גלייב מיר ס'טוט מיר מער וויי
יא אדר ב' תשפ"ד 📝
קרעדיט: משה ארי' שניצלער
די גאנצע זאך פון פארשטעלאכטס איז נישט פון די גרינגע מסכתות.
ווען איך בין געווען א אינגל האב איך געוואוסט אז וויבאלד די טעג ווערן עטוואס לענגער מוז איך זען אהיימצוגיין מיט די לי עוועניו באס אנשטאט די בעדפארד עוועניו באס.
איי וועסטו פרעגן א קושיא אז מיט די לי באס קום איך אהיים צען מינוט שפעטער? ס'איז כדאי!
דער דרייווער פון די לי באס איז געווען מו"ה יוסי פאללאק ע"ה (מו"ה יוסף צבי בהרה"ח ר' אהרן הכהן פאללאק ע"ה, מחשובי חסידי סאטמאר מקדמת דנא) די קינדער האבן אים זייער ליב געהאט, זייער א געשמאקער מענטש געווען, א שטיק הארץ.
צען מינוט נאך זעקס האט געפיפן די פייפער אין חדר, מ'זאגט גוד נייט פאר די ענגלישע טיטשער, מ'טוט זיך אן די דזשעקעט וואס האט צוויי צולאזטע הענטשעכלעך וואס הענגען מיט א ווילדקייט דריי טפחים אראפ פון די צוויי ערמלעך. מ'טוט זיך אן די שווארצע ווינטער העלמעט וואס האט אזא ארויסשטעקנדיגע דעכעלע העכער די אויגן, אזוי ווי די דעכעלע פון די בעיס באלל היטעלע פון די יעינקיס און די מעטס, צו פארשטעלן די זון, אדער אז ס'זאל נישט שנייען חלילה אין די שווארץ אפפל פון דעם אויג.
איך דערמאן זיך מיין טיטשער ר' נועם קאהן, ער האט געהאט א צווילינג ברודער ר' משה קאהן וואס איז אויך געווען א טיטשער, ביידע האבן געוואוינט אין בעדפארד גארדנס, זייער וואוילע מענטשן געווען.
די מעלה פון די לי באס איז געווען אז מ'האט געקענט אראפגיין קוקן די פארשטעלאכטס ביי איצקאוויטש טוי סטאר, אדער ביי טיב-טוב א קראס די סטריט.
זעמיר געשטאנען דארט פארגאפט און כמעט געכאפט א שמועס מיט די לייב און די בער, ווען מ'הערט אין די בעקגראונד די סנעפס וואס איז געווען גע'אסר'ט בכל לשון של גע'אסר'אכטס.
ווען איך בין שוין געווארן א גרעסערע מעכטיגערע ציפעדיגע-פאסיק'דיגע אינגל האב איך שוין געמעגט האבן די בער פארשטעלאכטס וואס איז געגאנגען בירושה ביי אונז אין די משפחה, די בער קאסטיום איז געווען אלעס חוץ א בער.
אזוי ווי יענער וואס האט געקויפט א ביליגע קאר, דערנאך האט ער געזען אז אלעס פייפט נאר נישט די פייפער. אלעס עפנט זיך נאר נישט די טיר. אלעס דרייט זיך נאר נישט די סטירינג ווהיל. אלעס איז הייס נאר נישט די סטים. אלע לייטס בלינקען נאר נישט די בלינקערס.
ווען ער איז געגאנגען פאררעכטן די בלינקערס, האט ער געפרעגט זיין חבר זאל אים זאגן צו ס'ארבעט, זאגט אים זיין חבר, יא, ניין, יא, ניין, יא, ניין, יא, ניין, יא, ניין, יא, ניין, יא, ניין, יא, ניין...
