געבליבן אין סטעישן וועיגן
ב חשון תשפ"ד 📝
קרעדיט: משה ארי' שניצלער
סי'געווען ברוך השם א הערליכע חודש תשרי, אלע טעמים, ממש יום שבתון אין לשכוח, זכרו כריח הניחוח!!
איך בין געווארן גוט גוט פארשעמט פון די גרויסע חסדים וואס דער אייבערשטער טוט מיט מיר אז מ'קען האבן אזא מין הערליכע געשמאקע חודש, אנגעפיקעוועט מיט די ריכטיגע סחורה, אנגעפולט מיט קרבת אלוקים, אנגעשטאפט מיט אייבערשטער און אייבערשטער און נאך אייבערשטער.
וואו זאל איך אנהייבן..... סליחות.... הכנות ל'אומאן.... דער ראש ישיבה'ס שמייכל צו אלע געסט אין אומאן, פדיון נפש, די וואויל באקאנטע גולאש מיט רייז וואס ווארט אונז אפ אין אומאן נאך די לאנגע נסיעה. אונזער הערליכע מערבית-בעל-תפלה מו"ה אברהם הערש וועבערמאן הי"ו פלעכט צונויף מיט זיין זיסע שטימע די הערליכע ספרד'ישע תנועות ביי "אחות קטנה", די ערשטע ראש השנה'דיגע מעריב. דער ראש ישיבה וואונטשט דעם עולם ביי לשנה טובה "דינען דעם אייבערשטן בשמחה! בשמחה! נאר פרייליך!", די סעודות, די שהחיינו פירות, די מעגע מעגע סטעיקס, די חזנים, די משוררים, די סאטמארע קל אדון פון ר' בעריש ווישעווער הי"ד, די מארש פון הר"ר אברהם ווערצבערגער ז"ל ביי אין קצבה, די תקיעת שופר דרשה. די לאנגע נסיעה מיטן באס פון אומאן קיין ריישא. כפרות, כל נדרי, דער אייבערשטער איז מוחל פאר אלע אידן..... ממש קטונתי מכל החסדים!
ווער רעדט נאך פון די יום טוב סוכות..... זיצן אין די סוכה מיט די פאמיליע און אריינאטעמען די הייליגע יום-טוב'דיגע לופט, אנפילן די לונגען אויפ'ן לאנגען ווינטער.... שאקלען לולב מיט די קינדער..... הושענא רבה דרשות פונעם ראש ישיבה..... לעבעדיגע הקפות....... די ברסלב'ע הקפה ניגונים.... "איך וויל זיין א איד" "א מחי' ציצית" "א מחי' מזוזה" "א פרק משניות, די בעסטע סגולה"
הערליך! הערליך!
שמחת תורה נאכמיטאג טרעף איך אויפן גאס א באקאנטער מיינער, ער פרעגט מיך וואס ביסטו אזוי פרייליך..... איך ווארט שוין צו זיין מארגן ניין אזייגער ביי מיין דעסק און לאטס מיך שוין אפ.......
איך הייב אן שמועסן מיט אים א צוויי דריי מינוט... ביז ס'הייבט אן פליען ווערטער פון זיין זיידענע מצוין'דיגע עילוי'אישע לעבן, ער דערציילט מיר אז ער עפנט נישט קיין ספר...... ער זאגט מיר ווי זיין דאווענען זעט אויס..... איך וויל עס נישט ארויס זאגן פון מויל.... (עפעס וועגן דאווענען אין ווערהאוז אום פינעווע נאכמיטאג....... ששששש.... קיינער טאר נישט וויסן, זיין מצוין'דיגע אויסגעשטיגענע קאמפעטישן'דיגע שוואגער, וואס טוט אפשר די זעלבע זאך, טאר זיכער נישט וויסן.....)
איך בין געווארן זייער פאר'צער'ט פון דעם וואס דער אינגערמאן האט מיך דערמאנט, איך געדענק נאך גוט מיין "עכטע דערהויבענע גייסטיגע באצויבערנדע וינועו-אמות-הסיפים'דיגע פארענטשעס'דיגע" הקפות פאר איך בין אנגעקומען צו די "שוואכע בעיבישע פלאטשיגע געברעינ-וואשטע" וואס זאגן משניות אן פארשטיין, אן הבנה, אן קיין טראפ עמקות.........
