דאס נישט געזאגטע ווארט
טו כסלו תשפ"ג 📝
אין צוזאמענהאנג מיטן רעקארד ברעכענדיגער קלענסטן "צום פינטל" וואס איז (נישט) ערשינען פארגאנגענע וואך, וואס וועט אויף דערווייל אריינגיין אין די היסטאריע, זינט דאס אנהייב פון די ערעפענונג פון דעם אלעמען באליבטן הערליכער קאלום, צו זיין דער סאמע קלענסטער ארטיקל. זענען געהערט געווארן פארשידנארטיגע רעאקציעס, אזש פון דעם אליין קען מען מאכן א שיינע שטויס פון ארטיקלען.
מאנכע האבן עס צוגעשטעלט צו דעם באקאנטן עפיזאד וואס האט זיך אפגעשפילט אינעם ארטעק-טעקט-ארקיקטל יוניווערזיטעיט אין באסטאן מאסעטשוסעס (נעוואדע… נישט ווייט פון יוטא…) ווען דער לערער האט אויסגעטיילט בלייען פאר די סטודענטן וואס טוען זיך לערנען די קונץ פון מאלעווען, יעדער זאל פרובירן ניצן זיין אייגנארטיגקייט און אויסמאלן אויפן פאפיר עפעס ארטיסטיש, דער לערער זאל קענען זען ווי יעדער שולער האלט אויף דער וועלט, אין עולם ה’ארט.
די זייגער האט שוין געוויזן אז די צייט - וואס יעדע שולער האט געהאט צו צייכענען זיין בילד - איז שוין פארביי, שורה'ווייז האבן זיך אלע שולער’ס אויסגעשטעלט ביים טיש פונעם לערער יעדער מיט זיינע פריש געפארטיגטע "ארט"יקלען, וואס זיי האבן באוויזן צו צייכענען, גרייט עס באווייזן פאר דעם קלאס אנפירער.
ביי איין סטודענט האט זיך געשאפן א אומאנגענעמע סענזאציע, ווען דער לערער האט איבערגענומען דאס צעטל פונעם סטודענט, א מינע פון אומצופרידענהייט האט זיך באוויזן אויפן געזוכט פונעם לערער, דער שולער האט געברענגט א… ליידיגע פאפיר. מיט א שארפע בליק, אן קיין ווארט, געבט דער לערער צוריק דאס ליידיגע בלאט פארן סטודענט, אויפגעברויזט, מיט א שטרענג פרעגנדע פנים, געבט ער א ווינק, ווי צו פרעגן... וואס איז דאס? די אנטווארט האט נישט געשפעטיגט צו קומען: "דאס האב איך געמאלן…" - קומט די רעאקציע פונעם יונגן שולער - "דאס איז א קינסטליכער געמעל פונעם מעמד פון ’קריעת ים סוף'...”, און ער שפינט ווייטער זיין אנטווארט אויף זיין אומפארשטענדליכע אויפפירונג: "איר זעט…" ווייזט ער אויפן ליידיגן פאפיר: "אט-א דא איז דער ים סוף…" מען קען עס פשוט נישט זען אויפן אויפן בילד… פשוט… ווייל עס איז דאך געשפאלן צו די צוויי זייטן פונעם פאפיר…"
"די אידן ווייטער - זעט מען שוין אויך נישט אויפן בלאט, ווייל זיי זענען דאך שוין אריבער צום אנדערן זייט ים…"
"און די מצריים - זיי שטייען נאך געשטראנדעט ביים מערב ברעג פונעם ים סוף… זיי האבן נאכנישט עספיעט אריינצוטרעטן אינעם בילד בכלל…" איז דאס נישט א הערליכער 'שטיקל' ארט… אדער בעסער געזאגט איז דאס נישט עפעס א הערליכע ארט'שט'יקל?
