הלכות שרייבן
כו טבת תשפ"ג 📝
קרעדיט: ישראל דוד העסקעל
לעצטע וואך איז געווען די צווייטע מאל וואס איך האב געהאט די זכיה זיך צו לערנען שרייבעריי ביי די גרעסטע מומחים!
בעצם בין איך נישט קיין שרייבער, נאר פון מאל צו מאל פלעגט מיר אויסקומען אין די ארבעט צו דארפן שרייבן אביסל אידיש... און איך האב עס גאנץ שטארק געגליכן... נישט קיין גאנצע ארטיקלען נאר א שטיקל דא א שטיקל דארט...
בערך א יאר און אהאלב צוריק איז געווען איינער וואס האט מיר זייער שטארק געפייניגט אל לא דבר סתם פאר זיין תאוות השליטה, ער האט האט ממש יורד לחיי געווען... דעמאלט האב איך די ערשטע מאל זיך געזעצט שרייבן א לאנגע שטיקל, פון גרויס ווייטאג האב איך זיך געזעצט אפשרייבן אלעס וואס יענער האט מיר אנגעמאכט, איך האב געמיינט ס'וועט זיין אפשר איין זייט, מאקסימום צוויי… למעשה ווען איך האב אראפגעלייגט די גאנצע השתלשלות אויף פאפיר איז עס אויסגעקומען צו צוויי און דרייסיג זייטן!
איך האב עס נישט געשריבן ארויסצוגעבן און פארשטייט זיך אז אזא זאך קען מען נישט ארויסגעבן... מיין גאנצע מטרה איז געווען פשוט צו קענען ארויסגעבן מיינע געפילן... אבער ס'האט מיר געעפנט א טיר'ל - איך קען שרייבן אידיש!
אין אומאן איז מיר ערגעץ וואו אויסגעקומען צו כאפן א פיינעם שמועס מיט'ן מנהל הרב אברהם משה שליט"א, בתוך הדברים איז ארויפגעקומען די בלעטל אין די שמועס, און איך זאג אים ווי איך בין זיך ממש מחיה מיט דעם יעדע וואך, אזא שיינע אויסגאבע פול מיט התחזקות און אמונה, ס'ממש מיין עונג שבת!
איך געדענק נאך פאר איך בין געווען מקורב צו היכל הקודש.... איך פלעג קויפן מאגאזינען פאר שבת צו האבן עפעס צו ליינען... עס איז אבער בכלל נישט קיין צוגלייך… ביי זיי איז דא מזרח וועלט פירער און א מערב וועלט פירער... די שרעקעדיגע נייעס איז וואס פארנעמט די אויבן אן... און דאס איז שוין די גוטע.... אנדערע וואס זענען פול מיט מינות וכפירה און ליצנות...
בקיצור, איך דאנק דעם אייבערשטן אז אין אונזער קהילה קומט נישט אריין די אלע מאגאזינען (אפילו די כשר'ע)... מיר האבן איין וועלט פירער, אונזער נייעס איז נאך א סיום און נאך א התחזקות...
אזוי האבן מיר געשמועסט דארט אין אומאן וועגן די קרית ברסלב בלעטל, איך האב אים געזאגט: "איך באוואונדער ממש די ארטיקלען, ספעציעל די "צום פינטל" אפטיילונג, ווי אזוי אן קיינעם פארשעמען און אן קיינעם בארעדן ווערט דארט געשריבן אזעלכע מייסטער ווערק, עס מאכט ליצנותא דעבודה זרה אן טרעטן אויף יענעם... עס איז מעורר און מחזק, אלעס אויף איינמאל, דאס איז ממש מורא'דיג!
