האסט שוין אמאל געהערט אן אפסטעיט גוי שרייען אויף די אידעלעך וואס קומען זיך דא ארויף אין די קעטסקילס פאר די זומער חדשים "גיי צוריק קיין ברוקלין!", ניין? נישט געזארגט, איך האב עס אויך נאכנישט געהערט... אבער מיר איינוואוינער אין ברסלב'ער שטעטל ווען מיר הייבן אן צו זען די פילע נייע פנימ'ער פון אחינו בני ישראל וואס פולן אן דעם ליידיגן חלל פון די בערג, וואס טוט מער ווייניגער אפשימלען במשך די ווינטער חדשים, טוען מיר ווערטלען צווישן זיך, מיר האבן געהערט אז עס איז דא אזא ווארט וואס די אפסטעיט חברה שרייען ארויס פון זייער קאר - אויף די גרינע אידעלעך וואס טוען אימיגרירן דא אהער פאר צוויי חדשים - "גאו בעק טו ברוקלין", און מיר ניצן דאס אפצו'חוזק'ן פון דעם נעבעכדיגן אפסטעיטער וואס זיין מנוחה ווערט צושטערט פון די פולע עולים וואס פארפלייצן די בערג אין די זומער חדשים.
לא ראינו אינו ראיה. איך האב דאס נאך קיינמאל נישט געהערט, און זאגסט דאך אז דו האסט עס אויך נאכנישט געהערט, אבער איך בין זיכער אז מען שרייט נאך אלץ. אבער אויב מיינט איר אז די וואס שרייען אויף אייך: "גייט צוריק קיין ברוקלין" געפינען זיך דא במשכ'ן ווינטער, וועלן מיר אייך אויסזאגן א סוד וואס מסתמא ווייסט איר נישט, שששש… רוב פון די שרייער געפינען זיך בכלל נישט דא אין די ווינטער חדשים.
מאנכע זענען ווי די וואס קומען אן צום דאווענען אין בית המדרש ביי 'ויברך דוד', און ווען די טיר עפענט זיך אויף און עס קומט אריין דער נעקסטער איד, ווען דער בעל תפילה האלט שוין ביי 'ישתבח', קוקט ער שוין מיט א בייז אויג אויפ'ן זייגער… "נו! אזוי שפעט קומט מען? שעמסטיך נישט…?", אזוי זענען טייל פון אונזערע שכנים דא, א גאנץ ווינטער בראטן זיי זיך ערגעצוואו אין די ווארימע קור ערטער, און ווי די פייגלעך קומען זיי צוריק צו פליען צו די מאונטענס ווען דא ווערט ווארעם, זיי קומען אן צום שלחן עורך… אבער ער איז גוט צו שרייען אויף יענעם "גאו בעק טו ברוקלין". 
מיר וואוינען דאך דא אויף די בערג א גאנץ קיילעכיגער יאר, מיר האלטן מיט אלע הערליכע פיר סעזאנען פונעם יאר, די שיינע קאלירפולער אפריל ווען עס הייבן אן צו שפראצן די פרישע פול קאלירטע ביימער, די גראז טוישט זיך פון ברוין-ווייס צו גרין, דערנאך די הערליכע גרינע זומער חדשים, דערנאך ווען עס פאלן די בלעטער פון די ביימער, און דאס זעלבע שפעטער ווען עס פאלן די שווערע שנייען. מיר ספראווען זיך מיט די שנייען במשך די ווינטער חדשים. און די שניי טוט אונז אויך דערציילן פונקטליך ווער עס איז געפינט זיך דא א גאנץ יאר, און ווער עס איז נישט דא, די פילע נישט געשארטע דרייוו וועי'ס זענען עדות אויף די פארלאזקייט פון די הייזער…
אפילו די וואס וואוינען יא דא א גאנץ יאר, זענען דאך רוב פון זיי פארשפארט תחת בריח ומנעול, א גאנץ יאר שטעקט ער נישט ארויס די נאז פונעם טיר, ניטאמאל ווייסט ער ווי אזוי דער ווינטער זעט אויס, חוץ אויב עס ווערט געוויזן אין די נייעס בילדער פון די וועטער אינדרויסן… נו וואס איז ער אזוי ברוגז אז מען קומט דא אין 'זיין' טעריטאריע, זעט אויס זיי זענען כשר'ע קינדער און אייניקלעך פון די וואס האבן געשריגן אויף אונזערע זיידעס - אין די לענדער ווי זיי האבן געוואוינט - "גייט אייך צוריק קיין פאלעסטיניע (ארץ ישראל)".
