ניין! דו זאגסט עס נישט גוט. "א גאסט אויף א ווייל, זעט אויף א מייל".
נו טאקע, נישט אזוי האב איך געזאגט? 
ניין קוק די קעפל, דו שרייבסט פונקט פארקערט, "א גאסט אויף א מייל, זעט אויף א ווייל".
אה, ביסט דאך גערעכט!
שוין, איך גיי נישט יעצט טוישן דעם קעפל וועגן דעם טעות, לאז זיין אזוי, "א גאסט אויף א מייל זעט אויף א ווייל".
בכלל די גאנצע רובריק איז עפעס נישט… עס איז אונטערן קאלום פון "גאסט ארטיקל" איך האב דאך שוין געשריבן פארגאנגענע וואך, איך בין שוין נישט קיין גאסט דא, חוץ אויב ס'קען זיין אז איך שרייב ווי אן "אורח"… נעע… איך מיין אז איך שרייב נישט אזוי שלעכט…
נו, איך גיי נישט משוגע מאכן דעם עורך… (נישט אורח) פונעם בלעטל, אויב האט ער געלייגט מיינע שורות אונטערן רובריק "גאסט ארטיקל", און דאס קעפל איז געשריבן פארקערט, וועל איך מיך צושטעלן און מאכן דאס ארטיקל לויט דעם.
שוין! איך האב עס, "א גאסט אויף א מייל", איך בין צוגאסט אינעם ברסלב'ן שטעטל, דארט דארף מען דאך שפאצירן מיילן, יעדע זאך איז אפגעריקט איינס פון צווייטן א מייל; פון בית המדרש צום גראסערי איז א מייל אויב נישט מער, צו מיין דירה דארף איך ווייטער גיין א מייל, און אז ס'שמעקט מיר אן צו גיין צו א צווייטע בית המדרש דארף איך ווידער שפאצירן אפאר מייל.
נו? ס'הערט זיך שוין נישט אזוי געפערליך "א גאסט אויף א מייל"...
איז לאמיר גיין נו גיימער ווייטער, "זעט אויף א ווייל", נו… העלף מיר… אה, יא א גאסט אויף א מייל "זעט א גאנץ אן אנדערן ווייל"
 
איידער איך בין געקומען אין ברסלבע שטעטל האב איך מיך גערעגט: און זיך גענומען צום הארצן פון פארשידענע זאכן, למשל ווען איך האב געהערט אז די געז פרייזן זענען ארויפגעשפרינגען מיט ריזיגע נומערן האב איך געטראכט צו זיך: "ווייל פרעזידענט ביידן איז ערוועלט געווארן צו דרימלען… אין ווייסן הויז, וועגן דעם איז דארף איך צאלן אזעלכע פעפעריגע פרייזן אנצופילן מיין קאר מיט געז".
אבער ווען איך בין געקומען אין ברסלבע שטעטל האב איך געהערט נייע זאכן, איך ווער גאר געוואויר אז ווייל דער אייבערשטער וויל מיך אויפוועקן פון שלאף, ער וויל מיך הערן רעדן צו אים, ער וויל איך זאל זאגן: "אייבערשטער, איך האלט שוין נישט אויס, ס'איז נישט נארמאל די הויכע געז פרייזן, העלף די פרייזן זאלן פאלן". וועגן דעם זענען די געז פרייזן ארויף אזוי הויך.
 
איידער איך בין געקומען אין ברסלבע שטעטל האב איך געוויסט אז ווייל איך האב נישט קיין חברותא, ווייל איך האב נישט קיין קאפ צו לערנען, ווייל עס איז זונטאג, ווייל איך דארף גיין אין באנק, איך דארף היינט גיין צום דאקטער, וועגן דעם  קען איך נישט לערנען.
אבער ווען איך בין געקומען אין ברסלבע שטעטל האב איך געהערט נייע זאכן, איך ווער גאר געוואויר אז ווייל דער רבי האט רחמנות געהאט אויף מיין נשמה, וועגן דעם האט ער מיר געגעבן א סדר דרך הלימוד וואס מ'קען לערנען אן קיין קאפ, אן קיין חברותא, אפילו אין דאקטער'ס אפיס, אדער ווארטנדיג אין די לאנגע רייע אין באנק, ווייל איך האב א קליין משניות'ל, א קליין חומש'ל אין טאש, איך זאג א פרק נאך א פרק, איך בין מעביר סדרה אביסל יעדן טאג, אזוי ארום פארפעל איך נישט קיין טאג פון לערנען.
 