ער פרעגט מיר וועלכע ארטיקל איך האב דאס מערסטע געגליכן, זאג איך אים די ארטיקל פון מניעות, ווי ער האט עס אזוי שיין מסביר געווען אז א מניעה איז נאר א שוועריקייט וואס מ'ברעכט צום סוף דורך, דעמאלט ווערט הוברר הדבר למפרע אז דא איז געווען א נסיון, א שוועריגקייט וואס מ'האט אונטער געשטעלט פאר דעם מענטש אז ער זאל זיך אויף דעם קענען שטארקן, אבער אויב צום סוף פירט דער מענטש נישט אויס און ער איז זיך נישט מתגבר אויף די מניעה קומט אויס אז די "מניעה" איז נישט א נסיון נאר א פוילע תירוץ... דער ארטיקל, זאג איך אים איז געווען ממש א קאפּ שטיק פאר מיר.
ווען איך האב געענדיגט ליינען דעם ארטיקל האב איך עפעס מיט גענומען לעובדא ולמעשה! מ'קען זיך אסאך מאל פאפּן ווען מ'ווערט פויל צו א מצוה אדער צו סיי וועלכע דבר טוב, מ'הייבט הענט זאגנדיג: "דאס קען איך נישט טון ווייל איך האב א מניעה".... ניין! אויב טוסטו עס נישט איז עס נישט קיין מניעה נאר אויב וועסטו עס דורך פירן וועט עס זיין א מניעה!
ער האט הנאה געהאט צו הערן... נאכדעם געבט ער מיר אזא זאג אגב... "מ'זוכט נאך שרייבערס פאר די בלעטל, אפשר ווייסטו פון איינער וואס קען שרייבן?"...
זאג איך אים "גראדע" האב איך שוין געשריבן אביסל אידיש און אויב איר ווילט קען איך פרובירן צו שרייבן אן ארטיקל.... ווער ווייסט...
ער האט זיך צוגעכאפט צו דעם, ער זאגט מיך: "יא זיכער! שרייב עפעס, ס'וועט זיין א מורא'דיגע זאך אויב קען מען האבן נאך א שרייבער אין די בלעטל!"
ווי אויבן דערמאנט בין איך נישט געווען קיין וועטעראן שרייבער בכלל, איך האב סך הכל געשריבן אביסל פאר מיר... אבער איך האב געטראכט אז דאס קען זיין א גוטע געלעגנהייט פאר מיר צו טוהן פאר הפצה... איך האב זייער שטארק געוואלט טוהן עפעס פאר הפצה... האב איך זיך צוגעכאפט צו דעם...
מוצאי ראש השנה אינדרויסן פונעם בנין ווארטענדיג פאר די באסעס האב איך זיך באלד גענומען צו די עבודה... איך האב אנגעהויבן שרייבן אן ארטיקל איבער מיין ערשטע ראש השנה אין אומאן! איך האב געענדיגט די ארטיקל אין פולין אין די האטעל, איך בין געווען גאנץ צופרידן דערמיט, איך האב עס געשיקט פאר דער מנהל... למעשה איז ער דעמאלט געווען פארנומען און ער האט עס ערשט געליינט ווען ער איז שוין געווען אינדערהיים...
א וואך שפעטער שיקט ער מיר א מעסידש אז בעצם איז עס גוט אבער געוויסע נקודות דארף מען בעסער אויסארבעטן... מ'דארף שרייבן אביסל מער וועגן די ראש השנה זעלבסט נישט אזוי פיל וועגן די הכנות... מיט די נסיעה... בקיצור, ס'איז נישט "גרייט".
איך האב מיך דעמאלטס געגרייט צו קומען אויף סוכות קיין אמעריקע, מיין קאפּ איז נישט געווען אויפן פלאץ עס צו קענען איבערארבעטן... האב איך עס געלאזט לויפן (איך האף עס נאך איבערצוארבעטן און ארויסגעבן...).
הושענה רבה נאכן דאווענען גיי איך אראפּ צו מיין קאר און איך זעה אז איינער האט אראפגעפליקט מיין שפיגל... אזוי צווישן זאגן שכח אייבערשטער - גם זו לטובה און זוכן די ברוכווארג צו זעהן אויב מען קען נאך אפשר עפעס מאכן דא קומט צו צו מיר ר' אברהם הערש וועבערמאן און זאגט מיר "שלום עליכם איך בין געווען בקשר מיט דיר וועגן דיין ארטיקל" יא יא זאג איך אים ווען איך שטיי אזוי פארלוירענערהייט אויף סקילמאן מיט א האלבע שפיגל אין די האנט… "דו שרייבסט גאנץ פיין" זאגט ער מיר, "אונז דארפן זיין בקשר נאך יו"ט..." מיין קאפּ איז נישט געווען יעצט ביי ארטיקלען... ס'איז ערב שמחת תורה און איך דארף נאך פארן קיין בארא פארק אן א שפיגל...
