איך דריי מיך שוין ארום מיט דעם זייגער פאר די לענגסטע צייט, מיין ווייב, מיינע קינדער, אלע ווייסן שוין אז יעדע מאל מען פארט אריין אין שטאט באקומט דער זייגער דער אויבן אן, ער איז דאך א שטענדיגער מיטרייזענדער, יא… וואס רעדסטו… א שיינער זייגער! ער טראגט אונטער זיך א רייכע היסטאריע.
 
דער האט גוט געארבעט ביי מיין תנאים… ווער געדענקט נאך די אלטע מאדישע צייטן… ווען עס איז נאך געווען אין סטייל צו ווארפן געלט אין מיסט… ווער געדענקט נאך יענע צייטן… מען האט נאך געגעבן טייערע חתנים פאר די תכשיטים… הממ… נאכאמאל…? ניין אזוי גייט עס… מען האט גענומען א חתן א תכשיט, און מען האט אים געמוזט געבן א תכשיט… מען האט געגעבן טייערע תכשיטים פאר די תכשיטים…
 
בבושת פנים מוז איך מודה זיין, איך בין נאך געבוירן געווארן אין א פריערדיגע עפאכע, איידער בענק און באלאנען האבן געקראכט… אבער איך בעט דיר לאך נישט פון מיר… יעדע תקופה האט זיך זיינע סטאטיסטיק'ס און שיטות, געבויט אויף שטודיעס פון שטודירער פון יענע תקופה, און עוילעם גוילעם לאזט זיך פון דעם פירן.
 
איז דעמאלט, אין יענע צייטן האבן די זאך קענער, די מבינים, די סטראטעגיסטן, געהאלטן אז עס איז 'גאר' וויכטיג אז מחותנים זאלן ווערן בעלי חובות ווען זיי מאכן חתונה די קינדער, קוק אהער, זאכן טוישן זיך דאך יעדע פאר יאר, איז ווא'דע געלעכטער… יענע יארן האט מען נאך אזוי געהאלטן… שוין! אין יענעם תקופה האב איך חתונה געהאט למזל טוב.
 
אז איך רעד שוין פון יענע תקופה, קען איך נישט ווייטער גיין איידער איך גיס מיר אויס מיין ווייטאג, איך מוז אייך מיטטיילן מיין ווייטאג וואס עס ליגט מיר אין הארץ נאך פון דעמאלטס, איך האב געוואוינט אין א בנין מיט אסאך שכנים, מיינע שכנים האבן מיטגעהאלטן מיין סדר היום טאג טעגליך… און איך באשולדיג זיי נישט… דאס איז געווען מנהג המקום… איך זאג נישט קיין נאמען פון א פלאץ… אבער אזוי איז געווען איינגעפירט אין יענע מקומות… מען האט מיטגעהאלטן אלעעעס - פארשטייט זיך ווי ווייט מעגליך… - וואס עס טוט זיך ביי יענעם, און… מיינע שכנים, גראדע זייער פיינע וואוילע מענטשן, זיי האבן מיטגעהאלטן יעדן טאג ווען איך גיי שלאפן, ווען איך שטיי אויף, און אזוי ווייטער, זיי האבן מיך געקענט פאר א מסודר'דיגער מענטש, און אויך האבן זיי דאך געהערט אז מיין שווער האט זיך דערקלויבט דער טשאטשקע פון ישיבה… זיי האבן אודאי נישט געוואלט ווארפן די שולד אויף מיר, א טשאטשקע שטייט נישט אויף שפעט… האבן זיי באשולדיגט נישט קיין אנדערן ווי דעם באליבטער זייגער…
 
