דער סוד פון פעטער הערשא’ס עשירות
טו אב תשפ"ב 📝
"טאטי געדענקסט האסט מיר געזאגט אז אויב איך גיי זיין וואויל גייסטו מיר דערציילן זייער א אינטערעסאנטע מעשה "די סוד פון פעטער הערשא'ס עשירות".
יא שלמה'לע! היינט ביסטו געווען זייער וואויל, יעדן טאג ביסטו ברוך השם וואויל, אבער היינט ביסטו געווען ספעציעל וואויל, איך גיי דיר דערציילן די מעשה, עס איז זייער א אינטערעסאנטע מעשה.
אונזער פעטער ר' הערש לייב ז"ל, מ’האט אים גערופן פעטער הערשא, אדער הערשא באטשי, ער איז געווען זיידי'ס ברודער, ער איז געווען זייער א גרויסע עושר, יעדער האט אים געקענט, אבער זייער ווייניג מענטשן האבן געוויסט ווי אזוי ער איז געווארן אזוי רייך, עס איז זייער א אינטערעסאנטע מעשה, ווי אזוי ער איז מיט א מורא'דיגע השגחה פרטית געווארן ממש א מיליאנער.
זיידי מיט זיין גאנצע משפחה האבן געוואוינט אין עסטרייך, זיידי איז געווען דער דריטער קינד פון זייער משפחה, איינס נאך אים איז געווען דער פעטער הערש לייב. אין חודש אדר פון יאר תרצ"ח נאך איידער די צווייטע וועלט מלחמה האט אויסגעבראכן, איז עסטרייך - לויט די אפמאך פון די פעלקער פאראיין - געווארן א חלק פון נאצי-דייטשלאנד.
אונזער זיידע - וואס האט שוין דאן געהאט א שטוב מיט קינדער - אים איז ברוך השם געלונגען צו אנטלויפן קיין אונגארן, דארט האט ער בחסדי השם איבערגעלעבט די קריג מיט אלע זיינע קינדער, זיין יונגערער ברודער הערשא - וואס איז נאך דאן געווען א זיבעצן יעריגער בחור - ער מיט נאך פילע אידן זענען אנטלאפן קיין אמעריקע. ווען ער איז אנגעקומען קיין אמעריקע אליין אן קיין משפחה, בעירום ובחוסר כל, נאך איידער ער האט זיך איינגעארדענט א דירה, האט ער געמוזט האבן א פלאץ ווי צו ארבעטן. ער האט טאקע אנגענומען די ערשטע ארבעט וואס מ'האט אים אנגעבאטן, ער איז געגאנגען ארבעטן אין א ניטינג פעקטארי, דארט האבן געארבעט אסאך אידן, די ארבעט איז געווען אויפצונייען סוועטער'ס, ער האט דארט געארבעט א גאנצע וואך, עס איז געקומען דער ערשטער שבת, ליידער האבן זייער אסאך אידן האבן נישט געקענט ביישטיין די נסיון, זיי זענען אריין אין דער ארבעט אום שבת קודש, פעטער הערשא איז אויפגעצויגן געווארן אין זייער א ערליכע שטוב, ער האט אפגעמאכט אז ער גייט נישט אריינגיין שבת צו דער ארבעט, אפילו עס זאל מיינען אויסגיין פאר הונגער, שבת ארבעט איך נישט!
נאך שבת איז ער צוריק געקומען צו דער ארבעט, אבער דער בעל הבית פון די פעקטארי האט אים קלארגעשטעלט: דא אין די פעקטארי איז נישט דא קיין מאנקי ביזנעס, דא קען מען נישט פארפעלן שבת פון ארבעטן, ער האט אים געזאגט קלאר: "קומט איר יעדן טאג ארבעטן איז גוט, אז נישט זוכט אייך א צווייטע ארבעט".
