנצן אין רינג אויף דעם נייעם 'עליונים ששו', עס איז גאר געשמאק געווען די טאנץ, פאר סיי וועלכע סיבה האט זיך עפעס געהערט די ווערטער פונעם ניגון: "אלע אידן פרייען זיך אינגאנצן, צו טאנצן" ווי ער וואלט געזאגט עפעס אזוי ווי גלאנצן… מאראנצן… שוין! מאכט זיך ביי די שענסטע משפחות… איך וואלט קיינמאל נישט געמאכט קיין עסק פון דעם טעות ווען נישט דער גאר אינטערעסאנטער עפיזאד וואס האט נאכגעפאלגט.
 
מען האט געענדיגט די ערשטע טאנץ. די דארפסט קענען מיין שוואגער, ער איז נישט אבי ווער, ער גייט ארויס אינדערפרי מיטן קאווע אין די האנט, די שאאל געבט ער אזא ווארף צו די הונטערוויילעכץ… מעשה עושר… איך ווייס… אפשר גאר מעשה פליפער… פרעג נישט קיין קשיות, דאס איז די סטייל ביי די יונגע אנזעצערס… נאכאמאל… ער קען זיך עס עפארדן… פארוואס דען נישט, די באנק געטרויעט אים מיט זייער'ס א טעסל"ע… א שאד ס'זאל בלייבן שימלען ביים דילער. ווייסט וואס נאך, די וואוילטעטיגע ארגאניזאציע 'טשעיס' האט אים געספאנסערט די עכטע בלומען צום חתונה, אויך האבן זיי שטארק ארויסגעהאלפן אז דאס ווייב זאל זיך קענען אויפנייען א גאר עלעגאנטענע חתונה קלייד… דארפסט אים קענען, ער מיינט נישט קיין שלעכט, ער ווייסט פשוט נאכנישט וואס לעבן איז, נישט אז איך ווייס יא, אבער אזוי פיל יא, איך דריי מיך נעבן 'געזונטע' מענטשן, איך האב אסאך חברים פון 'היכל הקודש', זיך דרייען צווישן נארמאלע, האט א גוטע השפעה, מיין קאפ האט נאך א שאנס צו טראכטן אמאל גראד. 
 
על כל פנים איך גיי נישט יעצט ליצנות מאכן פון די פארשעמטע ענין פון חתונה מאכן אויפן חשבון פון טשעיס, דיסקאווער, קעפיטאל וואן, אין אנדערע וואוילטעטיגע ארגאניזאציעס… אבער… פריידט אייך נאכנישט, עס קומט דערווייל נישט קיין ארטיקל איבער דעם ענין פון נארמאלע… חתונות. נישט געזארגט! איך וועל נאך בעזר השם אמאל צוברייטערן דאס פעדער איבער דעם נושא… ווען איר וועט שפירן אז איר טראגט שוין נישט אריבער די שווערע בויך וויי פון אזויפיל לאכן דעמאלט וועט איר וויסן אז מיר האבן זיך אנגעהויבן מטפל זיין מיט די נושא פון נארמאלע חתונות… יעצט צילן מיר גאר עפעס א אנדערע פארווייטאגט ענין, די מעשה האט זיך פשוט פונקט אפגעשפילט ביי מיין שוואגער'ס חתונה, האב איך דיר געגעבן אביסל די בעקגראונ"ד פון מיין שוואגער. 
 
