די דמיון צושמעטערט אבער וואס האב איך אין די האנט
יז חשון תשפ"ג 📝
קרעדיט: ישראל דוד העסקעל
די מוח ארבעט א מחי מ'קען זיך צו מאכן די אויגן און פליען ביז סעקונדעס צו אלע עקן פון די וועלט. וואו די מוח באזוכט אלץ ביים דאווענען... אין מוח קויפט מען ריזיגע בילדינגס מיט די טייערסטע זייגערס דו דרייווסט א ריזיגע פענסי שמענסי קאר, אלע קוקן ווען דו פארסט דורך דו קומסט אריין צו א מיטינג מיט א הערליכע אנצוג און איך פארפיר אלע ווילן הערן מיין דעה... אלעס זיצט שטיל מיט דרך ארץ, פלוצלונג קומט איין מחוצף און נעמט זיך האקן און זעצן מיט קוואדערס און שרייט עפעס וועגן א חתן... ארץ ישראל... אה א סעקונדע וואו בין איך... קודם געב איך א מאך מיט די האנט אז איך האב נישט (איך בין דאך אויך א עני ואביון מגוזלו) נאכדעם געב איך שנעל א קוק ווי די בעל תפילה האלט שוין אינמיטן ובא לציון מ'טוט שוין אן רבינו תם אין נאך א מינוט און די גאנצע דמיון איז צוווארפן. אנשטאט די שיינע קאר וואס איך האב נארוואס פארמאגט טרעף איך מיך צוריק מיט מיין אלטן דשעלאַפּי... איך לויף שנעל זיכן א שטיקל סקאטש טעיפּ צוזאם צו האלטן מיין גלעזער... און ווייל די עלעוועיטער איז צובראכן שוין איבער צוויי חדשים גיי איך מיך יעצט ארויף שלעפן פינף שטאק סטעפּס צו מיין פיצי איינס אין א האלב בעדראָם אפּארטמענט...
יא, דאס איז די דמיון ס'עקזעסטירט פאר אביסל דערנאך וועקט מען זיך אויף צו די ריעלעטי און מ'פרובירט אנצוגיין ווייטער אין לעבן...
מ'זאגט נאך א ווערטל אז אמאל אין רוסלאנד זענען חב"ד'סקע חסידים געזעצן ביי א פארברענג, און ביי זיי איז טרינקען משקה א גרויסער ענין, הגם ביי אונז האט די רבי אונז קלאר געווארנט () אז מיר זאלן נישט טרינקען קיין משקה המשכר, דאך אין חב"ד טרינקט מען יא... בקיצור די משקה ביי די פארברענג האט זיך אויסגענוצט, ס'שפעט אינמיטן די נאכט וואו טרעפט מען יעצט נאך משקה? איין חסיד איז ארויסגעלאפן אויף די גאס זוכן אויב ער קען עפעס טרעפן (אפשר א מעשה פון תפילה...) ער לויפט אזוי צוויי גאסן פלוצלינג באמערקט ער איוואן די שיכור וואלגערט זיך אויף די ערד מיט א פלאש וואדקע! ער לויפט צו צו אים און הייבט אן פארהאנדלען מיט די שיכור, דער שיכור זאגט אים קלאר: ניט דא פון וואס צו רעדן די פלעשל איז נישט צום פארקויפן! דער חסיד הייבט זיך אן בעטן פאר אסאך געלט אפשר דאך, אבער די שיכור וויל פון גארנישט הערן... דער חסיד זעט ער האט נישט קיין ברירה זאגט ער פאר די שיכור אויב געבסטו אהער די פלאש געב איך דיר א גאנצע הויז דא אין דאָרף!!! ענטפערט אים איוואן דער שיכור אויב געב איך דיר נישט דער פלאש וועט באלד גאנץ מאסקווע זיין מיינס!!!
אזוי איז עס די רבש"ע האט אונז באשאפן מיט א כח הדמיון און ביז סעקונדעס קענען מיר זיין אלעס און האבן אלעס... און אויך ביז אפאר סעקונדעס שפעטער אלעס פארלירן... די שאלה איז נאר וואס פאסירט נאכן דמיון...
ביי מיר איז אויך געווען א דמיון, נישט איינס נאר אסאך...
איך בין ב"ה מקורב געווארן דעם זומער נאכן טרעפן די אויסטערלישע שיעורים פון די ראש ישיבה נאכן הערן עטליכע שיעורים האב איך מחליט געווען דא וויל איך זיין, דאס איז מיין פלאץ און אויף דעם וועג וויל איך ערציען מיינע קינדער. אין דעם פלאץ איז מען מכבד און מחזק תורה, אין דעם פלאץ איז מען מקרב אנשטאט אוועקשטופן, דא איז אמת אן ארטיקל, דא זארגט מען זיך איינער פאר די צווייטער, דער פלאץ איז "מיין פלאץ". פארשטייט זיך אז איינע פון די ערשטע זאכן וואס איך האב געוואלט איז געווען האבן א פרעזענליכער קשר מיט די ראש ישיבה...א קלייניקייט די ראש ישיבה האט דאך געראטעוועט מיין לעבן מיר געגעבן חיי נצחי אנשטאט חיי (מיתת) שעה, מיך געגעבן א וועג צום לעבן די שכל פון די רבי פון ר' נתן און מוהרא"ש ז"ל, אויפגעלעבט מיין גאנצע לעבן און מיין שטוב אין אזא קורצע צייט.