שוין! פארוואס ער שרייט? טאקע א שטארקע קשיא! אבער מיר וועלן זיך נישט מטפל זיין מיט די קשיא, וואס איז אונז דען א נפקא מינא וואס דער קוה טראכט, אז ער טראכט דאך נישט…
 
***
איין זאך דארפן מיר אכטונג געבן, אז ווען מיר באנוצן זיך מיט דעם אויסדרוק, זאל עס טאקע נאר זיין א ווערטל אפצו'חוזק'ן פון די וואס שרייען אויף אונז. מיר באזעצן טאקע די קעטסקילס במשכ'ן יאר, מיר שפירן זיך דא ווי די בעלי בתים, דאס זאל אונז חס ושלום נישט מאכן פארגעסן דעם 'ואהבתם את הגר כי גרים הייתם בארץ מצרים', דערמאנט אייך איטליכער ווי איר האט זיך - נישט צו לאנג צוריק - פארפאקט אייער גאנצע האב און גוטס, זיך אריינגעקוועטשט מיטן גאנצע משפחה אינעם מיעוט המחזיק את המרובה'דיגען האנדא אדעסי אדער פאר די עלטערע צווישן אונז דעם באליבטן סטעישאן וואגאן, און זיך ארויסגעצויגן צום גן עדן התחתון, די קאנטרי, פארגעסט נישט אז די מענטשן וואס וואוינען א גאנץ יאר אין שטאט קומט זיי נישט קיין מיתה פאר'ן ארויפקומען זיך אביסל אויסלופטערן פון זייערע ענגע דירות.
 
***
"וואס איז דאס ברסלב? מיט וואס זענען מיר ברסלב'ע חסידים?" - האט דער ראש ישיבה שליט"א געפרעגט די קינדער אין תלמוד תורה ביי די סיום הש"ס פון בנימין זאב זוסמאן נ"י - דער רבי ז"ל האט געוואוינט אין פארשידענע אנדערע שטעט איידער ער האט געוואוינט אין ברסלב, און דאס זעלבע איז געווען נאך ווען דער רבי האט געוואוינט אין ברסלב, איז דעם רבינ'ס לעצטע סטאנציע נישט געווען אין ברסלב, דער רבי האט דאך געוואוינט אין אומאן די לעצטע פאר יאר פון זיין לעבן. מיט דעם אלעם האט דער רבי אונז געזאגט אז אונז וועט מען שוין אלעמאל רופן 'ברסלב'ע חסידים'. 'ברסלב' זאגט אונז דער רבי איז אותיות לב-בשר = א הארץ פון פלייש, מיט דעם זענען מיר ברסלב'ע חסידים, מיר האבן א געפיל צו אן אנדערן איד, א ברסלב'ער חסיד וועט אלעמאל טראכטן, ווי אזוי קען איך העלפן א טייער אידיש קינד, ווי קען איך גרינגער מאכן פאר נאך א אידן… (ווי אזוי זאגט מען נאך א איד אדער נאך א אידן…? ווענדט זיך פון וואנעט איר קומט… אבער אפגעזען ווי אזוי מען זאגט עס, דארף מען ליב האבן א איד און א אידן דאס זעלבע…)
 
***
ווען דער אייביג ליידיגער צוויי און פופציגער שאסיי (פיפטי טו בלע"ז) ווערט פארוואנדלט ערב שבת אין א טרעפיק ענליך צו דאס וואס מיר זענען געוואוינט צו זען אין וויליאמסבורג אויף די פלאשינג גאס ביים קארנער פון מידעלטאון… אדער אין בארא פארק לענגאויס דרייצענטע עוועניו. יעדע פלאץ איז אנגעזעצט מיט טרעפיק, די וועגן וואס האבן נישט צו לאנג צוריק געפיסטעוועט, זענען יעצט אנגעלייגט מיט די פולע אידישע האנדא'ס.
ווען איך קום שוין אן אין געשעפט, דער געשעפט האט א וואך צוריק נאך געהערט צו מיר, קען זיין דא דארט זענען נאך מענטשן געקומען איינקויפן, אבער איך בין געווען זיכער איז בשבילי נברא ה'געשעפט…יעצט שטיי איך אין די רייע בתוך עמי אנכי יושבת.