ערשט מוצאי שמחת תורה האב זיך דערמאנט פון דעם און דעמאלט איז מיר איינגעפאלן די ערשטע ארטיקל וואס איך האב געשריבן - די דמיונות ארטיקל. איך האב מיר פארבינדן מיט ר' אברהם הערש איך האב אים געזאגט מיין געדאנק מער ווייניגער... ער האט הנאה געהאט פון דעם און בס"ד האב איך דעמאלט געשריבן מיין ערשטע ארטיקל!
איך בין געווען זייער קאמפלעקסט, "איז עס יא גוט, איז עס נישט גוט... מאך איך סתם אן בושות?..." מיין בויך האט זיך גוט געדרייט וואס די פידבעק גייט זיין... איך האב נישט גע'חלומ'ט דעמאלטס פון שרייבן נאכאמאל... איך האב נאר געהאפט אז די ערשטע זאל גוט געלונגען...
שכח אייבערשטער אז די פידבעק וואס איך האב צוריק געהערט איז געווען עפעס אויסנאם, מענטשן האבן זייער שטארק הנאה געהאט פון דעם... ס'האט מיך געגעבן חשק צו שרייבן נאך...
יענעם שבת בין איך געגאנגען דאווענען אין עפעס א קליינע שול נעבן מיין הויז, נאכן דאווענען האט עפעס א אידל אויסגעקלאפט ווי צובראכן ער איז אז זיין זון - א דרייצן יעריגע בחור'ל האט קיין איין ישיבה נישט געוואלט אריין נעמען!
מיין קאפּ הייבט אן העפטיג ארבעטן, איך בין געווארן ממש אונטערגעצינדן פון דעם, ס'האט מיך אמת'דיג וויי געטון, און פון די אנדערע זייט האט זיך אנגעצינדן א לעמפל אין מיין קאפּ וואס בליטשקעט: "דרך הלימוד" "דרך הלימוד"... מוצאי שבת האב איך מחליט געווען איך גיי עס באשרייבן... דאס איז ממש ארגינעלע סחורה, ס'איז עכט, ס'איז היכל הקודש'דיג... ס'איז ממש פערפעקט...
יענעם מיטוואך שיק איך אריבער פאר די מערכת מיין נייע ארטיקל... צוויי שעה שפעטער באקום איך אן ענטפער: "האסט עס נישט געשריבן ס'זאל למעשה אריינגיין, אמת?"
"וואס הייסט?"
"מיר קענען נישט אריינלייגן אזא ארטיקל, איך האף דו פארשטייסט.... כ'מיין… דו שרייבסט זייער גוט דא, און ס'איז אמת יעדער ווארט אבער ס'איז צו "האקעדיג"... ממש דו רייסט אראפּ די גאנצע סיסטעם אן קיין רחמנות... לאמיר דיר מסביר זיין, מיר זוכן נישט צו קוקן אויף יענעם, מיר זוכן נישט צו האקן אויף יענעם, מיר זוכן צו זיין א קוואל פון חיזוק און הדרכה, א מענטש זאל עפעס קענען ארויסנעמען פון דעם, נישט סתם א גרויסע לאנגע פאשקעוויל...
ס'האט מיר גענומען אפאר מינוט צו פארדייען, אבער נאכן גוט איבערליינען די ארטיקל האב איך עס פארשטאנען... לאמיך אייך דא אראפּברענגען ווי אזוי איך האב אנגעהויבן דעם ארטיקל וועט איר אויך פארשטיין וואס איך מיין....
"מורי ורבותי!" הערט זיך זיין שטורעמישע קול באגלייט מיט א הילכיגן זעץ אויף די בימה!