איך האב דעמאלט נאך נישט געקענט קיינער וואס "געהערט" אין היכל הקודש, די גאנצע פלאץ איז געווען ווילד פרעמד פאר מיר איך האב געוואוסט איין זאך, איך האב געטראפן א מורה דרך איינער וואס געבט מיר לעבן איינער וואס באגלייט מיר אויף מיינע נסיונות און איז מיר מחזק ווען איך פאל - - איך מוז אנקומען צו אים... אין די דמיון אין חלום האט עס אויסגעקוקט אזוי: איך באקום די ראש ישיבה'ס פאון נאמבער... איך קלינג אן די ראש ישיבה און ער האט וועלט'ס צייט פאר מיר און ער פריידט זיך אזוי שטארק צו מיר, ער איז אזוי גליקלעך אז איך האב געקלונגען... איך פארצייל אים מיין גאנצע לעבנ'ס געשיכטע און ער הערט מיר אויס מיט הלל'ס געדולד און ער איז מיר מחזק און געבט מיר עצות אויך לאכט ער אויף מיינע דשאוקס און פון היינט און ווייטער איז עס מיר מיט די ראש ישיבה עקסקלוסיוו! אין מיין דמיון איז נישט געווען קיין ישיבה נישט קיין קהילה נישט קיין מוסדות נישט קיין הונדערטער תלמידים נישט קיין שווערע קעיסעס וכו'.... איר מיינט אוודאי אז דא האט זיך דמיון אפגעשטעלט?! אך! איך האב מיר געגרייט צו פארן קיין אמעריקע אויף סוכות אה אין קאפּ איז עס געווען געהעריג מסודר אזוי ווי איך לאנד פאר איך גראד קיין סקילמען הערן די שיעורים פון די ראש ישיבה און שמועסן שיחות חברים מיט אנשי שלומינו, קומען יעדן טאג אין ישיבה נישט פארפעלן קיין תפילה אדער שיעור... די ראש ישיבה וועט זיך אוודאי פרייען צו מיר... די עולם וועט זיצן אין שמועסן צוזאמען פון אמונה און פונעם עצות אויף לעבן אא"וו.
און ווער רעדט נאך פון די שיינע יו"טדיגע דאווענען און שיעורים די ביהמ"ד איז געפאקט אבער איך האב מיר מיין פלאץ סמוך ונראה צום ראש ישיבה די דאווענען איז מיט אזוי פיל כוונה, די ניגונים זינגען זיך א מחיה איך לערן מיין משניות און איינער קלאפט מיר אין רוקן און זאגט מיר אה הא מורא'דיג שיין... די וויפילטע מאל? פששש מורא'דיג איך האב מיך שוין געזען זיצן אין סוכה איך מיט דער ראש ישיבה אונז פארפירן אזעלכע שיינע שמועסן מ'זינגט ווארימע ניגונים ס'שפירט זיך אזוי הויך און דערהויבן...
אין מיין דמיון האב גענצליך פארגעסן פון מיין משפחה, פארגעסן אז איך בין געקומען צו מיינע עלטערן אין בארא פארק אויף יו"ט, פארגעסן פון מיינע אחריות'ן...
און פון די אנדערע זייט פארגעסן אז די ראש ישיבה האט א לעבן ער האט נאך דאגות חוץ פון מיר פעמפערן מיינע דמיונות... ער האט נאך הונדערטער תלמידים וואס קומען צו אים, איינער מיט א פעקל צרות, איינער גאר מיט חיזוק, א צווייטער מיט גאר א וויכטיגע נושא וואס ער מוז דורכשמועסן, חוץ פון די ראש ישיבה'ס אייגענע סדר היום זיינע שיעורים וואס ער געבט, דא איז דא די רבי'ס יארצייט און באלד קומט שוין השענה רבה און ווער רעדט נאך פון שמחת תורה, אין אזא קהילה ווי יעדער האט שייכות מיט די תורה ווי יעדער האט געענדיגט די תורה דאס נעמט דאך כוחות הנפש אלעס צו פראווענען, אבער אין דמיון האב איך פולע קאנטראל און גארנישט עקזעסטירט, נישט קיין רבי'ס יארצייט, נישט קיין דף שיעור, נישט קיין ראש ישיבה'ס סדר היום וכו' בלויז איך מיט מיינע באדערפענישן און מיט מיינע רעיונות.
למעשה בין איך אנגעקומען דאנערשטאג א טאג נאך יום כיפור, איך בין אנגעקומען אין בארא פארק בערך 11 אזייגער ביינאכט, אזוי האב איך שוין פארפאסט די ערשטע דאנערשטאג שיעור פון ווען איך בין אנגעקומען על אדמת אמעריקע...
אבער זארגט נישט מיין דמיון קען עס דערהייבן...
מיין דמיון האט מיר שוין פארציילט אז אט אט גייען מיר שוין אויף וויליאמסבורג און ס'גייט זיין א מחיה...
א דערווייל,
איז דאך אויך דא א ריעלעטי אזוי ווי מ'וועקט זיך אויף פון די דמיון...
ס'איז פרייטאג! איך בין אויסגעהרגעט פון די נסיעה איך קען פארגעסן פון היינט פארן דאווענען אין וויליאמסבורג מיט די ראש ישיבה קוים געהאט צייט צו דאווענען אין בארא פארק און זיך גרייטן פאר שבת.
מיין קאפּ האט אזוי געבאמבערט אז מיין דמיון איז געווען גענצליך פארלאשן... אט ווערט שוין שבת און איך טרעף מיך שפאצירן א וועג פון א האלבע שעה צו די בארא פארקער בית המדרש היכל הקודש. איך פרוביר אויסצונוצן די צייט און ארויסשעפּשן אפאר ווערטער צום אייבערשטן און פאר וואו וואס טראגט מיר מיינע האלב שלאפעדיגע פוס אראפּ די דריי שטיגן און איך טרעף מיר אין די שוהל...
