קרעדיט: ישראל דוד העסקעל
 
ס'איז דא די באקאנטע ווערטל אז ס'איז אמאל געווען א פארפאלק וואס ביי זיי אין שטוב איז געווען יעדן טאג ששון ושמחה, אלע שכנים האבן זוכה געווען מיטצוהאלטן די טעגליכע צערעמאניע פון ווער איז גערעכט!
 
קלוג זענען זיי געווען, און נאכן אויסנוצן צוויי סעטס דישעס פון זיין גערעכט האבן זיי מחליט געווען צו איינקויפן נאר דיספאזעבל, אזוי ווען ס'קומט די צייט פון זיין גערעכט און ס'הייבט אן פליען טעלערס וועט עס כאטש נישט אזוי שטארק וויי טון...
 
יענע וואך מיטוואך אוונט פונקט ווי יעדע אנדערע מיטוואך, גייען זיי ארויס אזוי זיס אינאיינעם. און פארשטייט זיך דער מאן ווי א ריכטיגע דשענטלמאן עפענט אזוי שיין די טיר פון די קאר פאר זיין ווייב און זיי שמייכלען אזוי זיס. נער'ישע שכנים קוקן מיט קנאה ביים פענסטער אויף די זיסע צוקער'דיגע קאפל וואס מענעדשט זיך צו האלטן שנה ראשונה'דיג.
 
זיי פארן צום אלטן מיידל וואס א האלבע טאג איז זי גאר גאר אן אויסגערופענע חינוך מבין, און האט שוין ארויסגעגעבן עטליכע ביכער אויף די ריכטיגע וועג פון חינוך. און זיי זאגן אז גראדע מיינען זיי אז ס'שטומט אויך אפילו תורה'דיג....
 
און די אנדערע האלב טאג איז זי גאר גאר א גרויסע מבין אין שלום בית, און האט שוין באוויזן ארויסצוקעשן גאר גאר אסאך שווערע אפּגעהארעוועטע געלטער פון פארלוירענע מענטשן, וואס בשכר זאת איז זי געזעסן און געשריבן סודות נשגבות אויף א פעד, בשעת א קאָפל צעוויינט זיך אז זיי וויל לעבן אינאיינעם בשלום, זיי ווילן עס מאכן ארבעטן אבער זי איז גאר שיין מסביר סוף די דריי פערטל שעה "יו ניד עי ברעיק"...
 
בקיצור די קאָפל איז אויפן וועג צום גרויסן גרעסטן ריזיגסטן מומחה וואס די שוועגערין וואס איז שוין גע'גט פופצן יאר זאגט אויך אויף איר אז זי איז די גרעסטע און בעסטע מערידזש קאונסלער וואס איז נאר דא! 
 
די קאפל זיצט שוין דארט אינעווייניג ביי איר אין אפיס, די מאן איז גאר שטארק פארגאפט פונעם פיש טענק. די פרוי מוז וויסן פון וואו דער הויך שפיציגע טערעפיסט האט פארשאפט אזוינע שיינע פלענטס... 
 
נאכן חוקר ודורש זיין פונקטלעך די שורש פונעם פראבלעם פארוואס טאקע איז דא נעגעטיוו ענערדשי איז דער אויסגעשפוצטע מומחה זיי מייעץ מיט גאר א מורא'דיגע עצה אז די מאן וועט קעיר נעמען פון אלע קליינע דעסישענס און די פרוי פון אלע גרויסע שווערע און מער קאמפליצירטע דעסישענס! 
 
אזוי האבן זיי אנגעהויבן לעבן א חיים טובים, ער האט באשלאסן אלע טאג טעגליכע קליינע דעסישענס, און זי האט געמוזט זיצן מיט א מויל און זאגן אמן אויף אלע זיינע איידיעס ווייל אזוי האט דאך די מומחה שבמומחי המומחים געזאגט! 
 
איין גורל'דיגע טאג האבן זיי געוואונען די לאטערי! יא די מעגא מיליאנס! זיי זענען געווארן עשירים מופלגים איבערנאכט. די פרוי טוט זיך אן איר ספעציעלע מחותנ'סטע היטל' זי קלארט זיך אויס די האלז ס'איז ענדליך איר רייע צו קענען האבן עפעס א ווארט אין איר לעבן. די לאטערי איז דאך לכולי עלמא א ריזיגע דעסישען' וואס טוט מען דא מיט די געלט? 
 
זי האט אנגעגרייט פלענער מיט ליסטעס על גבי ליסטעס, אלעס איז געווען קלאר אויס גע'חשבונ'ט און מסודר פונקטליך ווי יעדע פעני גייט גיין. ביז די מאן קומט אהיים און הייבט אן טיילן דעות, די געלט גייט דא און דאס גייט מען אינוועסטן, ער גייט שוין מנדב זיין בנינים, די קאפ פליעט אים שוין וואס טוט מען דא מיט אזא אוצר. 
 