איז מעשה שהיה כך היה, אזוי ווי מיר האלטן שוין כמעט ביים ענדיגן דעם ערשטן טאנץ, די וועיטער'ס ברענגען שוין אריין די בריעדיגע הייסע אייז קרעים… מיט די אייז קאלט געפרוירענע מזונות… די פליישיגע קאווע… מיט חלב ישראל פיינעפל קעיק… פון דערווייטענס זע איך שוין ווי עס קומט אריין א טאץ פיינע פרוכט, די מאראנצן האבן טאקע געפינקלט און געגלאנצן… די שפייעכץ איז מיר שוין גערינען אין מויל, אזוי ווי די טאנץ ענדיגט זיך גיי איך מיך אפשיילן א פרישע זאפטיגע מאראנץ… מה עשה הקדוש ברוך הוא, כמעט שוין ביים סוף טאנץ האט איינע פון די גאר היציגע רינגען בטעות אריינגעבעקט אין… יא צוגעטראפן… אריין אינעם טיש ווי עס זענען געווען אזוי עלעגענט אויסגעלייגט די מאראנצן… אבער וואונדער איבער וואונדער… עס זענען נישט געפלויגן קיין מאראנצן… אפס… די טאנץ האט זיך גענדיגט, יעדער האט זיך אריענטירט, אויסגעגליכענט די בעקישטע, אראפגעצויגן די פארריקטע ציצית, זיך אביסל אפגעווישט די שווייס, און מיר שטייען אין באטראכטן די מאדנע ספעקטאקל וואס עס האט זיך יעצט דא אפגעשפילט, די וועיטער'ס שטייען נאך צוטומלט, עס זענען גאר קיין מאראנצן ניט… דאס האט א פאכמאנישע פארט"י פלענע"ר אזוי שיין צוגעשטעלט, זי האט אויסגעהוילט די מאראנצן פון זייער אינהאלט, אריינגעלייגט אייסעס, דערנאך צוריק צוגעמאכט ביידע זייטן פון די אראנדזש שאלאכטץ, מען קען ממש נישט דערקענען אז מען האט ארומגעשפילט דערמיט, ממש ווי מצה געים… וואס די קינדער דערנעווירן דערמיט גאנץ פסח: 'געס אויב ס'איז צובראכן'... בעפאר דעם האט מען נישט געקענט חלומ'ן אז דאס זענען נישט קיין מאראנצן. א פאלטשע וועלט, דאס זענען פשוט האלטערס פאר די פיינע געמאקע אייסעס, א וואונדער אז די פרוכט האבן אזוי געגעלאנצט… דאס זענען טאקע געווען געגלאנצטע מאראנצן… און אינעווייניג אייסעס, זייער פאכמאניש צאמגעשטעלט, אינדרויסן קענסטו נישט חלומ'ן אז דאס זענען נישט קיין עכטע אראנדזשן…
 
איך האב מיך איבערגעבליקט מיט מיין חבר, עס איז געווען זייער ווייטאגליך און טרעפליך די ווערטער וואס איך האב אים פונקט פריער געזאגט איבער די מצב פון זיינע קינדער, איך האב אים געזאגט: "עס איז נישט דיין זון, עס איז נישט דיין טאכטער, דאס איז נעבעך די ביטערע גלות, מענטשן קריכן אויף גראדע ווענט, אבי נישט צו הערן א שיעור פון אמונה, מען וועט טון אלע עצות און סגולות אבי נישט צו נעמען א בריוו, א גליון, א בלעטל, ווי עס שטייט אמת'ע ווערטער ווי אזוי מען קען אריינברענגען דעם אייבערשטן אינעם אייגענעם לעבן, און אין דאס לעבן פון די יונגווארג, קענסט רעדן טויזענט דרשות, התעוררות, אויב עס איז נישט דא קיין אינהאלט, אויב באקט מען נישט אריין קיין אמונה, דער אייבערשטער איז דא, דער אייבערשטער האט מיך ליב, דער אייבערשטער לאזט יא, לאזט נישט, דער אייבערשטער ארויף דער אייבערשטער אראפ, ניגונים פון אייבערשטן, אמונה אויף פראסט אידיש, קענסטו נאכלויפן דיינע קינדער פיר און צוואנציג שעה, ער האט נישט קיין אמונה פארוואס זאל ער היטן שבת, פאר וועמען, ער טוט די מצות אזוי לאנג ווי עס גלאנצט פון אינדרויסן, און עס איז זייער ווייטאגליך אז מען כאפט עס הערש ווען מען וויל אפשיילן די שאלאכטץ און מען ווערט געוואור אז עס איז ליידיג פון אינעווייניג, נישט דא קיין אינהאלט, אנשטאט פיינע פרישע נאטירליכע מאראנצן, געפינט זיך ארטיפישע"ל פלעווער"ד אייז קאלטע אייסעס, (נישט קאלט מיט א קמץ, וואלטן זיי געהערט צו דעם קולט, וואלטן זיי נישט געווען אינעווייניג ליידיג פון יעדעם אינהאלט, וואלטן זיי נישט געווען געפרוירן אייז קאלט אינעווייניג)".
 