די גבאי הרב מנשה איצקאוויטש שליט"א ענטפאנגט מיר מיט א ברייטע שלום עליכם (מיר האבן זיך שוין געהאט געטראפן אין אומן) און איז מיר גאר ווארעם מקרב, דערנאך האב מיר באקענט מיט נאך אפּאר ידידים מיר האבן זיך ווארעם באגריסט און מ'שטעלט זיך שוין דאווענען. אוי ווי איך בענק מיר בשעת'ן שרייבן די שורות צו יענער קליינער פשוטער אבער ווארימע דאווענען, די לכה דודי, די טענצל נאכן דאווענען, די שמייכלען וואס באשיינט יעדנ'ס פנים צוגלייך, די ווארימע גוט שבת, און אזוי ווי די ראש ישיבה בעט אלעמאל נישט צו פארברענגען די צייט נאכן דאווענען אין ביהמ"ד, נאר גלייך אהיימגיין - טרעף איך מיך ווידער שפאצירן די לאנגע וועג אהיים אויף די ליידיגע בארא פארקער גאסן, איך טאנץ מיך אזוי אונטער ווען קיינער זעט נישט... איך דאנק דעם אייבערשטן אויף אלע חסדים וואס ער טוט מיר די גאנצע צייט, בפרט אז ער האט מיר געשיקט צו היכל הקודש וואו איך האב א ראש ישיבה וואס ווייזט מיר ווי אזוי צו לעבן מיט די אייבערשטער און זיין פרייליך אלעמאל.
איך געדענק גראד ווען איך בין מקורב געווארן האב איך אזוי געבענקט צו קענען זיין לעבן די ראש ישיבה, לעבן אנשי שלומינו, אבער איך וואוין הונדערטער מייל אוועק פון די ראש ישיבה און איך האב דעמאלט נאך נישט געוואוסט פון די לאנדאנער חבורה איך בין געווען אליין, האב איך פונקט דעמאלט געהערט ביי איינער פון די שיעורים פון די ראש ישיבה די ראש ישיבה האט גערעדט וועגן די וואס ווילן אבער קענען נישט וואוינען אין שטעטל נישט קיין חילוק ווי אין די וועלט מ'איז קען מען איבעראל זיין אין שטעטל, מאך דיר צו די אויגן און מאך שטעטל ביי דיר... די זעלבע האב איך געטון איך בין געשטאנען פרייטאג צו נאכטס ביי לכה דודי און מיין ביהמ"ד האט זיך פלוצלינג אנגעהויבן שפירן פרעמד פאר מיר, איך האב מיך צוגעמאכט די אויגן און געזען ווי צוויי בענק אין פארנט זיצט די ראש ישיבה ארומגענומען מיט אנשי שלומינו און פלוצלינג ווער איך פריילעך איך שפיר ווי איך בין אינדערהיים די קאלטע ביהמ"ד ווערט ווארעם א מחיה דמיון...
אזוי ארבעט די דמיון טאג און נאכט אויף אלע פראנטן ביז זי ווערט אינגאנצן צושמעטערט עווענטועל... מ'פארציילט אז אמאל איז עפעס א רבי'לע פון ארץ ישראל געקומען קיין אמעריקע אין די חגאות סעזאן און אזוי פארענדיג אויף די אמעריקאנער גאסן זאגט ער פאר זיין גבאי: די לעמפּלעך וואס מ'האט געהאנגען פאר מיר איבעראל מילא אבער פארוואס האט מען געהאנגען בילדער פון אים מיט א רויטע היטל?....
עניוועי... צוריק צום שבת קודש. שבת אינדעפרי האט האט הרב מנשה פארגעלערנט בטוב טעם שיחות הר"ן פארן דאווענען דערנאך האט מען זיך געשטעלט דאווענען מיט א ברען, נאכן דאווענען ביים קידוש האט הרב אהרן קליטניק פארגעלערנט ספורי מעשיות די מעשה פון די חיגר, מ'האט ארויסגענומען אזוי פיל התחזקות פון די מעשה פון רבי'ן און מיר זענען צוריק אהיים. אויפן וועג אהיים האב איך געהאלטן אין איין בעטן דעם אייבערשטן אז איך זאל זוכה זיין צו קענען זיין אביסל [אסאך] ביי די ראש ישיבה און זיך קענען גוט אנגרייטן און אנווארעמען פאר די לאנגע קאלטע ווינטער וואס קומט.
שלש סעודת איז ווייטער געווען זייער געשמאק און דערהויבן ס'איז געווען הערליכע דיבורים און התחזקות מ'האט געזונגען ווארימע ניגונים... און וואס נענטער ס'ווערט צו מוצאי שבת הייבט מיין דמיון אן ארבייטן וואס וועט זיין מיט מלוה מלכה? די ראש ישיבה פירט בכלל? מיין מוח איז געפלויגן 700 מייל א שעה איך זעה מיך שוין אויפן וועג צוריק ס'איז אזוי פיין געווען ענד עווריבאדי ליווד העפפעלי עווער עפטער...
תכלית נאך מעריב פרעג איך ארום אין שוהל אויב די ראש ישיבה פירט בכלל און אויב יא ווען אין וואו? די תשובות זענען אלע געווען כמעט אייניג "איך ווייס נישט" איינער זאגט מיר טעקסט די ראש ישיבה אפשר... איך שטיי פארלוירן נאך א דמיון צושאסן אויף פיץ פיצלעך...
איז איך לאז מיר אין וועג אריין צוזאמען מיטן באשעפער.
ערב יו"ט איז גאר שנעל פארביי געפלויגן אין אזא טאג קומט דאך זיכער נישט אין באטראכט צו פארברענגען אפילו די דמיון איז פארנומען, מ'קען טאפּן די לופט אז אט קומט שוין סוכות מ'גייט שוין באלד זיצן בצילא דמהמינותא ארום גענומען מיטן אייבערשטן,מ'ענדיגט צו די לעצטע הכנות און פאר וואס אין וואו בין אויך שוין ווייטער אויפן וועג אין שוהל... מיין מויל רעדט מיט די אייבערשטער און בעט איין תפילה נאכן צווייטן אבער מיין מוח שטורעמט ס'גייט זיין סוכות ביזט קוים צוואנציג מינוט צו פארן קיין וויליאמסבורג די הארץ בענקט די פוס ווילן זיך נעמען לויפן איך וויל דאך אזוי שטארק זיין ביי די הלל און נענועים און די שיעורים און חיזוק און רייכע שמועסן... און טראכט אזוי צו מיר שוין חול המועד וועל איך שוין מאכן זיכער נישט צו פארפאסן קיין איין תפילה און שיעור...
