געב מיר א צובראכענע באנגעלוי
ג אדר תשפ"ג 📝
קרעדיט: משה ארי' שניצלער
זומער תשס"ט איז געווען די ערשטע מאל אין די היסטאריע וואס ס'איז געווען א "ברסלב'ע קאנטרי".
וואס די באדייט פון א ברסלב'ע קאנטרי איז, קען מען שרייבן גאנצע ביכער.
א ברסלב'ע קאנטרי מיינט א קאנטרי וואס די כח וואס קלעבט צוזאם די קראוד איז "אייבערשטער", אמונה, תמימות, לעבן מיט א צדיק, לעבן מיט די רבי'ס עצות.
דאס מיינט אזוי, א קאנטרי וואס באשטייט פון פערציג, פופציג, זעכציג באנגעלוי'ס ווערט בדרך כלל צוזאמגעשטעלט פון צוויי, דריי גרופעס און ס'קען צוקומען יחידים דא און דארט.
וואס שטעלט צוזאם די גרופעס? זייער אסאך מאל איז עס אדער די מאן'ס פרענד'ס און זיי שלעפן זייערע פרויען, אדער די פרוי'ס פרענדס, און זיי שלעפן די מענער.
יעצט, וואס איז די מאן'ס פרענדס? אדער די פרוי'ס פרענדס? אדער חברים פון בית המדרש, פון כולל, פון ביזנעס. אדער די פרוי'ס פרענדס פון סקול, פון קעמפ, וכדומה.
אבער דא אין ברסלב'ע קאנטרי איז געווען איין שייכות וואס ברענגט דעם עולם, מענטשן וואס ווילן די ברסלב'ע תמימות'דיגע אמונה'דיגע לעבן.
די ראש ישיבה האט געעפנט די ישיבה אנהייב תשס"ט. די ערשטע האלב יאר איז מען געווען לעבן וואלטן סטריט, ביי העריסאן עוועניו. די צווייטע האלבע יאר איז מען געווען אין בארא פארק לעבן אכט און פופציגסטע סטריט.
פאר מיר איז די ישיבה געווען כמוצא שלל רב, אז נאכדעם וואס איך לערן שוין די זיסע דרך הלימוד פאר פופצן יאר, און איך פיל די געשמאקקייט וואס ליגט אין דעם, וועל איך האבן פאר מיינע קינדער א ישיבה וואס גייט אויף די שיינע לעכטיגע וועג, וואס יעדער וואס פארזוכט דאס קען עס נישט אפלאזן, פון גרויס זיסקייט. פארוואס זאלן מיינע קינדער דארפן זוכן און זוכן און טרעפן די ברסלב'ע דרך הלימוד ביי די צוויי און צוואנציג, אזוי ווי איך? פארוואס זאל ער עס נישט באקומען פון די דרייצן? פארוואס נישט אויף א גאלדענם טאץ? פארוואס נישט די גאנצע משפחה, טאטע מאמע און קינדער אויף איין פעידזש?
אזוי האב איך געקוקט אויף די ברסלב'ע קאנטרי, איך האב געוואוסט אז איך מוז זיין דערינען.
גראדע האב איך אנגערופן א חבר מיינער און אים געפרעגט מכח די געלט וואס דאס קאסט, היות איך בין געווען אביסל געדרוקט, אפשר זאל איך בכלל נישט גיין אין קאנטרי, נאר בלייבן אינדערהיים, צו שפארן געלט.
מיין חבר האט מיר געזאגט אפאר ווערטער וואס איך וועל דאס געדענקען א גאנצן לעבן, איך געדענק אפילו וואו איך בין געשטאנען בשעת דעם וויכטיגן פאון קאלל, ס'איז געווען ביי ספענסער און מורטל, מיין חבר זאגט מיר אויב דו קענסט זיך דערזען יא צו גיין אין קאנטרי, קען עס דיר העלפן אויפן גאנצן לעבן! צו דיר צאם דיינע געלטער און פרוביר עס דורכצושטופן!
אוי בין איך אים דאנקבאר!
וואס זאל איך אייך זאגן? וואו זאל איך אנהייבן?
אבער קודם לאמיר גיין שטייטעלעך, קודם לאמיר זען די נסיעה, און וויאזוי איז געווארן איינגעטיילט וועלכע באנגעלוי פאר וועם? נאכדעם לאמיר זען וואס טוט מען אז ס'פעלט א באלב, אדער אז ס'פעלט א סקרין אויפ'ן פענסטער, און נאכדעם וועל מיר גיין ווייטער.