פעטער הערשא איז געווארן זייער פארצווייפלט, ער האט נישט געוויסט וואס ער גייט דא ווייטער טון, אבער ער האט זיך נישט פארלוירן, ער איז ארויס פון די ניטינג פעקטארי אין מיט די פאר סענט וואס ער האט פארמאגט, האט ער געקויפט אפאר פעדער'ס, בליי'ען, נעגל שניידער'ס, שערלעך, און נאך קלייניקייטן וואס ער האט זיך געקענט ערלויבן צו קויפן פאר די פאר סענט וואס ער האט געהאט. ער האט זיך געזעצט ביי א טישל אין די אידישע מארק, און ער האט אויסגערופן אלע זיינע חפצים וואס ער האט צו פארקויפן, ער איז געווארן א 'פעדלער'. א פעדלער איז איינער וואס פארקויפט שמאנצעס אויפן גאס, אסאך אידן יענע צייטן וואס האבן נישט געוואלט ארבעטן אום שבת זענען געווען פעדלער’ס, אזוי האבן זיי געקענט ארבעטן פאר זיך און נישט דארפן אריינגיין שבת צו דער ארבעט.
אנדערש ווי אנדערע פעדלער’ס האט פעטער הערשא שוין באלד אינעם ערשטן טאג געהאט א געוואלדיגע הצלחה, ער פארקויפט אלע זיינע סחורות וואס ער האט זיך איינגעהאנדלט יענעם טאג, ער האט דערפון פארדינט נאך אפאר סענט, דעם קומענדיגע טאג האט ער ווייטער געקויפט אפאר ביליגע חפצים, און דער אייבערשטער האט אים געהאלפן אז וואס ער האט געקויפט איז געגאנגען, און אזוי איז געווען ממש טאג נאך טאג, ער האט געקויפט און וואס ער האט געהאט איז אלעס פארקויפט געווארן.
ער האט נישט אויסגעפאטשעקט דאס געלט, ער האט אוועקגעלייגט יעדן טאג פרוטה נאך פרוטה, ער איז כסדר אויפגעקומען מיט פרישע אויפטרעפן פון זאכן וואס ער קען פארקויפן און פארדינען נאך אפאר דאלער.
נאך א שטיק צייט איז ער שוין באקאנט געווען מיט די סוחרים ביי וועמען ער פלעגט איינקויפן די סחורה, זיי האבן אים שוין געטראסט, און געגעבן די סחורה אויף בארג, ער האט נישט געדארפט אראפלייגן תיכף דאס געלט, אזוי האט ער געקענט קויפן א גרעסערע קוואנטום אויף איין מאל, דאס האט אים אויך ערמעגליכט צו באקומען די סחורה פאר פיל א ביליגערע פרייז, נאך א קורצע צייט האט ער געדינגען א לאקאל, ווי ער האט געעפענט דארט א קליינע שפילצייג געשעפט.
איין טאג ווען ער איז געקומען איינקויפן סחורה ביי די פעקטארי ווי מען פראדוצירט די שפילצייג, האט זיך איינער פון די שותפים זייער אויסגעגאסן זיין הארץ, אז ער קומט זיך נישט דורך מיט זיין שותף, יעדן טאג ווען ער קומט אריין אין דער ארבעט ברעכט אויס ראבערייען צווישן זיי, דער אנדערער שותף איז א שרעקליכע כעס'ן, און ער קען זיך ממש נישט אויסקומען מיט אים, אזוי שמוסענדיג געבט ער אים א פרעג אויב ער וויל אפקויפן זיין חלק פון די שותפות, ער איז געווען אזוי פארווייטאגט, אז ער האט אפילו מסכים געווען אז הערשא זאל אים צאלן צוביסלעך, ער האט נאר געוואלט פטור ווערן פון זיין שותף. הערשא האט אנגענומען דעם פארשלאג, און ער איז געווארן א שותף אינעם שפילצייג פעקטארי, ער איז געווען גאר א געניטער ביזנעסמאן, ער האט געהאט א גוטע שפראך, ער האט אלעמאל גערעדט שיין און ווייך, אזוי איז ער זיך דורכגעקומען מיט זיין נייער שותף, און מיט אלע ארבעטער.
