קרעדיט: משה ארי' שניצלער
 
ברוך השם ס'איז געווען א הערליכע שבת פרשת תולדות מיט דער ראש ישיבה אין שטעטל.
 
מ'וואלט געקענט שרייבן צוואנציג דרייסיג בלעטער פון דעם שבת, אבער איך מוז דאך נישט אלעס דעקן....
 
אנהייב וואך איז שוין ארום א שמועה אז דער ראש ישיבה קומט. ס'דארף צו הייסן אז דער ראש ישיבה קומט יעדן שבת מברכים, אבער נישט אלץ ארבעט זיך עס אויס, דאס מאל שבת מברכים כסליו איז דער ראש ישיבה טאקע נישט געווען אין שטעטל, כ'האב שוין אנגעהויבן חושש זיין אז די נעקסטע שבת מיט דער ראש ישיבה אין שטעטל וועט זיין חנוכה, אבער ברוך השם אז מ'האט שוין אנגעהויבן הערן אויף זיכער אז דער ראש ישיבה פלאנט צו זיין אין שטעטל.
 
ווען איך בין געקומען אין שול צען מינוט נאך לעכט צינדן איז דער ראש ישיבה געזיצן אויף זיין פלאץ, (אדער געזאגט שיר השירים, אדער געלערנט זיינע שיעורים, כ'האב נישט געקוקט). דער גבאי מו"ה אברהם הערש הי"ו האט מכבד געווען דעם חתן מו"ה חיים מאיר הי"ו צו די פלאץ וואו חתנים זיצן אויבן אן.
 
צו מנחה איז צוגעגאנגען מו"ה אברם הערש הי"ו. דער ראש ישיבה האט געדאווענט פאר'ן עמוד קבלת שבת, מ'האט געזינגען די הערליכע לכה דודי, דער ראש ישיבה האט זיך אויסגעדרייט עטליכע מאל און אויפגעפרישט דעם עולם מיטצוזינגען לכבוד שבת. ווען דער ראש ישיבה דאווענט פארן עמוד זעט מען אלעמאל ווי די חינוך פון די קינדער איז די שפיץ פון לעבן ביי א איד, כ'האב נאך קיינמאל נישט געזען איינער זאל מחנך זיין די קינדער בשעת'ן דאווענען פארן עמוד, דאס איז א קונצליכע עבודה וואס דער ראש ישיבה לייגט אראפ כסדר, וואס מ'קען זיך אסאך אפלערנען פון דעם, אזוי ווי די ווערטל גייט: "עבודת השם גייט נישט אויף וואקאציע, עבודת השם נעמט קיינמאל נישט קיין ברעיק".
 
נאכ'ן דאווענען האט מען געטאנצן שבענו מטוביך, אזוי ווי יעדע וואך, און נאכדעם סימן טוב ומזל טוב, לכבוד די חתן ר' חיים מאיר, און נאכדעם עוד ישמע, דער ראש ישיבה האט געטאנצן מיט די חתן.
 
נאכדעם האט מען געזאגט גוט שבת, דער ראש ישיבה האט געשמועסט מיט די איינוואוינערס פון די שטעטל, און שטארק גערעדט פון די זאך פון אויפשטיין פרי און לערנען פאר מ'דאווענט און מ'גייט אין ארבעט.
 
דער ראש ישיבה האט ארויסגעברענגט וואס רבינו הקדוש מ'סאטמאר זכותו יגן עלינו האט זיך פארלייגט אויף דעם, אז מ'זאל אויפשטעלן א דור פון בעלי בתים וואס לעבן מיט יראת שמים און לערנען אין שול צופרי פאר מ'גייט דאווענען און ארבעטן.
 
אנשטאט דער רבי זאל זיך פארלייגן צו מאכן גלייך א כולל און גלייך זאל זיין א גרעסערע צאל פון לומדי תורה וואס זענען א גאנצן טאג בין כותלי בית המדרש, האט דער רבי ענדערש געוואלט אז קודם זאל מען זיך זארגן אז די קומענדיגע דור וואס וואקסט אויף, די וואס וועלן זיין בעלי מלאכות און סוחרים זאלן לעבן א לעבן פון יראת שמים און אהבת התורה.
 