שוין דעמאלט זענען ארומגעגאנגען שמועות אויף דעם טייערן גאלדענעם זייגער, נישט מער און נישט ווייניגער אז דער זייגער האט שוין דאן נישט געארבעט, אבער נישט געזארגט, עס האט פיין געארבעט, עס האט מיר וויי געטון אז מען באשולדיגט נעבעך דעם אומשולדיגן זייגער אז ער ארבעט נישט, אין די צייט וואס איך בין געווען דער וואס האט נישט געארבעט… איך וועל אייך אויסזאגן דעם אמת, איך בין נאך דאן געזיצן אין כולל… איך האב נאך דאן נישט געארבעט… דער זייגער האט גראדע גאר פיין געארבעט, יעדע פינף מינוט האב איך זיך געטשעפטשעט דערמיט… דאס ארויסגענומען פון מיין בוזעם-פריינט, אנגעהויבן שלעפן דעם טייערן גאלדענעם געהענגל, ווי עס האט זיך נאכגעשלעפט דערפון דעם שיינעם גאלדענעם זייגער, און יא… עס דער זייגער האט זיך גערוקט מיט פונקטליך פינף מינוט, נישט קיין איין איינציגע רגע מער, נישט קיין איין איינציגע רגע ווייניגער… אוי געדענק איך די יסורים וואס דער זייגער האט מיר אנגעמאכט, נישט געזארגט, שפעטער איז ער שוין סתם אזוי מיטגעפלויגן מיטן שטראם… ממש אן פרעגן קיין רשות, ער איז גאנצעטע טעג געלאפן… פון ווי נעמט מען אזעלכע כוחות? אזוי צו לויפן? אבער פרעג נישט קיין קשיות אויף יענע צייטן, וועמען דו וועסט טרעפן פון יענער תקופה וועט דיר מודה זיין אז עס איז געווען אן אבנארמאלע זאך וואס די זייגער'ס האבן אפגעטון מיטן זיך נישט רירן די ערשטע פאר כולל יארן, און פלוצלינג אנהייבן אזאנס לויפן אזש מען האט די צייט נישט געקענט דעריאגן…
 
דאס איז געווען אבער נאר ממש אנהייב, אבער אזוי ווי עס איז אריבער א פאר יאר האט דער באקומען אזא סארט מין או סי די אז עס לאזט זיך נישט גלייבן, ער האט פארגעסן אז ער האט נישט צו לאנג צוריק שוין געוויזן אויף דעם צוועלעף, באטראכטנדיג אים פון דער נאנט זע איך ווי דער ווייזערל ווען ער קומט אן צום זעקסער געבט ער זיך אזא גליטש צוריק אטאמאטיש… ער איז צוריק ביים רוימישן צוועלעווער… (כזה XII) איך גלייב אז ווען דער זייגער סוחר וואלט געוויסט אז ער פארקויפט מיר אזא אטאמאטישען גאלדענעם זייגער וואלט ער גערעכנט דערפאר נאך א טויזענטער, איך רעד פון בימים ההם ווען טויזענט דאלער האט נאך געמיינט טויזענט דאלער…
 
ווי עס זאל נישט זיין האב איך באזוכט ביים צירונג געשעפט, ווי מיין שווער האט מיר געזאגט אז דארט האט ער געקויפט דעם זייגער.
 
איך מוז אייך אבער מודה זיין אז דאס - אז איך זאל גיין זוכן הילף אינדרויסן - דאס איז שוין געווען מער לעצטענס, ווייל אנהייב האב איך אלס פארפעסיאנאלער מעכאניקער… איך האב דאך שוין אפילו געלערנט ווי אזוי פאכמאניש צו פארעכטן אן ענדזשין לייט… נו! וואס טראכסטו, זאל איך דען א זייגער נישט קענען פארעכטן? פרובירנדיג אליין צו פארעכטן דאס זייגערל האב איך מקיים געווען דעם 'מות יומת'... געטייטענט זאל עס געטייטענט ווערן… איך האב עס געטייטענט מיט א צווענגל… עס האט טאקע אנגעהויבן צו טאקטן אבער מער פון דעם, גארנישט! איך האב עס גענוצט אויף צו קענען האלטן א ביעט פון א גאר באקאנטער אף ביעט ניגון… פון די ניגונים וואס איך דערמאן מיך יעצט, למשל די ניגון 'שבת' יא דעם ניגון האט דער אף-ביעט זייגער זייער גוט מיט-געטאקט…
 
אזוי איז אריבער א יאר נאך א יאר און עס ארבעט נאך אלס נישט, בין איך אריבער צום זייגער סוחר, צום ערשט האט ער גע'טענה'ט אז מען זאל אינוועסטירן אין א באטעריע, גראדע האט ער געהאט איינס אין סטאק, און פונקט פאר גאר א ביליגע פרייז, ביליגער פונעם זייגער זעלבסט, דער מוכר האט באשטעטיגט אז הגם מיר האלטן שוין א שיינע פאר יאר נאך די חתונה היות דער זייגער האט מען דאך געקויפט פאר די חתונה, איז געבליבן אפן א קליין פענסטערל פון די השפעות וואס האבן זיך געעפענט ביי די חתונה אויף אזויפיל צו קענען עפארדן צו קויפן א באטעריע פארן זייגער.
 
