עס האט מיך דערמאנט פון א מעשה…
באלד אינדערפרי האב איך שוין באמערקט ווי עס קאכט א קעסל אין שטאט, די קופקעס ביי אלע ווינקלען פון גאס, די טיילווייזע טרעפיק, און די גרעסערע אנוועזנהייט פון פאליציי האט מיר קלארגעשטעלט אז עפעס פרייליך… קומט פאר אין שטאט. איך מאך שנעל מיין וועג צום מקוה אין בית המדרש, אז די שטאט רעש'ט קען איך דאך וועגן דעם יעצט נישט פארפאסן דאס דאווענען, און איך קען נישט זיין שפעט צו דער ארבעט. איך פארשטיי אז איך בין א וויכטיגער פערזאן, אבער  העכסטנס אז מען וועט דארפן וויכטיג מיין הילף צו שליכטן דעם קריזיס וועט מען שוין טרעפן א וועג ווי אזוי מיך צו קאנטעקט"ן… 
נאכ'ן דאווענען האב איך שוין כמעט געברויכט נעמען א צד, יעדער האט גענומען די מעשה אזוי פערזענליך כמעט ווי די אויסגאנג פון די פרעזידענטליכע וואלן… קיין ברוינפן טרינק איך טאקע נישט, אבער א לחיים נאכ'ן דאווענען איבער א שטיקל לעקעך קען דאך נישט שאטן, און אינאיינוועגס זען וואס אזוינס עס גייט עס רודערט זיך, ווער וויל דען נעמען א שאנס צו פארפאסן אזעלכע וויכטיגע נייעס. איך הער זיך צו מיט א האלבע אויער; היינט אין די פריע פארטאגס שעה'ן איז פארגעקומען א באוואפענטע רויבעריי. יעצט פראבירט יעדער אויסצוגעפינען פארוואס די פאליציי האט גענומען אזוי ערנסט די מצב, ברוך השם עס זענען נישט געווען קיין מענטשליכע פאטאליטעטן, ווי עס שיינט - זאגן די זאך קענער - באהאלט מען עפעס פונעם עולם, עפעס קאכט זיך אונטער די קוליסן וואס מען וויל נישט די גאס זאל וויסן דערפון.
ביים לחיים טישל גייט שוין העכערע טענער… טייל זאגן מען האט בארויבט א ברינקס טראק, אנדערע זענען קלאר אז עס האנדלט זיך איבער א גארביטש טראק רויבעריי… ביידע צדדים האבן עס 'אליין' געזען מיט די אייגענע אויגן… אלע האבן בילדער און קליפס, יעדער האט ראיות ברורות וואס טוט צושטימען אז זייער ווערסיע פון די מעשה איז קראנט און הונדערט פראצענטיג… 
איך הער דאך אבער נאר אויס מיט א האלבע אויער… איך בין דאך פון די מער באזעסענע… מיר אינטערעסירט נישט קיין כי הוא זה די אלע שמועסעלעך… איך בין סתם נייגעריג דא דארט צו וויסן אביסל. איין זאך איז מיר קלאר, אז דער עולם איז ערנסט נישט מיט אונז… איך וויל פארשטיין, מענטשן האלטן באמת אז מען האט בא'גנב'עט א גארביטש טראק… וואס איז געשען, אפשר האט דער קאראנא וויירוס פלאך געמאכט די קעפ דא? אדער אפשר איז דאס גאר א תוצאה פון די העכערע געז פרייזן…? איך האב געמיינט אז אזוי ווי דער פרעזידענט ירום הודו איז געגאנגען אביסל צום מיטל מזרח, וועט דאס האבן א גינסטיגע השפעה אויף די באפעלקערונג. איך האב געמיינט אז כאטש די יונגערע צווישן אונז וועלן זיך אביסל צוריקכאפן פונעם אוילדסהיימערס וואס האט באטראפן דאס אמעריקאנער פאלק… 
