איך בין א מחוצף!
ג כסלו תשע"ח 📝
דעם שבת האב איך פרובירט מחזק צו זיין א איד, ער האט זיך מיר אפגערעדט אז ער מוטשעט זיך זייער שטארק פינאנציעל, ער קען זיך נישט צוזאמנעמען און זיך מסדר זיין. איך האב אים פרובירט מחזק צו זיין אז עס וועט נישט נעמען צו לאנג, ימי שנותינו בהם שבעים שנה ואם בגבורות שמונים שנה, די פיין און ליידן וועט נישט צו לאנג אנהאלטן. און דאן וועט דיר כאטש איבערבלייבן די גוטע זאכן וואס דו האסט אריינגעכאפט אויף דער וועלט, די מצות ומעשים טובים דאס וועט דיר באגלייטן, בהתהלכך תנחה אותך בשכבך תשמור עליך והקיצות היא תשיחך.
ענטפערט ער מיר מיט א ביטערן שמייכל -- 'הרי זה בא לחזק ונמצא חוזק'. דאס איז טאקע דיין נחמה? דערווייל האסטו נאר ערגער געמאכט דעם מצב, אויב בגשמיות בין איך טיף אין דער ערד, בין איך ברוחניות נאך א שיינע פאר שטאק נידריגער. נישט קיין דאווענען, נישט קיין לערנען, און די ביסל וואס איך טוה יא האט יענץ פנים, אז דו דערמאנסט מיר פון לאחר מאה ועשרים ווערט מיר קאלט אין די ביינער, עס זעהט מיר נישט אויס אז איך וועל קענען עפעס מיטטראגן אהין.
האב איך אים דערציילט די באקאנטע מעשה פון בעש"ט אז ער האט אמאל צוגעזאגט קינדער פאר איינעם וואס האט בדרך הטבע נישט געקענט האבן קיין קינדער, איז דאן ארויס א בת קול אז ער האט פארלוירן זיין חלק לעוה"ב, אויף די מינוט איז דער בעש"ט געווארן צושרויפט, אבער ער האט זיך גלייך צוריק געכאפט און געזאגט: וועל איך דינען דעם אייבערשטן אן עוה"ב! און פארשטייט זיך אז זיין שכר איז נאך גרעסער געווארן, דאס איז די גרעסטע מדריגה צו דינען דעם אייעבערשטן שלא ע"מ לקבל פרס. זאג איך דעם איד, יעצט ביזטו אויף די זעלבע מדריגה פון בעש"ט. דו פיהלסט אז קיין עוה"ב וועסטו שוין נישט האבן, יעצט איז יעדע מצוה וואס דו טוסט יא אסאך מער חשוב, דו טוסט עס ממש נאר פארן אייבערשטנס וועגן, און פארשטייט זיך אז די שכר אויף דעם איז אסאך גרעסער.
אהרן הכהן האט זיך געשעמט אריינצוגיין טוהן די עבודה אין משכן, ביז משה רבינו האט אים געמוזט אנשרייען: "למה אתה בוש? לכך נבחרת!", ווען מען לערנט די רש"י קען עס עפעס אויסזעהן ווי די בילדער אין כל העולם כולו, אינדערמיט איז דא א שיינעם טאץ מיט פרוכט און טרויבן, פון די צוויי זייטן זיצן די רבי'ס וואס זענען זיך צוזאם געקומען אויף א ביקור גומלין, און די שמועס גייט בערך אזוי: נו, מאכט א ברכה.. נעה, ס'פעלט נישט אויס, איך ברויך נישט די זאכן.. אפשר דאך, דער זיידע ז"ל פלעגט טייטשטן יאכלו ענבים וישבעו - טרויבן ברענגט גרויסע זאכן, עס ליגט גרויסע ענינים דערין.. שוין, וועל איך טאקע א ברכה מאכן. ברוך אתה..
