בא'ליידיג'ט אבער אנגע'פיל'ט
כה תשרי תשפ"ד 📝
ווי וואס ווען רעגן… אויף להכעיס רענגט נישט דעם יום טוב… איך זיץ מיך אין מיין סוכה'לע… איך ווארט אפשר דאך אביסל רעגן… אפשר דאך וועט איינער זיך מחזק זיין מיט מיין ארטיקל וואס איך האב געשריבן לכבוד דעם יום טוב סוכות… אבער גארנישט, ממש ווי זיך אפגעשמועסט, א זינלאזער וועטער… איך טראכט אפשר אין קולמע טוט רעגענען… דארט קומען דאך פאר די אלע שרעקעדיגע געשעענישן, מלחמות אין אוקריינא, יעדע נייע סטרעין פון קאוויד באזוכט קודם דארט… איז אפשר דארט רעגנט אויך… אפשר דארט וועט זיך איינער מחזק זיין מיט מיין שיינער סוכות ארטיקל… איך וויל שוין אויפהייבן דעם טרייבל און קאלן הערן די וועטער באריכט… אבער איך געב זיך גלייך א דערמאן פון די לעצטע בריוו אין עצתו פון שבת שובה, שוין! פארפאלן רעגנט נישט… וועל איך מיך מוזן מחזק זיין אזוי אויך.
אבער מעסידזשעס און טעלעפאן רופן רעגענען היינט יא… עס הערט נישט אויף… די טעלעפאן הערט עפעס נישט אויף היינט צו באזזן… וואס גייט פאר? די סקעמער'ס ארבעטן אום חול המועד… ס'א חוצפה, ס'הערט נישט אויף… עפעס א 216 נומער, וואס פונקטליך וויל דער אינדיאנער פון מיר אינמיטן חול המועד… יא! איך בין מוסר מודעה פאר גאנץ מדינת הודו - אינדיע בלע"ז - יא! איך האב שוין עקסטענדעט מיין ווערענטי… און איך האב עי און בי העלט אינשורענס… וואס פונקטליך עס זאל מיינען… איך האב עס, און פערטיג, הערט אויף קאלן! אבער אז ער לאזט נישט אפ וועל מיר מוזן כאפן א שמועס מיטן מיטל-אזיאנישער… ווער ווייסט אפשר דאך וועט מען זיך קענען אביסל אונטערהאלטן, וועט מען יוצא זיין א שטיקל חול המועד האלטן…
איך שלעפ ארויס מיין טעלעפאן פון ביזעם, האלא! אה! אנטשולדיגט… זאג איך אים… אמממ… איך האב נישט געוויסט… איימסארי… אז איר רעדט אידיש… פשוט איך האב געזען א אינטרעסאנטע נומער האלט אין איין רופן, איך בין זיכער געווען אז מען רופט דא פונעם אנדערען זייט פאציפישער אוקיאן… ניין ניין! פילט אייך נישט שולדיג, הער איך פונעם אנדערען זייט, איך האב חס ושלום נישט קיין טענות אויף אייך, עס איז פשוט אסאך יארן וואס איך האב שוין אזוי געוואלט אייך טרעפן, רעדן מיט אייך. יעצט אז ער האט ענדליך אויסגעפונען אז איך בין עס, האט ער געהאלטן איך איין רופן. מיר האבן פארפירט א שיינעם שמועס, עס איז געווען זייער רייך און אינטערעסאנט, אבער איך האב געטראכט אז פון דעם וועל איך נישט קענען מאכן קיין ארטיקל, ווייל מיר האבן באקומען א מעסידזש אויף די "צום פינטל" גרופ, אז קיינער זאל נישט שרייבן איידער מען וועט זיין אין צום פינטל אפיס, עס זענען דא וויכטיגע מעסידזשעס וואס מען דארף דורכקוקן בעפאר מען שרייבט, איך האב געטראכט אז לכאורה וועל איך נישט אזוי שנעל זיין דארט אין אפיס, איז מען וועט מוזן לאזן דעם שמועס פאר א אנדערע מאל.