איין וואך פאר'ן ארויספארן זעמיר געווען זען די פלאץ, איך געדענק אז ס'איז געווען איך, מיט אונז איז געווען אונזער טייערע חבר יוסל, ער האט געהאלפן פארשאפן די פלאץ, נאך איינער איז געווען וואס האט געהאלפן אסאך, וואס ער האט למעשה געהאט די באנגעלוי גאנץ לינקס, איין זאך געדענק איך אז ביי אים אין שטוב האט מען יעדן צווייטן טאג געבאקן היימישע פרישע געשמאקע קאקאש קעיק און געטיילט פאר'ן עולם (עולם מיינט אז די "גאאאאנצע קאנטרי" איז געווען פערצן באנגעלוי'ס, פון דעם איז געגאנגען צוויי פאר די בחורים און פאר יאנקי פיש'ס קאנטין) ס'איז מיר געווען א חידוש דעמאלטס, ווייל רוב מענטשן מאכן זיך אזא סדר אז זומער זוכט מען ווייניגער צו קאכן און באקן, אבער יענע קאקאש קעיק איז געווען איינס אין דער וועלט. אויך איז אים געווען אינטערעסאנט ביז גאר אז איינער גייט מיט א פלעסטיק אויפ'ן היט ווען ס'רעגנט. יא ס'האט פיין גערעגנט יענע טאג.
שוין, אפגעקוקט, אפגע'מבינ'ט. ס'קומט שוין דאנערשטאג, מ'דארף ארויס זען דאס געזונדעלע פון די ברוקלינער זון צו די סוואן-לעיק'ער פרישע לופט, די שאלה איז נאר וויאזוי?
איך האב נישט קיין אאאאאנונג.....
בקיצור ס'הייבט זיך אן א גערופעכץ אויפ'ן טעלעפאון, ווער? וואו? וואס? יא א טראק? נישט א טראק? ווער ווייסט יא? ווער ווייסט נישט? איך קאלל דעם, יענעם, און איך ווער נישט קלוגער, איך קאלל מיין ידיד ר' אהרן, וואס איז שפעטער געווארן מיין מחותן, און איך ווייס נאך אלץ נישט גארנישט, פלוצלונג, די עלעוועיטער עפנט זיך ביי מיין טיר, אויפ'ן דריטן שטאק, די ראש ישיבה טאנצט און זינגט און מאכט פרייליך!!!
וואאאאאס? די ראש ישיבה איז דא! רבונו של עולם!! די ראש ישיבה הערט נישט אויף צו טאנצן, די ראש ישיבה זאגט פאר יוסי און הערשי הייבטס אן אראפ צו טראגן, שנעלער, די ראש ישיבה איז לעבעדיג און פרייליך ביז גאר, איך האב נישט געוואוסט וואס צו טון מיט זיך..... די ראש ישיבה איז דא! איך זע נאך יעצט ווי די ראש ישיבה שטייט ביים עלעוועיטער און מאכט פרייליך, איינער האט זיך אנגערופן אז מ'קען נאכנישט אראפטראגן די פעקלעך ווייל מ'האט נישט געשריבן אונזער נאמען אויף יעדע באקס, האט די ראש ישיבה געזאגט מ'דארף נישט די נאמען, שרייב נאר א "סמיילי", אוי האט די ראש ישיבה געמאכט פרייליך דארט..... כ'האב אביסל אנגעהויבן צו פארגעסן אז ווען מ'פארט אין קאנטרי דארף מען זיין אאנגעצויגן ווי א נערוועיזערמייסטער.
ברוך השם מ'זעט זיך אריין אין א גרויסע פיפטין פעסענדזשער ווען, דער דרייווער איז געווען פון די שבט וואס מארטין לוטער קינג פלעגט פרעדיגן אז זיי זאלן קענען וואוטען און באקומען גלייכבארעכטיגונג צווישן די אמעריקאנער באפעלקערונג, די ראש ישיבה האט מיך געמאכט זיצן אין פראנט. איך געדענק ביז יעצט די שוידערליכע טרעפיק ביים האלאנד טאנעל. אין דעם ווען זענען געווען משפחת שניטצלער, מיט די ראש ישיבה'ס משפחה, מיט משפחת אינדיג, (אזוי געדענק איך....) איך געדענק נישט אויב ס'איז געווען נאך משפחות אין די ווען, מ'פארט און מ'פארט, ס'איז שוין טיף אין די נאכט אריין, ביז מ'איז ענדליך אנגעקומען, איך קען דאס נישט פארגעסן! א ברסלב'ע קאנטרי!