איך שטיי צוזאמען מיט מיינע קינדער מיר ווארטן אומגעדולדיג, אבער איך ווארט נישט נאר אויף צו באצאלן, איך ווארט אויף נאך עפעס, איך ווארט אז מיינע קינדער זאלן זיך שוין אפרעדן: "טאטי עס איז אזוי געפאקט", טאטי: פארוואס קומען די אלע מענטשן דא? זיי נעמען צו אונזער פרייוועסי!" איך קען קוים ווארטן דאס צו הערן פון זיי.
איך ווארט שוין צו הערן מיינע קינדער פרעגן: "טאטי! פארוואס קומען דא די אלע מענטשן?" איך ווארט אזוי שטארק אויף די שאלה, ווייל איך האב גרייט אזא זיסער ענטפער, אן ענטפער וואס עס לוינט מיר די גאנצע טרעפיק, אן ענטפער וואס עס לוינט מיר דערפאר צו ווארטן אין געשעפט אין די לאנגע ליניע.
 
עס איז מיר אזוי שטארק וויכטיג אז מיינע קינדער זאלן הערן, און עס איז אזוי שטארק וויכטיג אז איך זאל עס הערן און חזר'ן נאכאמאל און נאכאמאל, און איר קענט אייך אויך צוהערן צו די טייערע פערל ווערטער: "שעפעלע! ברוך השם אז מיר זענען צאמגעשטופט מיט נאך אידישע קינדער, עס זענען נישט גוים וואס מאכן די לאנגע ליניעס, דאס זענען דאך טייערע אידישע קינדער, איך האב אזוי שטארק ליב צו זען ווי עס טוט זיך א שטופעניש, עס איז אנגעלייגט א טרעפיק, עס טוט זיך א אנלויף פון אידן".
קינדער! נישט צו לאנג צוריק זענען געווען צוויי גרויזאמע רשעים אכזריים איך ווייס נישט צי מען קען זיי אנרופן מענטשן בכלל, ענדערש חיות, שלענג, שדים, איך ווייס נישט צי עס זענען דא ווערטער צו באטיטלען דאס סאמע נידריגסטע אפפאל פונעם מין האנושי, איך וויל נישט ארויסזאגן זייערע טמא'נע נעמען, איינער איז געווען דער פיהרער פונעם עמלק'ישער גערמאנישער פאלק ימש"ו, און דער צווייטער איז געווען דער פאטער פונעם סאוויעטישער פארבאנד ימש"ו, זיי האבן געוואלט זיכער מאכן אז אידן וועלן זיך מער קיינמאל נישט שטופן! זיי האבן געוואלט זיכער מאכן אז זיי וועלן זיין די לעצטע וואס וועלן צאמשטופן אידישע קינדער! זיי האבן אריינגעשטופט אלע אידן, קלוגע מיט נארישע, פרומע מיט פרייע, חסידישע מיט ליטווישע, ספרדישע מיט אשכנז'ישע, פריינט צוזאמען מיט פיינט! ליידער זענען געווען צוזאמגעשטופט אידן וואס האבן זיך א טאג בעפאר נישט געקענט קוקן איינער דעם צווייטן אין פנים, האט מען זיי אריינגעשטופט, געשטופט און געשטופט, זיכער געמאכט אז זיי שפירן אז זיי זענען אלע איין גרויסע נשמה, אזוי האט מען זיי געשטופט אין די פארשאלטענע געטאוס, און דערנאך אין די דערשטיקענדע וואגאנען וואס האבן געפירט אידן וואס רוב פון זיי איז דאס געווען זייערע לעצטע וועג, עס איז נישט געווען קיין פלאץ אריינצולייגן א נאדל, ווען די צוויי פיסיגע מערדער האבן פארמאכט די טויערן פון די צושטיפטע וואגאנען מיט אונזערע זיידעס דארט.
דאס זעלבע איז געווען אונטערן זייגער פונעם רוסישער חיה שם רשעים ירקב, וואס האט מיט די הילף פון די עירוב רב די יעוועסקיציע ימש"ו, וואס האבן צוזאמען געארבעט אז עס זאל אויסגעמעקט ווערן די ווארט 'איד' פונעם ווערטער בוך, זיי זענען געווען זיכער אז 'לא יזכר שם ישראל עוד', נאך אביסל וועט מער נישט זיין קיין זכר פון א אידישע פאלק.
