קרעדיט: ישראל דוד העסקעל
 
 
אין די יעצטיגע פרייליכע טעג פון חנוכה, אין די צייט ווען כלל ישראל לויבט און דאנקט דעם אייבערשטן אויף אלע ניסים, איז געווארן איינגעפירט א נייע מנהג (ביי די נארמאלע מענטשן שטייצעך...) וואס רופט זיך 'חנוכה מתנות'! 
 
איך בין זיכער אז די ליינער פון די שורות האבן שוין פון דעם געהערט, און לכאורה שוין אויך געווען ביי אזא מעמד חלוקת חנוכה פרעזענט"ס. דאס איז געווארן א חוק ולא יעבור, א מנהג ישראל כמעט אזוי פארהייליגט ווי די גרויסע מנהג ישראל ומסורה מקובל מאבותינו פון שיקן חתונה בריוולעך מיט ריטורן קארדס… אויף די מנהגים טאר מען חלילה נישט פרעגן קיין קשיות, אזוי האט מען זיך געפירט - ווער? יעדער! אה יעדער איינער טוט עס! 
 
איך וואלט זיך בעצם יעצט געקענט נעמען צו די נושא פון חנוכה מתנות און עס גוט צונעמען און צופיצלען און מאכן פיינע מטעמים פון וואו די מקור קומט, און ווער איז דער יעדער איינער וואס דו מאכסט נאך, און צו איז עס בכלל אויסגעהאלטן… וכו', איך וואלט עס גוט געקענט צושטיקלען און מאכן פון דעם גוטע פיינע ליצנות, אבער נישט פארדעם בין איך דא יעצט...
 
דער ראש ישיבה זאגט אלס, אז מוהרא"ש האט נישט ליב געהאט דאס וואס מ'גייט צוזאמען ארויס מאכן התבודדות אין וואלד, און מ'פארמעסט זיך ווער עס קען העכער שרייען… ווייל ס'דארף זיין מיט אן אמת (מ'ברויך זיך דאך אויפפירן ווי א נארמאלער מענטש...) נאר וואס דען, ס'וויל זיך פארט שרייען אסאך מאל, איז ווען מ'קומט אין אומאן ביים הייליגן רבינ'ס ציון און דארט טוט זיך שוין סיי ווי א שרייעריי, כאפּ דיך מיט, געב זיך אויך א קוויטשע אויס דיין הארץ פארן באשעפער. 
 
האב איך געטראכט, אז אויב איז שוין סיי ווי דא א רוח פון חנוכה מתנות אין די גאס, אז יעדער שפילצייג געשעפט שפירט פאר וויכטיג ארויסצוגעבן א קאטאלאג אזוי גרויס ווי מגילת אסתר אויף די אויסטערלישע מציאות לכבוד חנוכה… און די גאנצע לופט לויפט שוין מילא אהין, קען איך זיך שוין מיטכאפן און זען וועלכע מתנות איך האב ביי מיר אין באזיץ. 
 
אויב וועל איך אנהייבן באשרייבן אלע מתנות וואס מ'באקומט פון רבי'ן אין היכל הקודש וועל איך קיינמאל נישט פארטיגען... די דרך הלימוד, תפילה והתבודדות, שלום בית, שמחת החיים, עצות, הדרכה, חיזוק, וכו' וכו' איך קען אויף יעדעס איינע שרייבן און שרייבן א גאנצע ספר און קיינמאל נישט ענדיגן... אבער פטור בלא כלום אי אפשר (חנוכה מתנות איז דאך שוין א "מנהג ישראל"), האב איך זיך מצמצם געווען אויף געוויסע שיינע אינטערעסאנטע זאכן וואס איך האב לעצטנס געשפירט אז איך האב באקומען אין היכל הקודש. 
 
צוויי וואכן צוריק בין איך געווען אויפן טעלעפאן מיט ר' אברהם הערש וועבערמאן נ"י דער עורך פונעם בלעטל, ער איז מיר שיינערהייט מסביר אז יענע שטיקל וואס איך האב געשריבן איז אמת'דיג גוט, זייער שטארק און פעסטע ליצנות… אבער איך האף דו וועסט נישט ברוגז זיין דאס קען נישט אריינגיין… ס'קען חלילה איינעם וויי טון אפילו בלא מתכוון, מ'דארף זייער זייער שטארק אכטונג געבן אויף דעם. 
אגב, געבט ער א פרעג, וואס קייעסטו דארט מיט אזא אפעטיט? 
 