עס האט ווייטער געצויגן פאר א וואך, אפשר צוויי, אבער נישט מער, ער איז אריבער א וואך און מיר האלטן ביי אלף… דער צוויי טויזנט דאלערדיגער זייגער, אינאיינעם מיטן הונדערט דאלערדיגע באטעריע דערין עקש'נט זיך אז עס איז נאך אלס נאר צוועלעף אזייגער.
 
אזוי האט דער זייגער זוכה געווען יעדע מאל צו א טריפ אריין אין שטאט, זוכן ווער עס קען עס פארעכטן.
 
דאס קומענדיגע מאל איך בין אריין געפארן אין שטאט טרעף איך מיך שוין ווייטער שטיין ביים סוחר, ווי עס שטעלט זיך ארויס - זאגט ער מיט א שטארקע מבינות - איז די מאדעל פון דעם זייגער טאקע געווען א דורכפאל, דו ביסט נישט דער איינציגער מיט דעם פראבלעם, שוין, איך האב ממש אפגעאטעמט, צרת רבים, הייסט איך בין נישט דער איינציגער וואס דרייט זיך ארום מיט א פארריקטער זייגער, ער זאגט מיר אבער די זייגער איז אויט אוו סטאק, אבער ער קען איינער… וואס קען א צווייטן… וואס קען א דריטן וואס קען זיך אויס מיט זייגערס… נו שוין! אזוי זע איך מיך ווייטער מיטן צובראכענעם זייגער, אבער יעצט שוין ביים זייגער מבין, ער זאגט אז איך זאל קומען צו אים מארגן צוועלף אזייגער, ער פארשפרעכט מיר אז דער זייגער וועט זיין ביים צוועלעווער… און כך הוה, אזוי איז טאקע געווען, ער איז געבליבן שטיין ביים צוועלעווער, דער זייגער האט זיך גאר ווייניג דערשראקן פון דעם מבין, ער רירט זיך נישט, ער האט א פאלעסי… שוין יארן וואס ער ווייסט אז פונעם צוועלעווער רוקט מען זיך נישט.
 
די מעשה האט זיך ווייט נישט דא געענדיגט, ווען נישט אז איך ווייס אז מען האט געניצט פאר דעם זייגער צוויי טויזענט פון די געלט וואס עס גיסט זיך השפעות וואלט איך עס שוין געשטעלט אין די זייט, אבער ווי אזוי קען איך גיין צו מיין שווער'ס הויז וה'זייגער איננו, עס האט מיך אביסל געבאדערט פארוואס דער זייגער איז מיר געווארן ממש ווי א וויידל, עס איז ממש געגאנגען וויירעל… ווי איך גיי פרעג איך יעדן 'אנטשולדיגט איר קענט זיך אפשר אויס מיט זייגער'ס…'
אזוי בין איך געגאנגען פון איין רעכל צום צווייטן, פון א צווייטן מעכל צום ערשטן, אבער דער זייגער האלט זיך ביי זיינס, עס איז צוועלף אזייגער, די צייט האט זיך גערוקט און יארן האבן זיך אויך גערוקט, און מיט די יארן בין איך נאך אלס נישט קלוגער געווארן.
 
אה! איך האב אייך פארגעסן צו זאגן אז די מעשה האט א גוטע ענדע, צום סוף בין איך נישט געבליבן מיטן צובראכענעם זייגער. 
 