עס האט מיר געטיוכעט ביים הארץ פון די צער פון דעם אינגערמאן, איך האב זיך דערמאנט וואס איך בין אדורך פאר איך האב געוואוסט פון די זאך פון זאגן משניות און זאגן גמרא. די "לעט-דאון" פון מוצאי שמחת תורה האט דאך אזוי מין וויי געטון, אז נאך א מזל מ'האט זיך מארגן פאר'שיכור'ט מיט די דמיון אז א נייע חברותא וועט עס מאכן, א נייע קובץ מפרשים וועט עס מאכן, אפשר זאל איך זיך זעצן לערנען אין א מער לומד'ישע מקום תורה, אזוי וועל איך בעסער לערנען, אוי נעבעך ווי שטארק מיין נשמה האט געלעכצט צו האבן שייכות מיט די תורה.
כ'האב אמאל געזען אזא מין רעדל וואס מ'פאפט אריין א מייזעלע זאל אריינגיין דערין און פרובירן צו גיין אויף ארויף-צו, אזוי ווי למשל ס'וואלט געווען א לייטער, און וויפל מ'גייט אויף ארויף דרייט זיך עס נאך און נאך, ביז מ'ווערט אינגאנצן צודרייט. אזוי ציט א מענטש צו שטייגן און שטייגן אין זיין שטייגעדיגע שטייג, און ער דארף רחמי שמים צו לערנען תורה "היינט". ער דרייט זיך און דרייט זיך און די ספרים שאנק ווערט ברייטער, און די ליסטע פון חברותות ווערט לענגער ביז ער בלייבט א גרויסער עם הארץ מיט א גרויסע ברייטע טיפע ליידיגע מח.
יעדער איינער וויל לערנען, יעדער האט א נשמה, און יעדע נשמה לויפט אויף תורה אזוי ווי א קאר לויפט אויף געזעלין, און א טאג וואס מ'לערנט נישט קיין תורה שטייט די קאר אויף איין פלאץ, עס פארט נישט, עס רירט זיך נישט, מ'קומט נישט אן צום ציל.
שטעלט אייך פאר א איד זיצט אין קאר און מאכט זיך צו די אויגעלעך און חלומ'ט (דמיונ'ט) אז ער פארט אויף קענעדע, טאנצט דארט אויף א חתונה, גייט אין די מאנטריאלע סטעיק האוז, באשטעלט א פינף ביינערדיגע צוויי הונדערט דאלערדיגע סטעיק, ער דרייווט צוריק, ער שטעלט זיך אפ ביי דוטי-פרי און שפאצירט ארויס מיט צוויי ראלעקס'עס, דריי אמעגא'ס און פיר טאג-הויער'ס, אויפן וועג א היים שלאפט ער אין א פייוו-סטאר הילטאן האטעל און וועקט זיך אויף אין זיין שמוציגע קלעבעדיגע העמעד זיצנדיג אין זיין צוקנייטשטע קאר וואו ער שלאפט שוין באלד צוויי טעג........
אין כאן לא ראלעקס ולא אמעגע, לא הילטאן ולא קענעדע...... אבל יש כאן דמיונות וחלומות וחזיונות.......
זיין כח הדמיון האט געהאט א הערליכע וואקאציע אין הילטאן מיט דריי טייערע זייגערס אויף זיין רעכטע האנט און דריי אויף די לינקע האנט וואס האט זיך נישט ארויסגערוקט פון זיין מיט-לייז-אנגעפילטע שעווי סטעישן וועיגן פון די אכציגער יארן....
זיין "קאפ" איז געפארן אבער זיין "פלייש" איז געשטאנען.
אזוי איז עס מיט לערנען תורה, אויב דו האסט נישט געלערנט היינט קיין תורה שטייסטו אויף איין פלאץ, דיין כח הסבלנות האט זיך נישט גערירט, דיין שמחת החיים שטייט דארט וואו איבער-נעכטן נאכ'ן קוגל און יאפטשיק.