טייל האבן עס גאר צוגעשטעלט צו דאס וואס דער רבי זאגט אינעם הייליגן ספר 'סיפורי מעשיות', דער הייליגער רבי ברענגט ארויס אז א שווייג איז גאר א שטארקע 'מיעוט המחזיק את המרובה', "א שווייג" איז אזוי קליין און נישטיג, ניטאמאל הערט מען עס, ניטאמאל זעט מען עס, אבער עס האלט אין זיך אזויפיל…אזויפיל…, אמאל קען מען הערן דעם אויסדרוק פון מענטשן: "זיין שווייגן האט אפגעהילכט מיט אזעלכע באנומענע קולות…, אזש ווער עס האט דאס געהערט האט עס אים ממש געלעכערט די אויערן…!"
ווי קען דען זיין א שענערע זאך ווי שווייגן, 'מילה בסלע' - זאגן אונז די הייליגע חכמים - 'שתיקה בתרי', אויב דאס ארויסגערעדטער ווארט האט א חשיבות, אז פאר א ווארט וואלט מען געדארפט באצאלן איין סלע, דאן פארן נישט ארויסגעזאגטן ווארט - דאס שווייגן - וואלט מען געברויכט באצאלן צוויי סלעים, אין אנדערע ווערטער א שווייג איז אלעמאל ווערד טאפלט פון רעדן.
ווי שטארק דאס געזאגטע ווארט איז, איז דאך אבער דאס נישט זאגן דאפלט שטארקער.
וואס ברויכט איר מער א ראיה, מער פון די פאריגע וואך ארטיקל, אזא שווייג…! און געבט א קוק, עס האט געברענגט א פלייץ פון רעאקציעס וואס האט געבראכן יעדן פריערדיגן רעקארד.
אנדערע זאגן גאר פשט אינעם פאריגע וואכעדיגען ארטיקל, אז דאס איז גאר א 'יארמער רב' סטיל ווארט, וואס איז די ווארט? איז הערט: אמאל איז ר' יענקל מילער געווען ביי א שמחה האט ער געזאגט דארט: איך וועל אייך זאגן א ווערטל וואס איר האט נאך קיינמאל בעפאר נישט געהערט, און דער עולם ווארט, און עס איז שטיל… און מען ווארט… ביז מען האט געכאפט, אוי האט דער עולם געלאכט פונעם געלונגענעם וויץ פונעם שטיל שווייגעניש… און ר' יענקל געבט א ענדיג צו: "נו וישמחו כי ישתוקו…"
אבער אנדערע האבן נישט אזעלכע טיפע השגות, אנדערע זאגן פשוט - און געווענטנליך פשוט איז די מערסטע אויסגעהאלטן - זיי זענען עס מסביר מיטן ניגון, איר קענט דאך דעם ניגון… "אאה! גוט ווארט, לא לא לא לא לא לא אאה! גוט ווארט…", דו הערסט דעם קרעכץ פונעם אהה! אוי ווי שווער איז צו זאגן א גוט ווארט, אזוי שווער ארויסצוברענגען אויף די לעפצן א גוט ווארט, און ווי שווער עס איז, אזוי וויכטיג און טייער איז דאס. און ווער ווייסט אפשר צוליב דעם איז דאס אזוי שווער ארויסצוגעבן, ווער וויל דען ארויסגעבן אזא טייערע אייטעם - א יקר המציאות, א קורצע זאץ וואס האט נישט קיין שאץ - פון זיין באזיץ… ווער ווייסט?! אפשר?! למיחש מיהא בעי.
מען קען מאכן א גאנצע ליסטע וואס א גוט ווארט טוט אלס. און א דאפלט גרויסע ליסטע פון דאס פארקערטע, וואס א (...) שטילקייט אין די פלאץ וואס מען וואלט ווען געקענט אריינלייגן דארט א גוט ווארט, וואס דאס נעמט אוועק, דאס איז דאך ווי סערווירן ביים וואכנאכט א גלאז ווארימע ביר אין א האט קאפ…!