דער ראש ישיבה האט ארויסגעברענגט אז זיין זיידע הרב ר' אלחנן חיים טייטלבוים זכרונו לברכה, וואס לעולם וואלט ער געקענט אננעמען א שיינע רבנות שטעלע, דאך האט אים דער רבי מייעץ געווען צו גיין אין מסחר און אנווייזן אז מ'קען עוסק זיין אין פרנסה און אין די זעלבע צייט לערנען בהתמדה רבה און אהערשטעלן א הערליכע דור פון בני תורה, רבנים מפורסמים, פוסקים מובהקים און מרביצי תורה, אזוי ווי די משפחה איז וואויל באקאנט.
 
(עס איז טאקע באוואוסט אז דער רבי האט זייער ליב געהאט ר' אלחנן ז"ל און אים אויסטערליש מכבד געווען, דער רבי פלעגט אלעמאל פרייטאג צו נאכטס ביים טיש זעצן ר' אלחנן דער ערשטער נעבן זיך)
 
ווען דער ראש ישיבה איז שוין געווען אויפן וועג ארויס ביי די טיר, האב איך געזאגט גוט שבת, דער ראש ישיבה האט זיך געשטעלט אין א זייט און געפרעגט עטליכע שאלות וועגן די כולל.
 
דער ראש ישיבה האט אויך געזאגט אז ס'קומט צו נאך א אינגערמאן אין כולל, א חתן וואס האט חתונה אין עטליכע וואכן (האלט מען שוין ביי א פעיראלל פון ניינצן טשעקס פון דריי הונדערט און פופציג דאלער, יעדע וואך, דאס איז איבער זעקס טויזנט דאלער א וואך!). דער ראש ישיבה האט געזאגט: די כולל גייט ווערן זייער א גרויסע ערנסטע מוסד, כ'האף אז דו וועסט עס קענען ווייטער אהערשטעלן.
 
דער ראש ישיבה האט מיר געזאגט עטליכע שיינע נקודות פון פאנדרעיזינג, (אביסל דורכגעגאנגען די סדר היום, וואס דארף א פאנדרעיזער צו וויסן וכו', אנהייב טאג, אינמיטן טאג, און סוף טאג, ווי אזוי דארף מען זיך אומגיין מיט נדבנים, ווען בעט מען יא, ווען נישט, וכו') דער ראש ישיבה האט מיך געפרעגט עטליכע שאלות צו מאכן זיכער אז מענטשן זאלן נישט ווערן באליידיגט און ב'עולה'ט, ובפרט אז ס'האט זיך אויסגעשטעלט יעצט ראש חודש כסליו אז ס'איז נישט געווען קיין סעודת ראש חודש, האט דער ראש ישיבה געוואלט מאכן זיכער אז מ'גייט זיך אום יושר'דיג מיט יעדן און אז מען בא'עולה'ט נישט קיינעם.
 
ביי די באטע האט דער ראש ישיבה זייער אסאך גערעדט פון די זאך פון זיך דערהאלטן ביי א שידוך, ווער עס דערהאלט זיך באקומט א שידוך.
 
דער ראש ישיבה האט גערעדט פון די וויכטיגע נקודה, אז אויב עלטערן רייסן אונטער די מוסד אין פארנט פון די קינדער איז דאס זייער שעדליך, דער ראש ישיבה האט פארציילט וואונדערליכע פקחות'דיגע זאכן פון זיין טאטע הגאב"ד קארלסבורג שליט"א, וואס ער האט באהאלטן פון די קינדער פארשידענע פאליטיק וואס האט זיך אפגעטון אין א מוסד וואו זיי האבן געשיקט די קינדער, און מיט א געוואלדיגע זהירות האט מען אכטונג געגעבן אז קינדער זאלן נישט וויסן גארנישט פון די פאליטיק וואס איז שעדליך פאר קינדער. ווען דער ראש ישיבה איז שוין געווען נאך די בר מצוה, און ער האט געטוישט ישיבה, איז ער ערשט געוואר געווארן פון חברים אין ישיבה פארשידענע פאליטישע שטרייטן וואס איז געווארן אויסבאהאלטן פון אים.
 
