עס טוט זיך יעצט א געפארעכץ יעקב פארט קיין חרן, יעקב קומט צוריק פון חרן, עשיו קומט, עשיו גייט, ישמעאלים פארן קיין מצרים, יוסף נעבעך ווערט געפירט קיין מצרים, ס'טוט זיך א געפארעכץ, בקיצור די גאנצע עולם פארט, נו אז יעדער פארט פאר איך אויך, נו וואו פארט מען, קודם פארט מען, מ'העט שוין זען וואו.
 
אבער זעט אויס אז איך בין ארויסגעפארן נישט אין די ריכטיגע צייט, גראדע די טרעפיק איז רואיג די צייט אין טאג, גאנץ ליידיג די הייוועיס, זעט אויס דער עולם איז צוריק ארבעטן פון קאויווע"ד, אבער איך האב א צווייטע פראבלעם, ויזרח לו השמש, נו די מפרשים פרעגן שוין טאקע וכי לו בלבד זרח השמש, די זון האט אים אויפגעשיינט, נאר פאר אים האט די זון אויפגעשיינט? אבער ביי מיר איז עס טאקע געווען אזוי, די זון איז אריין מיט מיר אין א פריוואטע מערכה, די זון האט מיר נישט אויפגעהערט אויפצושיינען, איך פרוביר אראפרוקן דעם שטיקל צו בלאקירן די זון, אבער די זון קומט פונעם אנדערן זייט, רוק איך עס זייטוועגס, קומט מיר די זון פון פארענאויס… הקיצער איך גיי ממש אראפ פון זון'ען.
און מיין נישט, איך בין ווייט נישט פארטיג מיטן זון, איך קען ממש נישט דרייוון קיין טריט ווייטער, די זון הייבט זיך אן אפשפיגלען אויף די גלאנץ פון די שווארצע פעך, זעט אויס אז עס איז פארגאנגען א לייכטע רעגן פריער, בלויז פאר דעם איין איינציגן סיבה אז די זון זאל מיר קענען באשיינען די שמחה… עס שיינט, עס רייסט אין די אויגן איך ווער ממש בלינד, די אויגן זעען מיר יעצט שוין נאר זון, ווי איך קוק זע איך: זון… ארוך אנפין ד'זון… עס ווערט אזא קליינער זון אין די אויגן, נו! יא בלינק… מאך צו די אויגן די זון איז דיר אריין אין די אויגן… און צו מיינע צרות, פלוצלינג ווערן אלע קארס יעדע שטיקל ווי א שפיגל… ווי עס געפינט זיך נאר א שטיקל גלאנצעדיגע אייזן אויף א קאר, שיסט ער מיר זון אריין אין די אויגן אריין.
איך טראכט, ווי אזוי געבט מען זיך א עצה, וואס טוען טאקע די אלע טויזענטער קארס די אלע צענדליגער יארן וואס מען פארט. איך טראכט… איך קלער… אפשר איז דאס גאר די סיבה פארוואס די שטעגן זענען ליידיג אזא צייט אין טאג? יא? וועגן דעם? נאא! "ואין נסתר מחמתו" מען קען זיך פונעם זון נישט אויסבאהאלטן. דאס איז פשט אין פסוק? נאא! עס איז זיכער דא עפעס א וועג.
 
בקיצור, יעדער איז מיר שולדיג, יעדער שטייט מיר אין וועג היינט, איך גיי אנקלאגן דעם זון, געענדיגט, איך האב מיך גערישט אויף א רואיגע רייזע, איך קען מיך קיין עצה נישט געבן אוי יו! 
 
אה! עס פאלט מיר איין. א מינוט א מינוט!
עס איז דאך ממש די מעשה מיטן הערש, איר קענט דאך אודאי די מעשה מיט'ן הערש?! אה איר קענט נישט די מעשה? די מעשה גייט אזוי בערך.