אדער ווי… הממ עס פאלט מיר נישט איין די ריכטיגע ווערטער, צו דעם וועט מען האבן הילף פון אונזער גוטזאגער און גוטשרייבער ר' משה ארי' זאל טרעפן די פאסיגע צושטעלן דערצו…
אפשר ווי א אויסגעוועפטע ווארימע ארנדזש סאדא אין א פארגעלטן זילבערנעם בעכער (עס שפירט זיך די מייסטערהאפטיגע געמיש פון טעמים, די טעם פון זילבער… אויסגעמישט מיטן טעם פונעם זילבער-פוץ… מיטן טעם פון אויסגעוועפעכץ… מיטן טעם פונעם ווארימען… אראנדזש סאדא… ווער ווייסט אפשר וועט נאך זיין אמאל צו באקומען לכתחילה אזא פלעיוואר, און די 'נארמאלע'... אוי… צו דעם דארף מען דאך שוין אריינברענגען הילף פון אונזער לאנדענעם שרייבער… אוח איז דער א פיינער מבין אויף די 'נארמאלע'… און די נארמאלע וועלן זאגן: דאס?! דאס איז דאך גאר פיינע נייעס… עס וועט זיין אזא סאדא בטעם סערווירט ביי אלע 'נארמאלע' חתונות, נאכדערצו אין ארץ ישראל וואס איז ארץ הצבי, און טעם הצבי כטעם ה… אלעס איז דארט בטעם… אפילו די אומבא'טעמ'טע איזראעילישע ראבאנוט איז איז ראבאנוט מטעם...)
על כל פנים…? על כל פנים…!
ווי האלטן מיר דא? אה דא האבן טייל געוואלט זאגן פשוט פשט אויפן ליידיגן 'צום פינטל' פון פאריגע וואך, אזא טעם האט ווען מען האלט איין דאס גוט ווארט אין זיך און מען זאגט עס נישט ארויס, דער שווייג מאכט אז דער גוטער מעלער/רעדנער/שרייבער זאל אויך געבן א שווייג! אפשר?!
פארזעצונג קומט אם ירצה השם… נאך די וואך
און וואס זאל איך אייך זאגן טייערע ליינער קיינער פון זיי האבן נישט צוגעטראפן, אין פרינציפ אבער זענען זיי אלע גערעכט. אן ארטיקל איז נישט ערשינען פאריגע וואך ווייל דער אייבערשטער האט נישט געגעבן פארן שרייבער די צייט, קאפ און מח דאס צו פראדוצירן, אבער די נקודות וואס זיי האבן ארויסגעברענגט זענען אלע יסודתם בהררי… בהיכל הקודש.
ווי שיין איז געווען די ווערטער וואס דער ראש ישיבה האט געזאגט פאריגע וואך... פאריגע וואך? ער האלט דאס אין איין זאגן: "האב שכל" לויטעט די חיזוק יומי ציטירט פונעם שיעור פון דאנערשטאג פרשת בראשית, "אז דיין שווער האט אלעמאל עפעס צו זאגן, מען טוט נישט אזוי, מען מאכט נישט אזוי, אזוי האלט מען די בעכער, די ברילן דיינע זענען מחויב בציצית, עס איז דאך פיר קאנטיג…", דער ראש ישיבה רעדט דארט אזעלכע וויכטיגע ווערטער, אויב ביסטו א נישט-געפארטיגטער (איך וויל נישט ניצן די לשון קודש’ע ווארט וואס מען ניצט געווענטליך דערויף…עפעס מיט חולם גימל וכו') אויב דו האסט חתונה געהאט, ארויסקומענדיג פון א פלאץ ווי מען האט דיך געלערנט אז דו מוזט האבן ס'לעצטע ווארט, יעצט וועסטו דיך אנרופן א ווארט צו דיין שווער, אדער וועסטו שטעכן דיין ווייב מיט א ווארט קעגן אירע עלטערן, איך האב פאר אייך נישט אזעלכע גוטע נייעס, עס קען גאר טאקע זיין אז דאס וועט זיין דאס לעצטע ווארט דיינע, אין דיין חתונה געהאטע לעבן, און אפילו נישט וועט עס אבער זיכער איבערלאזן אזא אויבנדערמאנטער זויערער טעם אין שטוב.