אין איינע פון די טעג האב איך אנגעטראפן א איד, ער זעט ווי און מוטשע מיך מיטן זייגער, קום נאר אהער יונגערמאנ'טשיק… א יונגערמאן? איך האב דאך שוין א גרויע בארד, יא יא, ער עפענט מיר דעם דעקל פונעם זייגער, גאר שטארקע ברילן האב איך געברויכט, און דאס וואס איך האב געזוכט האב איך געטראפן. דארט אויף דעם אנדערן זייט פונעם דעקל, האב איך געטראפן די פיצעלע אותיות, עס שטייט דארט טאקע באהאלטן און אין קליינע בוכשטאבן אבער גענוג זעהבער, עס שטייט דארט די נאמען פונעם מאנופעקטשור, און מיט די היינטיגע טעכנעלאגיע האב איך גאר געשווינד געטראפן די נומער אין די לאקאציע פונעם פאבריצירער פונעם זייגער, עס איז נישט אריבער אפאר וואכן און דער זייגער איז פאראכטן, אה די זיסע טאקט'ן פונעם זייגער האט מיך דערמאכט פון שנה ראשונה.. איך האב נאר געדארפט יעצט אפיר זוכן מיין וועסטל וואס האט דעם ספעציעלן טעשל וואס דער שניידער טוט ספעציעל דעזיינען פארן חסידישן יונגערמאן ער זאל האבן ווי אריינצולייגן דעם טאשן זייגער.
 
***
אבער איך האב באמערקט אז נישט דער זייגער שלעפ איך ארום, איך שלעף 'זיך' ארום מיט 'זיך' זעלבסט, 'איך' ארבעט נישט! איך ארבעט… איך האב א דזשאב… אבער 'איך' ארבעט נישט! איך טרעף מיך כסדר ווי דער צובראכענעם זייגער, אבער אזוי גוט צובראכען אויף שברי שברים - פיץ פיצלעך, איך גיי פון איינעם, וואס קען א צווייטער, וואס קען א דריטער, וואס קען זיך אויס מיט חכמת הנפש… לאך נישט… עס איז געווען שוין נאכן סוקסעספול… אפשפרעכן אלע עין הרע'ס… און אלעס דורך הארציגע אידן וואס רעכענען א מינימאלע אפצאל, קיינמאל האב איך נישט געצאלט פאר קיינע פון די 'וואוילטעטיגע ארגאנעזאציעס' קיין הונדערט דאלער קיין צוויי הונדערט און קיין דריי הונדערט… און אפילו עס האט זיך געהאנדלט פון די 'גאר ביליגע שמחה פעקעדזש' מוז איך זיי דערמאנען לטובה זיי האבן זיך גערעכנט מיט מיר, זיי האבן מיך קיינמאל חס ושלום נישט גערעכנט קיין טויזנט דאלער… זיי האבן געוויסט אז איך קען מיך נישט עפארדן די אסטראנאמישע סומעס, זיי האבן מיט אזא שטטארקע מיטגעפיל 'נאר' גערעכנט הונדערט ניין און ניינציג… צוויי הונדערט ניין און ניינציג… און ביי די שמחה ספעשעל… וואס דאס באהיט דאס גאאאאנצע משפחה פון אאאלע ענין הרע'ס האבן זיי גערעכנט בלויז ניין הונדערט ניין און ניינציג… לאך נישט, דו ווייסט וואס מען קען קויפן פאר א דאלער…
 
זיי מיינען נישט קיין שלעכטס, ער דארף דאך פרנסה, נו!  דער דאלער וועט אים נישט ארעם מאכן, און ווייטער קוקענדיג אויף מיין טאש, מוז איך זאגן אז ער האט מיך נישט אינגאנצן אויסגעזעקלט, ער האט אלעמאל זיכער געמאכט אז איך בלייב מיט א דאלער אין טאש, אז אהיימגייעדיג זאל איך נאך קענען עפארדען דעם קע"ן סאד"ע, אוי די גענאדע פון די אפשפרעכער פון די טערעפיסטן דאס האט דאך נישט קיין גרעניץ.
 
א מ'רעדט שוין פון אפשפרעכן, מוז איך דא זאגן וואס איך האב געהערט פון פישי, אוי זאגט ער גוט… ער איז געפארן מיטן לופטאנזא לופט ליניע, דארט האט הארט נעבן אים איז געזיצן א יוגענטליכער מזרע עמלק… א דייטשישטער אפשטאמיגער… געבט ער אים א פרעג: אנטשולדיגט! שפרעכן זי אפ עין הרע'ס…!
עס קומט נישט דא אריין? קניינע הרע!
 