איך האב אים געזאגט: "אונזערע טייערע מנהיגים זענען אמת'ע ערליכע אידן, זיי מיינען נאר דאס גוטס פון כלל ישראל, זיי מאכן אסיפות, זיי מאכן כינוסים, צאמקומען, מען האלט דרשות, מען זיצט און מען וועקט מען וועקט מען וועקט, אבער פונקט ווי דו האסט נעבעך געוועקט דיין זון פאר צוויי שעה, דו האסט ניטאמאל געוויסט אז ער געפינט זיך נישט אין בעט".
אידן זענען וואויל, אידן געבן זיך איבער בלב ונפש פארן באשעפער'ס וועגן, וועסט כסדר זען אין די בלעטער, מען נעמט צאם אלע בחורי חמד, יעצט מאכט מען א צאמקום פאר די פרויען, מען שרייבט און מען שרייט איבער די שעדליכקייט פון די טעכנעלאגיע, דא געבט א וואוילער איד ארויס א בלעטל זייער שיין באמת הערליך איבער די מגושמ'דיגע אדווערטייזמענטס, איך באלעק מיך די פינגער דערמיט, דא איז דא א וואוילער איד וואס געבט אויס שווערע געלטער פאר בילבארדס איבער שמירת עיניים, ישראל קדושים, איך ווייס נישט וואס נאך, האט-ליינס ווי מען וועקט מען וועקט מען וועקט, אבער דאס קינד איז נישט אינדערהיים, די מעשה ה'אויפוועקן איז בעצם גוט, אבער דו טוסט עס אויף א טויטער מענטש!
קוק אויף דער ערד די צולאזטע אייסעס וואס רינט פון די מאראנצן, ביז אפאר מינוט צוריק האט קיינער נישט געקענט חלומ'ן אז עס איז א שיינע געגלאנצטע מאראנץ, די בילד אינדרויסן איז מורא'דיג, אלעס גייט אן מיט'ן פולסטן שטארקייט, אידישקייט בליעט, ביז עס געבט זיך א שאקל, און עס ווערט נעבעך הוברר הדבר למפרע אז לא דובים ולא יער, עס איז א שיינע קאמעדיע.
 
און יעצט אפאר ווערטער צום טויט פונעם בריטישער קעניגן תרום הודה.
דאס איז ממש מענינה דיומא דאס טויט פון בריטישן קעניגן, אוי פאטשט עס נעבעך אין פנים, עס גלאנצט, א פאלאץ, א קעניגן, גאלד און זילבער, אך די סאלדאטן מיט אזא דרך ארץ, עס בליטשקעט, אך ווי שיין זיי מארשירן יעדן טאג, מען געבט אפ כבוד מלאכים, וועסט זען יעצט ביי די באגרעבעניש צערעמאניע, אה וועט זיין א צערעמאניע וואס די וועלט האט נאכנישט געזען, פאר וועם? פאר א מעכטיגע קעניגן פון 'גרויס בריטיאנא', די קעניגן וואס געוועלטיגט אויף אלעס וואס אנבאלאנגט דאס בריטישע אימפעריע, אבער… נישט אויף קיין מענטשן, נישט אויף קיין פאלק, זי איז געווען די מעכטיגע קעניגן, אפשר איבער די אייז, די וואסערן, די פיש, די בערן פון ריזיגע בריטישע טעריטאריעס, די פולע בריטישע אינזלען וואס טוען פיסטעוון אינעם ווייטן פארפרוינעם אטלאנטיק, אבער א פאלק, מענטשן וואס זאלן טון איין שריט אין זייער לעבן אנדערש ווייל עס איז דא א קעניגן, דאס איז נישט דא צום געפינען.
דאס איז די בעסטע הכנה צום 'המלך' וואס מיר גייען אלע שרייען ראש השנה, טראכט גוט צו דו ביסט טאקע ממליך דעם קעניג, אדער דו פארהערליכסט און די פארגלאנצט דאס אויסערליכע אויסקוק פונעם קעניגרייך? א פנים ווי דער מייעסטעטישע פאפיט קעניגן פון די בריטישע קעניגרייך.
 