ווען איך בין אנגעקומען אין אפיס האב איך געטראפן אזא געשיכטע, באלד ווי די סוכות בלעטל איז ארויס לאור עולם, האבן אנגעהויבן רעגענען אינעם צום פינטל אפיס צענדליגע טעלעפאן רופן, טייל האבן באגריסט דעם פאקט אז מען האט צוריק געעפענט דעם קאלום, טייל זאגן ווי שטארק עס האט זיי דערפרייט דאס הארץ, זעענדיג דעם רויטן באלי מיטן פייל געצילט צום פינטל… זיי האבן געוויסט אה! עס גייט שוין זיין א שמחת יום טוב! אזוי ווייטער פולע מעסידזשעס פון הערות און קריטיק.
איין טעלעפאן רוף איז געווען גאר אייגענארטיג - געבן זיי דארט איבער - דער רופער האט זיך אנגעגעבן אז ער איז נישט קיין צווייטער, נאר איינע פון די פאציענטן וואס איז געווען באשריבן אינעם פאריגן ארטיקל, ער האט געבעטן ער וויל רעדן מיט די שרייבער פונעם ארטיקל, אבער אזוי ווי די צום פינטל אפיס האט א פאליסי אז זיי האלטן די נעמען פון זייערע שרייבער זייער אין געהיים, האבן זיי אים נישט געקענט העלפן. וויפיל ער האט געבעטן און גע'טענה'ט אז ער מוז רעדן צום שרייבער האבן מען דאס בשום אופן נישט געקענט נאכגעבן, פשוט דערפאר ווייל זיי אליין ווייסן אויך נישט קיין איינצעלהייטן ווער די שרייבער זענען…
אויף אזויפיל האבן זיי אים געקענט העלפן, מען האט אים געבעטן ער זאל איבערלאזן א מודעה וואס וועט אנקומען צום טיש פון אלע צום פינטל שרייבער, און עס איז צום האפן אז דער שרייבער וואס האט אים באשריבן וועט דאס אויך זען און אויב ער וועט וועלן וועט ער אים צוריק רופן.
נאכן זען אז ער האט נישט מיט וועמען צו גיין צום טיש, איז ער איינגעגאנגען אויף דעם, ער האט איבערגעלאזט א מודעה, פון דארט און ווייטער איז איבערגעגעבן געווארן פאר די אלע צום פינטל שרייבער און… ווען איך בין אריינגעקומען אין אפיס האב איך געטראפן א הערליכע ארטיקל גרייט צום דרוק, זעט אויס אז דער שרייבער האט יא עספיעט צו קומען אין אפיס גענוג פרי און ער האט טאקע גענומען די ווערטער פון דעם איד און געמאכט פון דעם גאר א באלערנדע ארטיקל.
***
היינט אינדערפרי זיץ איך מיך רואיג אין מיין סוכה מיטן גמרא, אויך א קאווע צו די זייט, יעדע פאר מינוט א בייס אינעם קאצקע… אהה ווי נישט א מחיה'דיגע וועטער… איך קען כאטש לערנען אין סוכה אימגעשטערט, און פלוצלינג באקום איך א טעלעפאן רוף וואס האט מיך שאאקירט, עס איז מיר גוט געווארן… עס איז מיר פשוט גוט געווארן… ווייל איך שטיי און טראכט ווי אזוי קען איך באקן א גוטע מעשה, אן דעם וואס עס זאל ארויסרינען אז די מעשה איז א גוטען געבעקס, און דא קומט גאר דער בעל דין אליין און טענה'ט להד"מ… בדידי הוה עובדא… ער איז גאר דער בעל המעשה… איך מוז אייך זאגן ס'איז מיר באמת גוט געווארן! אבער איך האב געוויסט אז איינמאל איך בין אריין אין דעם ווינקל וועל דאס מוזן אויפעסן, פארפאלן.