די ווייב געבט אים א זאג: אנטשולדיגט מחותן, אבער די גרויסע דעסישענס געהערט צו מיר, יעצט פאק איין און איך וועל איינטיילן פונקטליך וואס מ'טוט מיט יעדע פעני! 
 
נא נא נא רופט זיך די מאן אן דאס איז נישט קיין גרויסע דעסישען! לאטערי?! אפאר נער'ישע דאלאר, מע דאס איז דאך ממש קלייניקייטן, גרויסע דעסישענס איז אויב זאל צפון קאריע ווארפן א נוקלעארע באמבע! דאס זענען גרויסע דעסישענס וואס באלאנגען פאר דיר! 
 
זייער א זיסע וויץ... אבער ס'מאכט נישט קיין ברעקל סענס ס'איז קיינמאל נישט אריין אין מיין קאפ וואס האט די בעקער וואס האט געבאקן דער דשוק געטראכט? ווי קומט בכלל אריין אזא שטות וואס האט עס מיט איר וועלכע מדינה זאל גיין אין מלחמה? זי איז א יחנה וואס זיצט אין קאך. אפילו פאר א דשאוק הייבט עס נישט אן צו שטימען... 
 
ביז...
 
לעצטע וואך שבת זיץ איך ביי שלש סעודות, איך האב שוין געענדיגט עסן און מ'האט נאכנישט אנגעהויבן זמירות. איך כאפּ אריין עטליכע פרקים משניות ווען הארט נעבן מיר זיצן אפאר אידן מיט גרויע ווייסע בערד און קאכן אריין אין א טיפע שמועס "איך האב דיר געזאגט איינמאל פריגאושן איז געגאנגען פייפן איז דער גאנצע וואגנער געענדיקט"! 
 
דער פוטין איך זאג דיר, נישט נאר זיין פיינט טאר מען נישט זיין, אפילו זיין פריינט טאר מען נישט זיין! דער פריגאושן האט שוין א לאנגע היסטאריע, זיי זאגן אז ער פלעגט קאכן פאר פוטין פון אנפאנג... 
 
אבער מאסק איז נאך סך א גרעסערע רוצח! די ווייסט די וואך האט מען שיעור פארניכטעט די גאנצע רוסישע שיף פלאטע און דאס וואלט געמיינט א זיכערע סוף פאר פוטין! א מין שלעכטער דער מאסק,  פארשטייסטו יעצט מאכט ער זיך א גאנצע וואוילער, ער טוט עס ממש פון זיין גוטע רצון. די לינקע חברה זיי קאנטראלירן די וועלט! ווען ער לעשט ווען נישט אויס די סטארלינק סעטעלייטס וואלט אלעס זיך געטוישט. ער טענה'ט אז ער האט מורא געהאט אז רוסלאנד וועט ענטפערן מיט נוקלער, אבער שטותים זיי וואלטן זיך נישט געוואגט! 
 
האלטסט אז טראמפ גייט עס מאכן? איך וועל דיר זאגן וואס... איך האלט זייער שטארק פון אים אבער ער איז א סכנה למעשה, ווייל מ'קען זיך נישט אויסרעכענען מיט אים. אבער איין זאך קען איך דיר זאגן אויב קומט ער אריין איז די מלחמה אין אוקראינע געענדיגט! 
 
אינגערמאן וואס זאגסטו דארט? דו דאווענסט משניות? וואס איז די מעשה מיט דיר? דו ווייסט אז זאגן הייסט נישט געלערנט? ביסט א ברסלבע'ר? אבער אפילו אין ברסלב האט נישט יעדער געהאלטן דערפון... 
ר' איד קוק אהער לאמיר מאכן א דיעל איך וועל קעיר נעמען פון אלע קליינע דעסישענס ווי אזוי ס'הייסט געלערנט און ווי אזוי ס'הייסט נישט געלערנט... און עטץ וועטס קעיר נעמען פון אלע וויכטיגע זאכן וועלכע מדינה דארף ווארפן א נוקלער, און ווער ס'דארף אדער טאר נישט ווערן פרעזידענט אין אמעריקע, און מיר בלייבן גוטע חברים! 
 
באשעפער אין הימל קוק ווי אזוי מ'זעט אויס אן א צדיק! איינער האט מיר געזאגט זייער א שטארקע ווארט "א מענטש וואס האט נישט קיין צדיק זאל אים פירן אין לעבן, באקומט זיין באלוין אינסטענט, די גאנצע לעבן איז קיין לעבן נישט"! 
 
וויפל דארפן מיר זיין פרייליך און דאנקן דער אייבערשטן אז מיר האבן זוכה געווען צו קענען זיין מקורב צו א צדיק וואס ווייזט אונז ווי אזוי צו לעבן און מיר קענען פאלגן די עצות פון צדיקים אן זיין חכמים!