נישט צו לאנג שפעטער איז דער אנדערער שותף אריין אין א צווייטע ביזנעס, און האט אנגעבאטן הערשא’ן אפצוקויפן זיין חלק אין די ביזנעס, יעצט איז ער שוין געווען דער אויסשליסליכער בעל הבית אויף די גאנצע שפילצייג פעקטארי, ער האט זייער מצליח געווען, די ביזנעס האט געהאלטן אין איין וואקסן, מיט פולע נייע ארבעטער, און נייע פראדוקטן וואס ער האט אנגעהויבן פראדוצירן.
דא איז צוגעקומען א שטארקער פאקטאר, וואס האט געשפילט גאר א באדייטענע ראלע אין זיין שפעטערדיגע עשירות. במשך די מלחמה יארן איז שטארק אפגעשוואכט געווען די שפילצייג אינדוסטריע, ספעציעל פון אייזענע שפילצייג ווי קארעלעך און אנדערע מעטאלענע טוי’ס, דאס האט פאראורזאכט אז ער איז געבליבן שטעקן מיט ריזיגע קוואנטומען פון אייזענווארג פון וואס מען פלעגט ניצן צו פאבריצירן די שפילצייגן, אין יענע יארן האט מען אויך אנגעהויבן אלס מער און מער פראדוצירן שפילצייג פון פלעסטיק, אזוי אז זיין ביזנעס איז אים געגאנגען אביסל בארג אראפ.
איך האב אים גראדע אפאר מאל געפרעגט פארוואס ער האט עס נישט פארקויפט פאר די אמעריקאנער מיליטער, וואס האבן זיך גענויטיגט אין אלע סארט אייזענווארג במשך די מלחמה יארן, אבער ער האט זיך אלעמאל ארויסגעדרייט, זעט אויס אז די שלעכטע נייעס וואס איז געקומען פון אייראפע אין די יארן פון די קריג, האבן שלעכט געווירקט אויף אים, דאס האט אפגעשוואכט זיין מוט בכלל צו ארבעטן.
ווען דער קריג האט זיך געענדיגט, איז זיידי צוריקגעקומען צו זיין היימשטאט זען ווער עס האט איבערגעלעבט די שרעקליכע קריג, ער שוין נאר געטראפן פון די גאנצע משפחה איין איינציג מיידל, טאנטע גיטעלע זי איז געווען א טאכטער פון זיין עלטסטע ברודער, בדרך נס איז זי געראטעוועט געווארן, זיידי און באבי האבן האט איר אריינגענומען, זי איז אויפגעוואקסן ביי זיי ווי א אייגן קינד.
א קורצע צייט שפעטער זענען אלע געקומען קיין אמעריקע, זיידי איז איינגעשטאנען ביי זיין ברודער הערשא, דעמאלטס האט זיידי חתונה געמאכט זיין ניכטע גיטעלע צו זיין ברודער, וואס איז אויך געווען איר פעטער, זי האט חתונה געהאט צו איר פעטער הערשא.
א קורצע צייט נאך זיין חתונה איז ער צוריק אריין אין מסחר, יענע צייט האט אויפגעבליעט א נייע אינדוסטריע, מענטשן האבן דעמאלט אנגעהויבן מער און מער זיך צו באניצן מיט קאר'ס, די קאר אינדוסטריע איז געווארן זייער א שטארקע ביזנעס, זיין בינעס האט זייער אויפגעשיינט, ער האט אנגעהויבן צו פארקויפן רויע אייזן מאטריאל פאר אלע גרויסע קאר פראדוצירער, און אזוי ווי ער האט געהאט די ריכטיגע קאנטאקטן פון די פריעריגע יארן, זענען אסאך ריזיגע קאר פירמעס געקומען קויפן ביי אים די חלקים צו פראדוצירן די קאר'ס.