אזוי שפאצירנדיג אויף די בארא פארקער גאסן (וואו איך בין אויפגעוואקסן) באמערק איך אז די פלאץ איז נשתנה צורה, וואו עס איז נאר דא א קליין אלטע הייזקע ווארפט מען עס אראפ און מ'נעמט זיך בויען געהעריג א גרויסע בנין, ס'קענען וואוינען דארט עטליכע משפחות, איך טראכט צו מיר אזוי וואס די ראש ישיבה האט געזאגט אמאל אז ווען מ'פארט אמאל אין וועג ביינאכט און מ'זעט די ריזיגע בנינים מיט לעמפלעך און מ'קען זיך אנהייבן דמיונען ווי פרייליך דער מענטשן זענען אין די גרויסע מעכטיגע בילדינגס - זאג די ראש ישיבה לאז דיך נישט נער'ן געדענק אז יעדער לעמפל איז נאך א צרה אין יעדער אפיס זיצט א צווייטער מיט זיין פעקל צרות דער ווארט א קאורט קעיס און דער האט א ביזנעס וואס זעט שוין נישט קיין פעני פראפיט פאר א פאר חדשים נישט דא וואס צו מקנה זיין... און איך טראכט אזוי צו מיר וויפיל בלוט און שווייס זענען אריין אין דער "נייע" "געהעריגע" "שיינע" הייזער וויפיל עגמת נפש ליגט אין יעדער דירה עקסטער און אין ניינציג יאר ארום קומט א גרויסער שוויצער א חכם מחוכם מיט א הארטע געלע היטל און פסקנט מע ווער דארף דער אלטע נאריש געבויטע קליינע בנינים ער ברענגט א טרעקטאר און ביז אפאר טעג בלייבט א גל של עצמות ווייל יעצט גייט מען בויען "געהעריג" וחוזר חלילה...
דאס איז די וועלט א גרויסער באבל א דמיון "כחלום יעוף" אויב נעמסטו דיין ענערגיע און דו טוסט מצות און מעשים טובים האסטו עפעס געטון און אויב נישט א בראך אויף דיר מיט וואס קומסטו ארויף נאך דיין מאה ועשרים מיט א בילדינג וואס האלט שוין אינמיטן ווערן איינגעווארפן מיט א ביזנעס וואס דיינע קינדער באנקראטירן די אלע מיט וועמען די האסט דיך אזוי ביטערליך צוקריגט זענען היינט דיינע מחותנים אויב האסטו נישט אויס גענוצט די צייט ביזטו נישט ווערד די מצבה העכער דיין קאפּ...
אזוי פליען מיינע געדאנקען און ווידער טרעף איך מיך אין ביהמ"ד א ווארעמקייט נעמט יעדן ארום מ'הייבט אן מנחה און נאכדעם מעריב אהההה ברכו... אה מחיה נאכן דאווענען לאזט מען זיך אריין אין א פרייליכע טענצל לכבוד יו"ט אתה בחרתנו מכל העמים - א קלייניקייט מיר וויל די אייבערשטער איך בין דער אויסדערוועלטער מיר ווינטשן זיך ווארעם גוט יום טוב און איך גיי מיר צוריק אהיים דעם לאנגן וועג...
די ערשטער טעג זענען הערליך אריבער אנגעפילט מיט התבודדות שמחה תפילה שיחות חברים שיינע שמועסן און תורה.
מוצאי די ערשטע טעג האב איך ווייטער געוואלט אנקומען קיין וויליאמסבורג זיין אביסל ביי די ראש ישיבה אבער מ'האט מיר געזאגט אז לכאורה פראוועט נישט די ראש ישיבה היינט נאכט... האב איך מיך געזעצט לערנען אביסל, שפעטער ביינאכט האב איך געוואלט גיין זעהן איינע פון די גרויסע רבישע סוכות אין בארא פארק איך בין אנגעקומען נאכדעם וואס טיש איז שוין געווען גענדיגט איך האב באטראכט די שיינע סוכה נאכדעם בין איך אריין אין די שוהל דו עולם האט דארט האט געטאנצן בשעת די רבי שטייט אין די זייט און קוקט צו איך שטיי דארט אין טראכט אזוי צו מיר זעענדיג ווי אזוי יעדער וואס גייט דורך די רבי כאפט אזא התלהבות אז זאגן אז אונז זענען א קולט (נישטא ווער זאל לאכן)... איך בין זיך געגאנגען לייגן שלאפן האפענדיג צו קענען זיין ביי שחרית אין וויליאמסבורג מיט די ראש ישיבה אבער צופרי האב איך געזען אז אויב וועל איך גיין קיין וויליאמסבורג וועל איך נישט האבן גענוג צייט ארויסצונעמען מיינע קינדער... בין איך ווייטער געבליבן אין בארא פארק און זיך צוגעמאכט די אויגן ביי די נענועים און געפלויגן קיין וויליאמסבורג צו זיין מיט ראש ישיבה (כאטש אין מיין דמיון).
יענער נאכט איז געווען די רביס יארצייט און ענדליך האב איך מיך ברוך השם געזען אויפן וועג צו וויליאמסבורג צו קענען מיטהאלטן די גרויסע יארצייט ביי די ראש ישיבה, איך בין אנגעקומען ביים דף שיעור אזוי ווי איך זעץ מיך אוועק זאגט מיר די ראש ישיבה שלום עליכם ביזט אוודאי געקומען צום רבי'ןס יארצייט זאלסט וויסן אז דאס איז די חשובסטע זאך ביים רבי'ן א דף גמרא נעם די תורה דאס איז די בעסטע זאך!
