איר האט שוין אמאל אריינגעטראכט, איר דארפט ערגעץ פארן אין די מרחקים, איר רופט אן דעם טראוועל אגעט, איר בעט גלייך אָן טראכטן אַן "עקאנאמי קלאס" טיקעט אויפן פליגער, איר קויפט דאס פאר א טויזנט דאלער. איר קומט ארויף אויפן פליגער, איר טרעפט אייער זיץ ערגעץ אין די בעק צוזאם געפרעסט ווי סארדינס, קוים וואס מ'קען דארט זיצן, נישטא קיין פלאץ אפילו פאר דיין פיס, ליגן? חלומ'ט אפילו נישט דערוועגן.
אבער איין רגע, פארוואס נישט חלומען? עטליכע פיס אוועק פון דא זיצן אידן ווי אין א פאלאץ, זיי האבן ברייטע באקוועמע לעדערנע פאטעלן, וואס קען ווערן מיט איין קוועטש פון א קנעפל א געהעריגע בעט, זיי קענען פארמאכן די לייטס ווען זיי שמעקט נאר, זיי באקומען זייער עסן סערווירט ווי פאר א קעניג. פארוואס זאל איך נישט קענען האבן דארט א זיץ? איך בין עפעס א שלעפּער? בין איך דען א דריטע קלאס בירגער? ווי איז יושר? איך האב טאקע קוים געקענט צוזאם קראצן ס'געלט פארן טיקעט אין דריטע קלאס, מיט דעם אלעם, פּאסט דאס דען פאר מיר? "די מחסורו אשר יחסר לו" עפעס אזוי זאגט מען... איך וועל נישט איינרוען ביז איך וועל בארגן, שנארן, גנב'ענען (דהיינו בארגן און באצאלן כשירחיב...) כ'מיין, איך גיי דאך דא פליען א גוטע צען שעה, איך מיין אז עס איז ווערט דאס געלט.
אז דער איד וועט קומען צו מיר נאך געלט, גלייב איך אז איך וואלט אים געגעבן לכל הפחות א צוואנציגער, אבער נישט פארן טיקעט, נאר איך וואלט אים געשיקט מיט'ס געלט צום דאקטער. "וואס?" וואלט איך געשריגן אויף אים - "פאר די נישטיגע צען שעה פליען דארפסטו אזוי פארפירן?", "אבער מיין שכן פארט מיט די ערשטע קלאס! וואס איז יושר? פארוואס קומט עס נישט פאר מיר? וואס בין איך שולדיג אז איך האב נישט דאס געלט?" שרייט ער...
איך מיין אז איך וואלט אים געזאגט "טאקע ביסט א גרויסע רחמנות, אבער נישט ווייל דו קענסט נישט פארן אויף די ערשטע קלאס, נאר ווייל דו פארשטייסט נישט די פשוטסטע זאכן אין לעבן וואס יעדע קינדערגארטן אינגל פארשטייט... דיר האט דער אייבישטער געגעבן אזא לעבן, דו קענסט זיך ערלויבן א דריטע קלאס טיקעט, פריי דיך מיט דעם. דיין שכן דאקעגן, האט דער אייבישטער געגעבן אביסל מער געלט, קען ער זיך עס יא ערלויבן... ער קען יא, און דו קענסט נישט, דו דארפסט נישט האבן וואס יענער האט. לעב פאר דיך וועסטו האבן א גוט לעבן."
זייער פשוטע ווערטער, און מ'דארף נישט זיין קיין איינשטיין עס צו באגרייפן. אבער איין מינוט. אפשר איז דער איד וואס מוז פארן מיטן ערשטע קלאס נישט אזא חסר דעה. אפשר... אפשר... איז ער גאר גערעכט.
מיט בלויז עטליכע וואכן צוריק האב איך - געלויבט דעם אייבערשטן - א שידוך געטון. איך בין אין זיבעטן הימל. מ'דארף קויפן א ברעיסלעט. יעדער קויפט עכטע שטיינער מיט טייערע צירונג. מ'דארף קויפן איטאליענע פוירניטשור, טייערע מתנות, א בדחן פאר לכל הפחות טויזנט דאלער, א פאפולערע זינגער, א שיינע זאל זאל וכו', איך קען זיך עס נישט ערלויבן. פינטל. אבער - איך מוז עס טון. וואס הייסט? מיין שכן טוט אזוי, מיין שוועסטער מאכט אזוי חתונה, און בכלל איז עס דאך א "אידישע שמחה", און א אידישע שמחה דארף אויסזען לייטיש! (איך זוך נאך די מקור אויף דעם מאמר, ווער עס ווייסט וועלכע יענטע האט דאס אויסגעטראפן וועט בעקומען די אינטערנאציאנאלע יענטע מעדאל) איך בין דען א שלעפער? בין איך דען א דריטע קלאס בירגער? "די מחסורו" שרייען די א.ג. תלמידי חכמים אריין אין מיין אויער, איך האב טאקע קוים דאס געלט אויף א באשיידענע חתונה מיט די וויכטיגסטע געברויכן פאר חתן כלה, אבער מען וועט אויפרודערן א וועלט, מען גייט יעדעם איינשפאנען, אלע שכנים קרובים ידידים יעדער גייט שנארן געלט פאר די חתונה. וואס הייסט, מען קען אים נישט לאזן ווי א שנארער חתונה מאכן! דאס הייסט "בלוט וועט זיך גיסן, אבער שלום וועט זיין..."
דערפאר האב איך באשלאסן, אז יעבור עלי מה, איך פאר נאר מיטן ערשטן קלאס. און - ביטע - ווען איך וועל קלאפן אויף אייער טיר פאר א "איד וואס דארף אן ערשטע קלאס טיקעט אויפן פליגער" - געט מיר א שיינע נתינה. איר קענט מיר נישט אזוי פארשעמען, צו דארפן זיצן צווישן אלע שלעפערס אויף די דריטע קלאס פון הונטן.
 
און פון היינט און ווייטער פאר איך נאר אויף אן ערשטע קלאס זיץ אויפן פליגער!