איך ווייס נישט פונקטליך יעדן טאג ווי אזוי זיין ביזנעס איז געוואקסן, אבער איך געדענק ווען איך פלעג גיין מיט זיידי קיין מאנהעטן באזוכן פעטער הערשא, ער האט נאך דאן געוואוינט אין די איסט סייד, פלעגט ער אונז אלץ ווייזן מיט אזא נקמה געפיל: "דו זעסט די סקווער בלאק? דאס געהער היינט צו מיר! ער פלעגט אלס זאגן: דו זעסט? דא האט זיך אנגעהויבן מיין עשירות!" ער ווייזט מיר: "זעסט דא ווי די בנינים שטייען, דא האבן געארבעט הונדערטער ארבעטער אין די ניטינג פעקטארי'ס", - און ער פירט אויס - "איך האב אויך דא געארבעט, פאר… איין וואך… פון דא האט מען מיך ארויסגעווארפן ווייל איך האב נישט געוואלט ארבעטן שבת. די ווייסט וואסערע גוטע געפיל איך האב געהאט ווען איך בין געזיצן מיט’ן מוכר אפצוקויפן אלע זיינע בנינים, ער האט נישט געוויסט ווער איך בין, אבער איך האב אים דערקענט, זיינע ביזנעסער זענען שוין געווען טיף טיף בארג אראפ, אלע זיינע ביזנעסער האבן באנקראטירט, איך האב אים שטארק געדרוקט די האנט, איך האב מיך זייער באדאנקט פאר אים פאר’ן מיך ארויסווארפן… ער איז געווען שאקירט צו הערן ווי אזוי איך בין געווארן א מיליאנער א דאנק מיין שמירת שבת.
יעדעס מאל מיר זענען געקומען באזוכן דעם פעטער, האט ער נאכאמאל דערציילט מיט שטאלץ די מעשה, ווי אזוי ער איז רייך געווארן אדאנק זיין היטן שבת, איך בין איינמאל ארויס מיט אים פון די קאר, מיר האבן ארומשפאצירט ארום יענעם סקווער בלאק, עס איז שוין נישט געווען קיין זכר פון קיין פעקטארי'ס, אלעס דארט איז דאן שוין געווען וואלקן קראצער’ס, אפיסעס און געביידעס, אזוי ווי מיר האבן אריינשפאצירט אין די לאבי פון איינע פון די געביידעס, זענען אלע דארט געבליבן ווי געפרוירן, יעדער האט זיך איינגענויגט פאר אים מיט אזא יראת הכבוד, נו! ממש ווי די שטייגער איז אין די מדינה פון עשירות…
אבער ער האט געטון אסאך גוטע זאכן מיט זיין געלט, ער האט געגעבן אסאך צדקה, ער האט אויסגעהאלטן אסאך ארומע משפחות.
תש"מ איז געווען אונזער חתונה, ער איז שוין נישט געווען קיין אינגערמאן, אבער ער איז אלעמאל געווען פריש, איך בין געגאנגען מיט מאמי שנה ראשונה אויף וואקאציע, צו זיין הויז - בעסער געזאגט צו זיין פאלאץ - אין פלארידא, ער האט געהאט אפאר הייזער אויף יענע גאס, רוב פון זיי האבן געדינט אלץ א הכנסת אורחים, ער פלעגט ארויסגעבן בחינם זיינע דירות פאר רבי'לך און שיינע אידן וואס האבן געוויילט דארט אין די ווינטער חדשים, נישט געזארגט… זיי זענען דערנאך אוועק געגאנגען פון דארט מיט פולע טאשן.
איך פלעג אסאך אריינגיין צו אים אין אפיס, פלעגט ער מיר אלעמאל ווייזן בילדער פון זיינע הייזער און פראפערטיס, אויך האט ער מיר געוויזן בילדער פון "זיינע" מוסדות, די געניטע פאנד רעיזער'ס האבן גוט געוויסט ווי אזוי עס צו מאכן מיט אים… ער האט ליב געהאט דאס וואס מיר אלע האבן ליב… אבער דאס איז געווען חוץ די מתן בסתר וואס ער פלעגט פארטיילן.
