באמבאדירונגען אין עזה
ד כסלו תשפ"ד 📝
קרעדיט: ישראל דוד העסקעל
אכמעד א פארעלטערטער פרומער אראבער שוין טיף אין די זיבעציגער יארן האט אלס שווערע דראמאטישע מעשיות צו פארציילן פאר די יוגנט פון 'די גאלדענע יארן' און דערנאך פון 'די שווערע יארן', יעדער אין געגנט קען אים.
ער פארמאגט א קליינעם קיאסק שוין פאר יארן אויפן זעלבן פלאץ, א ווינקל איינס פאר די הויפט גאס פון חאן יוניס אין עזה.
דער אכמעד ווייסט נישט פון קיין פאליטיק צו זאגן, ער איז נישט פארמישט אין קיינעם'ס געשעפטן ער איז פון די 'וואוילע' מענטשן וואס פאלגן אלס די מבינים, פאַרשטייער און פאָרשטייער, פירער און פארפירער... ער ווייסט נישט קיין מעשיות, א תמים און פון נאטור אויס א פאלגער, ער טוט אלס ווי אזוי 'מ'הייסט.
איין גאר א ווארימע מיטוואך צופרי זיצט זיך דער אכמעד אין זיין קיאסק, ער זופט זיך פון זיין שווערע גאר טונקעלע טערקישע קאווע בשעת ער מישט א בלעטל אין א צייטונג פון עטליכע חדשים צוריק.
ער קוקט זיך אום אין זיין קיאסק און טראכט צו זיך ס'האט שוין געזען בעסערע צייטן... ער פארקויפט דארט טעלעפאן טשארדשערס, ציגארעטן, מאגאזינען, קענדיס און אלע שמאנצעס פון א קיאסק.
די לופט אבער איז שטארק אנגעצויגן, ס'הערשט א מלחמה, די כאמאס רעגירונג זאגט אז מ'זאל אנגיין געהעריג מיטן לעבן, "מיר האבן א שטארקע ארמיי, די גאנצע שכינות יעדער פארמאגט א ביקס, הע הע לאמיר נאר זעהן, זאלן זיי זיך פרובירן אנצוהייבן מיט אונז…"
אלע קופקעס אין גאנץ חאן יוניס ווייסן קלאר צו זאגן אז 'מיר האבן עס ס'גייט זיין גוט נישטא וואס זיך צו זארגן'.
די לאקאלע כאמאס רעגירונג זאגט אז מ'קען זיין רואיג מ'זאל נאר ווארטן צו הערן אלע אפּדעיטס צו וויסן וואס מ'האט צו טוהן אבער מ'קען זיין רואיג.
צוויי טעג שפעטער שטייט אכמעד אין זיין קיאסק און דער עולם קופקעוועט מיט די נייעס, ס'הערשט אן אנגעצויגענע מינע אויף די פנים'ער, אכמעד געבט זיך א שאר צו, מיטצוהאלטן אביסל וואס גייט פאר.
שטייט דארט א מוכאמאד און שרייט ביזן הייזעריג ווערן: "גאנצע בנינים טראסקענען אראפ, ס'נישט נארמאל מ'מוז אנטלויפן, בלייבן דא איז נישט קיין אפּציע מיר גייען גע'הרג'עט ווערן אויב בלייבן מיר דא, יעצט איז די צייט צו אנטלויפן!"
דער גאנצע עולם שטייט מיט אפענע מיילער, די הענט ווארפן זיך פאר שרעק... איז דאס אמת? זיי האבן טאקע באמבאדירט גאנצע געגנטער, און אפגעווישט ריזיגע בנינים? ווי אזוי קען זיין?
אינמיטן דער צומישעניש קומט צו שמייסן א ווייסע טאיאטא פיקאפּ טרעקל מיט עטליכע אראבער פון אונטן צוגעדעקט די פנים, באוואפנט ביז די ציין און שרייען ווי צעיושעטע אינגען "נעעע האט נישט מורא, דאס איז נאר פראפאגאנדע, זיי ווילן צוקלאפן אונזער מאראל און אונזער שטאלץ".
