קרעדיט: משה ארי' שניצלער 
 
לעולם איז יעצט מיין באשטימטע צייט צו שרייבן פאר די בלעטל, אבער עפעס אויסערגעווענליכעס האט דא פאסירט, איך קען מיר נישט קאנצענטרירן דעם מח, איך קען נישט מצמצם זיין מיינע געדאנקען, דאס וואס טוט זיך דא אפ אין די יעצטיגע מינוטן קען צושרויפן דעם גרעסטן בעל כשרון, דעם טיפסטן בעל מחשבה, דעם שארפסטן קאפ.
 
וואס גענוי האט פאסירט?
 
פשוט, איינער האט דא אין אפיס אראפגעלייגט א ראד קאקאשקעיק לזכר נשמת דעם בעל היארצייט זאל רוען און זיך מיען.
 
נאך א מזל אז ס'איז שוין נאך אכט אזייגער ביינאכט! איך עס קאקאשקעיק נאר ווען ס'איז שוין נאך אכט אזייגער ביינאכט! ווייל יעצט שלאפט שוין דער דאקטער וואס האקט א קאפ וועגן דייעביטיס... א מחי'! ער גייט קיינמאל נישט וויסן אז איך עס געהעריג קאקאשקעיק אזוי ווי אלע ארדינערי סיטיזענס.
 
ווען ס'קומט צו קאקאשקעיק בין איך שוין נישט אחראי אויף גארנישט, אזוי ווי ווען מ'לייגט צוקערלעך ביי די קליינע קינדערלעך. ס'איז פשוט נישט מיין שולד, ווער האט אים געהייסן לייגן קאקאשקעיק נעבן אזא שוואכלינג ווי איך...
 
ווען איר וואלט געזען ווי דער קאקאשקעיק בעט זיך מיט יאמערליכע טרערן (צונויפגעמישט קאקאו און צוקער) אז ער וויל אריינגיין אין א אידישע קערפער וואלט איר פארשטאנען מיין קאשמארישע אנגסט אין וואס איך געפין זיך דא.
 
איך בין דאך באוואוסט אלס מוותר, וועל איך זיך אונטערגעבן צו די לחץ וואס די גערוך פון די קאקאשקעיק דרוקט אויף מיר, ווילאנג קען א בשר ודם זיך קריגן מיט א ראד קאקאשקעיק?
 
אבער ערנסט גערעדט, לעצטנס האב איך זיך גענומען אין די האנט אריין, איך גיב מיך לעצטנס זייער אכטונג וואס איך עס, איך טראכט צען מאל פאר איך נעם א סלייס קאקאש קעיק, דערפאר נעם איך נאר א קליינע שיפע סלייס, און איך שטופ עס אוועק ווייט ווייט אוועק, זיבן אינטשעס ווייט, דערנאך ווען איך זע ווי פארשעמט די קאקאש איז פון זיין שיפע פארדרייטע פנים, מאך איך אים שנעל גראד, אז זיינע חברים זאלן אים נישט נאכשרייען אז ער פארשעמט די קאקאשקעיק געמיינדע מיט זיין שיפע פנים. נאכדעם ווען ס'גייט אדורך צען סקונדעס און עס באפאלט מיך נאכאמאל א טויטליכער הונגער, נעם איך שנעל נאכאמאל נאך א שיפע סלייס, פשוט אלס פיקוח נפש, איך זאל נישט חלילה אוועקפאלן דא נעבן די קאקאשקעיק. מיט גרויס זריזות מאך איך שנעל גראד די קאקאשקעיק, כדי מ'זאל נישט קענען טייטלען מיטן פינגער אז איך בין דער וואס האט היינט פארשעמט די גאנצע עולם ה'קאקאשקעיק, און נאכאמאל שיף און נאכאמאל גראד, וחוזר חלילה עשר או עשרים פעמים עד שלא נשאר מכל הקאקאשקעיק לא שריד ולא פליט.
 
