קרעדיט: משה ארי' שניצלער
 
לאמיר אייך דערציילן די געשיכטע פון א מתיבתא אין ברוקלין וואס האט אמאל געהאט "איין תלמיד".
 
יא! ווען איר וואלט דארט אריין אין יענע תקופה וואלט איר געזען אז "איין בחור" לערנט דארט! א מתיבתא וואס וואלט זיך געקענט בארומען ביים יערליכן באנקעט, אז ברוך השם אונזער מספר התלמידים האלט שוין ביי "איינס"!
 
לאמיר אייך דערציילן די געשיכטע פון זיך דערהאלטן, די געשיכטע פון סבלנות, אויסווארטן מיט געדולד, און זיך איבערגעבן צום אייבערשטן.
 
איין זאך בעט איך דיך, דראפע זיך און האלט זיך,
 
איך בעט דיך, זיי זיך נישט מייאש און געב נישט אויף!
 
(יאוש מיינט נישט אז מ'נעמט זיך דעם לעבן, יאוש מיינט נישט אז מ'טאנצט אראפ פון די וויליאמסבורג בריק, יאוש מיינט נישט אז מ'לייגט א שטריק ארום די האלז, דאס איז נישט יאוש, דאס איז טפשות. יאוש איז, אז מ'טוט נישט די נעקסטע פינף מינוט די מערסטע און שטערקסטע וואס איז אין מיינע כוחות צו טון. דאס קומט, אין פילע פעלער, פון זיין צו קלוג, הנקרא אויבער-חכם בלע"ז)
 
איך בעט דיך ברחמים זיי זיך נישט מייאש! דו גייסט מצליח זיין! איך האב proof!  
 
איך האב proof אז אויב מ'געבט נישט אויף קומט מען אן צו שיינע זאכן!
 
איך האב יעצט מיטגעהאלטן א success story וואס איך האב זיך נישט געקענט פארשטעלן אין ווייטסטן חלום!
 
און זיכער האב איך נישט געטראכט אז איך וועל זיין עדות דערצו מיט מיינע פליישיגע אויגן.
 
ס'איז געווען "צוויי" קביעת מזוזה'ס פון א מוסד וואס אלע האבן געזאגט אז דער מוסד גייט קיינמאל נישט זען קיין ברעקל פון הצלחה.
 
און דער גרויסער זיסער לעכטיגער באשעפער האט אזוי געפירט אז איך בין געווען ביי ביידע.
 
כ'האב מיך אלעס געקענט פארשטעלן, אבער אז אזא מוסד ווי היכל הקודש ברסלב זאל האבן דער ראש ישיבה שליט"א ביי צוויי קביעת מזוזה'ס אין איין טאג, דאס האב איך נישט געטראכט, און אוודאי האב איך נישט געקענט חלום'ען אז איך וועל דאס מיטהאלטן פון דער נאנט.
 
דינסטאג פרשת וירא, אום האלבער עלעווע ביינאכט, באקום איך א טעלעפאן רוף פון מו"ה יואל הכהן הי"ו, אז איך בין געלאדנט צו א שבע ברכות, מארגן מיטוואך, צוויי דרייסיג נאכמיטאג, און דער ראש ישיבה שליט"א גייט זיין בעזר השם.
 
מ'רעדט פון א שבע ברכות פאר די מחותנים מו"ה אייזיק אפפעל הי"ו און מו"ה ישראל חיים ברוין הי"ו
 
וואו? אין די קימפעטארין היים.
 
קימפעטארן וואס? קימפעטארן ווער?
 
כ'הער נישט!
 
ברסלב האט א קימפעטארן היים?
 
ברסלב האט נאך אסאך זאכן.
 
ברסלב האט א נייע ישיבה, נעבן די חדר אויף "טשעסטנאט" גאס, אין די "ליבערטי ווילעדזש" חלק פון קרית ברסלב (די ווילידזש אוו ליבערטי איז א שטעטעלע וואס האט געציילט פינעף טויזנט ביי די לעצטע census  אין יאר תש"פ, עס געפינט זיך אין צפון-קרית-ברסלב).
 