הע, גארנישט אביסל פאפיטעס… איך וועל דיר זאגן וואס, אמאל פלעג איך קענען קנאקן און נאשן סיי ווען, אבער זינט איך בין מקורב געווארן אין היכל הקודש, האב איך מער נישט קיין ליידיגע מינוטן... און אינמיטן לערנען קען מען דאך שוין אויך נישט קייען, ווייל מען דארף ארויסזאגן די ווערטער וואס מען לערנט, איז די איינציגסטער צייט וואס איך קען נאשן אביסל איז ביים שרייבן! 
 
הא הא איך הער, אפשר לייג עס אריין אין אן ארטיקל... 
 
אקעי, טראכט איך צו מיר, נישט קיין שלעכטע געדאנק בכלל... 
 
יא, דאס איז איינע פון די גרעסטע מתנות וואס איך האב נאר אמאל באקומען אין מיין לעבן, די מתנה פון צייט! 
 
זייט איך בין אנגעקומען אין היכל הקודש האט מיר אנגעהויבן וויי טוהן יעדע מינוט וואס גייט לאיבוד און ווערט נישט אויסגענוצט ווי ס'דארף צו זיין, איך קען דאך יעצט אריינכאפן נאך א משנה, נאך א בלאט גמרא, נאך א ווארט צום אייבערשטן, נאך אפאר מינוט פארברענגען מיט מיינע קינדערלעך, וויפיל שעות אויף שעות פלעג איך אמאל פארברענען?! נישט אויף שלעכטע זאכן דווקא, אפילו נאר סתם זיצן און קייען שטרוי ביי קופקעס, מאלן וואסער אין קאווע צימער, שעות האבן געקענט פארבייגיין אן איך זאל בכלל כאפן… איך ציטער צו טראכטן, אבער ווען נישט היכל הקודש וואלט אפשר מיין גאנצע לעבן געקענט אזוי דורכשמייסן אן אויסצונוצן די טייערע מינוטן וואס דער אייבערשטער האט מיר געשאנקען. 
 
איך דאנק און איך לויב דעם אייבערשטן אויף די גרויסע מתנה אז איך האב א ראש ישיבה וואס איז מיר מעורר אויף די גרויסקייט פון א מינוט! די חשיבות פון ארויסרעדן א דיבור צום אייבערשטן ווען מ'קען נאר, אריינכאפן נאך א משנה און נאך א פרק, איך האב אנגעהויבן נוצן די צייט אנשטאט ברענען די צייט, א מחי'!
 
די צווייטע מתנה וואס האט מיך מורא'דיג אויפגעלעבט איז "שכל". 
 
דער ראש ישיבה האט געזאגט אמאל ביי איינע פון די שיעורים, אז איינער האט אים געפרעגט וואס זענען די תקנות אין די נייע ברסלב'ער שטעטל? 
האט דער ראש ישיבה געזאגט אז ביי אונז איז נישט דא קיין תקנות... איין תקנה איז דא, נוץ דיין שכל! און דאס האלט מען אין איין אריינלייגן אין אונז, דו האסט שכל? נוץ עס! 
 
דער רבי געבט אונז שכל ווי אזוי זיך צו פירן, מוהרא"ש זצ"ל האט עס אראפגעברענגט פאר אונז פשוטע מענטשן צו קענען אויך האבן די שכל פונעם רבי'ן, די לעכטיגע זיסע עצות, ס'איז נישט עפעס וואס מ'קען אנכאפן אז דאס איז נאר פאר געוויסע מענטשן, אבער ווער ס'שפירט די גוטע טעם און שטעלט זיך אפ טראכן עטליכע מאל א טאג וואס וואלט דער ראש ישיבה געטון? וואס וואלט געשטאנען אין אשר בנחל אויף אזא מחשבה? צענדליגע מאל א טאג וויל זיך עפעס טון אדער נאר זאגן פאר איינעם… און מ'כאפט זיך, ניין, נוץ דיין שכל, טו דאס נישט, האלט דיך איין פון זאגן… אפילו דו ביזט הונדערט און איין פראצענט גערעכט… האט דיין ווייב געזאגט… האט דיין טאטע פארלאנגט… וואס איז אז דיין שוויגער האט… און אויב האסטו שוין צוויי הונדערט מאל געזאגט די זעלבע זאך… און יעדע מאל פונקט אזוי… איז וואס? 
 
