הושיעה… את… עמך…
נח בויעט א תיבה א תיבה א תיבה…
די פארמישסט מיך! הושיעה… את… עמך… וברך…
מענטשן זענען שלעכט געווען, שלעכט געווען, 
דו האלטס מיר אין איין פארמישן, איך וויל אפציילן וויפיל פליגן עס איז דא
הע! פליגן מעג מען ציילן, איינס, צוויי, דריי,
אבער איך מיין אז עס איז דא אין קלאס די זעלבע סאך פליגן ווי עס איז געווען אין די תיבה,
ווער קלאפט דארט?
ששששששש
קינדער! עס איז א נייע יאר, איך מיין אז נישט יעדער ווייסט אז עס איז א הלכה אין שלחן ערוך אז ווען דער רבי קומט אריין דארף מען זיך אויפשטעלן.
זייער שיין, אזוי, אויך ווען דער טאטע אדער די מאמע קומען אריין אין שטוב דארף מען זיך אויפשטעלן.
יעדער נעמט ארויס די חומש, מיר גייען איבער'חזר'ן די ערשטע פסוקים.
אלה די זענען
אלה די זענען 
תולדות נח די קינדער פון נח  
תולדות נח די קינדער פון נח
נח נח איז געווען 
נח נח איז געווען…
נאר ווער עס ווייסט זאל אויפהייבן די הענט, ווער ווייסט פארוואס נח האט געבויט די תיבה הונדערט און צוואנציג יאר?
וואוו! איך האב הנאה, עטס האטס גוט אויסגעהערט, יעדער האט אויפגעהויבן די הענט, א נחת, שכח אייבערשטער אז מיר האבן אזא וואוילע קלאס.
נו! יוסעלע זאג די ענטפער.
ווייל דער אייבערשטער האט געוואלט ער זאל זאגן פאר די אלע מענטשן אז זיי זאלן תשובה טון.
יא! גוט געענטפערט! הונדערט און צוואנציג יאר האט נח געבויט די תיבה אז מענטשן זאלן תשובה טון, אבער עס האט גארנישט געהאלפן, די מענטשן האבן נישט תשובה געטון.
נח האט געלעבט - ווילאנג האט נח געלעבט פאר די מבול - ווער ווייסט? 
זייער גוט זעקס הונדערט יאר. עטץ ווייסטס וויפיל מענטשן נח האט געקענט? שטעל דיך פאר א מענטש לעבט זעקס הונדערט יאר ער האט זיכער געקענט א מיליאן מענטשן ווילאנג ער האט געלעבט.
יא נחמן נתן וואס ווילסטו פרעגן?
רבי ווי אזוי האט נח געפילט ווען די מבול האט זיך געענדיגט, עס איז זייער אינטערעסאנט, ווען ער איז אריין האט ער געזען בילדינגס, חיות, אלע מענטשן וואס ער האט געקענט, און יעצט ווען ער איז ארויסגעקומען איז געווען א ליידיגע וועלט, ער האט מן הסתם געפילט שרעקליך.
יא! זייער א שטארקע נקודה האט נתן'לע ארויסגעברענגט, עטס הערטס קינדער, נתן'לע זאגט אז נח האט מן הסתם געפילט שרעקליך, א יאר צוריק איז ער געווען אין א וועלט פול מיט מענטשן און יעצט קומט ער ארויס אלעס איז ליידיג, עס איז נאר דא ער אליין אין די גאנצע וועלט.
ווייסט ווער עס האט שוין אנגעמערקט די זאך? דער הייליגער רבן שמעון בר יוחאי, רבי שמעון בר יוחאי זאגט אינעם הייליגן זוהר, ווען נח איז ארויסגעקומען פון די תיבה האט ער ארומגעקוקט און ער האט געזען א ליידיגע וועלט, ער האט געזוכט זיין שטאט, זיין הויז, ער האט געזוכט אלע מענטשן וואס ער האט געקענט פון א יאר פריער אבער עס איז געווען ליידיג קיינער איז נישט געווען, ער האט געפילט אזוי צובראכן, ער האט אויסגעבראכן אין א געוויין, און ער האט געזאגט פארן אייבערשטן "דו ביסט דאך א רחמנות'דיגער באשעפער פארוואס האסטו דאס געטון, פארוואס האסטו חרוב געמאכט די גאנצע וועלט?" ער האט זיך נישט געקענט בארואיגן.
ווייסט וואס דער אייבערשטער האט אים געענפערט: "דו ביסט א פאסטוך א שוטה! יעצט וויינסטו? יעצט בעטסטו? יעצט איז שוין דערנאך! די וואלסט געדארפט בעטן פאר די מבול, איך האב דיר געגעבן הונדערט און צוואנציג יאר, דו האסט געוויסט אז עס קומט א מבול פארוואס האסטו נישט געבעטן אז עס זאל נישט קומען קיין מבול?
אה! איך האב הנאה איך זע הענט אין די הייעך, יעדער וויל עפעס פרעגן, איך זע נאכנישט אלע הענט, אה זייער פיין עטס טראכטסט זייער גוט, לאמיך זען וועם איך גיי אויפרופן צו פרעגן די קשיא.
טובי'! נו לאמיר הערן.
"איך פארשטיי נישט, נח האט הונדערט און צוואנציג יאר שווער געארבעט צו מאכן די תיבה, ער האט מוסר געזאגט פאר די מענטשן זיי זאלן תשובה טון, פארוואס רופט מען אים אן א שוטה, ער האט זייער גוט געטון זיין ארבעט, ער האט מעורר געווען די מענטשן תשובה צו טון, פארוואס האט מען טענות אויף אים אז יעצט וויינט ער, ער האט געוויינט פאר דעם הונדערט אין צוואנציג יאר".
