קרעדיט: נפתלי הירצקא וואללנער

 
א גוטן ר' יחזקאל, וואס זאגט איר עפעס גוטס?
 
א גוטן נפתלי הירצקא, עס איז מיר א כבוד אז איך קען געבן א אינטערוויא פאר אזא חשוב'ע ברסלב'ע אויסגאבע וואס איך אליין בין זיך מחי' מיט דעם יעדע וואך, ספעציעל מיט דיינע ארטיקלען. יעדע וואך ברענגסטו ארויף א צווייטן, עס איז זייער אינטערעסאנט צו ליינען.
 
ברוך השם, א גרויסן שכח. לאמיר אריינגיין אינעם שמועס, זייט ווען קענט איר זיך שוין מיט'ן ראש ישיבה שליט"א?
 
שכח אייבערשטער אז דער אייבערשטער האט אויף מיר רחמנות געהאט ברוב רחמיו וחסדיו און מיך מקרב געווען צו אזא ראש ישיבה, איך פרוביר זיך צו קענען מיטן ראש ישיבה יעדן טאג פון פריש. איך האב געלערנט ביים ראש ישיבה די ערשטע יאר וואס דער ראש ישיבה איז געווען מלמד, דאס איז געווען ווינטער שנת תשס"ה, איך האב דאן גאר אסאך קונה געווען ברוך השם. צו זיין מער פונקטליך האט דער ראש ישיבה אנגעהויבן מלומדות חודש אלול תשס"ד, און שוין דעמאלט האט ער אנגעקניפט א שטארקע קשר מיט די  תלמידים פון יענע יאר.
 
וואס קענט איר פארציילן פון אייערע זכרונות קעמערלעך פון די יארן אלס תלמיד אין חדר ביים ראש ישיבה שליט"א?
 
ר' יחזקאל פארקנייטשט זיך דאס שטערן און הייבט אן צו אנטפלעקן זיין לעבנס סוד.
 
איך גיי דיר זאגן א זאך וואס איך האב נאך פאר קיינעם נישט פארציילט - זאגט ר' יחזקאל - דער עולם קוקט מיר אזוי אן היינט אלס סוקסעספולער מלמד, אבער וויסן זאל מען אז ביי די צען עלף יאר האב איך אפגעמאכט צו זיין אינגאנצן אנדערש ווי איך בין היינט, איך האב אפגעמאכט וועלכע לעבן איך וויל, און וועלכע שריט איך גיי טון דערצו, קיינער גייט מיר מער נישט זאגן וואס צו טון. איך האב געטראכט מיט מיין קינדערישע שכל אז איך גיי מיך אפטראגן קיין ארץ ישראל אָן איבערלאזן פיס טריט אויף די אמעריקאנע באדן, און דארט האב איך געטראכט צו טון וואס מיין הארץ באגערט… ווייל איך האב געמיינט אז די פרייע זיי האבן די גליק, זיי האבן די פרייליכע לעבן, מיט די דאזיגע פעסטע החלטה בין איך דורך מיינע חדר יארן.
 
איך בין אריין לערנען ביי דער ראש ישיבה אין כיתה ט', און איך האב געטראכט אז איך גיי מיך נישט לאזן פון דעם נייעם מלמד דער 'פרימאק' מיטן גרויסן היט מיט שווארצע גלעזער און שווארצע זאקן, דאס איז דאך פונקט פארקערט פון מיינע אגענדעס, איך האב בכלל נישט גורס געווען דער נייער רבי ביז צוויי חדשים אריין אין זמן.
זה היום עשה ה', אינעם טאג ג' טבת תשס"ה האט דער אייבערשטער רחמנות געהאט אויף מיר און מיר געשיקט א רוח טהרה, מיין הארץ האט זיך ענדליך געעפענט און איך האב אנגעהויבן וועלן זיין גוט. 
 
ר' יחזקאל ווערט עמאציאנאל זיך דערמאנענדיג די מצבים פון יענע יארן.
 