און אזוי דריי איך מיך ארום מיט יסורים, א טאג נאך א טאג, א וואך נאך א וואך, א יאר נאך א יאר, איך זוך דער וואס קען זיך מטפל זיין און העלפן, אבער דערווייל האט זיך גארנישט גערוקט.
 
אה! איך בין שוין א געהאלפענער, וואוו! דער געבט סעלף קאנפידענץ, ווארט! עס גייט נישט אין איין סעשאן… און נישט מיט איין מאל צוויי הונדערט ניין און ניינציג! עס איז דריי שיעורים ביז ער קען מיך עפענען… און אנהייבן אריינקריכן… אבער נאכדעם בין איך גאראנטירט… און אויב עס ארבעט נישט באקום איך צוריק דאס געלט… נאכדעם הייבט זיך זיך אן נאר נאך דריי סעשאנ'ס, און דאן… געשעהט די וואונדער…!
 
אה יענץ? יענץ האט נישט געארבעט, אודאי נישט, דאס איז א אלט מאדישער מעטאד, סתם ארויסגעזויגן געלט, דו ווייסט נישט אז עס איז דא א נייע מהלך, א נייע מין מאטאד, עס הייסט טערעפי…
 
אזוי לויף איך ארום און עס דרייען זיך דורך יארן יארן, אבער קלוגער בין איך נאך אלס נישט געווארן, ווייל איך האב נאר אויסגעגעבן פאר דעם נייער טערעפיסט א פופציגער, פופציג אלפים, אבער איך בין געוואויר געווארן אז זיין מעטאד איז נישט די ריכטיגע מעטאד נאר מען דארף טרעפן דעם ריכטיגן מענטש, און דארט איז ער מיר האבן אים געטראפן, דעם ריכטיגן בחור, ער פארשטייט, ער האט עס ארויס, דער רעדט דאך אזוי גוט, קענסט פרעגן זיינע קליענטן, אלע זענען מודה אז דער איז דער מומחה.
 
און אזוי דריי איך מיך ארום מיט יסורים, א טאג נאך א טאג, א וואך נאך א וואך, א יאר נאך א יאר, איך זוך דער וואס קען זיך מטפל זיין און העלפן, אבער דערווייל האט זיך גארנישט גערוקט.
 
מיין ווייב זאגט מיר אז עס האט נישט קיין זין אויפהערן גיין אויף טערעפי, ווי וועלן מיר שידוכים טון אז מען וועט אויסגעפונען אז מיר האבן אויפגעהערט גיין אויף טערעפי… נו, אז מען איז צוויי דריי מאל אריינגעפאלן מיט א נישט גוטער טערעפיסט, נו! דאס מיינט נאכנישט אז טערעפי העלף נישט, ער איז נישט פשוט נישט געווען דער ריכטיגער שליח פונעם רבונו של עולם… (אוי דער צוקער זיסער אמונה שטעקעלע, עס ליגט אזוי פארשטויבט, וועסט נישט הערן דעם אייבערשטן ממצרים ועד הנה, מען נעמט אפיר דעם באהאלטענעם 'באשערט' דער 'ריכטיגער שליח', עס קומט ארויס נאר ווען מען דארף איינעם שמייסן דערמיט…) ווי נישט זעסטו דאך אז די וועלט גייט צו טערעפי, עס מוז דאך זיין אז טערעפיסטן טויגן… טאקע אפשר טויגן זיי נישט צו קיין מענטשן, אבער אויף כפרות טויגן זיי דאך די טערעפיסטן… נו ארגער פון א כפרה בין איך דאך נישט… און אז זיי טויגן אויף כפרות, וועלן זיי דאך אויף מיר אויך טויגן…
 
און אזוי דריי איך מיך ארום מיט יסורים, א טאג נאך א טאג, א וואך נאך א וואך, א יאר נאך א יאר, איך זוך דער וואס קען זיך מטפל זיין און העלפן, אבער דערווייל האט זיך גארנישט גערוקט.
 