מיט א געמאכטע רואיגקייט האב איך אנגעהויבן די שמועס, נאכן זיך פארענטפערן פארן נישט אויפהייבן, פשוט איך האב נישט דערקענט דעם נומער, האב איך אים באגריסט מיט א שיינע שלום עליכם, דער רופער איז נישט געווען קיין צווייטער נאר דער פאציענט וואס מיר האבן באהאנדלט אין שפיטאל זייענדיג אין קליוולאנד, דאס איז געווען שוין כמעט צוואנציג יאר וואס איך האב נישט געהערט פון אים, זייער אינטערעסאנט. ער דערציילט מיר די גאנצע השתלשלות ווי אזוי ער האט מיר געזוכט פאר אזוי פיל יארן, ער איז אזוי דאנקבאר. און שוין יארן וואס ער פראבירט מיך צו טרעפן אבער ער האט נישט געקענט געפינען קיין שפיר ווער וואס וואו איך געפין מיך. און ענדליך דורך די שיינע ארטיקל האט ער אנגעהויבן וועבן און נאכגעגאנגען, ביז ער איז אנגעקומען צו מיין נומער. ער האט נאך געהאט ספיקות צו איך בין דאס טאקע, אבער ווען ער האט געזען אז איך ענטפער נישט די טעלעפאן האט ער געוויסט אויף זיכער אז דאס מוז זיין איך.
מיר האבן פארפירט א שיינעם שמועס, ער זאגט מיר אז ער איז געבליבן וואוינען אין קליוולאנד, ער האט געטראפן גאר א וואוילער שידוך, און נאך שיינע זאכן וואס מיר האבן געשמועסט. דערנאך האבן מיר אנגעהויבן שמועסן וועגן דעם ארטיקל פון סוכות, ער זאגט אז עס איז נישט געווען עפעס ווייס'ח וואס. איך האב אים געזאגט אז גראדע האב איך יא אנגעהויבן שרייבן דערוועגן, אבער עס איז נישט פערטיג געווען אין צייט, ממילא האבן מיר די לעצטע מינוט געמאכט א צווייטע געדאנק.
עס האט אים אביסל וויי געטון וואס איך האב געשריבן, ער טענה'ט אז די מעשה איז נישט געווען אזוי ווי איך האב עס אראפגעלייגט, זיי זענען טאקע געווען צוויי פאציענטן אינעם זעלבן שטוב, און דאס איז טאקע וואר אז זיי האבן געטראגן די ענדליכקייט אז זיי האבן געהאט די זעלבע מחלה, אבער דאס איז נישט אמת אז ער האט עפעס געהאט מיט די אלע אינטריגעס און שפיצלעך וואס דער אנדערער האט אפגעטון אין שפיטאל. עס איז געווען א טעות פונעם דאקטער. נאכדעם האט ער געזאגט אז דאס וואס איך האב געשריבן וועגן יענעם עס איז סאך ערגער געווען פון דאס וואס איך האב געשריבן. יענער האט געהאלטן אינאיין אונטעררייסן דעם דאקטער, ער איז געווען ברוגז אויף די וועג ווי אזוי דער דאקטער באהאנדלט אים, ער האט געהאלטן אז ער פארשטייט בעסער. און נאך מער פון דעם ער האט ליידער גורם געווען פילע טויטפאלן רח"ל, ער איז כסדר ארומגעגאנגען צו אנדערע פאציענטן און מסביר געווען אז עס איז נישט אזוי פשוט… און מען מוז נישט ממש פאלגן פונקטליך אלעס וואס דער דאקטער הייסט.
ליידער זענען געווען מענשטן וואס זענען געווארן באנומען פון זיינע ווערטער, ווי נישט האט ער געמאכט א רושם פון א נארמאלער מענטש, איינער וואס האט אים נישט געקענט האט געקענט מיינען אז ער איז א נארמאלער, טייל מענטשן האבן טאקע אויפגעהערט מיטצוארבעטן מיטן דאקטער, איך ווייס חברים וואס זענען געווען אויפן וועג צו ווערן אויסגעהיילט און היינט זענען זיי שוין ליידער נישט בין החיים רח"ל.
עס איז מיר געווען א חידוש צו הערן די גאנצע זאך, איך האב אים געפרעגט ווי אזוי ער האט געהאט כח ווען מען האט אים געהאלטן אין איין באשולדיגן און מען האט געשריגן אויף אים, ווי אזוי קען זיין אז ער איז געבליבן און זיך געלאזט ווייטער באהאנדלען.
ער האט מיר געזאגט זייער פשוט, איך האב געוויסט אז איך בין קראנק, און איך בין דא מיך צו היילן, געפעלט מיר יא געפעלט מיר נישט, דער איז מיין דאקטער און אויב וויל איך לעבן מוז איך אים הארכן.