יעצט איז אזוי, נארמאל נעמט דאך יעדער א באנגעלוי ווען ער מאכט אפ אז ער גייט אין די און די קאנטרי, און ער געט א דעפאזיט ערגעץ חנוכה צייט, ווייסט ער שוין ביי די ערשטע חנוכה לאטקע וועלכע באנגעלוי איז זיינס, אבער דא, קומט מען דאך נאר צום רבי'ן, נו, וואס האט דאס צו טון מיט וועלכע באנגאלאו דו האסט...... וכך הוה...... מ'האט זיך גענומען יעדערער א כאטקעלע, אזוי ווי קינדער נעמען א מארשמאלוי, מ'קוקט נישט וועלכע, אבי איך האב א מארשמעלוי, אבי א באנגעלוי, למעשה נאכדעם וואס יענע און יענע באנגעלוי איז געווארן מיינס האב איך עס זייער זייער ליב געהאט, ס'איז געווען א גרויסע בעדרום וואס האט געקענט זיין צוטיילט אין צוויי בעדרומס, זייער לופטיג, די ביימער האבן זייער געדעכט באדעקט די גאנצע באנגעלוי, מיט נאך א בעדרום, א קליינע בא'טעמ'טע קאך מיט א קליינע פארטש'עלע.
ס'איז געווען שפעט ביינאכט ווען מ'איז אנגעקומען מיט די ווען, יעצט ווארט מען אויף די פעקלעך, מיינע פיצלעך קינדער ליגן אויף די אנטבלויזטע מאטראצן, יאסעלע און הערשעלע רייסן ארום פון איין עק קאנטרי צו די צווייטע, אזוי ווי זיי זענען די הויפט מענעדזשערס און זיי געבן שטרענגע באפעלן פאר די קלענערע קינדער אז דא טאר מען נישט אריינגיין בשום אין פנים ואופן!
ברוך השם די פעקלעך זענען שוין דא, ויהי ממחרת, די ערשטע נאכט "אין ברסלב'ע קאנטרי" איז שוין א פאקט.
יעצט דארף איך זען וואס מ'טוט דא, ס'פעלט א באלב, ס'פעלט א סקרין, ווילאנג איך טראכט צו וועם קאמפלעינט מען דא? ווער נעמט קער? פלוצלונג, טטטררררראך!!! מיין סטעפס איז צובראכן, ס'איז נישט קיין דזשאוק, וואס טו איך אויב א קליין קינד פאלט דא אריין חס ושלום, גראדע די סטעפס איז געקומען איינער פון די חברים פאררעכטן, א גרויסער תלמיד חכם, היינט איז ער א דיין ער פסקנ'ט שאלות, דעמאלטס האט ער פרובירט העלפן די קאנטרי זיך מסדר זיין.
אקעי, די סטעפס איז געפיקסט, אבער וואס איז מיט א באלב און א סקרין?!!!! איך געדענק נישט פונקטליך יעדע קליינע פרט פון די חלק פון די באלב און די סקרין אבער דאס געדענק איך קלאר! זייער קלאר! אז נאך צוויי וואכן האב איך אפגעמאכט א קלארע דעסיזשן: איך דארף דא גארנישט! געב מיר גארנישט! עס קומט מיר גארנישט! געב מיר די שוואכסטע באנגעלוי! איך וויל נאר דא זיין, ווייל איך וויל הערן יעדן טאג "דער אייבערשטער איז דא" "ביים אייבערשטן ביסטו די וויכטיגסטע זאך אין די וועלט"
נישט נאר ביי די קאנטרי האב איך עס געזען אזוי, נאר בכלל, יעדע זאך אין די קהילה וואס איינער פרעגט מיך, פארוואס טוט מען ביי ענק אזוי? פארוואס אזי? פארוואס אהער? פארוואס אהין? פארוואס האט די ראש ישיבה געטון אזוי? געזאגט אזוי? געמאכט אזוי?