דער וואס האט דיזיינט דעם בער קאסטיום איז געווען באזארגט אז מענטשן וועלן מיינען אז א בער איז אזוי דאר ווי די דארע אינגל וואס איז דא פארשטעלט, און דאס איז דאך א גרויזאם-קריוודע כלפי די גרויסע פעטע בערן, במילא האט ער געמאכט א בער וואס די ברייט איז מער ווי הויך, אלץ רעזולטאט בין איך געווען פאראורטיילט ארומצוגיין גאנץ פורים מיט אכט און דרייסיג קישענעס פון פארנט און פון אונטן אז יעדער זאל וויסן אז דער בער פון וואס מ'רעדט איז טאקע א טויזנט פונטיגער בער, נישט קיין אונץ ווייניגער.
די שאלה איז צו מ'קען זאגן ראה עניי ועמלי ושא לכל חטאותי אויף א זאך וואס איז שוין לאנג צוריק געווען. אוי טאטע, זאל מיר גערעכנט ווערן די משא פון דרייסיג קישענעס איבער בארג און טאל, און דאס איז נאך פאר'ן זיך איבערקוצקענען מחמת אומבאלאנס מגודל המשא, אבער איין מינוט! איך האלט נאך אינמיטן זאגן די פורים שפיל!
א גוטן פורים טייערע אידן, איך בין היינט זייער צופרידן,
איך האב א דירה, אין שושן הבירה, דארט איז געווען א צדיק, מיט טויזנטער יארן צוריק, ער האט געהייסן נישט גיין צו די סעודה וואס אחשורוש מאכט, אבער מ'האט פון אים געלאכט.
ווען אלע האבן פאר המן זיך געבוקט, האט ער זיך קיין האר נישט גערוקט, מ'האט געהאט אויף אים טענות און געפרעגט, "אזוי טון מ'מעג? כאטשיק ריק דיך אוועק פון וועג! וואס דארפסטו המנ'ען דערשרעקן?! דו ביסט דאך גורם אז המן זאל די אידן אויסמעקן!
בעסער אז ווען המן קומט קודם, זאלסטו דיך באהאלטן אין א בוידעם, ווייל ס'איז דא אפשר א סברא, אז לויט די גמרא, הייסט אויף אזא אופן נישט געדינט עבודה זרה!"
דער צדיק האלט זיך ביי זיין, דער רשע קומט נישט אין חשבון אריין, איך גיי מיר מיין גאנג, דאס איז דעם אייבערשטן'ס פארלאנג, דער רשע עקזעסטירט נישט ביי מיר, איך געב זיך נישט קיין ריר. לא יכרע ולא ישתחוה ולא קם ולא זע, ווייל איך ווייס אז נאר דער אייבערשטער איז דא.
מ'האט געזען ביים סוף, אז דער אייבערשטער איז מסכים דערויף, ליהודים היתה אורה, מ'האט נאכאמאל מקבל געווען די תורה, מקבל געווען באהבה מיט ליבשאפט און זיסקייט, דאס איז מרדכי הצדיק'ס אידישקייט, די וועלט מעג האבן טענות ביז איבערנעכטן, מיר גייען מיט'ן צדיק אויפ'ן וועג דעם עכטן.
ענדליך נאכ'ן פורים שפיל באקום איך א טאלער, וחוזר חלילה און איך גיי צום נעקסטן איד מיט די פעקל צווייערס פאכענדיג אין איין האנט און די הערצאג נעפע וועלי אין די אנדערע האנט.
אזוי קייקלט זיך דער גרויסער ברייטער בער אויף די גאסן, ביז מ'קומט אן צו לי ראטלעדזש, ביי עס בראדערס פארמאסי, דארט פלעגן שטיין די צוויי ברודערס, די בעלי בתים פון די פארמאסי, און געכאפט בילדער פון קינד און קייט פאר שעה'ן לאנג, נאך פורים האט מען געקענט אפנעמען דאס בילד אומזיסט. מיר האבן פון זיי א בילד פון יעדן יאר.