עס קען זיך דאכטן אז אזוי האט אויסגעקוקט די שמועס צווישן משה און אהרן, אבער ווען מען טראכט אריין איז די מעשה גארנישט אזוי פשוט. אהרן האט למעשה אפגעטוהן א געפערליכע זאך, עס איז טאקע געווען באונס צו בשגגה, אבער למעשה האט ער גוט מסדר געווען כלל ישראל, די אידן זענען דאן געווען ברום המעלה נאך מתן תורה, עס איז געווען פסקה זוהמתן, זייי האבן נישט געהאט קיין יצר הרע, זיי האבן געלעבט אין א העכערע מצב. און אהרן איז געקומען און געמאכט אן עגל הזהב, ווי די חז"ל זאגן איז דאס געווען צוזאמגעשטעלט פון די דריי הארבסטע עבירות ע"ז ג"ע ושפ"ד. ווען אהרן האט זיך דערנאך ארום געזעהן וואס ער האט דא געטוהן איז ער געווען טאטאל צוקלאפט, ער האט געפיהלט אז ער האט דא אפגעטוהן דאס ערגסטע וואס א מענטש קען נאר אפטוהן, ער האט צוריק געברענגט די זוהמה, צוריק מיטן יצר, צובראכן די לוחות, דער אייבערשטער איז ברוגז, נישט סתם נאר וביום פקדי ופקדתי, דאס איז צו הערן און צו געדענקן. ער האט געזוכט א מייזן לאך וואו זיך צו באהאלטן און אויסלעבן זיינע איבריגע יארן בתשובה ובכיה, און דא קומט משה רבינו און הייסט אים גאר אז ער זאל זיין דער אנפירער און הויפט פערזאן אינעם משכן?! דער משכן איז דאך לכפר על העגל, און פונקט ער וואס האט אנגעדרייט די גאנצע סומאטוכע זאל זיין דא דער הויפט שפילער?
האט אים משה רבינו געזאגט: לכך נבחרת! טאקע דערפאר האט מען דיר אויסגעוועלט. די גאנצע עגל איז דאך נאר געווען להורות תשובה לרבים. דאס טאקע האט דער אייבערשטער געוואלט ווייזן, אפילו ווען דו ליגסט טיף אין טינופת, דאך זאלסטו דיך קענען דערהאלטן און אריינכאפן מצות ומעשים טובים אויף וויפיל דו קענסט יא. מלאכים האט דער אייבערשטער גענוג. עס איז נישט קיין קונץ צו זיין א מלאך און קיינמאל נישט דורכפאלן. דער קונץ איז אז א מענטש איז א מענטש, ער פאלט דורך מיט עבירות, אבער ער ווערט נישט צובראכן, ער געבט נישט וועגן דעם אלעס אויף, ער פריידט זיך כאטש מיט די ביסל מצות ומעשים טובים וואס ער האט יא, מיט זיין בארד און פאות, מיט זיין שמירת שבת, מיט זיין עסן כשר'ס, און מיט די אנדערע קלייניקייטן וואס ער כאפסט אריין. און טאקע אויב ער פיהלט אז ער איז דער ערגסטער מענטש אין די וועלט, ער איז אזוי ווייט פון צו זיין א איד, דאן זענען זיינע מצות אסאך מער חשוב, אז אפילו אזא ווייטער און נידריגער מענטש, כאפט אויך אריין א מצוה, דאס איז די גרעסטע זאך.
דער פסוק זאגט אִם יֵשׁ עָלָיו מַלְאָךְ מֵלִיץ אֶחָד מִנִּי אָלֶף לְהַגִּיד לְאָדָם יָשְׁרוֹ וַיְחֻנֶּנּוּ וַיֹּאמֶר פְּדָעֵהוּ מֵרֶדֶת שָׁחַת מָצָאתִי כֹפֶר. זאגט די גמרא אויף דעם (שבת לב) אם יש לו פרקליטין גדולים ניצול, ואם לאו אינו ניצול. ואלו הן פרקליטין של אדם, תשובה ומעשים טובים. ואפי' תשע מאות ותשעים ותשעה מלמדים עליו חובה ואחד מלמד עליו זכות ניצול. שנאמר, אם יש עליו מלאך מליץ אחד מני אלף וגו': ר' אליעזר בנו של ר' יוסי הגלילי אומר אפילו תשע מאות ותשעים ותשעה באותו מלאך לחובה ואחד לזכות ניצול. שנאמר, מליץ אחד מני אלף. דאס איז לכאורה זייער אינטערעסאנט. אז נאר איין מלאך פון טויזנט זאגט גוטס אויף אים ווערט ער שוין ניצול פון גיהנום? אדער נאך מער, אפילו דער איינער מלאך אליין האט אויך 999 ספיקות אז דער מענטש איז יא שולדיג, ער האט נאר א טויזנטסטל ספק אפשר איז דער מענטש אומשולדיג ווערט דער מענטש שוין געראטעוועט פון שטראף, איז דאס יוסטיץ?
זאגט ר' נתן מברסלב זי"ע, אויב דער מענטש איז אזא שגץ אז כמעט יעדער שרייט אז ער דארף גלייך אריין אין גיהנום, מוז דאך זיין אז ער איז גאר א גרויסער בעל עבירה. און פון דעסט וועגן האט ער געטוהן עפעס גוטס, דאס איז מורא'דיג! דאס ווייזט אז דער מענטש האט ריכטיג ערפיהלט זיינע פליכטן אויף דער וועלט, ער איז טאקע געווען א מענטש און נישט קיין מלאך, ער איז טאקע אסאך דורכגעפאלן, אבער מיט דעם אלעם האט ער ארויסגעכאפט גוטע זאכן אויך, קומט אים א גלייכע פעס אריין אין גן עדן.