דער הערש איז ארויס אין פעלד מיטן גאנצן פראכט, א שיינער גרויסער הערש, ער גייט גיין נאשפאציר, ער שפאצירט, ער לויפט, ממש א מחיה, פלוצלינג קומט ער אן צום וואלד, דא קען ער זיך שוין קיין עצה נישט געבן. ער האלט זיך אין איין פארהאנקערן זיינע שיינע געדרייטע שופרות… יעדע מינוט אין אנדערע צווייגן, די שפאציר איז אים געווארן א גיהנום, ער זעט נישט קיין וועג ארויס, ער זעט נישט קיין וועג אריין, ער איז מחליט מען גייט צאמנעמען אלע הערשן פאר א מיטינג, מען וועט מוזן בלית ברירה אפהאקן אלע שיינע ביימער, געענדיגט מיט די ביימער! אזא מעשה? זיי הערן נישט אויף זיך אנצושטעפענען אין מיר...
וואס די סוף פון די מעשה איז געווען, ווייסט איר דאך שוין אליין, די ביימער גייט ער נישט אויסהאקן, און וואס יא… אויב וויל ער האבן א געשמאקע שפאציר דארף ער זיך אליין פארעכטן, ער קען זיך איינמאל פאר אלעמאל אראפנעמען זיינע שיינע געקרייזלטע הערנער, און עס איז פערטיג מיט די פראבלעמען.
די משל האבן מיר זוכה געווען צו הערן פונעם ראש ישיבה און פון מוהרא"ש כמה פעמים, אזא שיינער שכל אין לעבן. די משל געבט מיר אזוי א קום אריין אין קאפ בשעת'ן דרייווען, איך האב דאך אן עצה, שטעל דיך אפ ביי א גאז סטאנציע, קויף דיר פאר צוויי דאללער מיט ניין און ניינציג צענט, פלאס געב צו נאך אפאר סענט פאר טעקס, קויף דיר א פאר פיינע זון ברילן און אלעס וועט דיר ווערן מסודר ווערן, וועסט קענען געשמאק הנאה האבן פון דיין רייזע.
 
אבער עס איז נישט געבליבן ביי דעם, אז איך האב שוין געזען אז די ביימער זענען נישט שולדיג דעם רבי ר' הערש פאר זיינע שיינע הערנער, און אז די זון איז מיר נישט שולדיג פארן אריינשיינען אין די אויגן, האב איך שוין געכאפט אז מיין ווייב איז מיר נישט שולדיג ווען איך בין נישט אין א גוטע גיסטע, מיינע קינדער זענען נישט שולדיג ווען איך בין אויפגעשטאנען אויף די לינקע זייט.
קענסט טרייען איינס פון די ביידע, שנייד דיר אפ דיינע הערנער, אדער קויף דיר א פאר פיינע זון ברילן און שלום על ישראל, אדער גאר ביידע שנייד דיר אפ די הערנער און בנוסף לזה טו דיר אן פיינע זון ברילן, נישט קיין חילוק, די פיגער עס אויס, מאך עס ארבעטן, די אינטערשטע שורה איז "קיינער איז דיר גאנישט נישט שולדיג".
זאג נאר ווער איז דיר שולדיג? 
באמת גערעדט לייג אלע לצנות'ער אין די זייט, אנגעהויבן פון ווען ער איז פיצל, איז אים דער טאטע שולדיג פארוואס עס איז עפעס נישט… די מאמע איז שולדיג פארוואס ער ווייסט נישט… שוין אביסל עלטער דער מלמד איז אים שולדיג פארוואס ער האט פארגעסן… און די קינדער אין זיין קלאס זענען שולדיג אז ער האט נישט קיין… און נאך אביסל עלטער די בחורים פון ישיבה זענען אים שולדיג אז ער איז…
און אזוי וואקסן די הערנער זיינע גרעסער און העכער, דא איז די ווייב אים שולדיג, און דא דער שווער, דא זענען די קינדער שולדיג און דא די שוויגער, און אזוי עלטערט ער זיך אין ליידן, ער האט שוין נישט קיין טאטע, נישט קיין מאמע, נישט קיין ווייב נישט קיין קינדער, ער דערזעט זיך אליין (אודאי ווער וויל דען שטיין נעבן א אומשולדיגער מענטש…) נו וועמען קען מען באשולדיגן? איז די גאווערמענט שולדיג! יעדער איז שולדיג נאר נישט דיר.
אבער דאס איז נאר א האלבע צרה, ווייל דער וואס באשולדיגט יעדעם אויסער זיך, דו מיינסט אז ער באשולדיגט יעדעם אויסער זיך, ער באשולדיגט זיך נאך דאס מערסטע, ווייל איך בין אזא שלימזל וועגן דעם בין איך און ווייל איך בין אזא צוויי לינקע הענטיגער וועגן דעם בין איך אזוי און ווייל איך קען מיך נישט צאמנעמען וועגן דעם קען איך נישט.