אוי ווי וויכטיג איז צו פארשפרייטן פאר מענטשן דאס ביסל שכל, עס איז דאך א ליכטיגקייט וואס קען פארשפארן אזויפיל, איז דען דער שווייג נישט א מיעוט המחזיק את המרובה, לאמיר מאכן א קליינע ליסטע, זען וואס דער איין איינציגע קליינע שווייג ערהאלט אין זיך.
"דיין טאטע איז א…" שוין! דאס איז די ווארט וואס איז ארויסגעקומען אן טראכטן, אין רעאקציע צו די ווארט וואס איז געזאגט געווארן דורך דיין שווער אויך אן טראכן. און עס קומט זיך אים סאך מער, אזוי מיר צו דערקוטשענען די יארן, ווער רעדט נאך אז ער האט אריינגעקלאפט אין דיין שטוב דיך אויפוועקן פון שלאף צו סוף זמן קריאת שמע, יא! גערעכטערהייט, אבער דאס ווייטאג קריכט אריין אין איר/זיין הארץ אריין… פון דארט אין ווייטער שלעפט מען זיך צום שלום בית מאכער, צום טערעפיסט, און פון דארט צום אנדערן טערעפיסט, און פון דארט צום אנדערן שלום בית מאכער, און פון דארט צום אנדערן טערעפיסט… איר האט צייט? איך קען מאכן קאפי פעיסט א גאנצע נאכט… פון דארט צום אנדערן שלום בית מאכער, און פון דארט צום אנדערן טערעפיסט… און ווי אזוי ענדיגט זיך עס, מיט א סעפערעישן וואס די גאס האלט מיט אדער מיט א סעפערעישן אין שטוב וואס די גאס האלט נישט מיט, אזא הויז ארעסט סטייל, א הויז-גט רחמנא ליצלן.
וויפיל האט דאס געזאגטע ווארט אפגעקאסט, און וויפיל קאסט עס נאך היינט, מיט די טראפל שכל… וואס דו האסט נישט, וויפיל עגמת נפש, וויפיל צער, וויפיל געלט האט דאס געקאסט.
און עס ענדיגט זיך נישט ביי דעם, גיי צום קומענדיגן דור… דער קומענדיגער דור וועט נישט זיין אפגעריקט, די קינדער נעבעך וואס קומען נעבעך פון א שטוב נעבעך וואס די עלטערן נעבעך זענען נעבעך נישט אויפן זעלבן בלעטל, עס קומט נאך פיל מער "נעבעכ'ס" דא, דיין שטוב איז ווי דער הערליכער בילד פון קריעת ים סוף, אבער דער טאטע איז נאך פארהאנקערט מיט זיין גערעכטיגקייט, די מאמע איז שוין אריבערגעלאפן דעם ים, און די קינדער נעבעך… אויף זיי קוקט מען בכלל נישט, זיי קומען בכלל נישט אריין אין בילד… זיי זענען צושפליטערט און צעשפאלטן צווישן די צוויי עלטערן… מען זעט זיי שוין נישט. און אלעס האט זיך אנגעהויבן וועגן דעם איינעם ווארט וואס איז געזאגט געווארן מיט דעם טראפ שכל… נישט מער ווי א טראפ שכל…
נו וויפיל איז דאס מער ווערד פון א שווייג? איך ווייס נישט, דו מאך די חשבון וויפיל דאס געזאגטע ווארט האט דיר שוין אפגעקאסט, איך רעד נישט פון געלט, איך רעד ביז נפשות. איין שווייג אוי! דאס ביסל שכל ווען דו האסט ווען צו געבן דאס שווייג וואלסטו דאך געווען דער גליכליכסטער מענטש אין די וועלט, "דער שווייג איז דאך א אומשאצבארער אוצר".