דער מגיד שיעור איז מו"ה ישראל יוסף שניטצלער שליט"א וואס איז א תלמיד פון די ברסלב'ע חדר פון זינט ער איז א יונגעלע אונטער די בר מצוה.
גוט-מיינענדיגע מענטשן האבן דעמאלטס געוואוסט צו זאגן אז די זאך גייט זיך נישט אויסארבעטן. וואוילע אידן האבן דעמאלטס געזאגט אז אין די ישיבה לערנט מען אויס אז "מ'מעג טון וואס מ'וויל" (חס ושלום), ווייל מ'האלט יעדן טאג דרשות אז ס'שטייט אין די תורה אז ס'איז דא אזא זאך וואס הייסט תשובה.
 
(א טייערע בחור האט אמאל געפרעגט דעם ראש ישיבה, אויב איר וועט זאגן אז מ'קען תשובה טון, דעמאלטס קומט דאך אויס אז דער גיהנום איז באשאפן פאר גארנישט?! קיינער וועט דאך נישט זיין אין גיהנום?! די גאנצע גיהנום וועט בלייבן ליידיג?! האט אים דער ראש ישיבה געענטפערט, דו קענסט אויך תשובה טון!
 
א אנדערע מאל האט א אנדערע בחור געפרעגט, אויב איר זאגט אז מ'קען תשובה טון, דעמאלטס וועט דאך דאס גורם זיין אז מ'זאל טון מער נישט גוטע זאכן, ווען איר וואלט נישט אזוי סאך גערעדט אז מ'קען צוריק קומען צום אייבערשטן און מ'קען תשובה טון, וואלט מען מער מורא געהאט צו טון עבירות. האט אים דער ראש ישיבה געענטפערט אז ער פרעגט גוט און אז "פריערדיגע" פרעגן שוין די קושיא, דער בחור האט אוועקשפאצירט מיט א נצחון'דיגע שמייכל, אז ער האט געווינען די וויכוח, און דער ראש ישיבה האט געשמייכלט אז ער האט געווינען א האלבע שעה, דורך זיך נישט טענה'ן מיט א שוטה).
 
מיטוואך פרשת וירא, אום אכטע צופרי, איז דער ראש ישיבה שוין געזיצן אין די ישיבה קטנה בנין, אין ליבערטי, קרית ברסלב, און געלערנט זיינע שיעורים. דער ראש ישיבה האט געדאוונט מיט די ישיבה קטנה, פארברענגט מיט זיי ביי פרישטאג. דער ראש ישיבה האט פארגעלערנט דעם דף אין מסכתא קידושין. ביי לאנטש האט דער ראש ישיבה שפאצירט מיט די בחורים אויף די ארומיגע הערליכע שטילע גאסן און  פארברענגט מיט שיינע שמועסן פון יראת שמים, סיפורי צדיקים און נאך. דער ראש ישיבה האט אויך גערעדט פון פארשידענע ווייטערדיגע פלענער אינערהאלב די מוסדות היכל הקודש ברסלב, צווישן אנדערע האט דער ראש ישיבה אויך געזאגט: דא וועט נאך זיין פול באוואוינט מיט אידן, דא וועט זיין פול מיט שטריימלעך.
 
2:30 איז געווען מנחה אין ישיבה קטנה.
 
פאר מנחה איז דער ראש ישיבה געווען ביי די "קרן הדפסה בנין" קלאפן מזוזות אויף נייע אפיסעס וואס האט זיך אויסגעפעלט אלס רעזולטאט פון די וואוקס פון די קרן הדפסה מיט אירע פארצווייגטע אפעראציעס (איין אפיס פאר די "קרית ברסלב בלעטל", איין אפיס פאר "the light of emuna")
 
מו"ה אשר יעקב בלום הי"ו וואס ער פירט די קרן הדפסה אזוי געניט און פראפעסיאנאל, מיט ווייניג פרסום און אסאך אויפטוען, האט מכבד געווען דעם ראש ישיבה שליט"א צו קלאפן די ערשטע מזוזה, דער ראש ישיבה האט געזאגט: איך האב שוין גענוג געקלאפט, און האט מכבד געווען מו"ה אשר יעקב הי"ו.
 