איך טראכט שנעל צו מיר, אזא פלאץ וואס רעדט פון דעם אייבערשטן אזוי אפן, אזא פלאץ וואס מאכט מיך זאגן אזוי סאך משניות, אזא פלאץ וואס לערנט מיך אויס אז קיינער קומט מיר גארנישט, אזא פלאץ וואס לערנט מיך אויס צו רעדן צו מיינע קינדער אזוי ווי צו בני מלכים, אידישע נשמות וואס האבן אין זיך א שטיק אייבערשטער, וואס האבן אין זיך א אידישע פייערדיגע הארץ וואס וויל ברענען פאר'ן אייבערשטן, פריי איך מיך אז איך האב באקומען די לעצטע בענקל אוועילעבל, איך דארף דא גארנישט, נאר די זיסע עצות פון רבי'ן, איך מוז גארנישט פארשטיין פארוואס מוהרא"ש אהער און פארוואס מוהרא"ש אהין. עס האט פשוט גארנישט מיט מיר.
איך נעם ארויס מיין פראפיט און איך גיי מיר ווייטער, איך נעם ארויס מיין מיליאן דאלער פון די עי. טי. עם. און איך שאר זיך אוועק פון דארט אן צו קוקן ווער קומט צו די עי. טי. עם. נאך מיר, און ווער איז געווען פאר מיר, למאי נפקא מינה?
ווען איינער פירט א גרויסע ביזנעס און ער האט א סעילסמאן, משה, וואס ברענגט אים פראפיט צען מיליאן דאלער א יאר, וועט אים עפעס אנגיין וואס משה טוט אין זיין פריוואטע לעבן? צו איז אמת אז ער איז מיאוס צו'הרג'עט מיט זיין שוואגער? מיט זיין ברודער? מיט זיין מקוה איד? מיט זיין גראסערי מאן? צו איז אמת אז זיין זון איז א שטריק און לערנט נישט קיין ווארט?
וואס האט דאס מיט מיר? ווילאנג משה ברענגט מיר פראפיט קען ער זיך קריגן מיט אלע זיינע שוואגערס און ברודערס און מקוה אידן און מקוה גוים, איך קוק אויף מיין סך הכל. ער ברענגט מיר פראפיט צען מיליאן דאלער א יאר און זיי מיר געזונט און פריש.
אזוי טוען מענטשן אין ביזנעס. און מיין ביזנעס איז איינצופאקן סחורה אויף א לאנגע וועג. ווי לאנג איך פאק אריין אין מיין סעיווינגס אקאונט יעדן טאג, משניות, גמרא, שולחן ערוך, רעדן שיין אין שטוב, נישט זיך בייזערן (אפילו ווען מ'איז גערעכט, שטייצעך) קוק איך נישט וואס מענטשן האבן קריטיק אויף מוהרא"ש און אויף היכל הקודש און אויף די ראש ישיבה.
אט דער געדאנק האט מיר אריינגעשפאלטן אין קאפ אריין דעמאלטס נאך צוויי וואכן אין ברסלב'ע קאנטרי, געב מיר נישט קיין באלב, געב מיר נישט קיין סקרין, געב מיר גארנישט! געב מיר לעבן, העלף מיר איך זאל וויסן אז יעדע זאך אין לעבן קען מען שנעל קער נעמען אז מ'רעדט צום אייבערשטן, דאס איז ביי מיר סאך מער ווי א באלב און א סקרין! געב מיר א צובראכענע באנגעלוי צו קענען הערן דעם רבינ'ס זיסע לעכטיגע צוקער'דיגע האניג'דיגע עצות.
שכח אייבערשטער אז פון דעמאלטס ביז יעצט האב איך נישט אפגעלאזט די הערליכע גן עדן פון זאגן משניות און רעדן צום אייבערשטן און אינוועסטירן אין די אייגענע ווייב און קינדער.
א יעדע זאך אין די וועלט וואס האט נישט צו טון דירעקט מיט מיר און מיין ווייב און קינדער, אויף יעצט און אויף דא, האב איך געשטעלט מענטשן וואס זאלן זיך ספראווען דערמיט אנשטאט מיר, דאס איז די זעלבע מענטשן וואס זארגן פאר גלאבל ווארמינג. זיי מאכן א גוטן דזשאב מיט זיך זארגן פאר זאכן וואס האט נישט מיט זיי און האט נישט מיט היינט.