טוביה, זייער קלאר ארויסגעברענגט, אלע קינדער האבן געהאט די זעלבע קשיא?
יא!
אה! א מחיה! קלוגע קינדערלעך וואוילע קינדערלעך וואס ברענגען אידיש נחת…
איך גיי ענק זאגן די תירוץ, די תרוץ איז זייער פשוט, נח האט אנגעהויבן בויען די תיבה, און מענטשן האבן אים געפרעגט וואס איז די נייע געביידע, ער האט אנגעהויבן זאגן מוסר, ער האט זיי פארגעהאלטן, ער האט זיי געזאגט אז עס קומט א מבול, די מענטשן פון דור המבול זענען אבער געווען אזוי צוגעוואוינט צו שלעכטע זאכן אז עס איז זיי נישט אריין אין קאפ, פונקט פארקערט זיי האבן נאר אנגעהויבן פיינט צו האבן נח אז ער האלט זיי און איין זאגן מוסר, נח האט געמיינט אז דער אייבערשטער וויל ער זאל בויען די תיבה אזוי לאנג כדי ער זאל האבן גענוג צייט צו זאגן נאך און נאך מוסר פאר די מענטשן, אבער ווען עס איז אריבער די מבול און ער האט געזען איך האב געארבעט אזוי שווער איך האב אלעס געטון אז די מענטשן זאלן בעסער ווערן אבער עס איז געווארן פונקט פארקערט, יעמט ווען די מבול האט זיך געענדיגט האט אים עס זייער וויי געטון, פארוואס האב איך נישט מצליח געווען, פארוואס האב איך נישט געקענט פועלן ביי די מענטשן אז זיי זאלן זיך צוריקקערן צום אייבערשטן,
עטס ווייסט וואס דער אייבערשטער האט אים געזאגט? "דו נארישער פאסטוך, איך האב דיר געבעטן דו זאלסט מוסר זאגן? עס איז א שווערע זאך צו זאגן מוסר, מענטשן זענען נישט גרייט צו הערן, און מענטשן טוישן זיך נישט, אפילו מען זאגט מוסר, אפילו די ווארענסט "געוואלד! עס קומט א מבול" עס איז ארויסגעווארפן צייט", דער אייבערשטער האט געזאגט פאר נח: "דו וואלטסט געדארפט בעטן פאר זיי, אוי! אזא רחמנות! אוי רבונו של עולם, געב די מענטשן שכל, העלף די מענטשן, ברענג אין זיי אריין א רוח טהרה זיי זאלן טרעפן א וועג ווי אזוי ארויסצוגיין פון זייערע שלעכטע געוואויהייטן".
קינדער עס איז זייער דראמאטיש!
עס איז געווען פונקט אזוי ווי היינטיגע צייטן, מענטשן זענען געווען זייער צוגעקלעבט צו זייערע שלעכטע זאכן, און אזוי ווי מען זעט היינט אז מוסר העלפט נישט, אפילו יעדער שרייט, עס קומט א חורבן עס גייט זיין שרעקליך אויב מען גייט נישט תשובה טון.
קינדער איך ווילן אז ענק זאלן גוט וויסן די זאך, יעדער מענטש וואס טוט שלעכטס, ווייסט אז ער טוט שלעכטס, ער דארף נישט דיין מוסר, דיין מוסר מאכט נאר יענעם מער צובראכן, דיין מוסר מאכט נאר אז ער זאל ווערן ערגער.
א מענטש וואס געבט מוסר פאר א מענטש וואס איז אריינגעפאלן אין עבירות איז א פשוטער שוטה.
וואס יא, דער אייבערשטער האט אונז געגעבן דעם לימוד וואס דער רבי לערנט מיט אונז, ווער עס לערנט אסאך עצתו אמונה, ווער עס הערט אסאך די שיעורים פונעם ראש ישיבה אזא איינער האט א עצה, די עצה איז בעטן דעם אייבערשטן, נישט ווארטן נאך די מבול, נישט ווארטן נאך עס וועט שוין זיין א צרה, נאר בעטן דעם אייבערשטן און מלמד זכות זיין אויף מענטשן, זאגן פארן אייבערשטן: "אידישע קינדער זענען וואויל, עס איז אבער אזוי שווער צו זיין ערליך, זיי מיינען נישט קיין שלעכטס, געב זיי א עצה ווי אזוי ארויסצוקריכן פון זייערע עקלדיגע שלעכטע זאכן".
און דאס איז וואס מיר לערנען זיך פון נח, נח האט הונדערט און צוואנציג יאר געהאלטן דרשות, גערעדט, זיך גערעגט, און זיך אפגעשיידט פון אלע שלעכטע מענטשן, ער האט געקוקט אויף די אלע מענטשן מיט א קרום אויג, שלעכטע רשעים, וואלט ער ווען געהאט די עצות פון די הייליגע רבי, וואלט ער געבעטן די אלע יארן "אייבערשטער מאך אז די מענטשן זאלן תשובה טון, ברענג נישט קיין מבול, העלף זיי, זיי זענען נעבעך אומשולדיג, זיי ווייסן נישט ווי אזוי ארויסצוגיין".
נאכדעם וואלט ער שוין געקענט זאגן מוסר, א מוסר וואס קומט פון א צדיק וואס קוקט מיט רחמנות אויף מענטשן אזא מוסר קען מען אננעמען, דער מענטש פילט אז דו האסט אים נישט פיינט דער מענטש פילט אז דו ווילסט אים העלפן, דער מענטש פילט אז דו פארשטייסט אים, פון אזא מענטש איז מען גרייט צו הערן מוסר.
 
