גיי טענה דיך מיט אן אייזל
כה כסלו תשפ"ד 📝
קרעדיט: ישראל דוד העסקעל
ס'איז זונטאג חול המועד חנוכה 12 אזייגער עפעס שפירן האבן די יוונים נאך איבערגעלאזט ביז אונזערע צייטן ס'נישט דא קיין חדר ווייל ס'איז חנוכה!
אין מיין קאפּ גראדע שטימט עס נישט, אין חנוכה זאל מען מבטל זיין חדר? תלמוד תורה פון תינוקות של בית רבן דאס איז דאך געווען די גאנצע גזירה פון די יוונים, צומאכן אלע חדרים און אויפהערן לערנען מיט די קינדערלעך די תורה הקדושה, אבער למעשה שטעלט ארויס אז קיינער האט מיך נישט געפרעגט...
איך פיר נישט די מוסד, אז אזוי טוען די מנהלים ווייסן זיי מן הסתם וואס זיי טוען. יעצט זיץ איך זונטאג צוועלף אזייגער מיט מיינע קינדער אינדערהיים און איך ברויך זיי אינטערהאלטן...
מ'האט שוין געדאווענט, געגעסן, געשפילט. שכח אייבערשטער פאר מיינע געזונטע קינדער, מ'האט זיך שוין פעסט צעאמפערט, ס'איז שוין געווען קולות און דערנאך האט מען שוין געזונגען ריגילע רוגז... און יעצט האלט מען ביים פונקט פון אדער טו עפעס שנעל, ווייל אויב נישט….
איך ווייס נישט פארוואס אזאנס איז מיר איינגעפאלן אינעם פראסטיגן קאלטן סוף כסליו זונטאג חנוכה אבער פאר עפעס א סיבה האב איך א פרעג געטאן מיט גרויס עקסטאז: "קינדערלעך, ווער וויל גיין צו די סאפארי זען חיות?"
זאגענדיג די ווערטער האבן עס מיינע אויערן דערהערט און גאר שנעל חרטה געהאט אויף דעם ווילדן פראגע אבער די קינדער טאנצן שוין יא יא סאפארי! חיות! ס'דא לייבן! מ'קען געבן באנאנעס פאר די מאנקיס! אפשר איז אויך דא דארט ריידס? ס'איז לוסטיג און לעבעדיג אזש צוריק ציען איז שוין נישט קיין אפּציע...
מ'פאקט זיך שנעל איין וואס מ'וועט דארפן פאר די נעקסטע פאר שעה, אביסל עסן, טישוס, איבריגע ברויט פאר די חיה'לעך, מיט עטליכע פלעשער טרינקען יעדער טוט זיך אן גוט ווארעם און מ'לאזט זיך ארויס צום גרויסן סאפארי.
נאכן פארן א דריי פערטל שעה זעמיר אנגעקומען, ב"ה מ'לאזט אונז אריין און מיר הייבן אן ארומפארן אינעם גרויסן סאפארי, מיר זעהן אלע חיות און בהמות ס'איז זייער שיין, געוואלדיגע נפלאות הבורא.
פון איין ארט אבער הערט זיך ארויס קולות וברקים, מיינע קינדער בעטן שיין אז מ'מוז אהינגיין מ'דארף עס אויסטשעקן זעהן וואס דארט גייט פאר.
איך פרוביר נאכצופארן די קולות, איך פאר אריין אין עפעס א געדרייטע זייטיגע וועג און מיר ווערן נענטער אט קענען מיר שוין זעהן און מיטהאלטן וואס דארט גייט פאר.
א קאמישע סצענע, דער אייזל שרייט מיט קולות אזש ער ווערט ממש הייזעריג: "ניין! ס'איז בלוי דו ווייסט נישט וואס דו רעדטס, קוק ס'איז קלאר בלוי, ס'איז אייביג געווען בלוי און אייביג וועט עס זיין בלוי!"
"איך קען דיר שוין פון יארן דו ווילסט מיך סתם פארפירן און דרייען א קאפּ" - שרייט דער אייזל אויפן פוקס - "די גראז איז בלוי! ס'איז קלאר בלוי פארוואס מוזטו מיך אויפרעגן און זאגן אנדערש?"
דער פוקס קוקט אים אן און זאגט מיט א רואיגע טאן: "איך הער וואס דו זאגסט, אבער וויסן זאלסטו אז די גראז איז גרין און נישט נאר אונזער גראז דא, נאר אלע גראז אין די גאנצע וועלט איז גרין, אזוי קומט גראז - גרין!"
איך מיין גארנישט דיך אויפצורעגן איך האב באמת גארנישט אקעגן דיר פארקערט איך וויל זאלסט וויסן דעם אמת און פון יעצט זאלסטו קענען לעבן מיט די אמת! ד-י ג-ר-א-ז א-י-ז ג-ר-י-ן!!! געענדיגט דאס איז עס, אזוי איז עס!
הער שוין אויף מיט דיינע שטותים, שרייט דער אייזל א נערוועזער! די גראז איז בלוי און דאס איז א פאקט, פארוואס מוזטו קומען דא און מיך אויפרעגן? וואס האסטו פון דעם? קוק ס'איז בלוי, גראז איז בלוי! מיינסט איך בין נעכטן געבוירן? ביי אונז אין די משפחה האבן מיר שוין יארן די מסורה אז גראז איז בלוי וואס קומסטו פארדרייען א קאפּ מיט דיינע נייע זאכן??