"די אלע נייעס איז פאבריצירט, מ'האט נישט געהאלטן פון דעם, חברה, אללא אקבאר אונז זעמיר שטארק, דער פיינט ציטערט פון אונז, האט נישט מורא! בלייבט אלע דא מיט אונז, ביים פירערשאפט זענט איר פארזיכערט פון סיי וועלכע מלחמות אדער אטאקעס."
אללא אקבאר שרייען אלע נאך מיט שטאלץ! יא יא דער אלטער אכמעד שלעפּט זיך צוריק צו זיין קיאסק בארואיגנדיג זיך אליין 'די רעגירונג אונזערע איז א פיינע רעגירונג, זיי האבן אונז נישט פארפירט ביז אהער זיי וועלן אונז ווייטער נישט פארפירן…'
נאך צוויי טעג גייען אריבער און דער אכמעד זיצט זיך אויף זיין אלטע אויסגעוועטשטע ברוינע בענקל אין זיין קיאסק און פלוצלינג הערט זיך א גערודער. ער לויפט ארויס קוקן וואס גייט פאר און ער זעט ווי אינמיטן א הייסע זומער טאג קומט שניי צו פאלן.
נאך א מינוט איז זיך די גאנצע געגנט צוזאמען געלאפן זען די סומאטוכע, ס'קומען צעטעלעך צו פליען פון הימל!
די צעטעלעך לאנדן מיט א קלארע מעסעדזש:
"אויב ווילט איר לעבן דאן אנטלויפט ווייל נאך אביסל גייען קומען באמבעס צו פליען אויף די גאנצע געגנט און דעמאלט וועט זיין צו שפעט. אויב איז אייך אייער לעבן טייער אנטלויפט ווי לאנג איר קענט נאך!"
דער אלטער אכמעד מיט זיינע פריינט צולאכן זיך הויך "מע שטותים, מ'וויל אונז סתם ברעין וואשן, זיי ווילן אונז פארכאפן…" אלע אינאיינעם הייבן אן צורייסן די צעטלעך, וואס שטייט דא אזוינע שטותים, מיר האבן דאך אונזערע געטרייע כאמאס וואס געבט אויף אונז אכטונג, זיי זאגן מ'זאל עס אפילו נישט ליינען נאר גראד צורייסן און פארברענען.
***
יענקל זיצט אין אפיס נאכן באקומען זיין נייע דזשאב, עס זעט אלעס אויס זייער גוט, אלעס פארט פיין, א פיינע סביבה, א פיינר בעל הבית. יענקל באמערקט נאך אפאר טעג אז זיין קאמפיוטער איז נישט געפילטערט, מען קען צוקומען צו אלס און אלעמען אן קיין פראבלעמען. ער טראכט צו זיך איך דארף זאגן פאר מיין בעל הבית צו לייגן א פילטער, אבער ער שטופט אוועק די מחשבה פון קאפ, ווייל 'ער גייט נישט זיין דער פרומער וואס דארף נעבעך האבן א פילטער', איך קען זיך אליין באהערשן, איך בין גענוג שטארק.
גראדע איין מאל איז יא אויסגעקומען צו רעדן צום בעל הבית וועגן דעם אבער ער האט עס אוועקגעמאכט אז עס פעלט נישט אויס צו לייגן, עס פעלט נישט אויס צו לייגן פילטערס און צאלן איבעריגע געלט ווייל דו האסט א פראבלעם מיט אידישקייט.
נאכן זיין ביי די נייע ארבעט א שטיק צייט האט ער דא דארט געגעבן א קוק אריין אויף נישט גוטע פלעצער לא עלינו, אבער ששששש איך בין נישט פון די מענטשן וואס קוקן זאכן וואס א איד דארף נישט קוקן, איך בין דער איידעלער אינגערמאן, אלע האלטן פון מיר, און מסתמא יעדער קוקט סיי ווי… און איך דאווען דאך פארן עמוד אזוי שיין מיט מיין שיינעם קול, איך האב מיין פלאץ אין בית המדרש צווישן מיין עידש איך בין פון די געלונגענע ארויפגעקוקטע פון דער קראָ יעדער וויל מיר געפעלן, איך שפיל גוט דעם שפיל.
