"דרייצן יאר צוריק האב איך געטראפן דעם בעל שמחה ר' שבתי נרו יאיר דא אין בית המדרש צום ערשטן מאל".
 
דאס איז די ווערטער וואס דער ראש ישיבה האט זיך אויסגעדריקט ביים ברית פון הילד דוד נרו יאיר בן מו"ה שבתי מזרחי הי"ו.
 
די מעשה גייט צוריק שוין איבער צען יאר, דעמאלט פלעגט זיין אין היכל הקודש קרית יואל א פלאץ ווי מו"ה ר' יואל פארקאש שליט"א פלעגט מחזק זיין די בחורים וואס האבן געוואלט הערן די עצות פון הייליגן רבי'ן, נישט אלע בחורים האבן געקענט לערנען אין ישיבה תפארת התורה ביים ראש ישיבה שליט"א, במילא איז מען געזיצן דארט און געלערנט צוזאמען, און ר' יואל פלעגט יעדן טאג געבן א שיעור התחזקות אין הייליגן רבינ'ס ספרים, אויך זענען דארט געזיצן אינגעלייט און געלערנט.
 
איין טאג האט זיך געמאכט אז דער ראש ישיבה האט געדארפט זיין אין קרית יואל צוליב א שמחה, האט ר' יואל געבעטן דעם ראש ישיבה ער זאל ארויפקומען און געבן א שיעור התחזקות פאר די בחורים און אינגעלייט, דער ראש ישיבה האט עס אנגענומען, און אריבערגעקומען געבן א שיעור, דעמאלט האט דער ראש ישיבה געטראפן שבתי מזרחי צום ערשטן מאל, און די קשר ציעט זיך אזוי ביז היינט.
 
ביים סעודת ברית האט דער ראש ישיבה געזאגט אז ער גייט שוין נישט היינט צו יעדע שמחה, אבער אלס הכרת הטוב וואס שבתי העלפט אזוי געטריי אלע יארן די ישיבה, און היינט מיטן בויען די שטעטל, איז ער געקומען ספעציעל צו פארן קיין קרית יואל צום ברית.
 
נאכן ברית, דער עולם איז זיך צוגעגאנגען יעדער איינער צו ווי ער דארף גיין, דער ראש ישיבה איז אריבער צום תלמוד תורה היכל הקודש אין קרית יואל, אבער מיר זענען די דיבורים עפעס געבליבן שטעקן אין מיין קאפ, איך בין טאקע נישט געבליבן זיצן דארט אין בית המדרש, אבער די ווערטער פונעם ראש ישיבה האט זיך איבערגעשפילט אין מיין קאפ און נישט צירוה געלאזט, מען רעדט דא פון א ראש ישיבה וואס האט אזויפיל אויף זיין קאפ, אזוי פיל זאכן גייען אדורך נאר איין איינציגן טאג, דא דארף ער פירן די מוסדות פון אלע פלעצער אין די וועלט וואו עס געפונט זיך מוסדות היכל הקודש, דא זיצט ער מיט די בחורים יעדן טאג און איז זיי מחזק, און פרובירט צו מאכן שידוכים פאר זיי, דא איז ער פארנומען מיט די אינגעלייט, און דא איז מען פארנומען בויען א שטעטל על שם רבינו, און אזוי ווייטער, אבער פון די אנדערע זייט פארגעסט נישט דער ראש ישיבה ווער עס האט אים געהאלפן און העלפט אים יעצט ווייטער געטריי. דאס איז עפעס וואס מען דארף זיך אפלערנען.
 
מוהרא"ש פלעגט אסאך חזר'ן מיט אונז די שיינקייט פון האבן הכרת הטוב פאר א מענטש וואס האט דיר געטון א טובה אפילו נאר איינמאל אין לעבן, מוהרא"ש פלעגט גיין צו חתונות פון אידן וואס האבן אים געהאלפן און אסאך מאל אפילו געקומען מיט א שטריימל (זעה מער וועגן דעם באשריבן אינעם היסטאריע ווינקל פונעם בלעטל פרשת ויגש) אזוי אויך זעט מען אסאך מאל אין די בריוון אינעם הייליגן ספר "אשר בנחל" וואס מוהרא"ש דרוקט זיך אויס די הכרת הטוב וואס ער האט צו איינעם וואס האט אים געהאלפן.
 