 איך האב זייער איבערגעבעטן דעם אייבערשטן פארן פלאנען אזעלכע סטראטעגיעס. מיין ערשטע שריט איז געווען; אינמיטן דאווענען שחרית האב איך זיך אויפגעשטעלט פון מיין פלאץ און איך האב זיך געזעצט די נענסטע צו די רבי - וואס ביז דאן בין איך דווקא געזיצן די ווייטסטע - דער רבי קוקט מיר אן שטרענג 'מען קען נישט טוישן קיין פלעצער אליין', אבער איך האב זיך נישט צוטון געמאכט, איך האב שוין געהאט געביטן מיינע פלענער, און פון יענע מינוט האב איך געטוישט דירעקציע. מיין פרייליכע לעבן האט זיך דעמאלט אנגעהויבן, און גייט נאך ביז היינט צוטאגס…
 
זייער אינטערעסאנט דאס צו הערן. ווי אזוי קענט איר אראפגעבן פאר די ליינער ווי אזוי א כיתה מיט דער ראש ישיבה שליט"א האט אויסגעזען?
 
מיר זענען געווען פערצן קינדער, מען איז געזעסן ווי א ח'. אפיציעל האט זיך חדר אנגעהויבן זיבן דרייסיג, אבער דער ראש ישיבה האט געמאכט א פראגראם פון פארטאגס אז מען זאל שוין קומען לערנען אין בית המדרש זעקס דרייסיג, וואס דאס האט נאכגעפאלגט מיט א באלוינונג, א טריפ סוף יאר צו די שטורעמישע ניאגרא וואסער פאלן, אזוי אויך קיין טאראנטא מיטצוהאלטן ווי אזוי מען שחט גרויסע בהמות. עס איז געווען גאר אינטערעסאנט מיטצוהאלטן די אויספלוגן און עס האט זיך געלוינט די יגיעה פון אויפשטיין פארטאגס.
 
שחרית איז געווען זיבן דרייסיג אין ישיבה, נאכגעפאלגט מיט פרישטאג, ניין אזייגער איז געווען שיעור עיון, אבער ווי מען לערנט מיט כיתה ט' בחורים, גמרא רש"י תוספות, און אמאל אויך א מהרש"א. עס איז אינטערעסאנט צו באמערקן ווי אזוי איך קוק עס היינט אן מיט א מלמד'ס פערספעקטיוו, ווען א אינגל אין חדר האט געפרעגט פון דער רבי א קשיא האט אים דער רבי קודם געהייסן מסביר זיין די קשיא, און דערנאך געזאגט די תירוץ, ער האט נישט גלייך געזאגט די תירוץ ווען דער אינגל האט נאכנישט ארויס זיין קשיא. מען האט פארגעלערנט און גע'חזר'ט ביז איינס אזייגער מיט א קורצע איבעררייס פון פופצן מינוט, דערנאך איז דער ראש ישיבה אוועקגעגאנגען, און נאכמיטאג איז געקומען א צווייטע מלמד.
 
איך געדענק אז צוויי וואכן איז דער נאכמיטאג מלמד געפארן אויף אפרו, און דער ראש ישיבה איז געווען מלמד יענע צוויי וואכן די גאנצן טאג. איך געדענק אז עס איז געווען פרשת תרומה און תצוה, דער ראש ישיבה האט אויפגעלעבט די לימודים ווייזענדיג די כלי המשכן, און די קינדער האבן געדארפט צוזאמשטעלן די קרשים און מאכן א משכן אזש אונז האבן זיך געשפירט ווי בצלאל אליינס, עס איז מיר אזוי גוט אריין אין די ביינער, אז עד היום בין איך אויסגעקאכט אין די רש"י'ס פון יענע פרשיות.
 
אויך געדענק איך אז ווען דער ראש ישיבה איז אוועקגעפארן אויף צוויי וואכן קיין מירון אין די צייט פון ל"ג בעומר, האט דער ראש ישיבה דעמאלט אהיימגעברענגט פאר אלע תלמידים א הערליכע חלה דעקל מיט די נאמען, וואס איך ניץ נאך ביז היינט און עס איז מיר זייער באליבט. אויך סוף יאר האט דער ראש ישיבה געגעבן פאר יעדע תלמיד א מחזור תפילה בכוונה פאר די הייליגע טעג וואס עס ווערט נאך גענוצט אויף ראש השנה אין אומאן.
 
איך געדענק אז יעדע שיעור האט דער ראש ישיבה קודם אנגעהויבן מיט א מעשה פון א צדיק, מיר האבן אזוי געלעכצט צו הערן נאך מעשיות, מיר האבן פרובירט אריינצודרייען דעם רבי'ן אין שמועסן אז ער זאל פארציילן נאך באלערנדע סיפורי צדיקים.
 