פון די אנדערע זייט איז דאס די גרעסטע לימוד זכות אויף אידישע קינדער, ווען מען גייט יעצט דן זיין אידישע קינדער, אלע מקטריגים זענען דא, עס איז געפערליך, עס איז שרעקליך, אזא פוסטע ליידיגע דור איז נאכנישט געווען, עס איז נישט דא קיין אמונה, עס איז נישט דא קיין יסודות, עס איז נישט דא קיין עתיד, אויב היינט זענען דא פון די היימישע שארית הפליטה הונדערט וואס היטן נישט קיין שבת, עס גייט זיך נישט צוריקריקן, די נומערן גייען נאר אויף ארויף, עס איז שרעקעדיג, מה אנוש כי תזכרנו, פארוואס זאלסטו האלטן כלל ישראל - שרייען אלע מקטריגים - ווען מען זעט נאר אז ביז אפאר יאר איז שוין נישט דא קיין שומרי תורה ומצוות, זיי מיינען אז זיי זענען מקטרג, זיי ווייסן נישט, אוי איז דאס א לימוד זכות אויף אידן, אייבערשטער אידן זענען גוט, אידן זענען וואויל, דו ווילסט נאר עפעס איז אמור אל בני ישראל, אידן וועלן אלעס טון וואס מען הייסט זיי, אייבערשטער וואס זאלן אידישע קינדער טון אז מיר זענען ווי שאף אן א פאסטוך, איידער די ווילסט באשטראפן דיין פאלק געב א קוק, איז דא א מנהיג, איז דא איינער וואס געבט איבער פאר דיינע קינדער די ריינע און לויטערע אמונה, און אויב איז יא דא איינער וואס זאגט דעם דבר השם, לאזט מען אים לעבן? לאזט מען די קינדער הערן די ווערטער? אדער מען באהאלט אים! מען באגראבט אים! ער ווערט אוועקגעבלאזן; דאס איז פאר שוואכע, דאס איז א קולט, דארט טאר מען נישט גיין, אין די גליונות טאר מען נישט אריינקוקן, די בריוון טאר מען נישט ליינען, נו ווי אזוי ווילסטו הייליגער באשעפער אז מיר זאלן וויסן וואס צו טון, האב רחמנות אויף דיינע קינדער, לאז צו דאס ביסל וואסער צו דיינע אויסגעדארשטע קינדער, עס איז א שאד די אלע שווערע און ביטערע גזירות, עס איז א שאד אויפצואוועקן מיט צרות מיט יסורים, ער איז נישט דא, ער ווייסט נישט וואס מען וויל פון אים, גאט אין הימל אפשר ווילסטו פרובירן אז מען זאל לאזן אריינברענגען אין אידן אביסל אידישקייט, אוי וועלן זיי לויפן צו דיר און דיך נישט אפלאזן.
איך האב נישט געוואלט שרייבן פון דעם, אבער דאס איז עס, אז עס איז שוין געשריבן איז שוין געשריבן, און יעצט וועלן מיר זיך אנשטרענגען מיט אלע כוחות צום ת'הא ש'נת פ'ארפלייצן ג'ליונות, מיר וועלן זיכער מאכן אז יעדער איד ווייסט אז עס איז דא א לעבעדיגער קעניג, וואס האט אונז ליב, און היט אונז, און ווארט אז מיר זאלן א קרעכץ געבן צו אים: רבונו של עולם איך וויל זיין גוט! און  מיר וועלן בעטן און מלמד זכות זיין אויף דאס אידישע פאלק וואס וואלגערט זיך אין גלות פאר צוויי טויזענט יאר, מיר וועלן טענה'ן צום אייבערשטן, אידן זענען וואויל!