איך וויל פארשטיין… נאכאמאל? זאג איבער דיין ווערסיע פון די מעשה? אפאר געשולטע פארמאסקירטע רויבער האבן פלאנירט און איבערגעפאלן א… וואס? איך הער נישט… א סעניטאציע טרעקל? איך האף נאר אז דער אנפירער פון די באנדע האט זיי מיטגעגעבן - חוץ די ביקסן, און געווער - אויך אפאר גוטע נאזן שטאפער'ס (נאויז קליפס בלע"ז)… וואס קען מען שוין בא'גנב'ענען אין א גארביטש טראק… קען זיין אז זיי זוכן די שיריים פון די נארהאפטיגע נאכטמאל וואס מיין ווייב האט נעכטן (נישט) צוגעשטעלט… דאס קען שוין יא אפשר מאכן סענס, גאנץ מעגליך אז פאר דעם וואלט זיך אפשר יא געלוינט צו פארכאפן א מיסט טרעקל… אבער איך האב שלעכטע נייעס… נעכטן האט דאס ווייב געבלאזן… נעכטן איז געווען 'די נאכט' וואס איך האב געזוכט אין שענקל עפעס זיך צו דערכאפן דאס הארץ… איר ווייסט דאך וואס איך האב דארט געטראפן; מייערן, א פושקע טונא, אביסל רייס קעיק… א שאד פאר זיי צו זוכן, פון מיין הויז איז שוין א שיינע פאר טעג נישט ארויסגעטראגן געווארן די מיסט זעקלעך… זי קען זיך נישט צאמנעמען… אפילו די ווינדלען פון די פיצלעך וועלן די רויבער דארט נישט טרעפן, עס ליגט נאך אומבארירט שיין פארפאקט אויפ'ן זעלבן ארט ווי מען האט עס אראפגעלייגט…
שוין! איין זאך זע איך אז מענטשן האבן באמת גאר וויכטיגע זאכן צו ערלעדיגן… אין א גרינעם דינסטאג זיצט מען און מען לחיימ'ט… איך האב מורא אז די השפעות פון אנעמפלוימעט רינט נאך ערגעצווי… 
אלענפאלס נאך אלע שפעקולאציעס, און שמועסעלעך, בין איך גארנישט קלוגער געווארן, די זאך איז קלאר אז ס'איז נישט דא וואס צו בארויבן אין א גארביטש טראק… אז שוין יא בארויבן פארוואס טאקע נישט קיין ברינקס טראק… קען זיין אפשר ווייל א ברינקס טראק איז באפאנצערט און באשיצט און א גארביטש טראק נישט…?
אקעי! סטאפ מיט די קארני דשאויק’ס! די קענסט אפשר אויפהערן שפעקולירן?! האסט אוועקגעטראגן דעם עולם! יעדער איז שוין געשפאנט! האסט שוין געפראווד אז די ביסט א אויסגעצייכנטער שרייבער! וואס נאך… זאגסט דאך אז גאר דיין זאך איז 'צום פינטל', נו אפשר קענסטו מברר זיין וואס דא טוט זיך, אפשר קענסטו ברענגען עפעס קראנטע נייעס פאר'ן עולם?!
פיין! איך ברעך מיך, איך גיי צו צו מיינס א פארלעסליכער ערשטאהאטיגער נייעס באריכטער… יא יא איר האט גוט צוגעטראפן, דאס איז דאך דער זעלבער יונגערמאן וואס האט פאראויסגעזאגט אז טראמפ גייט עס זיכער מאכן… ער האט געוויסט צו זאגן אז אויב נישט גייט זיין א די-זעעעעסטער, און א טאג נאך די אויסגאנג פון די וואלן - אויב טראמפ מאכט עס נישט - ציט ער זיך אוועק פון די פאראייניגטע שטאטן קיין דענווער קאלאראדא… שוין! איך שפאן צו צו אים, ער וועט זיכער וויסן וואספארא קאנספיראציע טעאריע שפילט זיך דא אפ.
יא! איר זענט גערעכט געווען, ער האט א מיינונג, לאך נישט! עס איז גאר ערנסט די לאגע, ער האלט קלאר אז דאס איז נישט קיין רויבעריי, דאס איז אן אבלאווע פון די שטאטישע אינסטאנצן, זיי זוכן קאוויד טעסטינג, וואקסינאציע, פי די עף’ס… ער האט עווידענס, ער האט אפילו  נעמען פון די מענטשן וועמען מען האט גענומען אין חד גדיא אריין, אבער עס איז צו פרי ארויסצוגעבן די נייעס… נו גיי פרעג אים אפ.
הקיצור איך דערזע מיך אין א קינדערגארטן, לאמיך כאפן הענט און פיס איידער איך ווער דא ממש כקטן שנולד… 
 
***
 
ביי דער ארבעט זענען זאכן געגאנגען אויף שטילערע טענער, ווי נישט ווי די אלע וואס קומען אריין אין דער ארבעט האבן דאך א דזשאב… נישט דא צופיל צייט צו לופטערן קיין נייעס, למעשה קיין ענטפערס זענען נישט דא, די פראגע ’וואס גייט פאר’ איז געבליבן הענגען אין די לופט.