וועק דיך אויף טו שוין אויס דיינע שווארצע ברילן, ווער זאגט אז איינער איז בכלל שולדיג, אפשר איז צייט אז דו זאלסט אנערקענען אז נישט דיין טאטע, נישט דיין מאמע, נישט דיינע חברים, נישט דיין ווייב, נישט דיינע קינדער און נישט דו אליין קיינער איז נישט שולדיג.
עס איז א וועלט פון אומשולדיגע מענטשן…! יא וואס קוקסטו אזוי? עס איז א וועלט פון אומשולדיגע מענטשן…!
נו וואס יא? אה! עס איז דא איינער וואס ער מאכט דו זאלסט זיך פארהאנקערן, עס איז דא איינער וואס רופט קום קום קום, קום קרא אליו, איינער דערמאנט דיך העלאוי העעלאויי העעעלאווי! איך ווארט אויף דיר דו ווארטס אויף מיר קום קום.
יא, יש מנהיג לבירה יש יש יש!
און וואס זאל איך טון דערוועגן? איך ווייס עס איז א הערליכע מוסר שמועס, עס איז דא א גאט, אויבן אין הימל קודשא ברוך היא, כביכול וואס פירט אלעס בהשגחה פרטיות, מיט אזא מין סייעתא דשמיא, קנאק אריין ווי מער לשון קודש און אראמישע ווערטער.
דער אייבערשטער איז דא נעבן דיר און ער ווארט אויף א ווארט, קאנעקט מיט מיר, די קענסט מיך קאנטעקן, נו קאנטעקט מיך שוין, באשולדיג נישט.
שטעל דיך אפ פאר א רגע! קוק אן דיינע דורכפעלער מיט א שכל'דיגע בליק! 
נישט ווייל איך בין א שלימזל, ווייל איך האב צוויי לינקע הענט, ווייל איך בין א נעגאטיווער … יו נעם איט וואס איך בין אלס… נישט וועגן דעם דארף איך גיין און זאגן באשעפער, אייבערשטער העלף מיך! ניין עס איז פונקט פארקערט! ווייל דער אייבערשטער וויל אז דו זאלסט זאגן באשעפער, טאטע, אייבערשטער העלף מיר וועגן דעם מאכט ער די אלע זאכן.
און ווי מער דו וועסט באשולדיגן די גאנצע וועלט, וועט דאך האלטן אין איין געשען נאך און נאך עפיזאדן דיך אויפצואוועקן, נו קום שוין זאג שוין א ווארט! זאג שוין טאטע! זאג שוין אייבערשטער, קיינער איז נישט שולדיג, איך ווייס אז דו ביסט עס און נאר דו ביסט עס.
שוין ווייטער בין איך דורכגעפאלן! איך ווייס פארוואס, ווייל און ווייל און ווייל… און דערווייל פארגעסטו אז אנשטאט זיך צו באשולדיגן אז וועגן דעם הערסטו נישט אויף דורכצופאלן, איז עס פונקט פארקערט, דו פארגעסט אז איינער ווארט אז דו זאלטס אים זאגן: אייבערשטער איך בין שוין ווידער דורכגעפאלן, איך ווייס נישט וואס צו טון העלף מיך איינציגער טאטע, איך בין קליין, אן קיין עצה אבער דו ביסט דאך איינער וואס קען אלעס, העלף מיך, איך זאל וויסן אז קיינער קומט מיר גארנישט, העלף מיר איך זאל וויסן אז איך בין נישט קיין דורכפאל, און העלף מיר איך זאל הערן און הערן און נאכאמאל הערן די קול פונעם צדיק וואס האלט אין איין דערמאנען, ווייל אויב נישט הייליגער באשעפער וועל איך מוזן ליידן און ליידן, מען וועט מיך מוזן וועקן און וועקן.