די נעקסטע מזוזה האט דער ראש ישיבה מיך מכבד געווען אלס מנהל הכולל (דער כולל האט אויך א אפיס אין דעם בנין).
 
די דריטע מזוזה האט דער ראש ישיבה מכבד געווען דעם חשוב'ן נדבן וואס איז געקומען ספעציעל צו פארן אויף די בקשה פון מו"ה לייבי ראטה הי"ו וואס ער  געבט זיך אוועק בלב ונפש צו שאפן די נויטיגע סכומים אדירים אז די קרן הדפסה זאל קענען טון איר הייליגע ארבעט אומגעשטערט. די לעכטיגע ספרים וואס באשיינען די וועלט און דערמאנען אידישע קינדער אז דער אייבערשטער איז דא און מ'קען רעדן צו אים, ווערן טאג טעגליך געדרוקט אויף די ריזיגע מאשינען וואס זענען געווארן אייגעקויפט מיט די הילף פון נדבנים וואס מו"ה לייב הי"ו איז מיט זיי אין כסדר'דיגן קאנטאקט להגדיל תורה ולהאדירה.
 
דערנאך בין איך געלאפן אין כולל דאווענען מיט די צוויי אזייגער מנין פון דעם דיין שליט"א, כ'האב נאך געדארפט ארגאניזירן עטליכע קלייניגקייטן פאר די כולל מסיבה ביינאכט, בבית אחי היקר מו"ה ר' יואל הי"ו גבאי דבית המדרש עצתו אמונה אויף די טווין ברידזש גאס.
 
דערנאך האב איך געמאכט מיין וועג צו די חלום וואס רופט זיך "ברסלב'ע קימפעטארן היים".
 
כ'האב באמת נישט געגלייבט מיינע אויגן, כ'בין ארויף דעם שענסטן בארג אין גאנץ ליבערטי, פון דארט ארויף העכער, אויף די גאס וואס פירט צו די קימפעטארן היים, פון דארט פאר איך ארויף העכער, אויף די פרייוועט ראוד וואס איז באוואקסן פון די זייט מיט באצויבערנדע שמעקעדיגע פרוכט ביימער (געפלאנצט מיט לאנגע יארן פריער), די הערליכע פאנאראמישע mansion שטייט אויף א גאר הויכע שפיץ, פון וואו מ'זעט אטעם-פארכאפנדע בערג פון מיילן אוועק, כ'קום אריין צו די הערליכע געדעקטע "שבע ברכות טישן", איך ציפ מיר אויפ'ן שטערן, צו בין איך יעצט אין א חלום? צו בין איך אין ריאליטי?
 
ברסלב? קימפעטארן היים? צו איז דאס וואר? צו בין איך אויף planet earth?
 
וואס גייט ברסלב האבן נעקסט? א שפיטאל? I wouldn’t be schocked.....
 
איין מזוזה האט דער ראש ישיבה ארויפגעלייגט, דערנאך האט מען מכבד געווען מו"ה אייזיק אפפעל הי"ו וואס ער מיט זיין ווייב האבן אריינגעלייגט קאפ און מח אז דער קימפעטארן היים זאל ווערן א פאקט.
 
ביי די סעודת שבע ברכות האט מען געהערט פון ר' אייזיק אינטערעסאנטע פרטים וואס האט זיך אפגעשפילט פון ווען מ'האט "גערעדט" פון די קימפעטארן היים ביז ס'איז שוין א מציאות, ברוך השם. ר' אייזיק האט ארויסגעברענגט אז די גאנצע צייט האט ער נישט אויפגעהערט צו בעטן דעם אייבערשטן אז די זאך זאל זיך רוקן פאראויס ווי שנעלער, און אז מ'זאל האבן די זכי' צו קענען דא האבן א שבע ברכות און אז דער ראש ישיבה זאל קענען דא זיין, ר' אייזיק האט אויסגעפירט אז די גאנצע קימפעטארן היים איז "א מעשה פון תפלה".
 