איך האב טאקע געהערט ענליכע דיבורים פונעם טערעפיסט, ער טענה'ט אז די מאדעל איז א צובראכענעם מאדעל, פארשטייט זיך נאכן אויסזויגן מיינע מיינע לעצטע פופציג אלפים פאר מיר… דם פאר מיר… דם פאר מיין ווייב… צפרדע פאר מיר צפרדע פאר די קינדער… עקסטערע סעשאנס מיט שווערע געלטער, ביז ער האט טאקע געשאקלט די קאפ מיט ווייטאג אז מיין טאטע מאמע זענען שולדיג אין דעם גאנצן עסק, זיי זענען שולדיג ווייל זיי האבן מיך געבוירן… פארוואס האבן זיי מיך בכלל געבוירן… און טערעפי וועלט ווייסט מען אז אלע פראבלעמען זענען די עלטערן שולדיג… אזוי שטייט בפירוש און די קאנסטעטוציע פון טערעפי… ער כאפט נישט אז אפשר בין איך טאקע געבוירן כדי ער זאל קענען חתונה מאכן זיינע קינדער… האסט געדארפט זען ווי שיין דער האט חתונה געמאכט, נו קען מען זאגן אז אומזיסט האבן מיר מיין טאטע מאמע געברענגט אויף די וועלט, פון ווי וואלט ער געמאכט א ליווינג… אבער זעט אויס אז די בוך ווי ער האט שטודירט איז אויסגעלאפן פון עצות ווי אזוי דעם צובראכענעם נפש אויסצוזויגן, נו! האט ער טאקע געמאכט גאר א קלוגע מסקנה… אז איך בין געבוירן מיט גאר שווערע נאטורן… וואס מען קען נישט היילן, איך שטום נישט מיט מיין ווייב… מיין ווייב שטומט נישט מיט מיר… און מיר ביידע באזונדער שטומען נישט אויך נישט, און אונזערע קינדער? פאר די רייט פרייס, און פארשטייט זיך אז מיר וועלן עס פינאנצירן, ווייל מיר ווילן חס ושלום נישט אריינפאלן אין די קאטאגאריע פון יוא! "אומ'אחריות'ידגע עלטערן" וואס שיקן נישט די קינדער אויף טערעפי,  און מיט אונזער געלט, אויב עס וועט זיין גענוג באצאלט, וועט דער טערעפיסט עצה'ענען אונערע קינדער, אז זיי זאלן אפהאקן פון אונז… וואוו! אזא גוטע עצה! עס איז ממש נפלאות הבורא די שכל וואס דער אייבעשטער האט אריינגעלייגט אין דעם בעל חי… זיי ווייסן קלאר, זיי האבן באקומען א דעגרי דערויף… אז מיר, די עלטערן זענען די גאנצע פראבלעם, און מיר האבן זענען א גע'דעמידזש'טע מאדעל… ואין לו תקנה אלא … ! 
 
און אזוי דריי איך מיך ארום מיט יסורים, א טאג נאך א טאג, א וואך נאך א וואך, א יאר נאך א יאר, איך זוך דער וואס קען זיך מטפל זיין און העלפן, אבער דערווייל האט זיך גארנישט גערוקט.
 
מיין זייגער איז שוין פאראכטן אבער צו מיין צובראכענעם נפש האב איך נאכאלץ נישט געטראפן קיין טרייסט, ביז איך האב געטראפן א חיזוק יומי פונעם ראש ישיבה, דאס האט אפגעווישט אלע טעאריעס, אלע שפעקולאציעס, דער ראש ישיבה זאגט דארט אין די חיזוק יומי: "עס איז דאך דא איינער וואס האט דיך באשאפן! קיינער אין די וועלט קען נישט דיט העלפן! קיינער אין די וועלט קען דיך נישט פארשטיין! פארוואס לויפסטו ארום די געבסט אויס שווערע געלטער פאר טערעפיסטן ווען זיי קענען זי אליינס נישט העלפן! גיי אין א זייט! נעם א מינוט צוויי שמועס דיך אויס דיין גאנצע הארץ וואס עס באדערט דיך רעד עס אויס צום אייבעשרטן! ער וועט עס קיינעם נישט דערציילן! ער וועט נישט לצנות מאכן פון דיר! פראביר עס אויס עס קאסט נישט קיין געלט! פראביר עס אויס, דו וועסט דיך שפירן א נייע מענטש!
 
אה! אזא קלוגע עצה, דער אייבערשטער ער האט פארבריצירט דעם קאמפליצירטן מענטש, עס איז דאך דא א מענופעקטורער וואס האט פראדוצירט דעם מענטש און… עס איז דאך דא איינער וואס האט אויסגערעכנט און צאמגעשטעלט דו מיט דיין ווייב, די צוויי מערסט קאמפליצירטע מאשינען.
 