דער אייבערשטער איז דאך אבער א זן ומפרנס לכל, ער פיטערט יעדעם מיט וואס ער ברויך, ער ווייסט דאך ווי וויכטיג עס איז פאר מיר עס זאל אריינשפילן צו מיר אין האנט די נייעס, נאכנישט אריבער קיין פיר און צוואנציג שעה פונעם שטורעם, און… עס באווייזן זיך ביי די טיר פון מיין אפיס צוויי אפיצירן פון איינע פון די ביוראקראטיעס וואס באפאסן זיך מיט'ן אויספארשן פארברעכנס. נאכ'ן מיר קלארשטעלן אז איך בין נישט פון די געזוכטע, זיי זוכן מיך נישט אויסצופארשן, האבן זיי מיר געזאגט אז זיי דארפן פשוט מיין הילף, לויט זייער אינפארמאציע איז די רויבעריי פארגעקומען ערגעץ נישט ווייט פון די גאס ווי עס געפינט זיך מיין אפיס, זיי ווילן פשוט צוטריט צו מיינע סורוועילענס קעמערע'ס. איך האב זיי אזויפיל געזאגט אז אויב זיי ווערן געוואויר עפעס קענען זיי מיך געטרויען מיט די אינפארמאציע… עס וועט בלייבן קאנפידענשל, פון מיר וועט נישט ארויסרינען קיין אינפארמאציע, איך האב זיי פארזיכערט אז איך בין סך הכל א שרייבער אינעם 'ברסלב'ער שטעטל בלעטל' וואס אפילו עס זאל דארט ארויסרינען… ווער ליינט דען די ברסלב'ע זאכן… גיי זיי מסביר פאר'ן גוי איבער אזאנע הייקעלע זאכן ווי 'מסורה'… גיי ברעך דיך דיינע ציין מסביר צו זיין אויף די גויאישע שפראך אזעלכע טערמינען: 'מען האט נישט געהאלטן דערפון…'  'מען טאר נישט אריינקוקן אין זייערע ספרים…' צופיל האבן זיי נישט פארשטאנען, אבער די הומאר האט אביסל אראפגעברענגט דאס אנגעצויגענקייט. 
אבער ווען איך האב מיך געוויצלט מיטן אפיציר, זאגענדיג: "אויב שטעלט זיך טאקע ארויס אז עס איז בארויבט געווארן א טראק פון די סעניטאציע דעפארטמענט… זאלן זיי ביטע נישט לייגן די רויבער אין תפיסה, עס קומט זיי ענדערש זיי זאלן ווערן איינגעשפארט אין אן אנשטאלט פאר משוגעים…" געבט מיר אזא קוק אן מיט א בלינק מיט א האלבער אויג, האלב לאכעדיג האלב ערנסט: 'איך האף אז איר זענט קלוגער פון דעם' עס פאסט נישט פאר א אידישע קאפ אזוי צו קלערן, און ווי א אפיציעלע מעלדונג געבט ער מיר א זאג: "אויב איז דא פארגעקומען א רויבעריי איז דאס נישט אויף א גארביטש טראק, אויב איז דא פארמישט א גארביטש טראק דאן איז דא נישט געווען קיין רויבעריי".
 
איבערקוקנדיג די קעמערע'ס האבן מיר געזען די גאנצע רויבעריי שפילט זיך אפ פארנט פון אונזערע אויגן, מען האט געזען זייער קלאר, אין די פריע פארטאגס שעה'ן די גאס איז ליידיג, ווען פלוצלינג זעט מען א איד שפאצירט אראפ די גאס מיט א טאשקע אין די הענט, א פאר סעקונדעס דערויף זעט מען, א טראק פון די סעניטאציע דעפארטמענט דרייט זיך אריין אינעם געסל, עס שטעלט זיך אפ ביי יעדע הויז אפצונעמען די מיסט, באלט דערויף זעט מען א שווארצע לינקאלן זיך ווילד אריינדרייען אינעם גאס, דאס איז עס! דאס איז דער געזוכטער קאר! אבער ווי עס זעט אויס האבן די רויבער נישט געטראכט אז זיי וועלן דארפן בייטן פלענער, זיי זענען יעצט געשטראנדעט אונטער א גארביטש טראק, זיי דארפן יעצט פאסן א באשלוס וואס מען טוט דא ווייטער, ווען יעדע רגע קענען זיי פארשפילן די אקציע, די פאר סעקונדעס ווארטן קען צוניש מאכן די וואכן און חדשים פון פלאנירן. נישט געזארגט זיי האבן זיך נישט פארלוירן, גאר שנעל שפרינגען ארויס צוויי פארמאסקירטע פארשוינען און פארכאפן דעם גארביטש טראק, און מיט געניטע מאנעוורע'ס פירן זיי עס ארויס פון זייער וועג, נאך צוויי חברה טאנצן ארויס פונעם שווארצן קאר און לייגן אראפ דעם איד אויף דער ערד, דער טאשקע מיט אלע פיר פארשוינען זענען אין א אויגן בליק געווען צוריק אינעם שווארצן לינקאלן, וואס אין סעקונדען איז פארשווינדן געווארן פונעם האריזאנט.