וואס עס איז געווען אינטערעסאנט איז, אז יעדע מאל איך בין געקומען האט ער געהאט נייע פראפערטיס, נייע שטחים, ער האט כסדר געקויפט, אינוועסטירט, ער האט געמוזט האבן פראפערטי'ס אין די גאנצע וועלט… א קשיא אויף א עושר…
איינמאל זאגט ער מיר מיט א שמייכל: "זאג מיר א לאנד וואס איך האב נישט דארט קיין נכסים", איך האב אים געכאפט, ווייל איך האב אים געזאגט: "איך מיין אז דער פעטער האט נישט אינוועסטירט אין רוסלאנד…" ער האט געלאכט… רוסלאנד איז נאך דאן געווען אונטער קאמוניזם, אן אמעריקאנער בירגער האט נישט געקענט טון קיין ביזנעס מיט זיי, אויסער דעם איז עס איז געווען אזוי קאראפטירט, עס איז נישט געווען קיין ביזנעס צו טון מיט זיי…
אבער איך האב אים געזאגט א נאמען פון איינע פון די אראבישע לענדער, איך בין געווען שאקירט ווען ער האט מיר ארויסגענומען בילדער פון אויל פעלדער אין די מדבריות דארט, און מיר געוויזן קאנטראקטן וואס ער האט מיט ריזיגע אויל פירמע'ס מיט וועם ער האט געהאנדלט אינאיינעם.
איך האב מיך אסאך געלערנט פון אים, ער איז אלעמאל געווען פריש, ער האט ליב געהאט צו אינוועסטירן אין יעדע פלאץ, יעדע מין נייע אינדוסטריע וואס איז נאר ארויפגעקומען האט ער געמוזט האבן דארט א חלק.
איך געדענק ווען ער האט געקויפט אין ארץ ישראל, ער האט זיך געקויפט א הויז אין ירושלים, דעמאלט האט ער מיר געזאגט אז זיין טייערסטע ריעל עסטעיט איז אין אלט שטאט ירושלים, נאך מער ווי אין מאנהעטן, שוין! גיי ווייס צו ס'אמת, אזוי האט מען אים געזאגט…
זעסט שלמה'לע אלעס האט זיך אנגעפאנגען ווייל מען האט אים ארויסגעווארפן פון זיין ארבעט, ווייל ער האט נישט געוואלט מחלל שבת זיין, איך האב דיר שוין אמאל געוויזן די בילדער פון אים? עס איז זייער אינטרעסאנט, איך דארף האבן ערגעץ ליגן די בילדער ווי אזוי ער האט אויסגעקוקט ווען ער איז געקומען קיין אמעריקע, די קענסט נישט חלומ'ען אז דאס איז ער, אן ארימער גאסן פעדלער מיט צולעכערטע הויזן, אבער מען זעט די פייער אין זיינע אויגן, ווי איינער זאגט: איך גיי מצליח זיין! איך שטעל מיך נישט אפ פאר גארנישט! און אזוי איז טאקע געווען, אין זיינע יונגערע יארן האט מען אים געשאצט אויף עטליכע הונדערט מיליאן דאלער.
עס איז געווען די קראך אין יאר 2008 למספרם, דארט האבן זאכן אנגעהויבן צו גיין אביסל בארג אראפ, ער האט פארלוירן אין די סטאקס, ער האט געמוזט פארקויפן א חלק פון זיינע פאלאצן, אבער נישט געזארגט ער איז נישט געקומען בארגן ביי מיר אויף שבת צו מאכן…
ער האט שפעטער זיך זייער צוריקגעכאפט, ער האט ווייטער אינוועסטירט, ער פלעגט מיר זאגן: "איך האב אלעמאל נאר געצאלט קעש, איך האב קיינמאל נישט ארויסגענומען קיין מארגעדזש אויף סיי וואס איך האב געקויפט".
הערסט?! ער איז שוין געווען איבער די אכציג, און ער איז יעדן טאג אריין אין אפיס ווי א אינגערמאן, ער האט כסדר אינוועסטירט, די קאפ איז אים געווען אפען, ער האט געהאט די קאפ אויפן פלאץ, ער האט געוויסט וואו צו אינוועסטירן, און אין וועלכע צייט צו אינוועסטירן.