אלעס רוקט זיך ביי דיר נאר נישט דיין קעפעלע.... דיין בערזל רוקט זיך, דיין באנק אקאונט באקומט מער און מער זירא'ס אויף די רעכטע זייט..... דיין וואטסהעפ סטעטטוס ווייזט מער סטעיקס און מער רעסטאראנטן און מער פרייוועט דזשעט'ס, אלעס רוקט זיך ביי דיר פאראויס נאר נישט די מח, די רואיגקייט, די שלוות הנפש, די זאטקייט אז דער אייבערשטער נעמט קער פון מיר, די זיכערקייט אז אלעס וועט ווערן בעסער. אלע ארום דיר ווערן זאט און קוקן דיין שמאלציגע סטעטוס. שוין געהאט וואקאציע'ס, שוין געקויפט דיימאנטן, שוין געפארן מיט העליקאפטער'ס, שוין געריטן אויף עלעגעיטער'ס, שוין געגאנגען סקעיטינג, סנעיקינג, סנארקלינג, סקובא-דייווינג, סקיי-דייווינג, רעינדזש-שוטינג, וויין-מעיקינג, סאור-קרים-וויפינג, אייס-קרים-ליקינג, מאונטן-קליימבינג, שלום-בית-פייטינג, קיד'ס-פראסקענינג, עין-הרע-סקענינג, נעיווי-סיעל-טרעינינג, וכל זה איננו שוה לי בכל עת וואס איך לערן נישט תורה "יעדן טאג".
איך וויל אייך פרעגן א פשט אין קאפיטל אשת חיל פון שלמה המלך, ווער קען מיר ענטפערן אויף דעם?
אונזער גרויסער הייליגער שלמה המלך, דער חכם מכל אדם זאגט, שקר החן והבל היופי, אשה יראת השם היא תתהלל.
אסאך מענטשן טראכטן אז אשת חיל איז געזאגט געווארן אויף א פרוי, די פשט אין רש"י איז אבער אז די אשת חיל רעדט פון די תורה, נישט פון סתם א פרוי.
אויב אזוי שטעלט זיך א קושיא, בשלמא אז מ'רעדט פון א פרוי און דו זאגסט מיר שקר החן, ווייל אשה יראת השם היא תתהלל, פארשטייט מען די פשט אין פסוק, אבער אויב מ'רעדט פון די תורה, וואס איז שייך צו זאגן אויף די תורה שקר החן?
וואס איז פשט דא?
דער ראש ישיבה זאגט אלץ "אלא מאי, די קושיא איז די תירוץ......."
מוז זיין אז ס'קען זיין א מענטש וואס לערנט נאר אויב איינער גייט אים ארויף קוקן, אבער סתם זאגן? משניות? ס'איז דאך נישט דא קיין שום כבוד דערין! פארוואס זאל איך עס טון?! ענדערש זאל אדורך גיין טעג און וואכן אן תורה, השם ישמרינו..... מוז זיין אז שלמה המלך ווארנט אונז! לערען נישט צו זיין א מצויין! לערן נישט קיין תורה צו זיין א ב'חן'דלטער!
לערן תורה ווייל תורה מאכט הייליג.
לערן תורה ווייל תורה איז א נערוון-פיל, תורה געט שטארקע נערוון צו קענען אויסהאלטן יעדע פאסירונג אין לעבן.
און אויב מיין חברותא קומט נישט היינט זאל איך נישט לערנען? אויב איך פארשטיי נישט פשט אין גמרא זאל איך בלייבן שטעקן? פארמאכן די גמרא? וואס בין איך שולדיג אז מיין חברותא האט א חתונה היינט? זאל איך נישט אייננעמען מיינע נערוון פילן?? מוז איך היינט האבן כעס-אויסברוכן ווייל מיין חברותא איז געגאנגען אויף פלארידע פאר צען טעג? מוז איך יעצט רצח'נען מיינע קינדער פאר צען טעג?
עס איז פשוט א שאד נישט צו פרובירן די נערוון-מעדעצין פון זאגן משניות, מ'ווערט רואיג און צופרידן, אלע וואס פרובירן עס פאר עטליכע טעג ווילן עס קיינמאל נישט אפלאזן.