וואס איך וויל יא איבערגעבן פאר די ליינער - בעט זיך ר' יחזקאל אז די דאזיגע שורות מוזן געדרוקט ווערן  - דריי זאכן האט מיר זייער געכאפט אין אנפאנג ביים ראש ישיבה שליט"א וואס איך וויל זייער שטארק איבערגעבן פאר די חשובע ליינער.
 
א. די אמונה און די יראת שמים וואס דער ראש ישיבה האט אזוי שטארק אריינגעלייגט אין אונז, אלעס אין כיתה איז געלאפן ארום דעם, און עס האט זיך גוט געשפירט.
 
ב. די הארץ און געפיל וואס דער ראש ישיבה האט אריינגעלייגט ביי יעדע ריר אין כיתה, יעדע קינד איז באהאנדלט געווארן ווי א בן יחיד. דאס איז געווען ביי מיר די ערשטע יאר וואס איך האב געשפירט אן אמת'ע הצלחה, און דאס איז געווען די אורזאך פארוואס איך האב געטוישט דירעקציע, ווייל איך האב געזען ווי דער וואס געבט מיר איבער די אמונה וויל באמת זען מיין הצלחה, נישט נאר אין כיתה נאר אויך אויף מיין גאנצע לעבן.
 
ג. די דריטע זאך וויל איך זאגן, חז"ל זאגן אונז 'כל מי שיש בו יראת שמים דבריו נשמעים', ווער עס האט יראת שמים ווערן זיינע ווערטער אויסגעהערט. דאס איז טאקע געווען די סיבה פארוואס די ווערטער פונעם ראש ישיבה האט מיר און אלע תלמידים געטוישט צום גוטן, ווייל אז דער רבי האט יראת שמים גייט עס נאכדעם אריין אין די תלמידים.
 
ר' יחזקאל לייגט צו גאר א וויכטיגע נקודה;
 
מ'זאל נישט יעצט טראכטן אז איך האב עפעס מער באקומען ווייל איך בין דא דער סאמע ערשטער, ניין! יעדער קען אויך היינט זוכה זיין צו אלע שיינע זאכן, אויב וועט ער נאר צוהערן און בעטן דעם אייבערשטן אז ער זאל קענען פאלגן, מען האט נאך גארנישט פארפאסט...
 
ווען זענט איר למעשה געוואויר געווארן אז דער ראש ישיבה האט שייכות מיט ברסלב?
 
אלס קינד האב איך טאקע קיינמאל נישט געוויסט און עס האט מיר קיינמאל אינטערעסירט. איך געדענק אפילו א מעשה אז עטליכע קינדער זענען צוגעקומען צו מיר מיט א ספר "חיי מוהר"ן" און זיי זאגן מיר "קוק חזקי פון דא נעמט דער רבי אלעס וואס ער זאגט אונז, אין דעם ספר שטייט אלעס וואס ער רעדט". איז מען עס געגאנגען ווייזן פארן רבי'ן "קוק רבי, דער רבי רעדט פונעם הייליגן בעל שם טוב ער פארציילט פונעם הייליגן רבי רבי אלימלך, און דא אין עפעס א ספר חיי מוהר"ן שטייט אלעס". האט דער רבי עס אוועקגעמאכט, זאגענדיג "עס איז נישט פונקט דאס, עס קען זיין אז אין ברסלב רעדט מען אויך די זעלבע זאך"... דער ראש ישיבה האט געטראפן אין ספר 'עבודת פנים' פון סלאנים, וואס רעדט אויך זייער שטארק פון התבודדות ותפילה, פון חיזוק און פון זיך נישט מייאש זיין. דער ראש ישיבה האט אונז אויפגעוויזן אז ער האט גארנישט מיט ברסלב.
 
דער ראש ישיבה פלעגט דעמאלט זייער אסאך זינגען מיט אונז דעם ניגון וואס דער אויבנדערמאנטער בעל מחבר האט געמאכט, די דאזיגע תפילה "רבונו של עולם איך בעט דיר זייער העלף אלע אידן און אויך מיר" מען פלעגט עס קענען זינגען צען פופצן מאל, מיט אזא דביקות וואס איך קען נישט אראפגעבן אויף פאפיר, עס האט ממש אריינגעגלידערט די ריינע אמונה אין די ביינער, דאס איז געווען דער ראש ישיבה'ס אמונה ניגון, ווייל עס איז נאכנישט געווען דעמאלט צו סאך אנדערע ניגונים אויף אמונה וואס איז היינט דא.
 
