טייערע חברים, טייערע ליינער פונעם פאפולערער 'קרית ברסלב בלעטל', איך האב צו אייך א בקשה די וואך, איך ווייס ווי שווער עס וועט אייך זיין, איך ווייס ווי שטארק איר קוקט ארויס און ווארט שוין א גאנצע וואך צו קענען ליינען די הערליכע ארטיקלען ביים אפטיילונג 'צום פינטל' מיט דעם אלעם בעט איך אייך ביטע זאגט מיר נישט אפ.
איך וויל בעטן א טובה, די וואך זאלט איר נישט ליינען די ארטיקל, איך דארף שרייבן ווייל איך בין א שרייבער, אבער איר דארפט דערפאר נישט ליינען, איך פארשטיי אז עס ציעט אייך צו ליינען, אבער מיט דעם אלעם וויל איך זייער שטארק אז דעם יעצטיגן ארטיקל זאל מען נישט ליינען.
שוין! איך זע אז עס שווער אנצונעמען מיינע ווערטער, איך זע אז איר ליינט ווייטער מיט דורשט יעדעס ווארט, אבער מיט דעם אלעם, מ'קען דאך אנפאנגען 'פון יעצט', אפשר פון יעצט קענט איר צומאכן דעם מאגאזין און אויפהערן ליינען, אדער - ווייסט איר וואס - איר דארפט נישט צומאכן דעם בלעטל, איר קענט פשוט אריבערמישן דעם בלאט און ליינען די נייעס, די מעשיות פון תפילה, א סעודה מיט'ן ראש ישיבה, נאך וועמען הייס איך, עס איז דא גענוג וואס צו ליינען, איז ביטע אויב מעגליך, פראבירט זיך אנצושטרענגען און איבערהיפן די וואך דעם ארטיקל, איר קענט ליינען אנדערע ארטיקלען אינעם בלעטל, איר וועט זיך מחיה זיין.
איך זע אז בעטן העלפט נישט! אבער איך וועל אייך זאגן דעם אמת, איך האב נישט קיין טענות צו אייך, איך וואלט אויך נישט אנדערש געהאנדלט ווען איך האב אזא זאפטיגע ארטיקל, איך וואלט מיך אויך נישט צוטון געמאכט אז דער שרייבער בעט זיך מען זאל נישט ליינען זיין ארטיקל, קודם כל ער בעט דאך נאר, עס איז נישט ווי א באפעל, און צווייטענס אפילו ער וואלט געווארנט און געסטראשעט מען זאל עס נישט ליינען, נו… וואס האב איך מיט אים? ער איז עפעס מיין רבי? מיין מורה דרך? איך בין אים מחיוב צו פאלגן, דאס אלעס זאג איך ווייל איך זע ווי איר ליינט און ליינט און איר קענט נישט פועל'ן ביי זיך עס אראפצולייגן, שרייב איך פאר אייך אז איך בין אייך מלמד זכות, אבער איך וואלט נאך אלס געוואלט אויב מעגליך, און אפילו אויב נישט מעגליך, 'אדם אוסר את שלו' א מענטש קען ארויפלייגן א איסור אויף זיין זאך, עס איז נישט גערעכט אז ממש איר רעכנט זיך קיין כי הוא זה נישט מיט מיר.
אבער דער אמת איז, וואס דארף איך גיין מיט בייזן און זיך צוקריגן מיט אייך, לאמיר פראבירן בדרכי נועם, אפשר קענען מיר איינגיין אויף עפעס א דיעל, אויב איר הערט יעצט אויף צו ליינען דעם ארטיקל, הער איך יעצט אויף צו שרייבן, אבער דאס וועט נאר ארבעטן אז איר מאכט שוין צו - פאר א גוט יאר - דעם ארטיקל, איר לייגט אראפ דעם מאגאזין, און איך לייג אראפ דעם פעדער און שלום על ישראל, איך שרייב נישט, און איר ליינט נישט… נו? א דיעל איז א דיעל?
איך זע אז איר געבט נאך אלס נישט נאך, איר קומט מיט מיט מיר און איר ליינט ווייטער, איך וועל אייך זאגן, איך פון מיין זייט בין גרייט געווען זיך צו האלטן צום אפמאך, מיר איז אויך שווער - און נאך פיל שווערער ווי עס איז פאר אייך - אראפצולייגן די פענע אזוי אינמיטן שוואונג פונעם ארטיקל, און… אויפהערן שרייבן, מיט דעם אלעס האב איך געהאט בדעה זיך אפצושטעלן, אבער אז איך זע אז איר האלט זיך סיי ווי נישט צום אפמאך, וועל איך אויך ברעכן דעם אפמאך, איך וועל מיטן אייבערשטנ'ס הילף ווייטער שרייבן.