 
מיר האבן באמת געהאט אנגעגרייט גאר א אנדערע ארטיקל פאר די וואך, עס איז דאך אזעלכע רייכע טעג, מען קען דאך שרייבן אזויפיל, מיר האבן געהאט אנגעגרייט א שיינע ענין פון פרשת וישב, אריינגעפלאכטן שיין דעם ראש השנה לחסידות י"ט כסלו, דער הייליגער מגיד'ס יארצייט, דער באפרייאונג פונעם בעל התניא זי"ע, כ"א כסלו יום השיחרור פונעם סאטמאר רבי'ן זי"ע, און ווער רעדט נאך עס קומט דאך שוין די לעכטיגע טעג פון חנוכה, איך האב געענדיגט שרייבן דעם ארטיקל איבערגעלאזט די אלע שיינע זאכן, עס האט מיר באמת געבאדערט פארוואס איך האב נישט אספיעט עפעס אויף די פרשה, עניני דיומא, און… באמת עס איז געווען א רייכע ארטיקל ועוד חזון למועד, איך האב מיך אנגעהויבן באשולדיגן… איך האב מיך שוין אליין געטראפן זיין א חלק פון דעם יעצטיגן ארטיקל… אבער די מעשה איז נישט פערטיג, אזוי ווי איך זיץ נאך אין אפיס, איך מוז דאך נאך מאכן הפצה אויך ברוך השם אז דער אייבערשטער האט מיך מזכה געווען אז איך זאל דעם טאג וואס איך האב געשריבן דעם ארטיקל, געהאט די זכיה צו זוכן און געפינען ארויסשניידן א שטיקל פון א שיעור פונעם ראש ישיבה צו מאכן דערפון א חיזוק יומי, מיין קאפ איז מיר נישט געווען דערביי, אבער איך האב צוגעזאגט פאר די וואס מאכן די חיזוק יומי אז איך וועל זיי טרעפן א שטיקל פאר יענעם טאג… איך האב אפגעמאכט אז איך גיי מאכן א גורל הגר"א געבן א עפן א יאר, א פרשה, א אפטיילונג און פון דארט וועל איך זיי צושטעלן א שטיקל פאר א שיעור, איך עפן די פלאטפארמע ווי עס געפינען זיך די שיעורים… און עס דריקט זיך אריין דעם קנעפל צו שנת תש"פ שוין לאנג נישט געווען קיין חיזוק יומי פון יענעם יאר. פיין! דאס נעקסטע איז אין די פאלדער פון שיעורים לאברכים, פרשת מקץ, און דער מייזעלע געבט א קליק אריין אינמיטן פונעם שיעור, אפפס דא איז עס, דאס גייט זיין פאר די חיזוק יומי לאמיך נאר צוהערן… איך הער איך שטיי און שטוין "האיש משתאה מחריש לדעת" די ווערטער הער איך פון די מויל פונעם ראש ישיבה שליט"א… איך האב געכאפט קלעפ ווייל איך האב געעפענט די ישיבה… יענע וואך האט א איד געכאפט קלעפ פון א שיכור'ער גוי אין וויליאמסבורג… מוהרא"ש רעדט דערפון ביים שיעור… אז עס איז באשערט צו כאפן קלעפ כאפט מען, עס האט נישט צו טון צו מען האט געעפענט א ישיבה… און דער ראש ישיבה רעדט ווייטער אזעלכע טייערע ווערטער דער צדיק עפענט מיר די אויגן, הער אויף בלעימען מענטשן, יעדער איז שולדיג, דאס וואס דו האסט נישט קיין פרנסה דאס איז וועגן דיין שווער! יא? און דיין שוואגער איז סתם א חיה… און דיין טאטע… און דיין מאמע… און די גאנצע וועלט יעדער איינער איז דיר שולדיג, וואלסטו ווען געקומען צום רבי'ן וואלסטו דיך אויסגעדרייט אין א ווינקל און געזאגט: "רבונו של עולם איך טו תשובה איך הייב אן פון יעצט", אפאר דיבורים, זאג עס מיט…! 
אוי די ווערטער זענען מיר אזוי אריין אין די ביינער, אזא 'פונקט…' האט דער אייבערשטער געמאכט, וואוו! איך האב אנגעהויבן בעטן דעם אייבערשטן.
זעט אויס אז דא איז שוין נכלל י"ט כסלו, כ"א כסלו, פרשת וישב, חנוכה, עניני דיומא, וואס קען דען זיין שטערקער פון זיך צוהערן צו די ווערטער פון א צדיק, וממילא יבין, אז דו וועסט גיין צו א צדיק, צום סוף וועסטו פארשטיין וואס די לעבן איז.