איך טרייב נישט קיין שפאס פון דיר, פארענטפערט זיך דער פוקס איך מיין עס באמת, איר לעבט אין א טעות די גראז איז גרין! איך זאג דיר! איך מיין נאר דיין טובה איך וויל זאלסט וויסן דעם אמת.
איך קען שוין נישט מער מיט דיר הייבט די אייזל אן צו שרייען, דו ווייסט וואס, קום פאר א משפט ביים קעניג דער לייב, איך קען שוין נישט דערהייבן, דו דרייסט מיר א קאפּ!
פיין, זאגט דער פוקס, לאמיר טאקע גיין פאר א משפט צום לייב און לאמיר הערן וואס דער קעניג וועט זאגן.
איך פאר זיי נאך שטילערהייט, די גאנצע משפחה זיצט מיט אפענע מיילער, יעדער וויל שוין זעהן וואס דא וועט זיך אויסקאכן פון דער גאנצע סומאטוכע.
נאך עטליכע מינוט פארן קומען מיר ענדליך אן צום גרויסן קעניגליכן פעסטונג פונעם לייב און מיר שפיצן זיך אן די אויערן צו קענען מיטהאלטן וואס דא וועט זיך אויסלאזן.
דער לייב זעצט זיי ביידע אוועק און זאגט פארן אייזל לאמיר הערן דיינע טענות וואס קוועטשט דיר?
דער אייזל זאגט פארן לייב, אדוני המלך הער לייב איך האב אלץ געוואוסט אז די גראז איז בלוי און דער פוקס קומט הייבט מיך אן דרייען א קאפּ אז די גראז איז באמת גרין איך האב נישט קיין כח צו אים, אפשר קען דער לייב זאגן ווער איז גערעכט?
פרעגט דער לייב פארן אייזל, דו גלייבסט באמת אז די גראז איז בלוי?
זאגט דער אייזל יא! איך גלייב באמת אזוי!
אויב אזוי געב איך דיך רעכט זאגט דער לייב פארן אייזל!
אויב אזוי זאגט דער אייזל אפשר קען דער קעניג געבן עפעס א געזונטע עונש דער פוקס וואס לאזט מיך נישט צורוה און יעדן טאג קומט ער מיר דרייען א קאפּ און טענה'ן מיט מיר?
זיכער שרייט דער לייב - דו פוקס געב איך אן עונש אז פאר פינף יאר טארסטו נישט עפענען דיין מויל דו טארסט גארנישט רעדן פאר פינף יאר!
מיט גרויס יראת הכבוד נעמט דער פוקס אן דעם פסק פונעם לייב ער בעט אבער ביים לייב אפשר קען ער פרעגן נאר איין קשיא פאר ער מאכט צו דאס מויל פאר פינף יאר?
יא זיכער פרעג, זאגט דער לייב.
דער פוקס גייט צו שטילערהייט און פרעגט פארן לייב: צווישן מיר און דיר ווייסטו דאך גאנץ גוט אז איך בין גערעכט און די גראז איז דאך באמת גרין אויב אזוי פארוואס האט מיך דער קעניג געגעבן אזא שטארקע עונש?
אמת ענטפערט די לייב זיכער ביסטו גערעכט און די גראז איז גרין אבער דער עונש האסטו נישט באקומען ווייל דער אייזל איז געווען גערעכט, דער עונש האב איך דיר געגעבן פאר די נערישקייט פון אנברענגען די צייט זיך טענהן מיט אן אייזל און דערנאך נאך מיר קומען שטערן וועגן דעם! פארדעם קומט דיר אזא הארבע עונש…
דער ראש ישיבה לערנט אונז אויס טענה נישט מיט קיין מענטשן ער איז גאנץ ווייניג אינטערעסירט ווי גערעכט דו ביסט, ווער ס'וויל וויסן דעם אמת וועט אליינס קומען דערצו אבער פון טענהן מיט מענטשן וועט גארנישט ארויסקומען! דו וועסט מילא נישט געוואונען אפילו ביסט גערעכט!
ענדרש געב אים א קונטרס א ספר מיט דעם קען מען נישט טעהנן מיט דעם דארף מען נישט טעהנן די ספרים פון צדיקים וועלן שוין טון די גאנצע ארבעט וואס דו ווילסט טון מיט זיך טענהן און אויפווייזן עפעס וואס ער ווייסט אויך גוט גוט טיף אין הארץ אז דו ביזט גערעכט…
עס איז א שאד די שפייעכטס, וואלסט דאך געקענט אין די צייט אריינכאפן א פסוק חומש, א פרק משניות, א בלאט גמרא, א ווארט רעדן צום אייבערשטן, אהיימגיין און שמועסן מיט די ווייב און די קינדער וואס ווארטן שוין אזוי לאנג זאלסט אהיימקומען און פארברענגן מיט זיי.
זע נישט אויסצוקוקן ווי דער פוקס וואס טענה'ט זיך מיטן אייזל און באקומט נאכדעם א עונש פארן זיך טענה'ן מיטן אייזל.