אבער אלץ פלעג איך טראכטן, ענדערש זיך פארשטעלן ווי א טויזנט פונטיגער בער מיט א טרעילער-לאוד פון קישענעס, ווי איידער א שטייפע פושקע, א הויכע בענענע, א באבלעטלטער פיינעפל, א סטעיק אויפן בארביקיו, א שניצל ביים פרעיגלען, א לאנגע פייעלעשער, א פיש אין א גלאז, א כפרה ביים שוחט, א קאר ביים מעקעניק, א תפלין ביים סופר, א שיך ביים שוסטער, קאקאשקעיקע רעבע ביים עסן טרויבן, סטעטשו אוו ליבערטי מיט די הענט ארויף, וואשינגטאן ברידזש מיט די טרעפיק, די זאלץ פון לוט'ס ווייב, א מילעכל, א קוישיקל, א דאזן אייער, א פעקל קוואדערס, א רענצל, א צומי, א רייכערנדיגע קוימען, א בארג עזאזל, א געלע חדר באס, א טרעין סטעישן, א אמבולאנס, א הכנסת ספר תורה, א לולב, א דריידל, א קניידל, א קנאבל, א קרעפל, א רויטלייט, א סטאפ סיין, המנ'ס תלי', א חולה וואס דארף א רפואה, א לאנגע ציפעדיגע שטעקן פון די מלמד וואס זאגט גלייב מיר ס'טוט מיר מער וויי.
די ריכטיגע שמחת פורים איז אבער געווען יענע יאר ווען די קאסטיום האט געפלאצט. די קנעפלעך האבן סימפלי רעזיגנירט פון זייער אמט צאמצוהאלטן די קאסטיום אונטער די דרוק פון די דרייסיג קישענעס וואס האבן נאר געוואלט ארויסלויפן פון זייער פאסטקע. די צאמגעלייגטע צאמגעקנייטשטע בער פעלעכל איז געליגן פארשעמט אויף דער ערד אונטער א בארג פון קישענעס, א דורכגייער איז מסביר פאר זיין אינגעלע אז די אינגל דא איז פארשטעלט ווי א קישן סוחר.
איך האב נאך איין קאסטיום וואס איך מוז אייך דערציילן. ממחרת שושן פורים טו איך אן מיין קאסטיום וואס הייסט "תלמיד היכל הקודש". מ'גיסט אפ נעגל וואסער, מ'גייט אין מקוה, מ'גייט אין שול, מ'דאוונט אין א סידור, מ'רעדט מיט דרך ארץ צו די מקוה-איד, צו די קאווע שטיבל עסקן, צו די קא-ווארקער. מ'באצאלט יעדע אינוואויס אזוי ווי אפגעשמועסט אן קיין באבע-תירוצים, נישט בא'עולה'ן מענטשן מיט געלט. נישט לעבן אויף קרעדיט קארדס, נישט לעבן פאר יענעם, נישט שפילן עושר מיט גניבה געלט, נישט שפילן עושר מיט געבארגטע געלט.
רעדן שיין צו די ווייב און קינדער. אויב ס'האט זיך געמאכט א פעלער און מ'האט זיך אביסל געבייזערט, דארף מען איבערבעטן.
איבערבעטן מיינט נישט אז מ'זאגט פלעין די טריקענע טעקניקל ווארט "אמסארי" און מ'מאכט ווייטער נאכאמאל און נאכאמאל פון די ווייב דאס גענאר. איבערבעטן מיינט אז מ'מאכט א חשבון אז די ווייב וואס איך האב איז פון באשעפער, און דער אייבערשטער געבט פאר יעדן איינעם די בעסטע ווייב און די בעסטע אלעס. איינער וואס לעבט מיט דעם אייבערשטן פילט זיין ווייב די עכטע אמסארי און מ'לעבט ווייטער בשלום ובשלוה, מ'האלט נישט קיין אלטע רוגזות.
דאס איז מיין ממחרת שושן פורים קאסטיום, דאס איז מיין year round קאסטיום. איך האב שוין אלעס וואס פעלט צו מיין גאנציעריגע פארשטעלאכטס, איך האב א משניות! איך גיי זאגן איין פרק יעדן טאג! איך גיי מיך פארשטעלן פאר א משניות זאגער! דו דערקענסט מיך?