מ'קען זיך עטליכע מאל א טאג כאפן און אויפלעבן פון די לעכטיגע שכל און עצות וואס דער ראש ישיבה האלט אין איין איבערחזר'ן פאר אונז און לייגט עס אריין אין אונז מיר זאלן קענען לעבן מיט דעם, א מחי'!
 
נאך גאר א שיינע מתנה וואס היכל הקודש פארמאגט איז די הארץ פאר א חבר, די אחדות וואס איז דא צווישן אנשי שלומינו. 
 
יעדער וויל זיך העלפן איינער דעם צווייטן וואו מ'קען און אויף יעדער אופן, מ'קוקט נישט אויף גארנישט, באמת איז דאס עפעס וואס יעדער פלאץ און יעדער קהילה וויל האבן און פרובירט איינצופירן מיט אסאך סארט מיטלען און עסקנים, גאנצע אפיסעס זענען אוועקגעשטעלט אויף דעם… אבער ביי א פלאץ פון א צדיק איז עס גאר אנדערש, ס'לעבט זיך פון זיך אליין! 
 
איך געדענק ווען איך האב מיך געצויגן קיין לאנדאן, האב איך זיך פאר א שטיק צייט געדרייט אין א געוויסע חבורה. יענע תקופה בין איך אדורך ביטערע שווערע נסיונות אין מיין מצב פרנסה וד"ל, האב איך באמערקט אז אין די פלאץ איז אויך דא אזא מאוומענט אויף דעם, איך געדענק נישט פונקטלעך די נאמען אבער בערך: מפעל עזר לפרנסה.... ערבים זה לזה... היימישע שטיצן נאר היימישע... אנשים אחים אנחנו… וכו' 
 
האב איך זיך געוואנדן צו די עסקנים דארט, און איך האב זיך ממש אויסגעוויינט פאר זיי אויף מיין מצב פרנסה... איך האב זיי געבעטן אז אזוי ווי איך בין א גרעפיק דיזיינער און איך בין זייער געדרוקט, איך האב מיך יעצט געצויגן צו א נייע מדינה איך קען נאך קיינעם נישט דא, אויב מען קען מיך אנהייבן נוצן (פאר חצי חנם...)  און אויב אפשר איז דא אנדערע אידן פון די קהילה וואס וואלטן מיך געקענט נוצן פאר זייערע ביזנעסער וכו' איך זאל זיך קענען שטעלן אביסל אויף די פוס.
 
מיט גאר א מיטפילנדע געזיכט זאגט מיר דער אידל: "דו מוזט פארשטיין..... ס'נישט אזוי פשוט.... ס'גייט נישט פון איין מינוט צום צווייטן.... זאכן פארן שוין… מ'וועט טראכטן… אפשר גייט מען דיך קאלן…" 
 
ברוך השם דער רבונו של עולם האט מיר געהאלפן און איך האב זיך גוט אוועקגעשטעלט אויף די פוס בסייעתא דשמיא אן אלע עסקנים און מפעלים און שיינע נעמען… טיטלען אן מיטלען… סוף כל סוף האט זיך אויסגעשטעלט אז די שליסל פון פרנסה ליגט ביים רבונו של עולם, נישט אין א לעדל אין די אפיס פון מפעל… 
 
אבער ווען איך בין אנגעקומען אין היכל הקודש איז געשען אן אינטערעסאנטע זאך, אן קיין ספעציעלע אפיסעס וואס זאלן זיך ספראווען מיט עזר לפרנסה... אן א ספעציעלע טעלעפאן נומער געאייגנט "ארויסצוהעלפן אנשי שלומינו"... האב איך אנגעהויבן באקומען דשאבס פון אלע זייטן פון תלמידי היכל הקודש! איך האב געשטוינט! איך וואוין אין א פרעמדע מדינה, איך האב כמעט נישט קיין פערזענליכע שייכות מיט די וואס שיקן מיר די דשאבס, אבער זיי ווילן שטיצן "א היימישער"! עכטע עכטע אחדות. איך שפיר זיך אזוי נאענט מיט אלע אנדערע מקורבים כאילו מיר זענען אלע ברידער, אזא מתנה צו באקומען!!!
 