נאך די דף שיעור האט די ראש ישיבה געזאגט ווי חשוב שידוכים איז ביי אים און אז די פארגאנגענע יאר איז פערציג פראצענט פון די ישיבה געווארן חתנים און ער האפט אז דער יאר זאלן אלע בחורים ווערן חתנים!!!
נאכדעם האט מען זיך געוואשן צו די סעודות הילולא אין די סוכה, די ראש ישיבה האט פארגעזינגען די שיינע פיוטים מיוסד אויפ'ן א' ב' אויף אלעס וואס די רבי געבט אונז. די ראש ישיבה האט געגעבן א גאר פייערדיגע דרשה נאכדעם וואס האט אין יעדן אריינגעבלאזן הויפענעס פון חיזוק און הדרכה. שפעטער האט מען געבענטשט אין זיך געלאזט אין א טאנץ לכבוד שמחות בית השואבה.
די נעקסטע טאג דאנערשטאג, האב איך ווייטער געוואלט אריינפארן דאווענען מיט די ראש ישיבה אין וויליאמסבורג אבער עס איז נישט געווען פראקטיש האב איך בלית ברירה געדאוונט אין בארא פארק לעבן מיין אכסניא אין פארברענגט די טאג מיט מיין משפחה און געהאפט אז אפשר ביינאכט וועל איך עפעס קענען מיטהאלטן... למעשה האט יענער נאכט גערעגנט און ס'נישט געווען אויף וואס צו פארן...
פרייטאג בין איך געפארן קיין מונסי וואו איך בין געווען שבת, איך האב געדאווענט אין די נענטסטער חסידישע שטיבל צו ווי איך בין איינגעשטאנען (אביסל ארויס פון מונסי) איך האב געהאט אסאך צייט צו קענען לערנען דארט שיעורים כסדרן און שפאצירן און רעדן צום אייבערשטן. שבת נאכמיטאג בין איך געזעצן אין מיין ווינקל אין ביהמ"ד מיט מיין משניות'ל און א ארטסקרול גמרא און לעבן מיר הער איך אונטער א קופּקע חסידישע יונגערליייט וואס האבן געפּלוידערט בערך א שעה א האלב ביז מנחה און מ'האט דארט דורך געטון די חורבן פון ארטסקרול אז מ'לערנט מער נישט מיט די צורת הדף און מ'לאזט אויס רש"י'ס... שפעטער האט איין יונגערמאן ארויסגעברענגט אז זיין קהילה האט א מורהדיגע סיסטעם צו לערנען וואס איז א דבר השוה לכל נפש ס'איז אזוי גוט אויסגעארבעט אז עטליכע טעג לערנט מען און עטליכע טעג חזר'ט מען און נאכדעם איז דא א בחינה מ'טיילט פרסים ס'ממש מורהדיג אז יעדער איינער בלי שום יוצא מן הכלל זאל דאס קענען מיטהאלטן... פרעגט אים דארט איינער וואס איז אזוי נתפעל געווארן פון דער אויסנאם סיסטעם - וועלכע מסכתא לערנט מען יעצט? ענטפערט דער יונגערמאן איך ווייס נישט!!! א ביטער געלעכטער... און דערווייל פארט פרקים משניות עטליכע בלאט גמרא א גן עדן התחתון (איך מיין אז די קופּקע לויפט נאך ביז יעצט מיט מחאות אדירות אויף די ריכטיגע וועג ווי אזוי מ'דארף בעצם לערנען - רחמנא יצילנו).
מוצאי שבת איז געווען מיין פלאן זיך ארויסצולאזן גראד אין שטאט אז איך נאך קענען מיטהאלטן משנה תורה און די סעודה ביי די ראש ישיבה, אבער די אייבערשטער האט אנדערש געוואלט און איך בין געבליבן אויף משנה תורה אין מונסי.
ביי משנה תורה בין איך געזעצן מיט מיין משניות און אריינגעכאפט פרקים. נאך משנה תורה קומט צו צו מיר איינער פון די חשובע אידן פון די שוהל וואס ווייסט אז איך בין מקורב צום ראש ישיבה און הייבט מיך אן אריינגעבן וואס איז מיט דיר? האסטו פארלוירן דיין דעת? אזא פלאץ? ה' ירחם! בשעת ער האט גערעדט זיינע דברי כיבושין קומט צו א יונגערמאן און פרעגט יענעם ווער איך בין, ווייל ער האט אזוי געשטוינט ווי גאנץ משנה תורה בין איך געזעצן מיט א משניות און געלענט - - - על כל פנים!!
נאכדעם זאגט מיך יענער אז די פלאץ איז אזוי אפּגעפרעגט אז פונקט פריער האט איינער דערמאנט עפעס פון די פלאץ און מ'האט עס אזוי בארעדט!!! איך טראכט צו מיר ווער דער חברה לצים? זיי האבן דעות אויף צדיקים אויף אונזער הייליגע דרך הלימוד פון זיי דארף איך הערן סברות וואס זיין האלטן, אבער איך האב געפאלגט די ראש ישיבה אין געהאלטן מיין מויל פארמאכט די גאנצע צייט און גארנישט געענטפערט.
איך בין אנגעקומען אין בארא פארק שפעט ביינאכט אין זיך שנעל געלייגט שלאפן צו קענען אויפשטיין פרי הושענא רבה צו קענען פארן קיין וויליאמסבורג דאווענען מיט די ראש ישיבה.
אויפצומארגנס בין איך טאקע אויפגעשטאנען פרי געלאפן אין מקוה און זיך געלאזט אין וועג קיין וויליאמסבורג. איך בין אנגעקומען פרי ב"ה איך האב נאך געהאט צייט אריינצוכאפן אפאר פרקים משניות איידער מ'האט זיך געשטעלט דאווענען.