ווי אזוי האט איר ווייטער אנגעהאלטן קשר מיט דער ראש ישיבה?
 
לאמיר קודם צוריקגיין אביסל פון אנפאנג כדי צו פארשטיין וויאזוי עס איז געפארן ביז היינט. תשס"ו בין איך אריין אין ישיבה קטנה פון די חסידות, אבער די ישיבה האט זיך אויפגעלעזט, עס איז נישט געווען שיעור ב', במילא בין איך אריין לערנען אין נייטרא מאונט קיסקאו. דעמאלטס האט מיין מאמע תחי' גערופן דעם ראש ישיבה אז דער ראש ישיבה זאל מיך רופן לאדענען פאר א סעודה אדער פאר א מלוה מלכה, דעמאלט האב איך צוריק אנגעהויבן האבן קשר מיט דער ראש ישיבה.
 
דער ראש ישיבה איז געזעסן שעות אויף שעות און געשמועסט מיט מיר, מחזק געווען, געזינגען מיט מיר, איך האב שפעטער צוריק געטראכט אז אין די צייט וואלט דאך דער ראש ישיבה געקענט ענדיגן בלעטער גמרא און פארברענגען מיט זיין משפחה, דער ראש ישיבה האט אלעס געלייגט אין א זייט, דער ראש ישיבה האט זיך באמת מוסר נפש געווען פאר מיר, און איך וועל עס קיינמאל נישט פארגעסן. דאס וואס איך טו היינט מיט די קינדער אז איך געב זיך אזוי איבער אריינצוברענגען אין זיי דער אייבערשטער, איז ווייל איך פיל אז דא קען איך אביסל צוריקגעבן 'הכרת הטוב' וואס דער ראש ישיבה האט מיט מיר געטון.
 
דער ראש ישיבה האט מיר דאן געשריבן זייער א שיינע לאנגע בריוו פון צען זייטן פיל מיט חיזוק און הדרכה, אמונה און התבודדות, און סדר דרך הלימוד, אלעס אן דערמאנען קיין איין מאל דאס ווארט "ברסלב". אנשטאט שרייבן "דער הייליגער רבי", האט ער געשריבן "דער הייליגער בעל שם טוב", און דאס גייט לכאורה זיין פון די ערשטע בריוון אין ספר 'איש אמונות' (זעט דעם בריוו אין די זייט). 
 
דעם קומענדיגן יאר תשס"ז פסח זמן האט זיך צוריק געעפענט יענע ישיבה און זיי האבן אויפגענומען דער ראש ישיבה אלס מנהל. איך האב אבער נישט געקענט אוועקגיין פון נייטרא אינמיטן א יאר, בין איך שוין געבליבן דארט ביז סוף זמן, און תשס"ח בין איך צוריק געגאנגען לערנען ביים ראש ישיבה. יענע יאר האט דער ראש ישיבה געדארפט זייער שטארק שפילן מיט די בחורים, ווייל פון איין זייט האט מען געטון אלעס וואס דער ראש ישיבה זאגט היינט, אבער פון די אנדערע זייט האט דער ראש ישיבה געדארפט אבאכט געבן מען זאל נישט כאפן אז ער האט שייכות מיט ברסלב, און ער לערנט אויס די תלמידים די לימודים.
 