איידער איך בין געקומען אין ברסלבע שטעטל האב איך געמיינט אז ווייל מיין מלמד האט מיך גע'רודפ'ט אין חדר, ווייל מיינע עלטערן האבן מיך צוקלאפט אלס קינד, ווייל מיין מגיד שיעור האט מיר געזאגט "פון דיר וועט שוין גארנישט אויסוואקסן", ווייל אלע האבן געזאגט: דו קענסט שוין נישט תשובה טון" "דו וועסט שוין סיי ווי פלאקערן אין גיהנום", וועגן דעם מעג איך חס ושלום זיין ברוגז אויפן אייבערשטן, און טון זאכן וואס מאכן מיר שאדן מיין לעבן.
 
אבער ווען איך בין געקומען אין ברסלבע שטעטל האב איך געהערט נייע זאכן, איך ווער געוואויר אז עס איז פונקט פארקערט; ווייל דער אייבערשטער האט מיך ליב, ווייל דער אייבערשטער וויל איך זאל זיין שטארק, וועגן דעם פראבירט ער מיך אויס ער וויל זען אז אפילו ווען עס איז מיר שווער וועל איך מיך נישט שיידן פון אים, נאר איך וועל אים ווייטער דינען בתמימות.
איך וועל וויסן אז ווייל דער סמ"ך מ"ם האט מיך פיינט, ווייל דער סמ"ך מ"ם וויל מיך צוברעכן, וועגן דעם האט ער געשיקט זיינע שלוחים מיר צו זאגן: "פון דיר וועט שוין גארנישט אויסוואקסן, דו וועסט שוין פלאקערן אין גיהנום, פאר דיר העלפט נישט קיין תשובה". און ווייל דער אייבערשטער האט מיך ליב, עס איז פונקט פארקערט, דער אייבערשטער האט מיך יא ליב, און ער וועגן דעם ווארט ער יא אויף מיר, און יעדע זאך וואס איך טו איז חשוב און טייער ביים אייבערשטן, איך בין נישט פארפאלן, און אז איך האב געטון שלעכטע זאכן וועל איך תשובה טון, און אנהייבן פון דאסניי, ווייל דער אייבערשטער ווארט און בענקט און האפט אזוי שטארק אז איך זאל מיך צו אים צוריקקערן.
 
איידער איך בין געקומען אין ברסלבע שטעטל האט איך געטראכט: ווייל די הנהלת המוסד וועט סיי ווי נישט אויסגעפינען, וועגן דעם קען איך האבן א צווייטע באהאלטענעם טעלעפאון אן א פילטער.
איינמאל איך בין געקומען אויף ברסלב בין איך געוואויר געווארן אז ווייל איך וויל האבן א גוט לעבן, מאך איך מיך אליין די חשבון צו איך דארף א באהאלטענעם האבן דעם טעלעפאון, און אויב עס קומט מיר טאקע אויס אז איך דארף עס האבן, וויל איך אליין זען אז די טעלעפאון זאל זיין כשר פאר מיר כדי איך זאל נישט פארלירן מיין לעבן.
 
איידער איך בין געקומען אין ברסלבע שטעטל האט איך געטראכט, ווייל איך וויל האקן א לעבן, און מיין ווייב שטייט מיר אין וועג, וועגן דעם מוז איך פארן מיט מיינע חברים אויף "מקומות הקדושים"… און לאזן מיין ווייב הענגען אויף א צוקער שטריק. אליינס מיט קינדער פאר א וואך אדער צוויי. 
איינמאל איך בין געקומען אויף ברסלב בין איך געוואויר געווארן אז עס איז פונקט פארקערט, ווייל איך וויל האבן א גוטע צייט און האקן א טאג, גיי איך וואקאציע 'נאר' מיט מיין ווייב, און איך האק מיט איר א טאג, און מיינע חברים לאז איך הענגען אויף א צוקער שטריק. , און טאקע ווייל איך האב חברים וועגן דעם האב איך נישט קיין געדולד צו מיין ווייב.
 
איידער איך בין געקומען אין שטעטל, האב איך געטראכט, ווייל מיין ווייב בלאזט, וועגן דעם וועל איך איר ווייזן און איך וועל איר געבן צו הערן אז אויף מיר קען מען נישט בלאזן.
איינמאל איך בין געקומען אויף ברסלב בין איך געוואויר געווארן, אז ווייל איך דארף תשובה טון, איך דארף איינבייגן דעם קאפ צום אייבערשטן, איך דארף היטן מיינע אויגן, וועגן דעם איז מיין ווייב אין א שלעכטע גוסטע, און אז איך וועל תשובה טון, איך וועל קוקן נאר גוט אויף מיין ווייב, און איך וועל רעדן צו איר שיין, וועט זיך אונזער ליבשאפט נאך מער פארשטערקערן.
 