דער ראש ישיבה האט געזאגט אז א קלוגער טאטע שיקט א קינד זאל מיטהאלטן די רבי'שע מאורעות אין דעם מוסד וואו דאס קינד גייט, אלעס נאר אז א קינד זאל נישט פילן קיין שום צוריסנקייט צווישן דעם מוסד און זיין טאטן. נישט אזוי ווי טייל מענטשן שיקן דעם קינד אין א מוסד און זאגן פארן קינד אז די גאנצע זאך איז בלאף, דאס קען גורם זיין אז דאס קינד זאל מפקפק זיין אין די גאנצע תורה חס ושלום.
 
(אויך האט דער ראש ישיבה גערעדט א אנדערע מאל פון א ענליכע נקודה, לגבי אויסלערנען קינדער אז זיי זאלן וועלן האבן א ביליגע בר מצוה אזוי ווי אין ברסלב, דער ראש ישיבה האט געזאגט, אויב דו שיקסט אין א פלאץ וואו ס'איז דא א רייץ צווישן די קינדער ווער ס'קען האבן א טייערערע זאל, קענסטו נישט צווינגען דיין קינד צו האבן א פשוט'ע קליינע אומזיסטע בר מצוה, עס קען אפילו צוריקקלאפן אויף פארקערט, ער קען ארומגיין מיט א שנאה אויף זיין טאטן א גאנצן לעבן, דאס איז די מעלה אין ברסלב אז מ'לערנט אויס די קליינע קינדער פון דריי יאר אז ס'איז דא א רייץ ווער ס'קען האבן א ביליגערע קלייד און ווער ס'קען האבן א ביליגערע זאל ביי די בר מצוה)
 
דער ראש ישיבה האט גערעדט פון די קרית ברסלב בלעטל, פון די ארטיקלען וואס מ'באשרייבט די סעודות פון דער ראש ישיבה, האב איך געזאגט אז ס'קומט א גרויסן דאנק פאר דעם חתן ר' חיים מאיר, ווייל ווען ער באשרייבט דער ראש ישיבה'ס  סעודה לייגט ער ארויס זיין נאמען, ס'האט א אנדערע טעם אז ס'שטייט א נאמען, דער ראש ישיבה האט צוגעשטימט דערצו.
 
מ'האט גערעדט פון די שמחה בבית קארלסבורג, דער ראש ישיבה האט דערציילט אז ער איז געווען דאנערשטאג נאכט ביי שבע ברכות, און זיין טאטע, גאב"ד ד'קארלסבורג, האט אים געבעטן צו רעדן, ס'איז אים געווען שווער, אבער כדי מקיים צו זיין מצוות כיבוד אב ואם האט ער גערעדט עטליכע מינוט, פון די תורה (ליקוטי מוהר"ן חלק א' סימן רפ"ד) וואו די רבי רעדט פון קבעת עתים לתורה, אז קבעת מיינט גנב'ענען, מ'מוז אראפ'גנב'ענען צייט צו לערנען, ווייל אויב מ'ווארט ביז מ'קען לערנען אויף א מסודר'דיגע וועג קען אדורך גיין צופיל צייט אן לערנען תורה.
 
ארויסגייענדיג פון די שבע ברכות האט איינער פון די רבנים ביי די שבע ברכות געזאגט פאר דער ראש ישיבה, איך האב אזוי שטארק געוואלט הערן וואס "איר" זאגט, מ'זאגט אז איר זענט מחי' טויזנטער מענטשן, האב איך שוין געטראכט אז ענדליך וועל איך אייך שוין הערן רעדן, האט איר געזאגט א שטיקל לקוטי מוהר"ן און שוין, איך קען לערנען ליקוטי מוהר"ן יעדן טאג ביי מיר אין שטוב, אבער א שאד אז איך האב נישט געהערט אייערע דיבורים וואס איר זענט מחי' אזויפיל מענטשן.
 