איך געדענק גאר אן אינטערעסאנטע ספעקטאקל וואס האט זיך אפגעשפילט יעדן טאג, דער ראש ישיבה - אלס מנהל - האט געזאגט פאר אלע מגידי שיעור "עטץ מוטשעט זיך מיט די בחורים די לעצטע שעה פון טאג, איך נעם אויף מיר אלע אכציג בחורים זיי צו האלטן פארנומען די לעצטע שעה פון טאג, עטץ קענטס אלע אהיימגיין". זיי האבן זיך זייער שנעל צוגעכאפט דערצו, דעמאלט האט דער ראש ישיבה פארגעלערנט א פרק משניות, און נאך די שיעור האט דער ראש ישיבה גערעדט צו די בחורים די אלע זאכן וואס דער ראש ישיבה רעדט היינט ביי די דרשות. דער ראש ישיבה האט געזעצט א בחור נעבן די טיר, וואס ער איז געווען געשטעלט צו הערן פון א שטאק אראפ אויב איינער קומט, טאמער ער האט געהערט א טיר עפענט זיך, האט ער גלייך געגעבן א ווינק פאר דער ראש ישיבה און דער ראש ישיבה האט גלייך געביטן די נושא, ביז זאכן האבן זיך אויסגעקלארט… אזוי איז עס אנגעגאנגען טאג איין טאג אויס, ווען דער ראש ישיבה גייט צווישן די טראפן.
 
ווען זענט איר געוואויר געווארן אז דער מנהל נעמט זיין גאנצע חיות פון ברסלב פון מוהרא"ש?
 
פאר די זומער בין איך געוואויר געווארן פון צוויי בחורים שאולי גאנץ נ"י און ברוך מרדכי פעקעטע נ"י און פון נאך עטליכע חברים וואס פלעגן זיך כסדר מחזק זיין אינאיינעם, אז דער ראש ישיבה נעמט גאר אלע חיזוק פון א חשובער רב פון ברסלב וואס וואוינט אין בארא פארק, וואס זיינע ארומיגע רופן אים "מוהרא"ש". איך געדענק אז איין טאג האב איך געזאגט פארן מנהל אז איך דארף גיין צו א דאקטער, אבער איך בין געפארן קיין בארא פארק צו מוהרא"ש, כדי צו וויסן ווער דאס איז. איך קום צוריק אין ישיבה און דער מנהל פרעגט מיך "וועלכע דאקטער ביסטו געווען" האב איך געענטפערט "דער מנהל זאגט אז א צדיק איז א דאקטער", וואס הייסט? האב איך געזאגט "איך בין געווען ביי מוהרא"ש". אנדערש ווי ערווארטעט האט דער מנהל נישט געמאכט קיין שום וועזן, נאר מיך אריינגעשיקט אין כיתה כאילו לא היה…
 
א אינטערעסאנטע ספעקטאקל וועל איך דיר דערציילן וואס איך געדענק פון זעכצן יאר צוריק ביי די שמחת השלום זכור פון דער ראש ישיבה'ס זון הרב שמעון שליט"א וואס איז פארגעקומען אין בית המדרש פון די קהילה, עס זענען געווען דארט דריי אינגעלייט מו"ה משה ארי שניטצלער הי"ו מו"ה אהרן וועבערמאן הי"ו און מו"ה יצחק ראזענבערג ע"ה, איך האב זיך צוגעהערט צו זייערע שמועסן, און זיי האבן אזוי גערעדט פונעם אייבערשטן פון מעשיות פון תפילה, אזש מיין הארץ האט אנגעהויבן ברענען צום אייבערשטן וועלנדיג אויך זיין אין די הייליגע חבורה וואס זעט אויס ווי רבי שמעון בר יוחאי מיט זיין זון אלעזר אין די מערה און רעדן פונעם אייבערשטן…
 
איך געדענק אז מוהרא"ש איז אמאל געזעסן שבעה נאך זיין ברידער הגה"צ מ'טאקיי זצ"ל בין איך מיט נאך א בחור געגאנגען מנחם אבל זיין מוהרא"ש, אינמיטן זיצן דארט באמערקן אונז נישט קיין צווייטער ווי איינער פון די הנהלה קומט אריין… א סקרוך איז אונז דורכגעלאפן אין די ביינער… מיר האבן געכאפט הענט און פיס און אנטלאפן דורכן פייער עסקעיפ פון די פענסטער און אפגעטראגן פון שטח… איך געדענק אז די בחורים פון מוהרא"ש'ס ישיבה האבן זיך געווארפן פאר געלעכטער פון דאס וואס זיי האבן מיטגעהאלטן.
 
יענע יאר שבועות געדענק איך האט מיר דער ראש ישיבה געפרעגט וואו איך פלאן צו דאווענען, האב איך אים געזאגט אז איך וויל דאווענען ערגעץ ביי א מנין ותיקין, האט ער מיר געזאגט אז ער פלאנט אויך צו דאווענען ותיקין דא אין א שול, אזוי בין איך אנגעקומען דעמאלט צו דאווענען אין בית המדרש היכל הקודש.
 