די ראש ישיבה האט אנגעהויבן דאס דאווענען אויף די ימים נוראיםדיגע נוסח כנהוג מיט א אויסטערלישע ווארעמקייט און השתפכות הנפש ס'האט אריינגעבלאזן א רוח החיים און יעדן איינעם.
די הלל און נענועים זענען געווען עפעס אזוי דערהויבן און לעכטיגע און פריילעך אז די דמיון האט עס אפילו נישט געקענט מסיג זיין יעדער סעקונדע איז געווען מעין עולם הבא!
נאך הלל האט די ראש ישיבה אויפגעטראטן מיט ווארימע ווערטער אזוי אויך נאך יעדער הקפה וואו די ראש ישיבה האט מחזק געווען און געמאנט די ראש ישיבה האט געבעטן אז יעדער זאל זען נישט דורך צו לאזן א טאג אן תורה און מ'זאל כסדר רעדן צום אייבערשטן און דאנקען דעם אייבערשטן אז יעדער זאל זיך אונטערנעמען קבלות טובות אויף די נייע יאר, די ראש ישיבה האט געזאגט אז הרה"ק מסאטמאר פלעגט אויך רעדן צו די ווייבער שול און די ראש ישיבה האט גערעדט צו די פרויען זיי זאלן זיך האלטן שטארק אויף עניני צניעות מ'זאל נישט פרובירן נאכצומאכן דעם גוי, דער גוי האט אויסגערצח'ט אונזער פאלק און איז גרייט יעדן מינוט אונז נאכאמאל אויסצוהרגענען ח"ו דער גוי וויל דיר באגראבן הער אים אויף צו וועלן געפעלן... אויך האט די ראש ישיבה גערעדט וועגן טעכנאלאגיע אז מ'דארף פאלגן צדיקים מיט תמימות און פשיטות ווייל נאר צוליב די תמימות און פשיטות און מסירות נפש וואס אונזערע זיידעס האבן געהאט ווען די רבנים האבן זיי אויפגעפאדערט אויף טעלעוויזיע און אויף די דעמאלסדיגע נסיונות זענען מיר היינט דא.
אזוי ווייטער ביי יעדער הקפה האט די ראש געגבן שטארקע חיזוק און הדרכה פאר די לאנגע ווינטער וואס קומט ס'געווען מחיה נפשות.
נאכן דאווענען איז די עולם דורך זאגן גוט יו"ט פאר די ראש ישיבה און איך בין צוריק געפארן קיין בארא פארק.
ס'שוין געווען שפעט איך האב שנעל געגעסן די סעודה און זיך געגאנגען גרייטן אויף יו"ט.
ווייטער טרעף איך מיך שפאצירן דעם לאנגן וועג אין שוהל און מיינע געדאנקען לאזן נישט רוען זיין שמחת תורה אין אמעריקע אין נישט זיין ביי די ראש ישיבה? מיין הארץ האט אזוי אנגעהויבן בענקען אין מיין דמיון איז אזוי געפלויגן איך האב גענצליך פארגעסן וואו איך בין, איך האב מיך געזען אין וויליאמסבורג ביי די ראש ישיבה אין ביהמ"ד יעדער טאנצט און פריידט זיך אזוי מיט תורה און אזוי מיינע מחשבות לויפן שפיר איך ווי מיין האנט דרייט א קלאמקע פון א טיר... יא איך בין שוין אנגעקומען און שוהל די דמיון איז אוועק כאבק פורח...
ב"ה מיר האבן געהאט די זכיה צו האבן מיט אונז אין בארא פארק די דיין אויף יו"ט. דיין האט געדאוונט פארן עמוד ס'געווען א שיינע ווארימע דאווענען נאכן דאווענען האט מען געטאנצן הקפות מיט אזא אויסטערלישע שמחה די דיין די דיין האט כסדר מעורר געווען אז יעדער זאל טאנצן און שפרינגען לכבוד די תורה צווישן די הקפות האט מען געזינגען ווארימע התעוררותדיגע ניגונים ניגונים פון די ראש ישיבה די דיין האט פאר געזינגען די פיוטים און די שמחה איז געווען אויסטערליש. שמיני עצרת בייטאג האמיר געהאט הערליכע תפילות. איך האב זוכה געווען מסיים צו זיין ששה סדרי משנה. שפעטער נאכמיטאג האב איך געלייענט די ארטיקל פון הרב אברהם משה ווי אזוי די שטעטל האט זיך געפארעמט און צווישן די שורות האט ער געשריבן אז א מענטש דארף זיך לאזן פירן פון די אייבערשטער אזוי ווי מ'איז אין א טובּ אויפן וואסער און מ'לאזט זיך פירן פון די וואסער. אויפן וועג אין שוהל צו מנחה האב איך עטראכט אז קען זיין אז דאס איז די הקפות מ'נעמט די תורה און מ'גייט אין די רינג און מ'לאזט זיך פירן מ'ווייזט פארן אייבערשטן אז איך געב זיך אינגאנצן איבער פאר דיר פיר מיר...
שמחת תורה ביינאכט איז נאכאמאל געווען זייער פרייליכע הקפות פאר מעריב זענען געקומען א גאנצע גרופע חב"ד'סקע בחורים מפיצים און איינער פון זיי האט געבעטן רשות צו רעדן אפאר ווערטער הרב מנשה האט אים גערן געלאזט...
ביי די ערשטע צוויי הקפות האבן זיי געפירט די ביהמ"ד זיי האבן געזונגען געשמאקע ווארימע ליובאוויטשער ניגונים און פעסט געטאנצן מיט אסאך ענערגיע נוסח חב"ד, נאך די צווייטע הקפה זענען זיי זיך געגאנגען ווייטער און די דיין האט ווייטער הערליך געפירט די הקפות. איך האב שפעטער געטראכט אז איך ווייס נישט ווער האט געמאכט מער הפצה די חב"דסקע בחורים וואס האבן נאכגעזאגט א שטיקל תורה און געשמאק געזינגען אדער די ברסלב'ער חסידים וואס האבן געלאזט אפאר חב"דסקע בחורים איבער נעמען זייער ביהמ"ד שמחת תורה... ווייל פון אלע אנדערע פלעצער ווערן זיי ארויסגעווארפן.