נאך א גאר שטארקע מתנה וואס היכל הקודש געבט פאר א מענטש, און איך האב בעצם שוין צוויי מאל געשריבן וועגן דעם, איז די מתנה פון לעבן מיט וואס מ'לערנט אונז! 
 
די מעשיות און הנהגות פון צדיקים איז נישט עפעס א ווייטע זאך וואס מ'זאגט נאר נאך... נאר דער ראש ישיבה לערנט אונז אויס צו לעבן מיט דעם. הערסט א מעשה פון א צדיק, וואס נעמסטו ארויס פון דעם פאר דיר? א גוט ווארט אויף די פרשה איז א ווארט וואס מאנט עפעס פון מיך אין מיין מצב און געבט מיר חיזוק אין מיין בהלה'דיגע לעבן. 
 
דאס איז עפעס מורא'דיג ספעציעל פאר מיר, אלץ האב איך געשטרעבט אז איך זאל אויך קענען טון און איך זאל אויך קענען זיין… וואס האב איך פון דעם אז אמאליגע אידן פלעגן… וואס איז מיט מיר? וואס וועט זיין מיט מיין נשמה? אזוי פיל דרשות התעוררות פלעג איך אלץ צוזאמהערן און איך פלעג ווערן דעפרעסט פון דעם, וואס איז מיט מיך? איך וויל אויך… איך בין ממש געווען אין א מצב יאוש פאר היכל הקודש אז איך זאל אויך קענען פילן א טעם אין שבת, א טעם אין א בלאט גמרא, אז איך זאל אויך קענען האבן מיין אייגענע מסירת נפש מעשיות…  ניין היינטיגע צייטן דארף מען נישט האקן קיין אייז פאר א מקוה, מיר האבן א פיינע ווארימע מקוה… און מיר דארפן נישט לערנען תורה אין א הייל מיט א דריידל באהאלטענעהייט… מיר האבן גרויסע שיינע פעסטע תלמוד תורה'ס און מיר באקומען גאר פראגרעמס פון די גאווערמענט… אבער היינט האבן מיר יא נסיונות פון היינט, און מיר קענען אויך אוועקרייסן שטיקער פון זיך פאר'ן אייבערשטן מיט אונזערע נסיונות פון אונזערע דור, און מיר קענען אויך זוכה זיין צו די תמימות ופשיטות און מסירות נפש פון די אמאליגע אידן… מיר קענען פון יעדע מנהג, מעשה, און ווארט, ארויסנעמען אן הנהגה אויף זיך, וואס מאנט דאס פון מיר? וואס קען איך טון אין מיין מצב צו ווערן נאנטער צום אייבערשטן, אויף דעם אליינס דאנק איך און לויב דעם אייבערשטן יעדער איינציגע טאג, אשרינו! 
 
נאך א מורא'דיגע אינטערעסאנטע מתנה וואס איך האב באקומען, איז די מתנה פון נישט ענטפערן און נישט טענה'ן! און איך וועל מודה זיין, ס'איז געווען פון די שווערסטע זאכן פאר מיר ווען איך מקורב געווארן. טאקע, איך האב מיר אסאך מאל נישט געקענט איינהאלטן, איך האב געהאט אזעלכע גוטע ווערטער צוריק צו ענטפערן… אבער נאכן הערן נאך א שמועס און נאך א שיעור פון דער ראש ישיבה, און חיזוק אויף דער ענין עטליכע מאל, איז עס צוביסלעך אריין אין מיר, און אפילו איך האב אסאך מאל אזעלכע גוטע ווערטער צוריק צו ענטפערן און שטעלן יענעם אין פלאץ… דאך האלט איך מיר דאס מויל, איך ווייז א קליינע שמייכל און איך לאז דער גרויסער חכם המחוכם וואס ווייסט אלעמאל אלעס און איז א גרויסע בקי וויסן קלאר פון וועמען מ'האט יא געהאלטן און נישט געהאלטן און וואס איז טאקע אזוי און וועלכע זאך ס'איז נאר יענעמס חידוש און ער דרייט אהין און אהער, און איך קען שווייגן! 
 
