איך בין געענדיגט מיט היכל הקודש!
יא כסלו תשפ"ד 📝
קרעדיט: ישראל דוד העסקעל
ניין ס'איז נישט קיין טעות איר האט גוט געליינט דעם קעפל!
פאר א קורצע צייט צוריק ווען איך האב זוכה געווען צו מקורב ווערן צום הייליגן רבי'ן קיין היכל הקודש, געדענק איך דעמאלט הערן גאר אסאך קאמענטארן פון ידידים, משפחה און חברים, נאנטע און באקאנטע.
פאר עפעס א פארבארגענע סיבה האט עס גאר שטארק אינטערעסירט פאר די אלע אידן ביי וועלכע צדיק איך נעם חיזוק און יראת שמים.
געדענק איך דעמאלט אז איינער איז מיר געקומען מייעץ זיין מיט גאר א גוטע עצה: "הער מיר צו" זאגט ער מיר "דו גייסט יעצט דורך א פעיז (פאזע) אין לעבן און יעצט קוקט דיר אויס ווי דו האסט געטראפן אורות אין ברסלב --- זייער גוט!" לייגט ער צו - - "אבער איך מוז דיר געבן אן עצה טובה".
טו נישט קיין ווילדע זאכן געב זיך גוט אכטונג ווייל דh פעיז גייט באלד אריבערגיין און נאכדעם וועסטו וועלן צוריק קומען (וואו?) אבער אויב וועסטו באגיין נארישע שריט וועסטו שוין נישט קענען צוריק קומען! געב זיך גוט גוט אכטונג, פירט ער אויס...
אזוי איז געווען זייער אסאך וואס האבן מיר געזונגען מיט א ענליכע נוסח
"מאך נאר זיכער אז קיינער זאל נישט וויסן"
"סאיז גוט אז דו נעמסט חיזוק פון דארט אבער מאך עס נישט 'דיין פלאץ'"
"פארוואס קענסטו נישט הערן די שיעורים באהאלטענערהייט?"
"די זאכן גייען אריבער, געב דיך אכטונג"
"פארברען נישט קיין בריקן... דו גייסט נאך דארפן צוריק קומען"
"סאיז נישט קיין פלאץ ווי א 'נארמאלע מענטש' קען זיך דערהאלטן יעדער גייט צום סוף אוועק פון דארט"
"צום סוף קומט יעדער צוריק וועסט נאך זען"
אזוי איז אריבער מיינע ערשטע פאר וואכן פון זיין מקורב צו היכל הקודש, יעדער איינער האט געהאט וואס צו זאגן און וואס צו צולייגן דער וויל 'נאר זאגן' ער זאגט קלאר אז ער מיינט אפילו גארנישט... פון יעדן האב איך זיך געדארפט צוזאמען הערן כל מיני הגהות און הערות אויף היכל הקודש.
איך געדענק דעמאלטס טראכטן, הלוואי קען איך עפענען מיין הארץ פאר די מענטשן און זיי ווייזן ווי צובראכן איך בין געווען פארן מקורב ווערן, הלוואי קען איך זיי ווייזן ווי פארלוירן איך האב זיך געשפירט פארן מקורב ווערן, הלוואי קען איך זיך עפענען זיי צו ווייזן ווי ליידיג איך האב זיך געשפירט פארן מקורב ווערן.
אזויפיל האב איך זיי יא געזאגט, ווי לעכטיג היכל הקודש איז און זיי מסביר געווען אז איך בין א לאטערי געוואונער, עטץ ווייסט נישט וואס פאר אן אוצר דא איז דא, ענק קענען אויפגעראכטן ווערן, ס'הערט זיך ווי א חלום וואס איז צו גוט צו זיין אמת, ס'איז מורא'דיג!!!
נעם די האטליין נאמבער הער נאר אויס איין שיעור וועסטו שוין זען וואס איך מיין, די טעם עולם הבא די וועג פון לעבן פון קענען זיין אמת'דיג פרייליך און ערליך א וועג וואס יעדער קען גיין אויף דעם וועג, איך זאג דיר טעמו וראו כי טוב!!!!
אבער עס האט נישט געהאלפן קיין פודינו ומצילנו, די תשובה איז צוריק געקומען מיט דעם קאלטן אנטווארט: ס'נישט אזוי פשוט!
'טענה'ן טענה'ט מען נישט' זאגט דער ראש ישיבה, בין איך געבליבן שטיל און זיך ווייטער געגאנגען מיין וועג...
יעצט שטיי מיר דא... איך האב עס איינגעזען, זיי זענען אלע געווען גערעכט!
יא! איך בין מודה איך קריך אראפ פונעם בוים, איך פאק איין די בזיונות, און איך זאג עס הויך און קלאר ענק זענען אלע געווען גערעכט!
ס'איז נאר געווען א פעיז (פאזע)!!!
ס'איז אריבער דעם פעיז און דער צובראכענער אינגערמאן האט געפאלגט דעם רבינ'ס זיסע עצות און ער איז אויס צובראכן! דער ליידיגער אינגערמאן שפירט שוין אנגעפילט, דער פארלוירענער אינגערמאן האט זיך שוין געטראפן, ער איז מסודר!
ס'איז נאר א פעיז!