 
***
 
פיל מאל אין לעבן דאכט זיך אז מיר טוען בייוואוינען די גאר מאדנע ספעקטאקל, מיר טרעפן זיך אין א מצב וואס עס זעט אויס ווי מיר וואוינען יעצט ביי נישט מער און נישט ווייניגער 'א באוואפנטע רויבעריי אויף… א גארביטש טראק'.
אבער מיר כאפן זיך גלייך ביים קאפ, 'איך האף אז איר זענט קלוגער פון דעם' עס פאסט נישט פאר א אידישע קאפ אזוי צו קלערן! ווייל 'אויב איז דא פארגעקומען א רויבעריי איז דאס נישט אויף א גארביטש טראק, אויב איז דא פארמישט א גארביטש טראק דאן איז דא נישט געווען קיין רויבעריי'
ווען איך דערזע מיך סוף טאג און איך דערמאן מיך "אוי היינט האב איך פארפאסט לייגן תפילין, אוי איך האב פארפאסט א שחרית, א מנחה, איך האב אויסגעלאזט א מעריב. אפגערעדט קריאת שמע, איך דערזע מיך ווי דער טאג איז אריבער מיט קוקן נארישע מאוויס, מפקיר געווען מיינע אויגן, איך האב ניטאמאל אריינגעכאפט צו זאגן א משנה, א קאפיטל תהילים".
דער סמ"ך מ"ם האט געמאכט א פיינער ארבעט מיט זיין רויבעריי! אבער וואס? ווי? ווען? פארוואס שטייט ער טאג און נאכט מיט פלענער מיך צו בא'גנב'ענען? וואס ברענט אים אזוי שטארק אוועקצונעמען פון מיר א שחרית? וואס ברויך ער מיין שמירת עיניים אזוי וויכטיג? וואס איז אים אזוי וויכטיג צו פארכאפן מיין תפילין? אזוי וויכטיג איז פאר אים צו פארכאפן עפעס א שמוציג ווינדל פון א גארביטש טראק? ער זיצט און לאקערט, אויף וואס? אויף די מיסט וואס ליגט אין מיין גארביטש טראק? וואס וועט ער שוין דארט פארכאפן 'מיין' שחרית? 'מיין' תפילין 'מיינע' אויגן 'מיין' קריאת שמע 'מיין' משנה'לע?
אלא מאי, זעט אויס אז עפעס א טעות איז דא אין די מעשה 'אויב איז דא פארגעקומען א רויבעריי איז דאס נישט אויף א גארביטש טראק, אויב איז דא פארמישט א גארביטש טראק דאן איז דא נישט געווען קיין רויבעריי'.
 
עס מוז זיין אז אויב לאקערט ער אזוי אויף מיר, אויב וויל ער מיר צונעמען מיין שחרית איז א סימן אז מיין שחרית איז דער שווארצע טאשקע אנגעפילט מיט דיימאנטן.
אויב האט ער נישט וואס צו טון קיין בעסער'ס נאר מיר אוועקנעמען מיינע אויגן, וואס גייט אים אן אז איך וועל געבן 'איין קוק' ווייניגער, "כא כא כא דא האבן זיך שוין די רויבער צילאכט…" 'איין קוק' ווייניגער דאס איז דאך שוין טאקע באמת גארנישט, אלא מאי מוז דאך זיין אז איין שלעכטע קוק ווייניגער איז ביי אים ווערד זיך אנצושטרענגן און איינשפאנען אלע זיינע כוחות, יא! די איין נישטיגע בליק, וואס איך וועל מיך צוריק האלטן פון קוקן - איר זאגט דאך, בעסער געזאגט איך זאג דאך… אז איך בין א מיסט קאסטן, זעט אויס אז עס איז עפעס א טעות איז אריינגעפאלן אין די מעשה, ווייל 'אויב איז דאס א רויבעריי איז דאס נישט א גארביטש טראק! זעט אויס אז דארט ליגן טייערע דיימאנטן וואס ליגט נישט ביי קיינעם, עס לוינט אים צו לאקערן אויף מיר, והא ראי' אז ער זיצט נישט אזוי ביי קיינעם, ער רויבט נישט אזוי ביי קיינעם ווי ביי מיר.