אבער איך מיין עס אמת'דיג, איך געב זיך שטארק אכטונג לעצטנס, איך בין זייער צוקאכט וועגן דייעט.
 
איך האב זיך צונויפגעשמועסט מיט מיין חבר חיים'ל. חיים'ל האט זיך געמוזט נעמען אין די הענט אריין, ווייל זיין סקעיל האט געשריגן מיט רויטע בליטשקעדיגע אותיות this scale is not for trucks.
 
חיים'ל האט עס גענומען ערנסט און אנגעהויבן נישט איין דייעט, נאר פיר דייעטס!
 
ניינע צופרי הייבט מען אן מיט די פרוכט דייעט, א קיילעכיגן קענטעלאופ.
 
צענע קומט די פראטין דייעט, געבאקענע סעלמאן באדריזלט מיט בעיזל און ארעגינאו, צוויי אייער כמעט פאר'ן ווערן הארט, טונא מיט סקאליאן און סעלערי, אוואקאדאו עג סעלעד, טונא סעלעד געמישט מיט צוויבעלעך געפרעיגלט אין אליוו אויל, מאצערעלא טשיז, מיונסטער טשיז, טשעדער טשיז, פארמאזשאן טשיז, פארמער טשיז, פעטע טשיז, ציגעלע טשיז, קאשקאוואל טשיז, עדאם טשיז, גודא טשיז, קרים טשיז וויל ער נישט נעמען ווייל ער וויל נישט איבערטרייבן, אלעס האט א שיעור, אפילו פראטיען!
 
עלעווע קומט די בלוט טייפ דייעט, ער touch'ט נישט קיין ווייץ ברויט אפילו אויב מ'שיסט מיט א רעוואלווער, אויך נישט קיין rye ברויט, טויט צו רויט.
 
מ'ברענגט אריין oat ברויט, קארן ברויט, רייז ברויט, פלאקס ברויט, ראזשינקע ברויט, (בלויז איין רעפטל פון יעדע ברויט, ווייל ער וויל נישט די דייעט זאל flop'ן), oat קאקאשקעיק, פלאקס קאקאשקעיק, oat מארבלקעיק, oat שמאטע קעיק, oat לינזער טארט'ס, פלאקס קיפעלעך, פלאקס ראגעלעך (ס'איז ביידע די זעלבע, אבער חיים'ל נעמט נישט קיין טשענס, ער איז יוצא ביידע גירסות). צוויי טעפעלעך cheerios מיט מאנדעלע מילך.
 
צוועלעווע קומט די פערדע דייעט, "עס די האלב דייעט" מ'גייט יעצט עסן האלב פון אלעס וואס מ'האט געגעסן ביז יעצט.
 
חיים'ל איז געווארן דיזי און איבלדיג, ער האט נישט קיין אאאאאאנונג פארוואס, ער האט אמאל געהערט אז אויב מ'פילט דיזי און איבלדיג זאל מען טרינקען א טיי, ער זיפט שטייטעלעך פון די הויכע טיי גלעזעלע מיט די גרויסע אויער, די מצב ווערט נישט בעסער, זיין בויך וויינט, זיינע קישקעס זענען אונטער אונגעהויערע פרעשור, זיין הארץ באכעט אויף הונדערט פינעף און דרייסיג ב.פ.מ. נאך א מזל אז נעבן זיין הויז געפינט זיך א דאקטאר וואס איז ספעציעל געמאכט פאר מענטשן וואס עסן פיר דייעט'ס דריי מאל א טאג.
 
דער דאקטאר פרעגט וואס האסטו געגעסן לעצטנס?
 
טיי.
 
נישטא קיין רפואה פאר דיר!
נישטא קיין רפואה פאר חיים'ל!
 
איינער איז געקומען צו דער ראש ישיבה און געפרעגט אויב ס'איז דא עפעס אן עצה פאר אים?
 
א עצה אויף וואס?
 