איר קענט שוין טון ווי אזוי איר פארשטייט, איך האב נאר געבעטן א בקשה, איך שפיר אז ווי מער איך גיי אריין אינעם ארטיקל, פיל איך מיך ממש געטשעפעט! וואס בעט איך שוין, איינמאל אין לעבן בעט איך א טובה, און דאס קען מען מיר אויך נישט טון, איך שטרענג מיך אן, איך  שרייב דאך יעדע וואך, איך טו אייך א טובה איך שטעל אייך צו ליין מאטריאל, און איר קענט מיר דאס ביסל נישט צוליב טון?
איך האב אייך געזאגט אין אנהייב אז עס לוינט נישט זיך נישט צו פאר'עקשן'ען און דווקא ליינען ווייטער, איך האב געוויסט אז עס קען ארויסקומען נישט גוטע זאכן, און קוק ווי מיר האלטן, עס האלט שוין ביי דעם אז מיר גייען זיך כמעט צוקריגן, נו פרעג איך אייך: לוינט זיך דען צו גיין קריגן און וויי טון א איד סתם ווייל מען וויל ליינען?
איך האב געמיינט אז יעצט נאך אזויפיל בקשות און תחנונים וועט איר זיך שוין אונטערגעבן אבער איך זע איין זאך, מיינע ווערטער פאלן אויף טויבע אויערן עס איז שוין בעסער נישט צו זאגן, דער רבי זאגט דאך מען זאל נאר רעדן צו איינעם וואס וויל הערן, 'כשם שמצוה לומר דבר הנשמע כך מצוה שלא לומר דבר שלא נשמע', אזוי אויך זעען מיר אין די גמרא אז עס איז דא אזא זאך ווי 'מוטב שיהיו שוגגים ואל יהיו מזידים'.
***
 
זייט מיר מוחל אויב איך בין געווען אביסל שארף, אבער איך וועל מיך שוין נישט בעטן, איך מוז צוטרעטן צום ארטיקל, אז איך וועל מאכן צופיל הקדמות וועט מען נאך באלד שרייען העי! ס'איז צו לאנג, העי! ס'איז צו קורץ, העי! ס'איז צו שארף, העי! ס'איז צו שוואך.
די פראטאקאלן פון אן ארטיקל זענען זייער ענליך צו די פארשריפטן פון א צניעות'דיג קליידל (פוסטע בלע"ז), עס טאר נישט זיין צו לאנג… עס טאר נישט זיין צו קורץ… עס טאר נישט זיין שרייעדיג… עס מוז זיין איידל… און אז דו שטארצט זיך שוין אביסל ארויף דאס ארבעל, דו ווילסט געבן דעם וואס עס קומט, דאס וואס ער פארדינט זיך ערליך… קומט מען שוין מיט טענות, העי! וואס דארפטו דיך בויען אויף יענעם… ממש ווי ביי א קליידל… איין זאך יא, א קליידל טאר נישט זיין אויסגעשניטן, אבער א ארטיקל דארף מען האלטן און איין אויסשניידן, עס זאל זיין צו יעדעם איינעמ'ס געשמאק… און ביים האלז… האסט א גוט ווארט זאג, און אז דו האסט א נישט גוט ווארט שטיק דיך דערמיט.
דאס איז כוחות וואס א שרייבער דארף פארמאגן, דאס ביסל טינט וואס ער געבט שוין יא ארויס, ס'רוב בלייבט דאך אינעם פענע, אבער דאס ביסל וואס יא מוז זיין איידל באשיידן, געבן גערעכט די רעכטע, געבן געלינק די לינקע… על כל פנים… על כל פנים
 
***
די ברסלב’ער האבן א טעות מיט די ווארט מניעות, קענסט הערן ווי איינער רופט זיך אן: היי יאר פאר איך נישט קיין אומאן… וואס גייט פאר? און יענער געט זיך אזא קרעכטץ, הממ, מניעות! אדער: איך קען נישט קומען צום שיעור מער, וואס גייט פאר? הממ, מניעות!
פיל מענטשן האבן גענומען די ווארט מניעות פאר א תירוץ אויף נישט צו טון פארשידענע וויכטיגע זאכן אין לעבן, וואס ווען מען קוקט אריין אין רבי'נס ספרים דארט ווי דער רבי רעדט פון מניעות, זעט מען עפעס גאר אן אנדערער באדייט.