מ'האט געהערט א שיינע רעדע פון מיין טייערע מחותן מו"ה אהרן וועבערמאן הי"ו, ווי אזוי ס'האט אויסגעזען דער מצב ווען די עטליכע משפחות האב אריינגעלייגט די קינדער אין ברסלב פאר פופצן יאר צוריק, ווי שיין אלעס רוקט זיך שטייטעלעך פאראויס. ר' אהרן האט זייער שטארק באדאנקט דעם ראש ישיבה פאר די לעבנס-וויכטיגע אויפטו פון חתונה מאכן אומזיסט (דער אייבערשטער האט אונז געגעבן די זכי' אז אונזער חתונה איז געווען די ערשטע אומזיסטע חתונה, ווען מיין זון מו"ה הערשל הי"ו איז געווארן א איידעם ביי מו"ה אהרן נ"י)
 
ר' אהרן רישט זיך צו מאכן, בעזרת השם, בשעה טובה ומוצלחת, די זעקסטע חתונה אומזיסט! די ז-ע-ק-ס-ט-ע   א-ו-מ-ז-י-ס-ט-ע חתונה!!! ביי טייל זאכווייסער'ס הערשט א לעגיטימע פחד אז אויב מ'זאל לאזן די ברסלב'ע יאנטשי מענטשן אזוי אנגיין מיט די אומזיסטע "קולט" חתונות, וועט מען נאך באלד זען פאלנע ארבייטערס ארומגיין אן קיין ברעקל חובות! מ'מוז באצייטנס אפשטעלן די פארברעכן פון אומזיסטע חתונות! מ'מוז זען אז דערוילעם זאל ווייטער בארגן און זארגן אז דער דריטע קאזין זאל האבן א עכטע וויידל פון א עכטע סעלמען פיש פון די עכטע אטלאנטיק אושען, און דער מחותן זאל עכט ווערן דערטרינקען אין א ים פון עכטע חובות צו באצאלן פאר עכטע מוזיק און עכטע בלומען פאר א חתן און א כלה וואס ווייסן עכט נישט וואס איז די תכלית אין לעבן אויסער אויסזויגן פון די עלטערן טייערע זאכן.
 
(עס איז צום באוואונדערן ווי אזוי ר' אהרן נ"י האט געטראפן א היתר אוועקצוגיין פון די מסורה פון נעמען א זינגער אויף א חתונה וואס אט די ביי-די-עלטער-עלטער-עלטער-מומע-פארהייליגטע "מסורה", האט זיך אנגעהויבן אזוי שפעט ווי ה' אלפים תש"ס, די זעלבע יאר ווי מ'האט איינגערעדט ביליאנען מענטשן אזy2k  גייט חרוב מאכן די וועלט, און מוהרא"ש זכותו יגן עלינו האט דעמאלטס געשפעט פון מענטשן וואס האבן געקויפט גאנצעטע קעסטלעך וואסער און טישו'ס).
 
ר' אהרן האט אויך בארירט די ווייטאגליכע נקודה אז אין פארשידענע פעלער קען שטילערהייט ווערן א שטיקל ריס צווישן מאן און ווייב ביים חתונה מאכן א קינד, ווייל מ'מוז צושטעלן טייערע זאכן וואס מ'האט נישט קיין געלט דערפאר, און דער מאן האלט אז די ווייב ספענדט צו סאך, און די ווייב האלט אז דער מאן איז דער וואס דארף צאמציען דעם פאסיק, און די רעזולטאטן קענען זיין צומאל גאר אומבא'טעמ'ט.
 
מ'האט געהערט שיינע דיבורים פון דער ראש ישיבה שליט"א, דער ישיבה האט בתוך הדברים דערמאנט אסאך זאכן אין די מוסד וואס האט זיך אנגעהויבן דורך ר' אייזיק און זיין ווייב שיחיו.
 