***
 
מען מוז פאר קינדער אויך אמאל לערנען דאס וואס דער רבי לערנט אונז, איך זע עס שמעקט דיר נישט די חינוך דא, וואס דארף מען לערנען די זאכן מיט קליינע קינדער, אדרבה נעם דו איבער די קלאס, ביי אונז האט מען יא גערעדט פון די זאכן, קינדער זענען זייער גוטע מבינים, זיי האבן גאר קלוגע קעפ זיי ווייסן פונקטליך.
מען זעט א אינטערעסאנטע זאך, סיי ביי די קינדער, בחורים און אויך ביי די מיידלעך, די יונגערע כאפן עס נישט אזוי שטארק - בעסער געזאגט זיי רעדן נישט אזוי שטארק דערפון - אבער די עלטערע קינדער פרעגן אסאך מאל: "ווי אזוי קען זיין אז איך בין געווען אין א אנדערע ישיבה איך בין געווען אין א אנדערע סקול, אין ווי מער איך האב געהערט מוסר אלס מער האט איך פיינט באקומען אידישקייט", מיידלעך בפרט וואס קומען פון אנדערע שולעס פרעגן: "ווי אזוי קען זיין אז יעדע מאל די 'רוחניות לעידי' איז געקומען באקוקן מיין בלוזקע און מיין שעסל אויב עס איז אויסגעהאלטן, יעדע מאל די לערערין האט גערעדט אז די ארבל מוז פארדעקן די געלענק, יעדעס מאל האב איך אפגעמאכט אז איך גיי אראפ א שטאפל אין צניעות, און ווי אזוי קען זיין אז זייט איך בין געקומען אין היכל הקודש אפילו אז דער ראש ישיבה זאל שרייען און מיך פארשעמען, יעדעס מאל ווער איך בעסער אין צניעות?"
 