איך דאנק דעם אייבערשטן אז מיט גרויס סייעתא דשמיא בין איך אויך זוכה צו נהנה זיין פון דער מתנה. 
 
איך האב געהאט אן אינטערעסאנטע עפיזאד וואס איך שפיר וואלט זיך געלוינט מיט צו טיילן מיט די לייענער. ממש אין די ערשטע פאר וואכן וואס איך בין מקורב געווארן האט איינער מיר געוואלט טשעפען, פארוואס? ווייל איך בין געווארן מקורב צו א צדיק, האט ער אריינגעלייגט דעם ספר "משיבת נפש" אין מיין טלית בייטל ביי שחרית. ווען איך האב עס געזען איז מיר די בלוט ארויף אין קאפ, שוין ווייטער… וואס וויל דער פון מיר? איך בין שוין געווען גרייט צו נעמען יענעם און…. וכו'. 
אבער שנעל כאפּ איך א טיפע אטעם… 
וואס לערנט מיר דער ראש ישיבה? 
בארואיג דיך, ס'גארנישט געשען, ענטפער נישט, טו נישט, שלינג! אז איך האב זיך בארואיגט און מיין קאפ איז שוין אין א מצב אז איך קען שוין טראכטן גראד... איך שטיי דא פארן דאווענען, דא ליגט א ברסלב'ער ספר פארנט פון מיר, טראכט איך צו מיר זיי נישט קיין בטלן, קוק אריין! איך האב געעפנט דעם ספר די ערשטע מאל דעמאלט, און ס'איז מיר לעכטיג געווארן, אזוי פיל חיזוק, אזעלכע אורות, איך האב אריינגעכאפט נאך א שורה און נאך א שורה איך האב עס געשלינגען מיט דארשט, ס'האט מיר ממש געזעטיגט! זייט דעמאלט בין איך געווארן ממש צוגעבונדן צו דעם ספר, און זינט דאן האב איך יעדן טאג א שיעור אין ספר משיבת נפש! א דאפלטע מתנה! 
 
די לעצטע מתנה וואס איך וויל דא אויסרעכענען, וואס איז ממש פון די יסודות אין היכל הקודש, איז די שיחות חברים, אבער דאס איז א מתנה וואס ווערט א נייע מתנה מיט יעדער שמועס! 
 
איך בין שוין ביי אזוי פיל קופקעס געשטאנען, אזוי פיל שעות פארברענגט מיט מענטשן אין מיין לעבן, אבער גארנישט קומט נישט צו, צו איין אגב'דיגע שנעלע פאר ווערטער פון א שמועס מיט א תלמיד היכל הקודש! 
 
פיל מיט פנימיות! ס'לעבט זיך, מ'רעדט פונעם אייבערשטן אפילו ווען מ'האט די פשוטסטע פראסטע שמועס, דער אייבערשטער גייט העלפן, בעט דעם אייבערשטן, אלעס דרייט זיך ארום דער איינער וואס פירט אונזער וועלטל, אונזער טאטע וואס האט אונז ליב! דער ראש ישיבה האט אמאל געזאגט: "אויב ווילסטו א סימן אויף א תלמיד היכל הקודש, הער אויב ער דערמאנט דעם באשעפער אין זיינע שמועסן." 
 