 
קוקט אן אינטערעסאנטע זאך, די היינטיגע ארטיקל איז נישט קיין סאציאלע מידיע, ווי דער שיקער קען זען וויפיל אויגן האבן שוין געזען זיין קליפ… מיט דעם אלעם, זע איך שוין יעצט בשעת'ן שרייבן, אז דער ארטיקל וועט האבן פיל מער - ווי מען רופט עס אויף ענגליש - וויוערס (קוקער'ס), פולע ליינער וואס פלעגן רעגלמעסיג אריבערמישן אונזער ’צום פינטל’ האבן די וואך גענומען די מי און מיט אלע כוחות זיך אנגעשטרענגט עס צו ליינען.
ווען א שרייבער הייבט אן זיין ארטיקל ער בעט זיך 'ביטע ליינט עס נישט' איז דאס נישט מער ווי א וועג אנצוציען די ליינער און די נישט ליינער… אז זיי זאלן וויסן, רבותי! שטיל! די וואך מאכט נישט קיין גערודער, איך מוז זען וואס אזוינס עס גייט דא פאר, פארוואס וויל ער נישט מען זאל ליינען דעם ארטיקל.
מניעות איז א מתנה וואס דער אייבערשטער האט געגעבן פאר א מענטש, א מענטש שלאפט איין פון גוטע און פונדאמענטאלע זאכן, אזעלכע וויכטיגע זאכן ווי גיין צו א צדיק, מאכן א שידוך, לעבן א לעבן פאר זיך נישט פארן שכן, לערנען יעדן טאג, רעדן אביסל צום אייבערשטן, ועל כולם זיין אין אומאן אויף ראש השנה, דער וועג ווי אזוי דער אייבערשטער וועקט אויף א מענטש, דא קומט אריין די טערמין ’מניעות’, די מטרה פון מניעות איז אז דער מענטש טרעפט זיך אין א מצב וואס זאגט אים "גיי נישט, לאז נאך, טו דאס נישט ריכטיגע פאר דיין לעבן", און ווען עס קומט די קלימאקס, און דער מענטש כאפט זיך ביים קאפ: אוי! געוואלד! דער וויל דאך מיר אומגליקליך מאכן מיין לעבן! דא קומען ארויס באהאלטענע כוחות, נקמה, נצחון, אזוי? דו ווילסט מיך אוועקנעמען פון לעבן? יעצט וועל איך דווקא…!
ווען צוויי מענטשן טענה'ן זיך איבער פאליטיק, די נייעס איז שוין אזוי אלט עלטער פון ביידן און קעלטער פון טראמפ, עס איז שוין לאנג צוגעגעסן, מען טענה’ט זיך איבער א טעלער אויסגעקילטע נייעס, טראמפ ביידן ביידן טראמפ… אבער אז ער איז אריין אין א טענה'ריי מוז ער עס ענדיגן, נצחון! דווקא! איך וועל ווייזן!
נצחון איז אזא שטארקע זאך, אפילו א מענטש זאל שוין איינזען אז ער גייט אויף א קרומע וועג, ער פארט בארג אראפ, די זאכן וואס ער טוט איז ממש זעלבסטמארד, מיט דעם אלעס זאגט דער רבי: נצחון איז נישט סובל קיין אמת, עס קומט אריין אינעם מענטש: מיר וועסטו נישט זאגן! מיר וועסטו נישט איינטיילן! איך וועל דיר ווייזן! אזא צייט גייט א מענטש קאפ און וואנט אבי ער זאל אויספירן.
ווען עס קומט צו גיין צו א צדיק, ווען עס קומט צו פארן קיין אומאן, ווען עס קומט צו מאכן א שידוך אנהייבן א לעבן, דארפסטו וויסן אז דיין בוידעם… לאזט דיך נישט, (יו נעם איט, איך רוף עס בוידעם… אבער ביי דיר איז עס … און … אדער גאר וכו' און נאך ערגער ווען עס איז גאר וכו') דארפסטו וויסן, עס איז נישט בוידעם, עס איז נישט פלוני עס איז נישט דער, און נישט וכו’... עס איז א ציקערל, דער אייבערשטער אליין וויל דיך אריינלייגן אין א נצחון מאו"ד.
עס איז נישט דער מענטש וואס שפעט אז איך גיי צו א צדיק, אז איך גיי צו א שיעור, אז איך גיי קיין אומאן, עס איז דער סמ"ך מ"ם וואס שטייט אונטער דעם, און דער ס"מ ער איז א שליח פונעם אייבערשטן, אים האט דער אייבערשטער געשיקט כדי דיך אריינצולייגן אין א נקמה מאו"ד אין א נצחון מאו"ד.