עס איז באקאנט וואס צדיקים זאגן: "עצבות איז קיין עבירה נישט, אבער וואס עצבות קען ברענגן קען די גרעסטע עבירה נישט ברענגן". וואסע פשט פון דעם? איז עס אן עבירה אדער נישט? די פשט איז אז ווען א מענטש פאלט דורך מיט עבירות, דאס איז נארמאל. ער איז א מענטש א בשר ודם מיט א ברענעדיגע יצר הרע, און עס איז זייער נארמאל אז ער איז דורכגעפאלן. די מלחמה הייבט זיך אן נאכדעם. דער מענטש האט צוויי ברירות, אדער נאך אסאך מאל דורכפאלן מאכט ער אפ אז דאס איז עס, דאס איז נישט פאר מיר, קיין ערליכער איד וועל איך שוין נישט זיין, און ער געבט אלעס אויף, אפילו די זאכן וואס ער וואלט יא געקענט טוהן. אויב גייט דאס אזוי דאן האט דער יצר געוואונען דעם קאמף, ער האט אויסגעפירט וואס ער האט געוואלט, דער מענטש האט אויפגעגעבן און שוין. אויב דער מענטש האט אבער שכל און ער כאפט דעם שפיל, דאן זאגט ער פארן יצר, האסט מיר טאקע אריינגעכאפט מיט אסאך זאכן, אבער די איבריגע זאכן וואס איך קען יא טוהן וועל איך ווייטער טוהן, איך וועל נישט ווערן יעצט צוקלאפט און צובראכן און אלעס אויפגעבן. און פון די עבירות וועל איך שוין שפעטער קער נעמען, זארג נישט איך וועל שוין שפעטער תשובה טוהן דערויף, דערווייל וועל איך ווייטער אנגיין כאילו לא היה.
רבי אהרן קארלינער זי"ע האט געזאגט אז ווען א מענטש איז אריין אין א געפערליכע רציחה ביז ער האט גענומען א מעסער און דערשטאכן א צווייטן צום טויט, זיין הענט און העמד זענען נאך בלוטיג פון די רציחה, און ער געבט זיך א כאפ אז עס ווערט שפעט און ער האט נאכנישט געדאווענט קיין מנחה, און ער קען נישט פועל'ן ביי זיך זיך צו שטעלן אזוי דאווענען, אזא מענטש האט נאכנישט דורך געטראטן די שוועל פון חסידות.
דאס איז גאר אן עקסטרעמע משל. אבער די נקודה איז קלאר אז מען טאר נישט מישן די צוויי זאכן, אז מען פאלט דורך מיט איין זאך מיינט דאס נישט אז מען דארף אויפגעבן אויך די אנדערע זאכן, אדרבה ואדרבה, אזא מענטש וואס איז אזוי ווייט איז יעדע קלייניקייט וואס ער טוט גוט פילפאכיג מער חשוב און טייער ביים אייבערשטן, אז דו ביזט דורכגעפאלן און געגעסן טריפות, כאטש וואש דיך מים אחרונים נאך דעם. מיש נישט אויס די יוצרות. אויף אזא וועג קען א מענשט אריינכאפן גאר אסאך גוטס אויף די וועלט, וואס נאר דאס וועט אים באגלייטן אויף זיין אייביגן לעבן לאחר פטירתו.
דער אייבערשטער פירט די וועלט שענער און שענער, אין די היינטיגע דור ווען עס איז דא אזויפיל נסיונות און עס איז אזוי שווער צו זיין אן ערליכער איד, טאקע יעצט איז עס פון די אנדערע זייט אסאך גרינגער. ווייל אפילו מען פאלט אזויפיל דורך, כאפט מען נאך אלץ אריין גוטע זאכן דא און דארט, און דאס איז אסאך מער חשוב.
מפני מה ניתנה תורה לישראל? מפני שהן עזין! (ביצה כה). אידן האבן אין זיך חוצפה ועזות, יא איך בין טאקע א גרויסער בעל עבירה אבער איך וועל נאך אלץ קומען אין שוהל דאווענען מיט מנין. יא איך האב טאקע געטוהן דאס ערגסטע שבערגסטע אבער איך גיי נאך אלץ קידוש מאכן און פירן א שבת טיש. יא איך בין טאקע וואס איך בין, אבער איך בין א איד און איך וועל בלייבן א איד, און איך וועל זיך פרייען מיט מיין שבת/ציצית/תפלין/כשרות.
עס מאכט נישט קיין סענס? איך בין אבער א גרויסער מחוצף!