דער ראש ישיבה האט גערעדט פון זיין חתונה anniversary, וואס איז ראש חודש כסליו, די ראש ישיבה האט דערציילט ווי א איד האט אים אהיים געטראגן פון זיין חתונה אין "קאנקארד פלאזא" (היינט הצלחה גראסערי ביי בעדפארד און פלאשינג) ביז זיין דירה אויף סאוט אכט'ע סטריט ביי בעדפארד עוועניו און אויפן וועג האט דער ראש ישיבה געטראכט די געוואלדיגע קושיא: יעצט בין איך אזוי פרייליך צו זיין א חתן, באלד גיי איך זיין א פערציג יעריגער מענטש אזוי ווי דער איד וואס פירט מיך אהיים? וואס וועט מיך דעמאלטס מאכן פרייליך? וואס איז די לעבן? יעדער מוז ווערן א נאכגעלאזטער מיטליעריגער מענטש? יעדער מוז אריינגיין אין די "מהיכי תיתי'דיגע" לעבן? וואס איז די מעשה? וואס גייט דא פאר? וואס איז די תכלית?
 
דער ראש ישיבה האט עס ארויסגעברענגט לגבי די נקודה אז ווער ס'פאלגט דעם רבי'ן איז זיין ווייב אייביג אינטערעסאנט און חשוב, און ווער ס'פאלגט נישט דעם רבי'ן צו רעדן שיין צו די ווייב מוז זיין אז ער ווערט נערוועז פון איר.
 
רעדנדיג פון די anniversary, האט דער ראש ישיבה געזאגט, משה ארי' האט מיך אויסגעשפילט, כ'האב געמיינט אז ס'וועט זיין א שיינע סעודת ראש חודש לכבוד מיין anniversary, כ'וועל רעדן פון די חסדים וואס דער אייבערשטער האט געמאכט אז איך האב חתונה געהאט, אבער דער עולם האט נישט געגעבן וכו' און ס'איז נישט געווען קיין סעודת ראש חודש.
 
שבת צופרי איז דער ראש ישיבה געגאנגען אפנעמען די חתן ר' חיים מאיר פון די שטוב פון מו"ה יעקב יאקאבאוויטש הי"ו מלמד מומחה במוסדותינו, מ'האט געזינגען אויפן וועג שיינע ווארימע ניגונים.
 
דער ראש ישיבה האט געדאוונט שחרית פארן עמוד, ביי קל אדון איז געווען זייער געשמאק און לעבעדיג.
 
דער חתן ר' חיים מאיר האט עולה געווען, מ'האט געווארפן צוקערלעך, דער ראש ישיבה האט זיך אויפגעשטעלט טאנצן אויף די ניגון "יש בורא עולם - אין עוד מלבדו".
 
ביי די קידוש האט מען געזעצט דעם חתן אויבן אן, אויף די סטעידזש, נעבן דער ראש ישיבה, דער ראש ישיבה האט געהייסן פאר די גבאי מו"ה העניך הי"ו זאל אויסרופן "דער גאנצער עולם איז געלאדנט צו די קידוש לכבוד די באווארפן פון החתן חיים מאיר".
 
ביי סיפורי מעשיות האט דער ראש ישיבה זיך אפגעשטעלט ווי דער רבי רעדט פון שידוכים, דער רבי זאגט "וועם ער האט געוואלט, האט זי נישט געוואלט, און ווער ס'האט אים יא געוואלט, האט ער איר נישט געוואלט", אזוי שלעפט מען זיך מיט שידוכים ביז מ'ווערט פארעלטערט.....
 
דער ראש ישיבה האט געזאגט אז די הצלחה אין לעבן איז נאר אויב מ'האט חתונה ווייל די תורה הייסט אזוי, אויב מ'גייט נישט מיט די תורה, קען מען נישט האבן קייין שום הצלחה.
 
ביי שלש סעודות האט דער ראש ישיבה זיך געשטעלט אויף די תורה אין ליקוטי מוהר"ן (חלק א' סימן רל"ג) ווי דער רבי שמועסט ווי דער אייבערשטער האט הנאה ווען א איד שלאגט זיך מיט זיינע שלעכטע מחשבות, אז דער אייבערשטער האט הנאה פון דעם אזוי ווי קעניגן קוקן ווי חיות שלאגן זיך (און אזוי ווי היינט, וואס טוינטער מענטשן קוקן boxing און wrestling)
 
דאס איז א גרויסע חיזוק, ווייל א מענטש טראכט ווען וועל איך זיך מער נישט דארפן קריגן מיטן יצר הרע, אבער דער אייבערשטער האט א נחת פון דעם, וואס מ'שלאגט זיך און מ'פרובירט נאכאמאל צו זיין גוט.
 