שמחת תורה בייטאג איז געווען א לאנגע געשמאקע דאווענען מיט פייערדיגע הקפות די דיין האט אונז געהאלטן אין איין מעורר זיין צו טאנצן און צו זיין פריילעך ביי די קידוש האט די דיין גערעדט שטארקע דיבורי חיזוק.
נעילת החג איז געווען זייער שיין מ'האט געזינגען שיינע ניגונים די דיין האט אויפגעטרעטן מיט שטארקע חיזוק פאר די לאנגע ווינטער די דיין האט גערעדט פון די גרויסקייט פון צדיקים און פון לימוד התורה.
א טאג נאך יו"ט קומט איינער צו צו מיר און פרעגט מיר וואו ביזטו געווען שמחת תורה האב איך אים געזאגט אין היכל הקודש הייבט ער אן שרייען אויף מיר ביזט אינגאנצן משוגע געווארן פונקט דארט? פרעג איך אים וואו דען? זאגט ער מיר וואס הייסט ס'פעלט בתי מדרשים אין בארא פארק? בארא איז דאך פיל מיט בתי מדרשים האסט דאך געקענט דאווענען אין סיי וועלכע קליינע ביהמ"ד!
זאג איך אים דעס האב איך געטון!
טענהט ער ניין דארט איז נישט קיין ביהמ"ד!!!
זאג אים אנטשולדיגט איך האב נישט געוואוסט ס'האט אויסגעקוקט געהעריג ווי א ביהמ"ד...
יענער נאכט בין איך ארויסגעפארן אין שטעטל איך האב געוואלט זעהן ווי אזוי ס'קוקט אויס איך האב זיך געוואלט טרעפן מיט אנשי שלומינו די גאנצע וועג האב שוין געטראכט ווי בטעמ'ט ס'גייט דארט זיין איך האב שוין געזען אין מיין דמיון ווי איך באקום א טור פון די גאנצע שטעטל איינער ווייזט מיר דא איז די בית הדפוס און די איז דער ביהמ"ד און דארט איז די אנדערע ביהמ"ד און אזוי חלום איך זיך די גאנצע וועג ארויף למעשה בין איך אנגעקומען אביסל שפעטלעך און נישט געזען קיין נפש חיה פאר די אויגן אלעס איז איינגעהילט אין א שטילקייט נישט קיין שלום עליכם נישט קיין טור ניטאמאל אביסל שיחות חברים גארנישט! די גאנצע דמיון ארויס פון פענסטער און צוריק אהיים...
דאנערשטאג נאכט בין איך ענדליך געפארן קיין וויליאמסבורג צו די דאנערשטאג שיעור פון די ראש ישיבה ווען איך בין אנגעקומען און שול האט מיר איינער געזאגט אז נאכן שיעור וועל איך קענען צוגיין צו די ראש ישיבה רעדן אפאר ווערטער...
אזא שיעור איז געווען אבער נישט סתם די ראש ישיבה האט אלעס געדעקט פון התבודדות ותפילה צו די דרך הלימוד ביז מאכן שמחות "נארמאל" אין נישט דארפן אויסגיין אויף קידוש השם פון די אייגענע קינדער'ס שמחה... די ראש ישיבה האט גערעדט פון שידוכים די ראש ישיבה האט מסביר געווען אז מוהרא"ש ז"ל האט אים געזאגט ביים עפענען די ישיבה אז ער זאל אויסלערנען די בחורים א וועג צום לעבן וואס זאל זיי אייביג באגלייטן אפילו אינדרויסן פון די ישיבה ווענט און אטמאספער.
די ראש ישיבה האט האט געזאגט אויף איינער פון אנשי שלומינו וואס איז אמאל געגאנגען שמחת תורה צו איינער פון די גרויסע רבי'ס און האט פארציילט ווי התעוררותדיג און ווי שיין ס'איז דארט געווען אבער די מינוט די הקפות האט זיך געענדיגט האט זיך אויך די התעוררות גענדיגט...
די דיין האט זייער ענדלעך געזאגט שמחת תורה ער האט פארציילט אז די ערשטע יאר וואס ער איז געווען ביי די ראש ישיבה שמחת תורה האט ער ממש געהאט חלושת הדעת ער איז געווען צוגעוואוינט צו א מצב א התעוררות מיט טויזנטער טויזנטער מענטשן און דא דערזעט ער זיך מיט קוים א מנין נישט קיין מצב נישט קיין רוח נישט קיין טויזנטער מענטשן צוזאמען, די חילוק איז נאר נאך שמחת תורה איינמאל די התעוררות איז געענדיקט איז עס דערנאך שוין נישטא קיין זכר פון די מצב יעדער גייט זיך צוריק צו זיין לעבן אבער ביי אונז מיט דער קליינטשיק קוים מנין לעבט מען פון די עצות און התחזקות א גאנצע יאר ס'ענדיגט זיך נישט מוצאי שמחת תורה...
די ראש ישיבה האט שטארק גערעדט פון הפצה יעדער דארף טרעפן זיין וועג צו העלפן אנדערע אידן זאל אויך האבן דער חיזוק פון רבי'ן אויך האט ראש ישיבה נאכאמאל געבעטן אז יעדער זאל זיך אונטערנעמען נייע קבלות אויף די יאר. גאר שארף האט די ראש ישיבה גערעדט וועגן די הארבקייט פון כיבוד אב ואם און אזוי אויך די שוויגער עלטערן ס'איז געווען א שיעור מלא וגדוש פון מיט מוסר, חיזוק און הדרכה. אזוי ווי די ראש ישיבה ענדיגט די שיעור איז ער גראד מודיע אז היינט האט ער נישט קיין צייט אויפצונעמען די עולם, ער יאגט זיך אהיים און מיט דעם איז מיין שיינע דמיון ווי איך גיי ענדליך קענען אביסל רעדן מיט די ראש ישיבה געווארן אויס!