דער ראש ישיבה זאגט אז פאר א צובראכענער מענטש איז אסאך לייכטער צו מקורב ווערן ווייל ער שפירט שוין די וועלט ער ווייסט שוין די שקר, ער זוכט נאר עפעס א צווייגל זיך צו קענען אין דעם אנכאפן און זיך אויפלעבן פון דעם.
אבער א מסודר'דיגע מענטש וואס זאכן גייען אים כסדר איז אסאך שווערער צו קענען מקורב ווערן ווייל אזא מענטש פארענטפערט אלעס ארום אבי צו קענען בלייבן באקוועם...
געלויבט דער הייליגער באשעפער אז איך בין גוט גוט צובראכן געווען במילא איז מיר גאנץ לייכט געווען צו קענען מקורב ווערן.
יעצט געב איך זיך א שנעלע קוק אויף צוריק און איך זעה ווי ס'האט ווירקליך געארבעט! פאלגן דער ראש ישיבה ארבעט! איך האב שוין פארגעסן אז אמאל בין איך געווען צובראכן... איך בין היינט דער גליקליכסטער מענטש אויפן וועלט!
יעצט קענסטו דאך שוין צוריק גיין, ניין?
נאכאמאל דו האסט דעמאלט קלאר געזאגט אז דו ביסט געווען אזוי צובראכן און דער פלאץ געבט דיר אזוי פיל חיזוק איז יעצט אז דו ביסט אויס צובראכן וואס פעלט דיר אויס זיך צו דרייען 'דארט'?
יעצט אז דו ביסט מסודר קום צוריק יעצט קענסטו שוין 'טאקע' ווערן 'א געהעריגע נארמאלע געסעטלטע באזעסענער בחנ'טער מעינסטרימע מענטש' וואס דארפסטו יעצט 'די אלע זאכן'??
אמת אמת די טענה איז ריכטיג!
אמת איך בין געווארן א געהעריגער פרייליכער באזעסענער נארמאלער מענטש אבער קומען וואו? גיין וואו?
ווער גייט מיך אויסלערנען ווי אזוי צו רעדן צו א ווייב?
ווער גייט מיר געבן א וועג צו קענען לערנען כל התורה כולה? וואס וועל איך האבן פון זיצן אין מושב זקנים ביי די זעכציג און קרעכצן אוי הלוואי וואלטן מיר געלערנט... טאקע טאקע וואס וועט זיין? און אזוי ווייטער דורכשטופן די יארן קרעכצנדיג אויף די ליידיגע פארברענטע טעג...
ווער וועט מיך אויסלערנען אז ווען עפעס דרוקט מיר קען איך לויפן גראד צום אייבערשטן און זיך אויסשמועסן מיין הארץ און זיין א געהאלפענער?
ווער וועט מיך געבן דעם שטופּ צו לויפן דאווענען דריי תפילות אין שול יעדן טאג??
וער וועט מיר מחזק זיין ווען זאכן גייען שלא כסדר? פון וואו וועל איך דעמאלט לעבן?
ווער וועט מיר אויסלערנען ווי אזוי מחנך צו זיין מיינע קינדער אז איך זאל זיי נישט רצח'נען חלילה און זיי אויך נישט לאזן אויפוואקסן ווי ווילדע געוואקסן?
יא דו ביסט גערעכט ס'איז א פעיז און ווען די פעיז גייט אריבער אויב פאלגט מען דער ראש ישיבה ווערט מען א פרייליכע געזונטע מענטש די לעבן ווערט לעכטיג!
און יעצט?
יעצט זאל איך אוועקגיין? ווער גייט ארויס פונעם גן עדן נאכן שפירן דעם זיסן טעם? מ'דארף דאך זיין א חסר דעה פאר דעם...
דער ראש ישיבה פארציילט אז ווען דער מנהל מו"ה אברהם משה שטראססער הי"ו איז מקורב געווארן צו מוהרא"ש זכותו יגן עלינו זענען זייער אסאך מענטשן אים געקומען אפּרעדן אז היכל הקודש איז נישט קיין פלאץ ווי מ'האלט זיך... מענטשן קומען און מענטשן גייען, האט דער מנהל זיי געענטפערט קוק אהער אויב איז אמת וואס דו זאגסט לויף איך שנעל יעצט צו מוהרא"ש אריין כאפּן נאך א מינוט און נאך א מינוט ביים צדיק וואו לאנג איך בין נאך יא דא!
שכח אייבערשטער אז מיר האבן זוכה געווען צו קענען זיין פון די וואס זיצן אין גן עדן לעבן א חיים טובים מיט דעם רבינ'ס עצות און זיך קענען גוט גוט אויסלאכן פון דער וועלט, פעיז אהין פעיז אהער, יא געהאלטן נישט געהאלטן... וואס האב איך אין די האנט??...
"הייליגער באשעפער העלף איך זאל אייביג בלייבן ביים צדיק אין היכל הקודש, און פאלגן די עצות וואס איך באקום דא. העלף מיר איך זאל יעדן טאג רעדן צו דיר, איך זאל יעדן טאג לערנען די הייליגע תורה. העלף מיר איך זאל נישט נתפעל ווערן פון מענטשן וואס מאכן חוזק פון דעם הייליגן פלאץ".
און אז מיר האבן זוכה געווען צו שפירן דעם זיסן טעם החיים דארפן מיר דאך זיכער זען אז אונזערע ידידים און קרובים וואס זענען אזוי פארזארגט פאר אונז זאלן אויך זוכה זיין צו קענען שפירן דעם זיסן טעם!