 
די טרעפיק ערב שבת געבט מיר אזא זיסער נצחון געפיל, איך זע אז די אלע וואס האבן געשריגן 'פן ירבה' האבן זיך גאר שטארק גענארט, און רוח הקודש אומרת: 'כן ירבו', ברוך השם דער אייבערשטער האט געגעבן איבערמענטשליכע כוחות פאר אונזערע זיידעס און באבעס, וואס זיי האבן צוריקגעשטעלט דעם אייבערשטנ'ס פאלק נאך שענער ווי עס איז געווען בעפאר, אך ווי זיס איז צו זען ווי כלל ישראל וואקסט ווי אויף הייוון, אוי וואספארא זיסער געפיל דאס איז ווען מיר דארפן ווארטן אינדרויסן פון מקוה ווייל עס איז געפאקט מיט אידישע קינדער, אונזערע טייערע ליבע אידישע ברודער.
איך לויף מיט מיין נשמה צום שיעור, איך זאל נאך טרעפן פארקינג, ווי האב איך אמאל אין וויסטן חלום געקענט טראכטן אז אין די פארשטופטע האשקי גאס וועל 'איך' דארפן זוכן פארקינג, איך בין דאך דער מחותן אליין?! יא! אבער איך זע אז דו פארשטייסט נישט, ווער זענען די אלע קארס 'כולנו בני אחד נחנו', עס זענען קארס פון אונזערע אידישע ברודער, לוינט זיך נישט אויפצוגעבן אויף א פארקינג אז א 'איד' זאל קענען דארט פארקירן?
מיר זענען שוין אין קאנפליקט מיט די ארץ ישראל'דיגע אידן זייט פסח, עפעס האט פאסירט און פלוצלונג זענען מיר אויף אן אנדערע פעידז"ש, עס טוט זיך יעדע וואך א צווייטע פרשה, זיי האלטן ביי פרשת בהר און מיר האלטן זיך ביי פרשת אמור, זיי רוקן זיך צו בחקותי און מיר האלטן נאך ביי בהר, עפעס קומען מיר זיך נישט דורך… איך האב געהערט פון א קלוגער איד, ווען עס קומט פרשת מסעי דארט טרעפט מען זיך צוזאמען, איינמאל מען הייבט אן די מ"ב מסעות, מען הייבט אן וואנדערן  דעמאלטס איז שוין נישט קיין חילוק אן ארץ ישראל איד, א חו"ל'דיגער איד, א ספרד'ישער א לומד'ישער איד, א מלכות’דיגע' איד, א נארישער, אוי… אין די יעצטיגע טעג, וואס מיר טרויערן אויף די חורבן בית המקדש, מיר זענען געוואוינט צו ליינען ביכער פון די גליות וואס אידישע קינדער האבן מיטגעמאכט. איך האב יעצט געליינט א בוך וועגן קאמוניזים, ווען עס האבן זיך אנגעהויבן רדיפות אויף אידן אין רוסלאנד, שרייבט יענער איבער יענע תקופה ווי אזוי עס האט אויסגעקוקט אין אומאן, אנהייב פונעם בוך קען מען נאך זען אזעלכע אויסדרוקן ווי "ענדערש זאל מיין זון זיין א קאמוניסט ווי איידער א ברסלב'ער", אבער ווי אביסל שפעטער זעט מען אז עס איז שוין נישט געווען קיין נפקא מינא, די אלע נעמען וואס מען לייגט פאר דאס ווארט 'איד' זענען פלוצלינג פארשווינדן געווארן, עס איז שוין נאר געווען דאס ווארט 'איד'. אז א איד איז געווען גרייט אויף מסירות נפש, נישט צו שיקן די קינדער אין די אידישע קאמוניסטישע סקול'ס וואס דאס האט באדייט א זיכערע פיינפולע טויט שטראף, דארט איז שוין נישט געווען קיין נפקא מינא צי א חב"ד חסיד, א ברסלב'ער חסיד אדער א מאכניווק'ער חסיד, צי א סקווירא'ער חסיד, אדער א ראחמעסטריווקא חסיד. אויב האט זיך געפינען א איד וואס איז גרייט געווען צאמצונעמען קינדער און לערנען מיט זיי תורה אונטערערדיש, האבן זיך אלע קינדער פון די מסירות נפש אידן דארט צאמגעטראפן, דאס ווארט איד האט אלע פאראייניגט.