דאס זעלבע איז ביי די בחורים, מען הערט די בחורים טענה'ן: "ווי אזוי קען זיין אז ווען איך האב געלערנט אין מיין אלטע ישיבה און דער מגיד שיעור האט גערעדט וועגן די אלע סארט כלים מכלים שונים האב איך אפגעמאכט איך גיי קויפן די נעקסטע ווערסיע פון געלעקסי, אדער אייפאוין, פארוואס יעדעס מאל ווען עס איז געקומען א בעל דרשן און גערעדט וואספארא פינסטערע דור עס איז און ווי מען דארף אכטונג געבן מען זאל נישט האבן קיין שום שייכות מיט די אלע זאכן (וועלכע זאכן), צו ווען איך האב געזען די שיינע צעטלעך אין שול אז עס קומט א מבול און ווער עס וועט האבן די אלע גע'אסר'טע כלים נו נו, דאס אלעס האט מיר געגעבן די שטופ איך זאל דווקא קויפן די נייעסטע און טייערסטע עפל אייפעד אייפאד, בשעת ווען דער ראש ישיבה - וואס יעדער ווייסט ער ניצט פיל א שארפערע טאן בנוגע די אלע זאכן און עס פועלט צוביסלעך אויף מיר?
 
דאס וואס מיר האבן דא גערעדט צו די קינדער דאס איז דער ענטפער, דער ראש ישיבה און זיינע תלמידים קוקן אויף מיר מיט א רחמנות בליק אוי! נעבעך! ער איז נישט געזונט, ער האט א צובראכענע פיס, איך קען אים הייסן לויפן? ער דארף האבן שטעקענעס, מען דארף בעטן פאר אים, ער דארף א רפואה, אזעלכע ווערטער זענען שוין גאר אנדערע ווערטער אזעלכע ווערטער ווערן אויסגעהערט און אויסגעפירט.
 
לאמיר נישט זיין ווי נח און וויינען אויף אויסגעגאסענע מילך, לאמיר נישט זיין די נארישע פאסטוך וואס ווייסט אז יענער דארף זיך פארעכטן, אז דער אייבערשטער האט אונז געגעבן א תיבה ווי זיך צו באהאלטן פון די שרעקליכע מבול היינטיגע צייטן.
 
לאמיר א קרעכץ טון צו אונזערע טאטען אין הימל לאמיר בעטן א געבעטעלע: "טאטע, אידישע קינדער זענען וואויל, זיי זענען 'נישט' קיין שקצים, עס איז נישט קיין פינסטערע דור, די אלע פאסטוכער שוטים וואס דו האסט אונז אוועקגעשטעלט זיי מאכן פינסטער די דור, זיי פארשמירן און באשמיצן די נאמען פון דיין הייליג פאלק, די נסיונות זענען אזוי ביטער".
ווען דו טראכטס: זעהסט אים דארט דעם שגצ'ל מיטן גרויסן טעלעפאאן, עס קומט אריין די נארישע געדאנקען: אים דארף מען געבן אפאר גוטע פעטש, זעט אויס אז ער האט נישט געהאט קיין מוסר זאגער וואס זאל אים שטעלן אין פלאץ.
 
זעסט דארט די שיקסעלע, קוק ווי אזוי זי גייט נעבעך זי איז מכשיל אלע מענטשן אויפן גאס, זעט אויס אז זי האט נאכנישט געהערט קיין מוסר.
 
ניין! שעפעלע זיי נישט קיין שוטה, דער שטיקל פלייש וואס ליגט אויף דיינע פלייצעס האט דער אייבערשטער באשאפן כדי דו זאלסט קענען טראכטן, טראכט! טראכט נארמאל! און קוק אויף זיי ווי זיי האבן א צובראכענע פיס, און מאך א תפילה: אוי א רחמנות אוי טאטע אין הימל געב אונז כוחות פאר אונזערע נסיונות, הייל אים\איר אויס געב זיי שכל, באשעפער העלף עס זאל אנקומען די ריכטיגע קארטל, גליון, בלעטל, נומער, ספר, סידי, וואס זאל זיי העלפן זיך צוריקקערן צו דיר.