איך בין אלט, מיואש, אויפגעגעבן, שוואך, קראנק, ווען פלוצלינג געבט זיך אין מיר א וועק אויף הימל'ישע כוחות, נצחון… א שרעקליכע פייער הייבט אן צו ברענען, אההה! דו ווילסט נישט איך זאל גיין צו א צדיק? אהההה! דו ווילסט נישט אז איך זאל מיך ווייקן אין ווערטער פון אמונה? אההה! דו ווילסט אז איך זאל נאכלאזן מיין שלום בית? אהההה! דו ביסט דאס? דו ביסט דער וואס וויל מיך אין דער ערד לייגן? דו ביסט דער וואס וויל אז איך זאל נישט חתונה האבן? אההה! דו ביסט דער וואס וויל נישט אז איך זאל זוכה זיין צו די גרעסטע תיקונים וואס איז נאר שייך, וואס דער רבי האט צוגעזאגט ווער עס קומט צו אים ראש השנה?
נו נו! נו נו! ווארט נאר ווארט! לאמיר זען ווער עס גייט אויספירן! ראה הזהרנוך! איך האב דיך געווארענט פאר דעם! נו נו! אוי וועל איך יונג, געזונט, אויפגעהייטערט ווערן! אוי וועל איך פארן! אוי וועל איך טון אלעס אין די וועלט אז דו זאלסט בלייבן א דורכפאל… מיך וועסטו נישט דיקטירן! פארשטאנען?
דאס איז דער גאנצע ענין פון מניעות, מניעות איז אין איין ווארט א זיס געפיל פון 'גבורה בשנצח' איך וועל מיך נישט לאזן שפייען אין די קאשע, איך וועל אויסהערן דאס וואס דו ווילסט אז איך זאל טון, און איך וועל אן קיין שכל, גיין קאפ אין וואנט צו טון דווקא דאס פארקערטע.
אבער געדענק! נישט דיינע טייערע עלטערן, נישט דיין טייערע ווייב, נישט דיינע חברים, און נישט די אלע וואוילע מענטשן, נישט זיי זענען די וואס די גייסט יעצט מיט רציחה זיך ראטעווען פון זיי, דער סמך מם שטייט אונטער אלע דיינע שטערונגען, אלע דיינע מניעות. מיט מיינע עלטערן, מיט מיין ווייב, מיט מיינע קינדער וועל איך רעדן שיין, אבער מיטן סמך מם וואס שטעלט מיר אונטער די פיסלעך אים וועל איך צומאלן.
עפילאג! ערשטענס: ניצט נישט די ווארט מניעות אויף שוואך צו ווערן, ווייל איר פארדרייט דעם מכיוון פונעם ווארט מניעות, איר קענט ניצן אנדערע ווערטער, שוואכקייט, נאכגעלאזטקייט, ביטערניש. מניעות איז צו גובר זיין די חשק.
צווייטענס: קיינער שטעלט דיך נישט אונטער קיין מניעות, באקום נישט קיין געפיל פון ווייטאג און נאכדעם חס ושלום נקמה און נצחון אין דיינע געטרייע מענטשן, דיינע עלטערן, דיין ווייב, דיינע קינדער וכדומה, זיי זענען נישט די וואס ווילן דיר שוואך מאכן, דער סמך מם איז דער וואס טוט רייטן אויף דיינע ארומיגע.
 
לאמיר א תפילה טאן צו גאט: באשעפער העלף מיר לעבן בשלום, העלף מיך ארבעטן אויף מיינע שלעכטע מידות און נאטורן, העלף מיך איך זאל נישט ניצן מיינע שלעכטע בלוטן, מיינע נקמה געפילן, מיין רציחה געפילן נאר אנטקעגן דעם סמ"ך מ"ם וואס וויל מיך אוועקשלעפן פון מיין אמת’ע און אייביגע לעבן און העלף מיך מיט אלע אידן האבן רואיגע שיינע וועגן קיין אומאן און קענען פועל'ן אלעס פאר אלע אידן, און צוריקומען מיט זעק פון ישועות.
 
דו ליינסט נאך אלץ…? ס’פאסט נישט פאר דיר… שוין! איך האב דיר געבעטן דו זאלסט נישט ליינען… ווער ווייסט אפשר וועט דיר נאך דער ארטיקל ברענגען צו אומאן… שוין! דאס איז אויף דיין אייגענע אחריות…!