די פראבלעם וואס מאכט זיך איז אז אסאך מאל שפירט מען, צו האבן הכרת הטוב איז א שווערע זאך, ווייל איך דארף יעצט א גאנץ לעבן זיין שולדיג פאר יענעם מיין לעבן? וועגן דעם איז דא אסאך מענטשן וואס שפירן אז זיי קענען נישט בלייבן אין היכל הקודש טאקע פאר די סיבה, ווייל זיי שפירן זייער שולדיג פאר דעם הייליגן פלאץ וואס האט אים אזוי שטארק געהאלפן אין לעבן און געשטעלט אויף די פיס, אבער ער ווייסט נישט וויאזוי צו אויסדריקן זיין הכרת הטוב, וויאזוי צו צוריק באצאלן, במילא הייבט זיך אן בויען אין זיין קאפ א פארקערטע זאך, נעעע דער מענטש האט מיר בכלל נישט געהאלפן, און נישט נאר ער האט מיר נישט געהאלפן, נאר פונקט פארקערט איך בין גאר ערגער געווארן זייט דעמאלט, ביז ער לאזט אפ אינגאנצן היכל הקודש.
 
אבער זארג נישט, אויב וועגן דעם שפירסטו אז דו ווילסט אפלאזן היכל הקודש, וויל איך דיר זאגן אז פארדעם האט שוין דער ראש ישיבה אויך געגעבן א עצה, דער ראש ישיבה זאגט אונז אז מען דארף נישט יעצט א גאנץ לעבן שפירן שולדיג פאר יענעם, מען בעט נאר פון דיר איין זאך "בארעד נישט דעם פלאץ", ווארף נישט קיין שטיינער אויף מיר, דאס איז די גאנצע וואס איך בעט פון דיר, אויב א בחור'ל קומט צו דיר און ער פרעגט דיר וועגן די ישיבה וועגן די דרשות, זאלסטו אים נישט זאגן אז עס איז נישט פאר אים,  טו עס נישט, דערמאן דיר ווען דו האסט אזוי וויכטיג געדארפט האבן די חיזוק און האסט זיך אזוי מחי' געווען אז עס איז דא איין פלאץ אינעם גאנצן גלויב וואס מען נעמט מיר אריין אזוי ווי איך בין מיט מיין אלע פראבלעמען, במילא זאלסטו יעצט האבן דאס פינטעלע הכרת הטוב און נישט בארעדן דעם פלאץ ווען דער בחור וויל יעצט מקורב ווערן.
 
און פון דעם האב איך מיר געכאפט נאך א שטארקע נקודה, דאס אז דער ראש ישיבה געדענקט נאך פונקטליך ווען ער האט געטראפן שבתי די ערשטע מאל, עס גייט אים נישט ארויס פון קאפ, און דאס איז נישט די ערשטע מאל וואס איך באמערק דאס, ביי אסאך פון אנשי שלומינו האב איך שוין דאס געזען, וואס דער ראש ישיבה זאגט זיי "איך געדענק פונקטליך ווען איך האב דיר געטראפן דעם ערשטן מאל און וואס דו האסט מיר געזאגט דעמאלט", דאס איז זייער א שטארקע זאך וואס ברענגט ארויס אז יעדער מקורב דא איז נישט סתם נאך א איד אויף די ברענטשעס, נאך א איד וואס גייט ברענגן געלט אדער כבוד פאר די קהילה, ניין, דאס איז נאך א נשמה נאך א טייערע איד וואס מען געדענקט פונקטליך פארוואס און וויאזוי ער איז דא אנגעקומען און דער ראש ישיבה איז גרייט צו געבן צייט פאר יעדן איינעם און פארשטיין און העלפן יעדן באזונדער אן אויסנאם און ער האט ליב יעדן איינעם אזוי ווי א אייגן קינד.