אמת אז ס'איז א אינטערעסאנטע מעשה? אבער דער עיקר האב איך דיר נאכנישט געזאגט, איין טאג איז ער אריינגעקומען אין אפיס ווי א געווענטליכע טאג, און אינמיטן דער ארבעט איז ער צאמגעפאלן, הצלה איז געקומען, ער איז געווען אפאר טעג אין שפיטאל, איך בין אים געגאנגען באזוכן, די קאפ האט אים געארבעט, ער האט מיר דערציילט אסאך אינטערעסאנטע זאכן, אבער ער איז געווען זייער שוואך, אזוי איז געווען אפאר טעג, ביז איין שיינעם טאג איז ער נפטר געווארן…!
דא האט זיך די מעשה געענדיגט! אינטערעסאנט! ניין?
***
טאטי און וואס איז געווען נאכדעם?
נאכדעם איז געווען א לויה!
און נאכדעם?
האט מען אים באגראבן!
אבער טאטי! וואס איז געווען נאכדעם? וואס האט מען געטון מיט אלע זיינע פראפערטי'ס, מיט אלע זיינע בענק אקאונטס, מיט אלע זיינע געלטער?
נאכדעם האט ער גארנישט מיטגענומען!
טאטי ער האט גארנישט גארנישט מיטגענומען? ביסט זיכער? ביסט געווען ביי זיין לויה?
יא שעפעלע! איך בין געגאנגען אים באגלייטן ביז די בית החיים, איך האב געזען ווי מען לייגט אריין די ארון אין דער ערד!
אבער אפשר האט ער געהאט אריינגעלייגט ערגעץ א שטיק גאלד, וואס מען האט אים מיטגעלייגט אין קבר?
ניין שעפעלע! ער האט מיטגענומען א גרויסע דייפער, עס הייסט אויף לשון הקודש תכריכים, און אויף דעם א טלית, דאס האב איך געזען מיט מיינע אייגענע אויגן!
אבער טאטי, די מעשה איז טאקע זייער זייער אינטערעסאנט! אבער עס איז אויך זייער זייער טרויעריג…! פארוואס האט ער געארבעט אזוי שווער אלע זיינע יארן? אז ער האט אלעס איבערגעלאזט דא?
ווייסט וואס איך וועל דיר זאגן שלמה'לע, ער האט יא מיטגענומען, טאקע נישט קיין בנינים, אבער ער האט מיטגענומען זיין מסירת נפש פאר שבת, ווייסט וואס נאך ער האט מיטגענומען? ער פלעגט יעדן טאג גיין אין שול דאווענען שחרית, אויך מנחה, אויך מעריב! ווייסט וואס נאך? ער האט יעדן טאג געליינט קריאת שמע פאר ער איז געגאנגען שלאפן! אויך האט ער געליינט קריאת שמע יעדן אינדערפרי, ער האט עס מיטגענומען… ווייסט וואס נאך? ער האט זיך אפגעגאסן נעגל וואסער יעדן טאג, ווילסט צוזאמען אויסרעכענען וויפיל מצוות ער האט מיטגענומען פון נעגל וואסער אליין?