דער אנדערע פאציענט איז געווען א אויבער חכם, ער האט געהאלטן ער פארשטייט בעסער פונעם דאקטער, זיין מצב האט מיך דערמאנט פון א קליפ וואס איך האב אמאל געזען פון פריערדיגע צדיקים, ווען איינער האט אים געברענגט א קריסטליכע בוך, און זיך אנגעגעבן אז ער איז געבוירן א איד, אבער ער האט זיך ליידער גע'שמד'ט, האט אים דער צדיק געזאגט אז א איד בלייבט א איד און ער איז פשוט קראנק. און ווען יענער האט צוריקגע'טענה'ט אז ער איז נישט קראנק, האט אים דער צדיק געזאגט אז א קראנקער וואס זאגט אז ער איז נישט קראנק איז נאך א גרעסערע רחמנות… ממש אזא פנים האט ער געהאט.
איך פרעג אים צו ער ווייסט עפעס וועגן יענער, וואו ער איז היינט אפשר קען מען יענעם אינטערוויו'ען… האט ער מיר געזאגט מיט א ביטערע שמייכל, דו ווילסט… מיר קענען גיין צוזאמען זיך משתטח זיין אויף זיין קבר… ליידער האט ער נישט איבערגעלעבט די מחלה.
עס האט מיר זייער וויי געטון די גאנצע מעשה, איך האב אים געפרעגט פארוואס ער האט נישט פראבירט צו רעדן צו אים, ער האט דאך יא געוויסט אין וואסערע סכנה ער איז, ער האט געזאגט אז וויפיל ער האט פראבירט צו רעדן מיט אים, זענען זיינע ווערטער געפאלן אויף טויבע אויערן, ער האט מיך נאר געוואלט מסביר זיין וואסערע געפערליכע פלאץ דא איז, און ווי די דאקטוירים דא זענען אומענטשן, איך האב געזען אז פאר מיין געזונט מוז איך אפהאקן מיט אים.
איין שטיקל טובה איז יא ארויסגעקומען פון דעם וואס ער איז אנטלאפן פון שפיטאל, אז ער האט שוין נישט געקענט מער פארדייען די קאפ פאר אנדערע פאציענטן. ברוך השם טויזענטער חולים זענען שוין געהיילט געווארן דורך די שטאב פון דאקטורים. אוודאי די מעשה האט געמאכט א שטינק, עס איז ארויס א שלעכטע נאמען אויפן שפיטאל, אבער די וואס האבן נישט געקוקט וואס אנדערע זאגן זענען פאלקאם געזונט געווארן בעזרת השם.
איך אליין - זאגט ער - איך בין געבליבן אין שפיטאל, און אפילו שפעטער ווען איך בין געזונט געווארן, בין איך געבליבן אין קאנטאקט מיטן דאקטער, צו דער דאקטער האט מיר יא געשמעקט צו נישט, איך האב געוויסט דער איז מיין דאקטער, ער האט מיך געפירט מיט א געזונטע וועג פון עסן שלאפן אזוי אז איך זאל נישט צוריקפאלן און בלייבן געזונט.
איך האב אים געפרעגט צו די מוסר השכל איז געווען אביסל אוועק פון פינטל, האט ער גענטפערט זייער קלוג, עס גייט געווענטליך צוזאמען, ווער עס קען נישט נעמען דאס וואס דער אייבערשטער געבט און ער האט טענות אויפן אייבערשטן, דער האט טענות אויפן צדיק און קען נישט נעמען ווען עס זעט אויס אז מען האט אים בא'עוולה'ט, אזוי זאגט דאך דער רבי "שתו בשמים פיהם" באמת וואלטן זיי געוואלט רעדן אויף דער וואס איז הימל, זיי דערוואגן זיך נישט צו רעדן אויפן אייבערשטן, איז "ולשונם תהלך בארץ" רעדן זיי אויף די צדיקים וואס געפינעם זיך דא אויף דער ערד.
אבער מיר איז עס געווען א גוטע לעקציע, איך דארף מיר מאכן א חשבון, אז איך באקום א גוטע וועג פון לעבן, אז מיין נשמה באקומט די ריכטיגע נערונג, איז אפילו עס שמעקט מיר נישט אלעס פונקטליך, וועל איך נישט ווערן באליידיגט אויף מיין דאקטער.