איך געדענק איינע פון די ערשטע מאל וואס איך האב זוכה געווען צו זען מוהרא"ש איז געווען יענע יאר סוכות ביי שמחת בית השואבה, איך בין צוגעגאנגען נעמען א ברכה, און מוהרא"ש פרעגט מיר "וועלכע ברכה דארפסטו?" "איך וויל זיין פרייליך" האב איך געענטפערט, האט מוהרא"ש געזאגט: "אזא ברכה קען איך דיר נישט געבן, דארפסט אליין ארבעטן אויף דעם". האב איך געבעטן "איך דארף א ברכה צו זיין אן ערליכע איד", האט מוהרא"ש מיר געזאגט בצהלת פנים "דאס קען איך דיר געבן" און ער האט מיר געווינטשן "דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט חתונה האבן אינג און זיין אן ערליכער איד".
 
אין יאר תשס"ט האט מען מיך געשיקט לערנען אין 'ישיבת תורת חסד' אין לאנדאן, בשעת וואס דער ראש ישיבה האט שוין דאן געעפענט די ישיבה אונטערן נאמען 'תפארת צבי' [גארנישט מיט ברסלב..] [עיין במכתב שכתב מוהרא"ש להראש ישיבה ערב יום כיפור תשס"ט] איך האב נישט געהאט דאן די שטארקייט צו גיין קעגן די שטראם, און כדי צו זיין פארזיכערט האבן מיך עסקנים פארשיקט לערנען קיין אויסלאנד, אבער איך האב ווייטער אנגעהאלטן א שטארקע קשר מיט מיין רבי דער ראש ישיבה שליט"א.
 
דעם קומענדיגן יאר תש"ע בין איך ברוך השם אריין אין ישיבה ביים ראש ישיבה שליט"א, עס האט שוין דאן געהייסן אפיציעל ישיבת תפארת התורה ברסלב, עס איז דאן געווען סטאנציאנירט אין בית המדרש קלעסאן אויף פרענקלין עוועניו, איך געדענק אז איך האב דעמאלטס גענומען דעם רבי'נס דרך הלימוד אויף גאר א שטארקע פארנעם, איך האב געענדיגט גאנץ משניות יעדע וואך! און אויך האב איך געענדיגט יענעם יאר גאנץ ש"ס! דאס איז מן הסתם געווען פון מיינע בעסטע יארן אלס בחור.



***



זייער אינטערעסאנט. לאמיר יעצט אריבערגיין צו די מלומדות, ווען האט איר אנגעהויבן טון אין די פעלד פון חינוך?
 
אלס בחור זומער תש"ע איז מען געווען אין עקבי הצאן קעמפ און דער ראש ישיבה האט מיר געפרעגט אויב איך וויל זיין מיט די עלטערע כיתה פון צוויי ביז פיר פארלערנען אביסל חומש רש"י און מאכן פראגראמען מיט די קינדער. אזוי האט זיך אנגעהויבן מיין קאריערע פון זיין מיט קינדער און זיי אריינלייגן אמונה.
 
דעם קומענדיגן יאר תשע"א איז די ישיבה געווען אין בארא פארק אין ביאלא בית המדרש, און די חדר איז געווען אינעם בעיסמענט פון הרב רבי יצחק לעזער שליט"א אין בארא פארק, בין איך געגאנגען זיין א מלמד פאר אפאר שעה א טאג. אויך שפעטער ווען די חדר האט זיך אריבערגעצויגן און 27 סקילמען בין איך ווייטער געווען א מלמד נאכמיטאג. שפעטער בין איך ענדליך א חתן געווארן למזל טוב [אגב בין איך געווען דער צווייטער חתן פון די סגולה פון מסכת תענית וואס מוהרא"ש האט געזאגט אין בארשע קעמפ תשע"א] איך האב חתונה געהאט און געגאנגען וואוינען קיין קרית יואל. מיין טאטע האט מיר אריינגענומען אין די ארבעט פון אינסטאלירן קיטשענס. אינמיטן זומער האט מיר דער ראש ישיבה געפרעגט אויב איך וויל זיין א מלמד פאר די קומענדיגע זמן, איך האב עס ברוך השם גלייך אנגענומען. איך בין אריינגעפארן מיט די באס יעדן טאג אויף וויליאמסבורג, איך בין געווארן מלמד און די עלטסטע כיתה. שפעטער האב איך געמופט קיין וויליאמסבורג און היינט וואוין איך אין 'קרית ברסלב ליבערטי' ווי איך בין א מלמד אין די עלטסטע כיתה פון חדר.
 