ער הייבט אן מיט א ערנסטע פתיחת הזמן דרשה, די גאנצע ביהמ"ד איז שטאק שטיל, יעדער קוקט מיט אנגסט, א פתיחת הזמן דרשה, ווער ווייסט וואס קומט יעצט...
אבער איין מינוט, דא איז דאך נישט קיין ישיבה נאר א ביהמ"ד פאר אינגעלייט, און יעצט איז אויך נישט אנפאנג זמן נאר שבת פרשת לך לך, און דער וואס פארפירט ביים בימה איז זיכער קיין ראש ישיבה נישט...
וואס גייט דא פאר, ווער שטייט דארט? וואס דרשנ'ט ער? פארוואס איז די גאנצע ביהמ"ד אזוי שטיל און שלינגט יעדער ווארט?
דער יונגערמאן שטייט נעבן זיין זון א קליינער זיסער בחור'ל קוים בר מצוה געהאט, און מיט א געשטיקטע שטימע זאגט ער: "רבותי, קיין איין ישיבה האט נישט אנגענומען מיין זון! ער זיצט שוין דריי וואכן אינדערהיים, ער גייט חלילה ווערן א גוי ח"ו, איך האב זיך געבעטן און געוויינט אבער אלס אויף טויבע אויערן"... ער שרייט דארט ווייטער ווי א פארלוירענער: "איך בין געפארן קיין קערעסטיר צום ציון פון הרה"ק ר' ישעי' מקערעסטיר זצוק"ל און זיך גוט אויסגעוויינט דארט, אויב די חברי הישיבה קענען זיך אויף פירן ווי גוים זאלן זיי זיך אדער בייגן אדער לייגן!"
ער דרייט זיך ארום צו זיין זון און שרייט צו די גאנצע עולם מיט גרויס ווייטאג: "מיין זיסער צדיק'ל איז אין א סכנה פון אינגאנצן פארפאלן ווערן חלילה, ווער נעמט אחריות אויף דעם טייערן נשמה? ווער גייט קענען זאגן ידינו לא שפכו את הדם הזה? וואס קען שוין א דרייצן יעריגע קינד זינדיגן אז ער זאל באקומען אזא אורטייל? וואו זענען אלע עסקנים שתדלנים און כלל טוערס? וואו זענען די אלע פראגרעמס צו מאכן זיכער אז לא ידח ממנו נדח - אזעלכע שיינע נעמען בנים על אבות, עזר לישיבה, וכו' וכו', וואו זענען זיי אלע?!"
ער וויל ווייטער רעדן אבער ער שטיקט זיך, ער שטייט שטיל, א סקרוך לויפט יעדן דורך אין די ביינער, יעדער איז שטיל, אזא פחד! יעדער קוקט אזוי מיט רחמנות'דיגע אויגן אויף דער בחור'ל, ווער קען דען טרייסטן אזא טאטע, ער איז אזוי פארלוירן, די וועלט האט זיך פלוצלינג אפגעשטעלט פאר אים, זיין זון איז אין א באלדיגע סכנה און ער קען גארנישט טון, די צער איז דאך אזוי אומבאשרייבליך.
נאך אפאר מינוט האט זיך דער עולם אביסל בארואיגט און מ'האט אנגעהויבן קופקעווען ארום דעם טאטן יעדער מיט זיינע עצות - איינער שרייט: "רשעים ארורים", א צווייטער איז מסביר: "דו מוזט פארשטיין…" א דריטער קומט שוין פראקטיש: "זאג! די געוויסע ישיבה האסטו פראבירט? ווייל איך הער זאגן אז זיי נעמען אן"... און ער ענטפערט נעבעך "יא, כ'האב פרובירט און זיי האבן מיר אויך אפגעזאגט"... איינער א צעהיצטער האקט אויפן טיש אז נאר צוליב דעם איז דא א גזירת החינוך, זיין חבר שאקלט מיט און לייגט נאך צו אז צוליב דעם קומען אלע צרות, אזא הפקרות! אזוי צווישן דעם גאנצן כאדאראם רופט זיך אן נאך א קליין בחור'ל "איך האב אויך נישט קיין ישיבה"!