ר' אייזיק האט אריינגעלייגט זיין זון ביים עפענען דעם מוסד, און ווען מ'האט ארויסגעווארפן זיינע טעכטער פאר'ן "חטא" פון שיקן אין ברסלב האט ער א לאנגע צייט געבעטן מוהרא"ש מ'זאל עפענען א ברסלב'ע סקול, ביז מוהרא"ש האט געשריבן זיין באקאנטן בריוו אז מ'זאל עפענען א סקול.
 
דער ראש ישיבה האט אויך בארירט די פריערדערמאנטע נושא פון די אומזיסטע חתונות אין ברסלב, דער ראש ישיבה האט ארויסגעברענגט אז ר' אייזיק מיט זיין ווייב תחי' געבן זיך אוועק במסירת נפש אז די חתונות זאלן קלאפן פונקטליך ווי עס דארף צו זיין, מ'איז מסדר ביי יעדע חתונה, ווער קאכט די פלייש, ווער ברענגט א קוגל, ווער ברענגט פיש, ווער ברענגט סאלאט, ווער ברענגט חלות, ווער ברענגט מזונות, און אזוי ווייטער, מ'איז מסדר דרייווערס וואס זאלן ארומגיין אפנעמען די פרישע היימישע נארהאפטיגע "יאנטשי" "פלעינע" "נעבעכדיגע" מאכלים.
 
דער ראש ישיבה האט זיך באדאנקט פאר דעם מחותן מו"ה ישראל חיים נ"י פאר'ן פירן דעם בית המדרש לקוטי מוהר"ן צו די צופרידנהייט פון אלע מתפללים.
 
מען האט געפרעגט דעם ראש ישיבה אויב ער וואלט געקענט באשיינען די כולל מסיבה אין בית המדרש עצתו אמונה, האט דער ראש ישיבה געזאגט אז ער מוז אהיימפארן צו העלפן זיין ווייב לייגן שלאפן די קינדערלעך.
 
דער ראש ישיבה האט זיך אריינגעזעצט אין זיין קאר און אהיימגעפארן, און איך האב מיך אריינגעזעצט אין מיין קאר און געמאכט א סאך הכל וואו ברסלב איז אנגעקומען זייט די קליינע חדר האט זיך געעפנט...
 
ממש נישט צום גלייבן...
 
אז מ'האט סבלנות, מ'ווארט מיט געדולד קומט מען אן צו שיינע זאכן.
 
אזוי סאך מענטשן האבן געהאלטן מוהרא"ש פאר א דורכפאל, און זיינע ספרים זענען מחי' טויזנטער מענטשן אין אלע עקן וועלט.
 
מוהרא"ש איז געזיצן אין א קליינע דיינונג רום אויף זיבן און פערציגסטע גאס צווישן אכטע און ניינטע עוועניו, און געשריבן ספרים וואס האבן לעכטיג געמאכט די לעבן פאר אומצאליגע מענטשן.
 
אינדרויסן האט מוהרא"ש געהאט א סיין (א טאוול, א שילד) וואו עס איז געשטאנען מיט גרויסע ווערטער "מתיבתא היכל הקודש ברסלב".
 
איר גייט אריין אינעווייניג און איר זעט "איין בחור"!
 
יא! נישט קיין וויץ! איך וועל אייך זאגן דעם נאמען! איר קענט רעדן מיט אים!
 
דער בחור איז הגאון רבי משה קורץ שליט"א דער דיין פון יבנאל.
 
"מתיבתא היכל הקודש ברסלב" וואס האט אמאל אויסגעזען ווי עס האט נישט קיין שאנס, איז לכאורה פון די גרעסטע "success stories" וואס איז א lesson in life אז אפילו די גרעסטע דורכפאל קען ווערן א סוקסעס!
 
געדענק! די שוועריגקייטן גייען אדורך און די נחת בלייבט!
 
נישט אויפגעבן! דו קענסט יא מצליח זיין!