פאר איך בין געקומען אין די ברסלב'ער שטעטל האב איך געמיינט,  ווייל איך וויל פארגעסן פון מיינע פראבלעמען, און איך וויל זיין פרייליך, און ווייל איך וויל זיין פון די "האלאו"… "טוצעך חברה" … וועגן דעם קויף איך מיר איין טייערע וויינען און ברוינפן לכבוד שבת ווייל דאס וועט מיך פרייליך מאכן.
איינמאל איך בין געקומען אויף ברסלב בין איך געוואויר געווארן, אז ווייל איך וויל זיין פרייליך לערן איך די ספרים פון מוהרא"ש, די בריוון פונעם ראש ישיבה, און איך פאלג זייערע עצות, דעמאלט דארף איך שוין נישט קיין אלקאהאל מיך צו פרייליך מאכן, און איך בין נישט אינטרעסירט צו געפעלן ליידיגע חברים וואס זוכן גאר מיר צו געפעלן.
 
איידער איך בין געקומען אין שטעטל האב איך געטראכט, ווייל איך האב רחמנות אויף מיין טאכטער, און ווייל זי איז נאך צו יונג, און ווייל זי דארף זיך נאך משלים זיין, און ווייל זי דארף נאך ווערן מעטשאו"ר, וועגן דעם הער איך נאכנישט אויס קיין שידוכים פאר איר.
איינמאל איך בין געקומען אויף ברסלב בין איך געוואויר געווארן אז די סיבה פארוואס איך געב איר נישט ארויס איז פשוט ווייל איך דארף כבוד, אדער ווייל איך זיך א בחור וואס שטינקט פון אים א גוטע נאמען, אדער ווייל איך דארף נאך האבן די געהאלט וואס זי פארדינט אין אפיס כדי צו קענען דעקן די הוצאות החתונה.
איידער איך בין געקומען אין שטעטל, האב איך געטראכט, ווייל איך בין א נארמאלער מענטש, ווייל איך בין א קלוגער באזעסענער יונגערמאן וועגן דעם לאך איך אפ פון די ברסלב'ע.
איינמאל איך בין געקומען אויף ברסלב בין איך געוואויר געווארן אז ווייל איך בין שטאטס נאר, און ווייל עס פאסט מיר פשוט נישט מודה צו זיין צו זייער אמת'ע לעבנס שטייגער, וועגן דעם מוז איך לאכן פון זיי.
אבער היינט לאך איך שוין נישט, איך ווייס אז אפילו איך קען זיך נישט אין איין מינוט טוישן, ווייל איך האב דאך חברים/שוואגערס/שוועגערינס/שווער/שוויגער/ידידים/גוטע פריינט/באקאנטע, און וואס וועלן זיי זאגן, ביסט געווארן א ברסלבער, אבער איך ווייס שוין היינט אז א "גאסט אויף א ווייל וועט איין טאג ווערן נארמאל…"
און איך וועל דיר זאגן נאכמער, יעצט אז איך האלט שוין דא, מיין איך אז עס איז שוין גארנישט קיין טעות, איך בין יא א גאסט, איך זע מענטשן פלאנירן, מאכן, טון, און פארגעסן אז מיר זענען אלע דא צו גאסט, און נאך אביסל גייען מיר אהיים, אבער ווייל איך האב גענומען די עצות פון רעדן צום אייבערשטן, אנגעהויבן פאלגן די עצות וואס דער ראש ישיבה לערנט אונז, וועגן דעם האב איך שוין נישט דעם קיין פראבלעם צו וויסן אז איך בין נאר א גאסט, איך קען רואיג טראכטן אז נאך אסיבל איך גיי באלד גיי איך צו א אנדערע שענערע וועלט, איך בין גארנישט באזארגט, ווייל איך וועל מיך אנגרייטן זעק מיט גוטע זאכן, און איך וועל האבן וואס צו מיטנעמען מיט מיר.
נו! יעצט שטימט שוין אלעס? איר זעט ווי א איד גיבט זיך א עצה, א גאסט אויף א מייל פלוצלינג זעט ער גאר א אנדערע ווייל! און עס איז דא גרויס האפענונג אז ער וועט נאך ווערן נארמאל.