דער גאנצער עולם נעמט איין א טיפע אטעם און איינער געבט ענדליך א פרעג די קשיא וואס ליגט יעדן אויפן צונג: "וויפיל נאך בחורים פון דיין כיתה האבן נישט קיין ישיבה?"
"פערציג בחורים" איז געווען זיין ענטפער… די ענטפער האט אונז אלע טיף טיף שאקירט…
יא, פערציג זיסע בא'חנ'טע קוים בר מצוה בחורים דרייען זיך אויף די גאסן, ווער ווייסט מיט וועמען, און קענען יעדע סעקונדע חלילה אינגאנצן פארפאלן גיין ווייל קיין איין ישיבה האט זיי נישט אריינגענומען!"
עד כאן פון דעם ארטיקל
פון דא האב איך אנגעהויבן אראפּ צורייסן די סיסטעם אז די ארטיקל איז געווען איין שטיק ווייטאג און צוביסנקייט... ס'איז געווען א שווערע לעקציע פאר מיר און די לעקציע האט אנגעהאלטן ביז לעצטע וואך...
לעצטע וואך האב איך געשריבן א לאנגע ארטיקל און די ארטיקל האט זייער שארף אראפּגעריסן די "היימישע מידיע", סיי די צייטונגען און סטעטוס, אויך איז געווען דארט א גאנצע שטיקל ווי איך האב געהאקט אויף ציוניזם...
די גאנצע רעיון פון די ארטיקל איז געווען געבויט אויף א קעפל וואס איז לעצטנס געווען אין איינע פון די "היימישע" צייטונגען: "וועלט פירער פוטין מעלדט פרישע טאקטיקן, מערב וועלט קוקט צו מיט שרעק!"
מ'דארף נישט זיין קיין גרויסער חכם צו פארשטיין וואס איז די פראבלעם מיט אזא קעפל... אבער איך האב גענומען די גאנצע "היימישע מידיע" און ארויפגעלייגט אויפן טיש....
איך שיק דעם ארטיקל צו די מערכת, קודם האבן זיי מיר מרמז געווען "אפשר צי אויס די פענע ביי ציונות... אבער די אנדערע חלק איז צו שארף... איך האב אבער נישט געכאפט די רמז... איך האב עס אביסל ארומגעטוישט אבער רוב זאכן האב איך געלאזט... ר' אברהם הערש קלינגט מיך אן... לאמיר דיר מסביר זיין... א ווערטל מיט א מוסר הסכל וואס טוט קיינעם נישט וויי איז גוט... אבער די גאנצע מטרה פון אן ארטיקל און דאס איז בעצם איינע פון די יסודות פון היכל הקודש איז: "זיי נישט פארנומען מיט יענעם!", די גאנצע ארטיקל איז אמת! און יא, ס'טוט אויך וויי... אבער מיר זענען נישט גאט'ס פאליציי, מיר זענען דא 'זיך' צו פאררעכטן, מיר זענען דא צו טרעפן דאס גוט'ס אין א צווייטן... אויב נאכן ליינען די ארטיקל פילט דער לייענער א שטופּ צו ווערן בעסער, ער שפירט ער וויל ווערן אן ערליכער איד, ער וויל אנהייבן רעדן צום אייבערשטן און זאגן משניות, ער נעמט ארויס א גוטע מוסר השכל איז עס א גוטע ארטיקל, אויב נישט, ענדערש ווארף עס אוועק!
יא איך האב "בעצם" געוואוסט די כללים אבער נאר סאבקאנשעס... ווען ס'איז געקומען למעשה האב איך זיך פארגעסן פון דעם... ווייל ס'איז נישט עפעס וואס איך האב זיך איינגע'חזר'ט אז דאס ליגט מיר פאר די אויגן ווען איך שרייב... ווייל ווי געזאגט "איך בין נישט קיין שרייבער"... אבער איך פריי זיך שטארק אז איך האב געקענט באקומען א גוטע לעקציע פון די מומחים אין שרייבעריי אז פון היינט האב איך שוין א כלל ווען איך שרייב... איך ווייס שוין עפעס... ס'האט טאקע אויף די מינוט אביסל וויי געטון אז מיינע ארכיוון פארגרעסערן זיך מיט אומפאבליצירטע סחורה... אבער די לעקציע וואס איך האב מיך פון דעם געלערנט איז אלעס ווערד געווען!