אויב איז טאקע אמת וואס מען האט מיר געהאקט אין קאפ אין ישיבה, 'ולרשע אמר אלקים מה לך לספר חוקי'? דיין לערנען איז גארנישט ווערד! וואס איז שוין ווערט דיין שבת, ביסטו דען באמת'ן אמת לאמיתו א שומר שבת? וואס איז שוין דיין תפילין ווערד אויב קריכסטו נישט דערמיט אויף די לבנה! ווער דארף דיין רעדן צום אייבערשטן! "האמיר נישט יעצט ליב דעם אייבערשטן, דו דארפסט טראסקענען אין די דריי בבות" אויב זענען טאקע אלע מיינע קליינע מצוות ווערדלאז, נו אויב אזוי, פארוואס פירט דער סמ"ך מ"ם אזא פארביסענע קאמף עס צו פארכאפן פון מיר? אההה! אכן נודע הדבר: זעט אויס אז עס איז עפעס א טעות איז אריינגעפאלן אין די מעשה, ווייל  'אויב איז דאס א רויבעריי איז דאס נישט א גארביטש טראק!
עפעס גרויסע אוצרות מוז ליגן אין מיין שלום בית, זעט אויס אז אויב איך און מיין ווייב וועלן זיך פארשטיין און זיך אויסקומען דאן וועט ווערן פון דעם גרויסע זאכן, אז נישט פארוואס זוכט דער סמ"ך מ"ם פאר יעדען פרייז אין די וועלט צו מאכן אן אנגעצויגנקייט צווישן מיר און מיין פרוי?
עס מוז זיין אז מיין פשוטע שבת טיש איז עפעס גין גאלד, הע! 'מיין' שבת טיש? דו ווייסט ווער איך בין? דו ווייסט וואס איך האב אלס אפגעטון? דו ווייסט דען וואס איך טו אלס אפ? ניין! איך ווייס נישט! אבער מיר האבן דעם נייעס פיבער מעסטער, אז די רויבער זענען אין געיעג דערנאך, איז א סימן אז דאס דארף מען באשיצן פאר יעדן פרייז אין די וועלט.
מיין ציצית? יא מיין ציצית! אבער ס'איז דאך פון קאטען, עס איז ווי א נע"ט, עס איז אונטער די העמד, ר' … האט דאך אליין געזאגט ענדערש גיי נישט קיין ציצית, ווי איידער צו גיין מיט די אלע נייע געציצות'עכצער... ניין! איך קויף עס נישט אפ, דער סמ"ך מ"ם איז נישט משוגע, וואס איך זע אז ער שטעלט זיך איין דאס לעבן צו פארכאפן, וועל איך נישט זיין משוגע און שטעלן א ווידערשטאנד דווקא דאס אים צו לאזן פארכאפן.
יא 'מיין הייליגע פיאות', 'מיין הייליגע בארד', 'מיין הייליגע מקוה', 'מיין הייליגע שבת טיש', 'מיין הייליגע שלום בית', 'מיין נישטיגע פרוטה אין די פושקע'.
זעט אויס אז עס איז עפעס א טעות איז אריינגעפאלן אין די מעשה, ווייל 'אויב איז דאס א רויבעריי איז דאס נישט א גארביטש טראק!
יעצט וועל איך זיך נעמען אין געיעג נאך די באנדיטן, איך וועל אלעס צוריקבאקומען, איך וועל ראטעווען מיינע טייערע חפצים וואס מען האט גע'גזל'ט פון מיר לאור יום, און אז א קלייניקייט לאזט מען מיך נישט טון, דאס וויל מען מיך בא'גזל'ן, וועל איך טאקע מיך פארלייגן נאר אויף קלייניקייטן, א משנה, א קאפיטל תהילים, א שחרית, א קוק ווינציגער, און זיכער איין ווארט צום אייבערשטן: רבוש"ע ראטעווע מיך פונעם סמך מם וואס וויל מיך בארויבן מיין אלעס די וועלט און יענע וועלט!  נא נא נא נא! אויסדרוקליך! אויב איז דא געשען א רויבעריי קען דאס בודאי נישט זיין אז עס איז א גניבה אויף עפעס אביסל גארביטש! נא נא נא! אויסדרוקליך! נא נא נא נא!