א עצה פאר א מענטש וואס איז נאכט נאך נאכט אין א ליידיגע פלאץ און קוקט אויף די קאמפיוטער זאכן וואס איז זייער נישט גוט.
 
דער ראש ישיבה האט אים געזאגט: לויט מוהרא"ש איז נישט דא קיין וועג ארויס נאר דורך זאגן משניות, משניות הרג'עט דעם יצר הרע.
 
זאגן משניות קען נישט גיין צוזאמען מיט ראיות אסורות, איינס וועט אוועקפאלן, אויב דו ביסט שטארק מיט זאגן משניות וועסטו ארויסגיין פון ראיות אסורות, אדער וועט די ראיות אסורות דיך מאכן אויפהערן זאגן משניות און אריינפאלן אין בלאטע נאכאמאל און נאכאמאל.
 
דער מענטש קומט צוריק צום ראש ישיבה א חודש שפעטער אז ס'רירט זיך גארנישט, ס'ווערט נישט בעסער די מצב, ער זיצט אויפן קאמפיוטער אין שאול תחתית א גאנצע נאכט, ביז דער פרימארגן שיינט אויף.
 
דער ראש ישיבה פרעגט אים וואו האלטסטו מיט זאגן משניות?
 
ער זאגט נישט קיין משניות.
 
פארוואס? ווייל ער האט געפרעגט פון קאקאשקעיק'ער רבי צו זאגן משניות איז א גוטע זאך, האט דער קאקאשקעיק'ער רבי געענטפערט אז ס'איז געמאכט פאר מענטשן וואס מוטשענען זיך מיט אידישקייט, אבער אזא זיידענער איידעלער אינגערמאל ווי דו, איז בעסער צו לערנען יעדן טאג א בלאט צוויי מיט ראשונים ואחרונים.
 
האסט געזאגט פאר'ן קאקאשקעיק'ער רבי'ן אז דו פארברענסט דיין נשמה אויף די קאמפיוטער?
 
אוודאי נישט!
 
פאר אזא איד איז נישט דא קיין רפואה. אויב דו ווילסט נישט זאגן פאר'ן דאקטאר אז דו עסט דריי און צוואנציג סעודות במשך צוועלף שעה, דו ביסט בלויז א אומשולדיגער טיי טרונקער, ווי אזוי קען מען דיך אויסהיילן?
 
אויב דו פרעגסט וועגן משניות און דו שטעלסט דיך אהער ווי דו קוקסט נישט קיין שלעכטע זאכן אויפן קאמפיוטער, ווי אזוי קען דיך קאקאשקעיקע'ר רבי אויסהיילן?
 
וואס איז די פוינט פון זיין טויט קראנק און גיין צו א דאקטאר און זאגן איך בין געזונט און ס'פעלט מיר גארנישט?
 
און בכלל, באלד וועסטו מיר זאגן אז דו לעבסט מיט א מורה דרך, איך ווייס גוט אז דיין מורה דרך איז א תלמיד חכם און א ערליכער איד, אבער, געוואלד, דו פרעגסט אים זאכן וואס איז וויכטיג און relevant? אדער פשוט ער קומט צו דיין שמחה און וואונטשט לחיים און געגאנגען ווייטער...
 
אויב דו האסט א מורה דרך וואס דו קענסט נישט face'ן וואו דיין שמירת עיניים האלט, איז וועמען פאפסטו? דיין מורה דרך בלייבט ווייטער א ערליכער איד און א תלמיד חכם, אבער וואו גייסטו אנקומען? ווער קען דיר העלפן זיך היטן די אויגן ווען דו גייסט אויפן גאס?
 
האסט דאך שוין אזיפיל פרובירט, ביז דו טראכטסט שוין אז ס'איז נישט דא אזא זאך ווי לעבן מיט שמירת עיניים, פארוואס זאלסטו זיך מייאש זיין?! פארוואס זאלסטו נישט פרובירן צו זאגן איין פרק משניות יעדן טאג?!
 
וואס קענסטו דערלייגן?