איינע פון די אינגעלייט וואס האבן דארט געארבעט מיט אים איז געווען א ברסלב'ער. אין איינע פון די טעג האט דער ברסלב'ער ארבעטער געכאפט א שמועס מיט יענקל וועגן זאגן משניות יעדן טאג, אז דאס העלפט מען זאל נישט אריינפאלן אין עבירות, און אויב חס ושלום מען איז שוין אריינגעפאלן אין עבירות לא עלינו קען דאס העלפן מען זאל ארויסקריכן פון די עבירות.
דער יענקל האט אנגעהויבן אזוי לאכן פון אים אז אלע ארום האבן זיך אויסגעדרייט קוקן וואס דא האט פאסירט, פארוואס ער לאכט אזוי. יענקל גיבט זיך א רוף אן: "דו מיינסט טאקע איך האב נישט וואס צו טון מיט די צייט נאר זאגן משניות? איך בין עפעס א כיתה ג' אינגל???"
ביז איין שיינעם טאג איז ער אריין אין א אומשולדיגע זייטל, ער איז דארט אריינגעקראכן מער און מער און די סוף איז ליידער געווען זייער זייער ביטער לא עלינו, עס האט זיך נישט גוט געענדיגט. פון אינדרויסן האט ער ווייטער געשפילט א שפיל ווי דער חשוב'ער אינגערמאן, אבער ער האט שוין יעצט גוט געשפירט אז עס טויג נישט מיט אים, 'איך דארף איינער זאל מיר העלפן ארויסקריכן פון דעם פלאנטער'.
איין טאג כאפט ער א שמועס מיט א אינגערמאן א חבר זיינער און אזוי שמועסנדיג האט ער אים פארציילט אז זיין קאמפיוטער אין אפיס האט נישט קיין פילטער און ער טראכט אז היינט גייט ער זאגן פארן בעל הבית אז אויב ער לייגט נישט קיין פילטער גיי איך ארויס פון די ארבעט.
דער חבר הייבט אן פון אים חוזק צו מאכן, וועגן דעם גייסטו ארויסגיין פון די ארבעט? ביזט א קליין קינד, אלע ארבעטן אזוי היינט, דאס איז היינט די לעבן, מאך דיך נישט נאריש. דאס איז די וועג פון מאכן געלט.
יענקל רופט זיך אן פאר זיין חבר: "דו ווייסט איינער פון די אינגעלייט מיט וועמען איך ארבעט איז א ברסלב'ער און ער האט מיר געזאגט אז זאגן משניות איז א געוואלדיגע זאך, עס איז גוט פאר אלע סארט מענטשן אין אלע מצבים, וואס האלטסו וועגן דעם?"
דער חבר האט אזאנס אנגעהויבן לאכן פון אים: "זאג מיר נישט אז דו גייסט אויך זיין פון די פאני ברסלב'ע מענטשן וואס מען זעט איבעראל מיט א קליינע משניות און זאגן נאר א פרק און נאך א פרק, אפילו ביי די רויט לייט זאגן זיי משניות, פאני מענטשן…"
ליידער האט ער אנגענומען וואס זיין חבר האט געזאגט און ארויסגענומען פון זיין געדאנק די זאך פון זאגן משניות.
אזוי איז יענקל אריינגעפאלן מער און מער אין ביטערע עבירות נעבעך, וואס דאס איז דאך ווי א אדיקשאן וואס אָן עצות פון א צדיק קען מען זיך נישט ארויסזען דערפון. אבער ער האט אלעס פרובירט צו באהאלטן.
זיין ווייב איז געווארן פארמיאוסט אין זיינע אויגן, די גאנצע שטוב האט אים אנגעהויבן גיין א גאנג אויף נעקסט לעוועל, זיין געדולד צו לערנען האט זיך ליידער אינגאנצן אויסגעלאשן, ער האט אויפגעהערט צו דאווענען לא עלינו ער האט שוין נעבעך פארגעסן וואו זיין תפילין ליגט. ער האט זיך געטראפן אן אומגעדולדיגער שרייען אויף זיינע קינדער יעדן צווייטן טאג.