וואס איז אייער ספעשעלטי אלס מלמד?
 
מיין ספעשעלטי איז אז איך בין יעדן טאג אסאך מתפלל באזונדער פאר יעדע קינד'ס הצלחה, און אלעס וואס דער ראש ישיבה האט אין מיר אריינגעלייגט פרוביר איך אריינלייגן אין מיינע תלמידים. אז דער ראש ישיבה האט געקענט נעמען א צוועלף יעריג אינגל וואס האט שוין אפגעמאכט צו אפלאזן די תורה וועג, און אים געמאכט וועלן זיין אן ערליכער איד, בין איך זיכער מיט'ן אייבערשטנ'ס הילף אז דאס קען מען טון מיט יעדע קינד.
 
אין חדר געבט מען אויך אוועק צייט פאר סדר דרך הלימוד?
 
אנהייב איז געווען אויסגעשטעלט אז מ'האט אוועקגעגעבן צייט צו זאגן משניות און גמרא, אבער היינט פארשטיי איך פון דער ראש ישיבה און פונעם מנהל הרב ר' מרדכי אינדיג שליט"א אז מען זאל לערנען אין חדר די לימודים וואס מען דארף לערנען מיט קינדער. אבער איך רעד זייער אסאך צו די קינדער פונעם סדר דרך הלימוד, אזש קינדער נעמען זייער פרייע זמנים און ניצן עס אויס מיטן דרך הלימוד און לערנען גוזמאות תורה ברוך השם.
 
ווי אזוי האט איר געקענט פון זאגן משניות און גמרא אנהייבן פארלערנען פאר כיתה ט' גמרא רש"י תוספות?
 
הירצקא! אז מ'פאלגט דעם רבי'ן בתמימות ובפשיטות ווערט די תורה אפן, ווייל נאכדעם וואס דער ראש ישיבה האט געעפענט מיין הארץ און אנגעדרייט מיינע רצונות אויפן העכסטן גראד, בין איך נאך אלס געבליבן דער שוואכסטער אינגל פון כיתה ט' - איך האב גארנישט פארשטאנען, אבער איך האב גענומען דעם רבי'נס עצות ערנסט, און איך האב אסאך געבעטן דעם אייבערשטן. היינט בין איך דער איינציגסטער מרביץ תורה פון די אלע פערצן קינדער פון יענע כיתה...
 
זייער שיין צו הערן! און צום לעצט, א ווארט פאר די ליינער…
 
אז מען פאלגט דער ראש ישיבה אן קיין שכל המדומה קומט מען אן זייער ווייט אין יעדן הינזיכט, קוקטס מיר אן היינט, איך האב אמאל נישט געהאט קיין הוה אמינא אז פון מיר וועט אויסוואקסן אפילו א ברעקל פון וואס איך בין היינט, נאר וואס דען? איך האב געפאלגט דער ראש ישיבה און אנגענומען אלעס וואס דער ראש ישיבה האט מיר געזאגט צו טון, און אז מען וועט פאלגן דעם רבי'ן וועט מען זוכה זיין צו שיינע זאכן.
 
א גרויסן יישר כוח פארן אראפגעבן פון אייער פארנומענעם סדר היום איר זאלט האבן א חג כשר ושמח!
 
אמן, וכן למר!
 
טייערע ליינער; אי"ה אויף פסח קומט א פארזעצונג שמועס מיט מו"ה יחזקאל סאמעט שליט"א אלעס ארום הצלה, ווי ר' יחזקאל דינט אלס א פאראמעדיק.
 
אויך אויף ראש השנה האפט מען צו האבן א שמועס איבער אלע היסטאריע פון א קליינע דירה אין קרית ברסלב אומאן, ביז ווי אזוי עס איז געווארן אזוי אהערגעשטעלט מיט איבער זעקס הונדערט אידן… 
 
ווארט מיט שפאנונג.