און אז עס זעט אויס ווי עס ארבעט נישט, גיי צו דער וואס האט עס געמאכט, גיי צום מענופעקשטור'ער, אז ער האט עס באשאפן, אז ער האט עס צאמגעשטעלט וועט ער דאך זיכער וויסן וואס דער אמת'ער פראבלעם איז, ער וועט דאך זיכער וויסן וואס איז ראנג מיט זיינס א פראדוקציע. ניין! ער מאכט נישט קיין טעותים! ניין! ער פארבריצירט נישט קיין כלים מיט פראבלעמען וואס מען קען נישט פארעכטן! ניין! ער טוט נישט צאמשטעלן פעלערהאפטיגע זאכן.
 
נו אז מען קען זיך נישט קיין עצה געבן מוז זיין אז ער ווארט אז דו זאלסט צו אים קומען און ער וועט עס פארעכטן.
 
האסט אלעס שוין פרובירט, דו דרייסטיך יארן יארן ביי מענטשן וואס האבן נישט קיין אהנונג די שיינקייט פון מיין יצירה, דו דרייס זיך ביי מענטשן וואס האבן נישט קיין אנונג וואס עס מיינט א בריאה וואס דער אייבערשטער האט באשאפן, און אודאי פארשטייען זיי נישט ווי אזוי דאס צו אפערירן, און ווען עס איז דא א פראבלעם גייסטו צו מענטשן? וואס קענען זיך אליין נישט העלפן? קום צו מיר, איך האב דאך דעם קאמפליצירטער מאשין פראדוצירט, וואס ווארטסטו, עפן שוין די קליינע אותיות און קוק זוך אום, נישטער, פארשטיי גוט ווער האט דיך געמאכט, ווער האט דיך באשאפן, ווער האט דיך אהערגעשטעלט, קום צו אים ער וועט דיך פארשטיין, ער ווייסט אז ער האט דיך נישט בטעות אזוי אוועקגעשטעלט.
 
גיי צו דער וואס האט אהערגעשטעלט די שיינע 'איך' 'זיך' 'מיך' און זאג: "אייבערשטער! איך בין אזוי קאמפליצירט, איך בין אזוי פארדרייט! איף בין אזוי צורודערט, אבער דו האסט מיך באשאפן און זיכער האסטו מיך באשאפן מיט א חשבון! דו טייערער באשעפער דו האסט מיך ארויס! פארעכט מיך שוין! קיינער קען מיך נישט פארשטיין! קיינער אין די וועלט קען נישט צוריקשטעלן די צורידערטע כלי נאר דו ווייל דו האסט מיך באשאפן, מיט אלע מיינע מידות וואס זעען אויס שלעכט, פארדרייט, פארקרומט, וועגן דעם אייבערשטער העלף מיך, לייג מיך אין די ריכטיגע פלאץ, גראד מיך אויס! מאך מיך געזונט! מאך מיך פרייליך! פארעכט מיך ווי לאנג מען קען עס נאך פארעכטן! ווייל קיינער קען מיך נישט פארעכטן! קיינער נאר דו קענסט מיך פארשטיין!
 
אה! דאס איז וואס איך האב געזוכט, דער וואס האט פאבריצירט דעם צובראכענער 'איך' ער קען מיך, ער ווייסט פונקטליך וואס מיין פראבלעם איז, אוי פארוואס האב איך אזוי פיל צייט אויסגעגעבן פון איין מבין צום צווייטן, פון איין מהלך צו א צווייטער גלח…
 
און אזוי דריי איך מיך ארום פול מיט האפענונג! א טאג נאך א טאג, א וואך נאך א וואך, א יאר נאך א יאר, איך האב געטראפן דער וואס קען זיך מטפל זיין איך האב געטראפן דער וואס קען העלפן, און איך גיי צום צדיק וואס האלט מיר עס אין איין חזר'ן און איין איבערזאגן, נאכאמאל און נאכאמאל, אזוי פיל וויפיל געלט די טערעפיסטן האבן ביי מיר אויסגעזויגן אזויפיל מאל טוט ער איבער'חזרן "גיי נישט צו קיינעם נאר צום אייבערשטן."