און פון די אנדערע זייט דאס גוט ווארט איז ווייטער ענדלעס"ס, עס האט נישט קיין שאץ, דאס גוט ווארט וואס עס ווערט יא געזאגט פאר איר, פאר אים, פאר דיר, פאר דעם, פאר ער, פאר שוויגער, פאר שווער, נישט קיין חילוק ווער, דאס גוט ווארט, און דווקא טאקע דאס פאלטשע גוט ווארט… יא יא! טאקע יענע וואס דו האלטס דיך איין פון זאגן ווייל עס קומט זיך איר/אים נישט… און יא! יענע וואס עס קומט נישט דא אריין… די נישט ערליך פארדינטע אוי! אאהה גוט ווארט.
אוי ווען דאס שלעכט ווארט וואלט געהאלטן געווארן אין בויך, און דאס גוט ווארט וואלט געקומען במקומו, צוויי קליינע מיעוט א קליין ווארטל וואס זענען מחזיק את המרובה, אזוי אזוי אזוי פיל פאר דיר, אזוי אזוי אזוי פיל פאר דיר און פאר דיינע דורות.
****
אוי האסטו מיך גוט צובראכן יעצט, ממש אין פינטל אריין, איך בין דאך דער אן די שכל, איך בין דאך דער וואס האט שוין אזוי פיל מאל פארפאסט די געלעגנהייט פון זאגן דאס גוט ווארט, און איך וועל עס ווייטער פארפאסן, איך קען נישט, איך קען נאר פליקן, שטעכן, בייסן, רייסן, איך האב שוין געוואלט אראפלייגן די ארטיקל אינדערמיט, סתם צוברעכן א מענטש?? איך קען מיך נישט טוישן דאס בין איך, א שכל'לאזער פארשוין! אה! איך האב פאר דיר א סוד אדם פרא יוולד, מיר אלע זענען געבוירן חיות טורפות, און טאקע אן רעדן צום אייבערשטן זענען מיר אלע אינעם זעלבן שיף.
און אז מיר בעטן - נישט איין מאל - נאר מען בעט און בעט און בעט, איך קען מאכן קאפי פעיסט, בעט און בעט, נישט קיין גרויסע זאכן פשוטע דיבורים "אייבערשטער, טאטע, רבונו של עולם, איך בין דאך אזא קליינקעפלדיגער מענטש, פליז פליז אייבערשטער געב מיר אביסל שכל, איך וויל נישט צו'הרג'ענען מיך, איך וויל נישט צו'הרג'ענען מיין שטוב, פליז איך בעט דיך אייבערשטער העלף מיר אז איך זאל נעמען א גליון, א נומער, הערן א שיעור און נאך א שיעור פון א צדיק וואס קען מיך טוישן, געב מיר שכל אז עס זאל מיר פאסן צו האבן שכל".
אה! וועסטו זען ווי זאכן וועלן אנהייבן זיך צו רוקן, אבער… ווארט נישט קיין איין מינוט, טו עס שוין, א ווארט צום אייבערשטן "אייבערשטער העלף מיר, געב מיר שכל, איך זאל גיין צו א פלאץ וואס געבט מיר שכל, און קיינמאל נישט קלוגער ווערן און אנטלויפן פון א פלאץ וואס געבט מיר שכל".
וועסטו שוין איינמאל זען, ווי פלוצלינג קומען גוטע ווערטער, און פלוצלינג הערן זיך אויף די נישט גוטע ווערטער.
נו וואס טאקע פשט אז פאריגע וואך איז נישט געווען קיין ארטיקל?!