איך האב לעצטנס געזען א שטיקל אין אשר בנחל, שרייבט דארט מוהרא"ש זי"ע וועגן יענע תקופה אין רוסלאנד: אין אומאן איז ליידער געווען אזא בלינדע שנאה צו ברסלב, קיינער נישט געוואלט איבערטרעטן די שוועל פונעם ברסלב'ער קלויז, אבער שפעטער ווען אלע שולן זענען שוין ליידער געווען פארשלאסן, און די ברסלב'ער קלויז האט נאך פונקציאנירט אפאר יאר, זענען אלע געקומען דאווענען דארט אונעם ברסלב'ער קלויז, ליידער האבן מיר בייגעוואוינט ווי דער פרשת אלה מסעי ישראל, די גליות, דאס וואנדערן, די צרות פון אידישע קינדער, דארט האבן זיך אלע סארטן אידן פאראייניגט. 
 
מיר האבן אבער נישט קיין כח צו ווארטן אויף קיין פרשת מסעי אונז צו פאראייניגן, און מיר האלטן אין איין בעטן דעם אייבערשטן אז דא וואו מיר זענען, יעדער איינער אין זיין פלאץ וואס דער גלות האט אים אהינגעברענגט, זאל שוין נישט דארפן וואנדערן, מיר זאלן שוין ווערן אויסגעלייזט פון דארט וואו מיר זענען. לאמיר נישט ווארטן אז דער גוי זאל חס ושלום אונז דארפן דערמאנען: 'איר זענט איין גרויסע פאלק' לאמיר בעטן און בעטן און נאכאמאל בעטן: הייליגער באשעפער העלף איך זאל ליב האבן יעדן איד, איך זאל רחמנות האבן אויף יעדן איד, איך זאל חס ושלום נישט וויי טון קיין שום איד, אייבערשטער איך האב שלעכטע מידות, איך האב פיינט דעם איך האב פיינט יענעם, איך קען מיך נישט קיין עצה געבן מיט מיינע שלעכטע מידות, איך קען מיך נישט קיין עצה געבן מיט מיין ש'נאה ק'נאה ר'ציחה, און איך ציטער אז ווער ווייסט וואספארא צרה עס וועט חס ושלום דארפן געשען כדי אונז צו פאראייניגן, איך בעט דיך באשעפער דו האסט מיך באשאפן מיט מיינע אלע נאטורן, איך זע אז איך קען נישט קענען פארליידן מיינע טייערע אידישע ברודער, העלף מיך עס אויסארבעטן, געב מיר א נייע הארץ, א לב בשר, אייבערשטער ווארט אויף מיר, אז אפילו ביזדערווייל ווען איך האב נאך נישט ליב יעדן איד בשלימות, שיק נישט קיין מ"ב מסעות וואס זאל מיך באצווינגען זיך צו פאראייניגן מיט יעדן איד, איך האב נישט קיין כח צו ליידן, העלף אז אלע אידן זאלן זיך פילן ווי איין גרויסע נשמה.
 
דאס איז זייער גוטע נייעס, וואס מיר קענען מעלדן אין די סאמע טרויעריגסטע טאג פון יאר, שבת שחל בו תשעה באב, אז מען קוקט גוט אריין אין די לאנגע גלות יארן זעט מען אז אלע צרות, אלע גזירות, אלעס אלעס איז נאר געקומען ווייל אידן האבן זיך פיינט געהאט איינער דעם אנדערן, עס איז ליידער נישט געווען קיין אנדערע אויסוועג צו פאראייניגן אידישע קינדער נאר זיי צו שיקן אין גלות אלע אידן אינאיינעם, און יעדע שטיק צייט האט ליידער נאכאמאל פאסירט עפעס שרעקליך און כלל ישראל זענען געווען אח לצרה, אבער ברוך השם אז מיר האבן די עצה פון הייליגן רבי'ן וואס לערנט אונז אויס בעטן דעם אייבערשטן, וועלן מיר מיטן אייבערשטנ'ס הילף נישט ווארטן אויף קיין דערמאנונג, נאר מיר וועלן האלטן אין איין בעטן באשעפער, העלף אונז לעבן בשלום, און נישט דער גוי זאל שרייען, העי שמוציגער איד גאו בעק טו ברוקלין, גאו בעק טו פאלעסטיין, גייט אייך צוריק קיין ברוקלין, גייט אייך צוריק קיין פאלעסטיין (ארץ ישראל), נאר דו אייבערשטער זאלסט שרייען אויף אונז מיט'ן גרויסע שופר "העי! הייליגער איד, קומט שוין צוריק קיין ארץ ישראל, מיט משיח צדקינו", במהרה בימינו אמן!