האסט נישט קיין כח? אקעי! אפשר וועלן די ברסלב'ע אידן וואס ליינען "צום פינטל" האבן כח עס אויסצורעכענען… פינעף און אכציג (בערך אזויפיל יאר האט ער געלעבט) מאל דריי הונדערט פינעף און זעכציג… אפשר מען קען צולייגן א נייע קאלום אינעם שטעטל בלעטל… אפשר וועט מען מאכן א גורל ווער עס ווייסט וויפיל מצוות עס קומט אויס…
שלמה'לע איך וויל ענדיגן, אבער זיי זאגן אז איך האב נישט געשריבן קיין ניגון די וואך, מען קען ענדיגן די ארטיקל אן א ניגון? אוה! ווייסט וועלכע ניגון מען קען דא אריינפלעכטן?! תורה… תורה מיט א ניגון… ניין נישט די ניגון… תורה, תורה תשובה תפילה, און אביסעלע צדקה, שבת, פסח שבועות סוכות, ד' מינים און געגעסן מצה. א קאפל, א קאפל און א גארטל, און צוויי שיינע פיאות. תהלים, חומש און גמרא, און אביסעלע משניות…
ביסט גערעכט! די חלק איז טרויעריג, ער האט שווער ביטער געארבעט און אלעס איבערגעלאזט, פון די געלט האט ער גא-א-א-ארנישט מיטגענומען, אלע זיינע ריזיגע פאלאצן זענען געבליבן דא. איך האב געוויינט ווען איך בין אריין אין זיין אפיס נאך ער איז נפטר געווארן, האב איך געזען אויף זיין טיש ליגן פאפירן, ער האט געהאלטן אינמיטן סיינען קאנטראקט אפצוקויפן נייע שטחים אין די מאונטענס, די דאקומענטן זענען נאך געליגן אויף זיין דעסק אין אפיס, מיט זיין טייערע פעדער, מיט זיינע ברילן דערויף… אבער איך האב מיך געפרייט צו זען אין די זייט א קליינע משניות, אין בעק איז געשטאנען א שיינע פאר מאל "סיימתי", זעט אויס ער האט יא אויסגעהערט די שיעורים… נו! האט ער שוין איינמאל אריינגעכאפט…!
וואס ער האט אינצווישן אריינגעכאפט, דאס האט ער מיטגענומען, און יעצט איז ער רייך… יעצט איז ער רייך… איך זע אז דו פארשטייסט נאך אלס נישט די סוד פון פעטער הערשא'ס עשירות, דאס איז די סוד פון פעטער הערשא'ס רייכקייט! עס איז א סוד, און אפילו דו וועסט עס אויסשרייען בלייבט עס א סוד! יעדער מיינט אז ער איז געווען רייך ווען ער האט געלעבט, אבער דער אמת איז אז יעצט איז ער רייך… יעצט איז ער רייך, מיט מצות אסאך. די מצות וואס מען טוט, איז דארטן גוט, יעדע קליינע זאך, טוט אויף אסאך, טוט אויף אסאך, טוט אויף אסאך, אין גן עדן קומט ער אן גלייך.
***
אבער דער עיקר האב איך פארגעסן דער פעטער איז געווען אין אומאן ראש השנה, צוויי מאל זיכער, אפשר נאך מער, נו! איז ער דאך טאקע רייך! וואס זאגסטו אז ער האט נישט אינוועסטירט אין רוסלאנד? פיין אינוועסטירט…! אה! נישט רוסלאנד… אוקריינא… איך הער. שוין מען פארט דאך שוין באלד אויף אומאן, א קליין תחינה אפשר? צוזאמען בעטן? "הייליגער באשעפער העלף, איך זאל זיין מיט אלע אידן און אומאן ראש השנה, געב אונז א רואיגע פרייליכע וועג צום הייליגן רבי'ן, געב אונז א זיסע ראש השנה, און א רואיגע גוטע וועג צוריק, ריזיגע פעק און זעק מיט ישועות".
אויסער דעם וואס איז נייעס? גארנישט ספעציעל! איך ווייס?! פעלויסי איז געווען אין טייוואן… טאקע? אין טייוואן? נישט נעבן טייוואן? ניין אין טייוואן! טאקע? וואס זוכט זי אין טייוואן? איך ווייס?! מען זאגט אז זי איז געגאנגן דארט זאגן עפעס א ט'כינע… אנדערע זאגן גאר אז זי איז געגאנגען האקן א טשיינע'קען זיין…!? אזוי? וואס האסטו נישט באלד געזאגט…?!
ניין עפעס נארמאלע נייעס האסטו נישט? אה! ווייסט וואס עס איז געשען?? האסט גארנישט געהערט? טאקע נישט? ניין! וואס עס איז געשען? פרעגסט: וואס איז געשען? אומאן ראש השנה תשפ"ג איז געשען!!