אין מיין קאפּ טרייסט איך מיך אז זונטאג וועל אויך שוין קומען זיך געזעגענען מיט מיין משפחה פון די ראש ישיבה און דעמאלט גיי איך שוין ענדליך האבן מיין זיסע סטראבערי מינוט מיט די ראש ישיבה ס'גייט זיין אזוי שיין און אזוי זיס מיין יונגעלע פון פיר א האלב גייט זאגן פאר די ראש ישיבה אז ער לערנט שוין משניות און די ראש ישיבה גייט זאגן פשיייהא און אזוי האט זיך מיין דמיון גענומען שטארק ארבעטן פון דאנערשטאג נאכט.
אויפן וועג אהיים פון די שיעור האב איך געגעבן א היטש פאר א חשובע תלמיד הישיבה און מיר האבן געשמועסט פון דעם ווי אזוי מענטשן זענען אזוי פארנומען אין לעבן צו ס'פּאסט זיי יא אדער נישט און וואס וועט יענער זאגן... און וועגן דעם האלטן זיך אזוי פיל מענטשן צוריק פון טון צו די זאך איי באלד ליגסטו אין דיר ערד זיך שעמען פון וועמען און זיבעציג יאר ווייסט קיינער נישט אז דו האסט בכלל געלעבט קיינער אינטערעסירט נישט וואס דו האסט געטון... אויב האסטו געהאט שכל און געטון צו די זאך האסטו עפעס געטון און אויב נישט איז א שאד אויף יעדער מינוט וואס דו האסט זיך געדרייט אויף דעם וועלטל! פארציילט ער מיר אז ווען ער איז געפארן אויף מקומות הקדושים איז ער געווען אין בית החיים אין קראקע האט ער באמערקט א אינטערעסאנטע זאך ביי די אריינגאנג צום בית החיים איז דא א גרויסע מאנומענט וואס איז צוזאם געשטעלט פון די פיל מצבות וואס זענען נעבעך געווען אומגעווארפן נאך די קריג און מ'האט צוזאמגענומען די אלע מצבות און פון דעם געבויט די מאנומענט. זאגט ער מיר אז בשעתן באטראכטן די מאנומענט באמערקט ער א מציבה וואס שטייט דארט פ"נ איש מכובד מאד ונגיד אלע שיינע טיטלען ווי א שיינע איד דער איז געווען און ער טראכט צו זיך וואו שיינע איד ווען שיינע איד ער פארמאגט נעבעך ניטאמאל קיין מצבה העכער זיין קאפּ...
שבת בראשית איז שנעל דורכגעפלויגן ס'איז געווען זייער א שיינע שבת איך האב אריינגעכאפט די לעצטע פאר תפילות אין די בארא פארקער שוהל און זיך ווארעם געזעגנט און באדאנקט פאר די שיינע יו"ט וואס איך האב דא געהאט.
איך האב קוים געקענט איינשלאפן מוצאי שבת מארגן קום איך מיט מיין משפחה צו די ראש ישיבה מיט די אייבערשטערס הילף מיין מוח האט גערוישט איך האב שוין קוים געקענט אויסווארטן און----- איך בין שוין אין די קאר מיט מיין משפחה אין צייט אלעס קלאפט איך טראכט שוין צו אה ענדליך יעצט גייען שוין אלע דמיונות אויף איין מאל פארווירקלעכט ווערן און... און.... איך בין שוין צען מינוט אוועק פון וויליאמסבורג און איך באקום א פאון קאלל: די ראש ישיבה שפירט נישט גוט ער איז אהיימגעגאנגען נישטא אויף וואס צו קומען היינט זיכער נישט...
אויפ'ן פלאץ זענען אלע מיינע דמיונות פון וואכן לאנג צושמעטערט געווארן ווי קליינע שטיקלעך שארבן אלעס האט זיך אויסגעלאזט א הויקער... איך פאר שוין צוריק מארגן פארטאגס ווער ווייסט ווען איך וועל נאכאמאל זיין אין אמעריקע, אלע דמיונות ארויס פון פענסטער!!!
ס'האט מיר גענומען אפאר מינוט אראפצושלינגען דעם שווערן פּיל... און די גאנצע צייט רוקן זיך מיינע ליפן איך האב אפילו נישט געכאפט איך הייב אן צו לייגן קאפ צו וואס איך זאג "שכוח אייבערשטער" איך שפיר פרייליך אינערווייניג און איך הייב אן צולייגן אביסל מחשבה צו וואס ס'פאסירט מיט מיר איך זאל אין שווערע מינוטן לויפן דאנקען דעם אייבערשטן אויטאמאטיש דאס איז דאך אזא אויסטערלישע מתנה פון די ראש ישיבה וואס דארף איך מיינע דמיונות איך קוק וואס איך האב אין די האנט די האנט איך לעב איך לאך איך בין פרייליך איך א באשעפער וואס איז אייביג דא פאר מיר איך האב שיעורים קבועים און אזוי פיל מקצועות התורה איך דער שיין אינדערהיים איך לייג אריין אמונה אין מיינע קינדער וואס אינטערעסירט מיר די דמיונות בכלל יא, יא, ניין, ניין, איך האב דאך באקומען א זיס לעכטיג לעבן דא ביי די ראש ישיבה איך טראכט צו מיר קען דען זיין א שענערע געזעגענען פון דעם? א מחיה איך לעב איך בין די גליקלעכסטע מענטש אויפן וועלט!!!
אשרינו שזכינו להתקרב לרבינו!!!