יעדער שמועס איז אנגעזאפט מיט חיזוק, מיט דיבורים פון צדיקים, מיט אמונה, מיט נאך א גוט ווארט און נאך א גוט ווארט! נישט בחנם זענען אנשי שלומינו תלמידי היכל די פרייליכסטע מענטשן וואס איך האב נאר אמאל באגעגנט… 
 
לעצטע וואך האב איך געהאט די גרויסע כבוד צו האבן א שטיקעל שמועס אויפן טעלעפאן מיט ר' משה ארי שניצלער הי"ו, וואס האט מיר געקלינגען מיט די איין מטרה פון מיר מחזק זיין! אונז קענען זיך קוים… ער איז א היפשע פאר יאר עלטער פון מיר, אונז וואוינען טויזנטער מיילן אפגעריקט, דאך פילט ער וויכטיג מיר צו קלינגען און מחזק זיין און געבן נאך א שטופ, נאך התחזקות און נאך התחזקות, אזעלכע געשמאקע דיבורים דאס האט אין מיר אריינגעבלאזן אזעלכע חיזוק אז ס'האלט נאך אן ביז יעצט. 
 
איינער פון די שטארקע זאכן וואס ר' משה ארי' האט מיר דעמאלט געזאגט אזוי מסיח לפי תומו אבער ס'האט זיך געגעבן אזא קריץ אריין מיר… איז, אז זאלסט וויסן, ווער עס זעט די ברסלב'ער קרוין טוט תשובה!!! 
 
וואו נאך אין די וועלט איז דא אזעלכע שיחות חברים?
 
ווען איך בין די ערשטע מאל געקומען צו די לאנדאנער חבורה, איז עס געווען די ערשטע מאל וואס איך האב זיך געטראפן מיט אנשי שלומינו תלמידי היכל הקודש, איך הייב נישט אן צו געדענקען וואס מ'האט דעמאלט גערעדט… אבער איך געדענק די פילינג וואס איך האב דעמאלט געהאט, מיר פעלט נישט קיין חברים ברוך השם… און דא טרעף איך זיך אריינשפאצירן ביי איינעם אינדערהיים וואס איך קען נישט, זיצן ארום א טיש מיט "פרעמדע" מענטשן… אבער איך האב אזוי געדורשט צו קומען נאענטער צו היכל הקודש, אז איך האב אויף גארנישט געקוקט, איך בין אריין מיט פארמאכטע אויגן אן קיין ערווארטונגען, איך זעץ מיר אוועק, איך האב נישט געוואוסט פון וועלכע פלאנעט איך בין אראפגעפאלן… א קארטאון ארטיסט וואלט דא געמאלן סירקילס מיט שטערנס ארום מיין קאפ… אבער ביז צוואנציג סעקונדעס האב איך געשפירט ווי איך זיץ מיט מענטשן וואס איך קען שוין צוואנציג יאר! מ'האט גערעדט דארט אזעלכע שיינע דיבורי התחזקות, אזוי אפן, אזוי ווארעם, איך בין אריין הונגעריג און ארויס זאט! 
 
איך וויל צוענדיגן מיט א שטארקע טיפע ווארט וואס איך האב געהערט פונעם מנהל הרב אברהם משה שליט"א, אמאל ווען איך האב געהאט מיט אים א שמועס האט ער מיר געזאגט בתוך הדברים: "מען דארף בלייבן פריש מען טאר זיך נישט צוגעוואוינען, עס איז סכנת נפשות! א קאלטער מקורב איז ערגער ווי א משומד רח"ל!" 
 
די גרויסע מתנה פון שיחות חברים איז אזוי שטארק, אז אן די שיחות חברים איז לכאורה נישט מעגליך זיך האלטן שטארק און בלייבן מקורב צו א צדיק וואס די סמ"ך מ"ם פירט אזא מלחמה קעגן אים יעדן טאג מיט פרישע מניעות און בולבולים. 
 
יעצט אין די טעג פון הלל והודאה, וויל איך מקיים זיין בתוך רבים אהללנו מיט די ערליכסטע שופר וואס איך האב (די קרית ברסלב בלעטל), און אויסשרייען מיט די העכסטע טענער - שכוח אייבערשטער! שכח אייבערשטער פאר מיך אריינפירן צו אזא הייליגע ריינע פלאץ, שכח אייבערשטער פאר די ניסים וואס דו האסט מיט מיר געטון אז איך קען זוכה זיין צו זיין א חלק אין דער הייליגער קהילה!!! 
 
אשרינו שזכינו להתקרב לרבינו!