אזוי זיצט ער זיך און אפיס און טראכט אזוי צו זיך וואו בין איך אנגעקומען אהער? וואס האט דא פאסירט? איך בין דאך געווען דער געלונגענער געשמאקער און אויך ערליכער וואוילער אינגערמאן … און דא גייט מיר מיין גאנצע לעבן צוגרונד פאר די אויגן! הלוואי זאל איך עס כאטש קענען איינעם דערציילן אז דער לופטיגער באטעמטע אינגערמאן עקזיסטירט אפילו נישט! ס'איז ערגער פון א דמיון ס'איז א פארקערטע ריאליטעט! הלוואי זאל מיר איינער קענען ארויסשלעפן פון מיין בלאטע טראכט ער זיך אזוי אין אפיס…
אזוי אינמיטן זיינע רוישיגע מחשבות לאנדעט עפעס א צעטעלע אויף זיין טישל, א מפיץ האט אים אראפּגעלייגט א קארטל 'ווילט איר האבן א זיסע לעבן? דא האט איר א וועג' איז געשטאנען אויפן קארטל מיטן ברסלב'ן האט ליין נומער 212-444-9191.
יענקל ווערט רויט מיט כעס און צורייסט די קארטל און הייבט אן זיך רעגן אויף טויזענט "ביי אונז האט מען נישט געהאלטן פון דעם" שרייט ער אויף די העכסטע טענער! ער שפירט זיך גוט אז כאטש איז ער נישט פארכאפט געווארן חלילה און ער האט אפילו נישט געקוקט וואס דארט שטייט…
***
מענטשן זענען אסאך מאל אזוי פארטושט אין זייערע פארנומענע סדר החיים אז זיי האבן נישט אפילו די ישוב הדעת צו טראכטן פאר זיך וואס טו איך דא? ס'פאלן ריזיגע באמבעס! ווער קען מיך ראטעווען ווי איז דא א וועג פאר מיך צו קענען מצליח זיין? מענטשן לויפן נאך דעם שטראם אן זיך בכלל צו כאפן דעם אטעם.
ר' איד אפשר נאכן כאפן אזויפיל קלעפ לוינט זיך יא צו פרובירן קוקן אויף דעם קארטל און אנהייבן לעבן א נייע לעבן מיט געשמאק און שמחה? ווארט נישט ווען עס וועט שוין זיין גאר גאר ביטער.
דער גרעסטער חסד וואס מען קען טון איז צו ראטעווען א איד דורך פרובירן צו רעדן צו אים אדער געבן א קארטל א גליון א ספרל ס'קען זיין אז דו גייסט אים יעצט ראטעווען פון א באמבע וואס גייט אט אט פלאצן ביי אים!
***
אגב, אז מען רעדט שוין וועגן עזה מלחמה איז אינטערעסאנט אנצומערקן דאס וואס דער ראש ישיבה האט דערמאנט וועגן די נושא ביים ליל ששי שיעור אין היכל הקודש לינדען. דער ראש ישיבה האט געזאגט: יעצט ביי די מלחמה אין עזה פאר מען באמבאדירט א פלאץ ווארפט מען אראפ אזאנא פאלשע באמבעס וואס פלאצט עכט נישט אויף, דאס טוט מען כדי דער עולם זאל זיך דערשרעקן און אוועקלויפן פון דעם פלאץ פאר עס איז שוין צו שפעט, אבער ליידער איז דא מענטשן וואס אנטלויפן נישט, און ווערן דארט גע'הרג'ט, אזוי ווי מען זעט ביי לויט "ויתמהמה" מיט'ן שלשלת טראפ, ער האט זיך פארזוימט אין סדום, ווייל ער האט נאך געוואלט ראטעווען זיין געלט. דאס זעט מען היינט אויך, מענטשן פארברענגן שעות אין די ארבעט, זיי קומען נישט אהיים צו די ווייב און קינדער, אלעס פאר די געלט, ער טראכט אז מארגן גייט ער זיך אפגעבן מיט זיינע קינדער, אבער עס ארבעט נישט אזוי, די קינדער שפירן דאס אז דו דארפסט זיי נישט. מען דארף אהיימקומען פארנאכטס און פירן א שיינע שטוב.