אז ר' אברהם הערש האט מיר געבעטן אויסצוציען די פענע ביי שטיקל פון ציוניזם לאמיר כאטש אראפברענגען דאס איינע שטיקל:
... אין די טעג ווערט באריכטעט און שטארק געפייערט ספעציעל אין די חרד'ישע גאס, די "גרויסע געווינס" פון "אונזער" קאנדידאט אין די טמא'נע טריפה'נע מדינה של גיהנום. אלע פרייען זיך, מ'באזינגט דעם רשע מרושע, חוטא ומחטיא, מחלל שבת בפרהסיא, אוכל נבילות וטריפות, כופר באלקי ישראל (איך קען אים אויך געבן טיטלען - עכטע טיטלען...) מיט א פסוק אין די תורה וואס משה רבינו האט געבענטשט א שבט אין כלל ישראל היל"ת.
ירחם ה'!!! ווי נידריג איז מען געפאלן? ער, דער שגץ, איז דער פירער פון כלל ישראל? אים ברענגסטו אריין אין א מקום תורה אים צו געבן כבוד? צו זיין געווינס פרייסטו זיך אין די טעג וואס מ'דאנקט דעם אייבערשטן אויף די נס פון כשעמדה מלכות יון הרשעה... להשכיחם תורתיך ולהעבירם מעל חוקי רצוניך???...
ר' איד, ער האט דיר פיינט און וויל דיר פארברענען פונקט ווי זיין קעגנער... ער דארף פשוט די פאר זיצן מאכט ער אביסל חנופה... און דו וואס דו האסט גארנישט איינגעשטויסן מיט די מדינה הטמאה פרייסט דיך… "אונזער קאנדידאט!"
און דו וואס דו ליינסט דא די שורות און דו וואונדערסט דיך: "וואו קומט צו מיר אזא שפראך, וואס האסטו מיט סאטמאר?...
ביסט גערעכט, איך האב גאאארנישט מיט סאטמאר, אבער ווייל דו ביזט נישט א סאטמארער און דו קומסט נישט פון קיין קנאי'שע קרייזן דארפסטו שוין פאטשן און באזינגען אן עוכר ישראל?
דער שגץ האט נישט נאר פיינט סאטמאר, ער האט דיך אויך פיינט, ער וויל דיר אויפעסן לעבעדיגעהייט, ער איז שונא הדת און האט פיינט יעדער זאך וואס האט מיטן אייבערשטן (ווער נישט פארלוירן אז ער גייט א קאפל ביים כותל ביטע...) אלא מאי איז די קשיא נישט "וואו קומט צו מיר אזא שפראך", נאר די קשיא איז "וואו קומט צו דיר אזא שפראך?"...
ווי אזוי קענסטו אויסרומען, באלויבן, באטיטלען אדער אפילו נאר "דורכשמועסן" מיט געפיל פון נצחון, אה… דער עוכר ישראל "האט עס געמאכט"... דיך דארף וויי טוהן "אוי! ס'איז ליידער געלונגען פאר די פארשאלטענע מדינה הטמאה וואס איר איין איינציגע מטרה איז אויסצורייסן אידישקייט, צוזאמענצושטעלן א פרישע גאווערמענט"... ע"כ.
וואס איז די מוסר הסכל פון די ארטיקל? קוק אויף דיר, פארעכט נישט יענעם... אדרבה, זעה גוטס אויף א צווייטן, זוך גוטס אויף א צווייטן און זע אז דו זאלסט טאקע זיין די בעסטע "דו" מעגליך!
שכח אייבערשטער אז איך בין אין "היכל הקודש", א פלאץ וואס לערנט מיר און העלפט מיר זיין דאס בעסטע שייך!
אשרינו שזכינו להתקרב לרבינו!!!