דער ראש ישיבה האט ארויסגעברענגט נאכאמאל די שבח פון שטעטל אז אינגעלייט לערנען צופרי, פאר'ן דאווענען און ארבעטן.
 
נאך מעריב איז געווען אבות ובנים, אונטער די געניטער אנפירערשאפט פון מו"ה אברהם יושע וועבערמאן הי"ו.
 
נאך אבות ובנים איז דער ראש ישיבה געזיצן מיט מו"ה בניהו הי"ו און מיט נאך אינגעלייט און געשמועסט איבער די שטעטל, אז ווען מען פרעגט וועגן תקנות אין שטעטל, איז דא איין תקנה, מ'מוז האבן שלום בית, מ'מוז רעדן שיין צו די ווייב.
 
מ'האט אויך גערעדט פונעם קרית ברסלב בלעטל, דער ראש ישיבה האט זיך נאכאמאל באדאנקט פאר ר' אברהם הערש אז אדאנק די בלעטל העלפט מען מענטשן זאלן נישט ארייננעמען אין שטוב די שעדליכע צייטונגען.
 
דער ראש ישיבה האט אויך ארויסגעברענגט אז אמאל איז געווען די "אדווערטייזמענט בלעטלעך" אביסל אנדערש ווי א צייטונג, ווייל ס'האט נישט געהאט קיין שרייבערס, אבער יעצט הייבט מען אן צו נוצן שרייבערס אין די וועכנטליכע אדווערטייזמענט אויסגאבע'ס, זיי שרייבן פון חינוך און פון אנדערע זאכן, דאס איז בכלל נישט פאר א ערליכע שטוב, איך לערן זיך נישט חינוך פון קיין צייטונג שרייבער, כ'האב נאכאמאל אויפגעפאדערט אין שטוב אז ביי אונז ברענגט מען גארנישט אריין, האט דער ראש ישיבה געזאגט.
 
דער ראש ישיבה האט געזאגט פאר ר' אברהם הערש, כ'האב געטראכט יא צו זאגן אדער נישט צו זאגן, אבער יעצט אז מ'רעדט שוין (דער ראש ישיבה האט געווארט עטליכע סקונדעס, אזוי ווי ער בעט שטילערהייט נאכאמאל דעם אייבערשטן, זאל איך זאגן אדער נישט) די וועלטליכע נייעס וואס מ'לייגט לעצטנס אין די בלעטל, דארף נישט זיין אזוי טיף צולייגט, ס'איז גענוג צען פראצענט, אז מ'לייגט א קליין שטיקל ווער סע'לויפט פאר פרעזידענט, דאס איז פונקט גענוג, אויב דו וועסט באשרייבן די נייעס צו גוט, אפילו דו לייגסט נאכדעם צו אז דער אייבערשטער פירט די וועלט, אבער אויב ס'מאכט נייגעריג צו וועלן צו גוט פארשטיין וואס טוט זיך אין די נייעס, טויג עס נישט.
 
(כ'האב יעצט געפרעגט ר' אברהם הערש צו כ'קען דאס אריינלייגן אין מיין ארטיקל האט ער געזאגט אוודאי! וואס איז די שאלה! מ'האט עס שוין אפילו אויסגעשמועסט אויף די האטליין! אשרי העם שככה לו, אשרינו אז ס'איז דא מענטשן וואס פאלגן א ערליכן איד על כל אשר יאמר כי הוא זה).
 
דער ראש ישיבה האט געפרעגט פון מו"ה שמעון עוזר גרינפעלד הי"ו ווי אזוי ער איז צופרידן אין שטעטל? און צו מו"ה מרדכי היימליך הי"ו העלפט אים אין די לאו וואלטעדזש ביזנעס, האט ער געזאגט אז ער העלפט אים זייער שטארק.
 
האט דער ראש ישיבה געזאגט וואו איז דא נאך א פלאץ אין די וועלט וואו מ'העלפט א קאמפעטישן?! כ'האב געזאגט פאר מאטי, סאליווען קאונטי איז זייער גרויס! א ביזנעס קען אמאל אונטערפאלן אויב מ'נעמט צו סאך דזשאבס! נעם אן יעדע דזשאב און געב איבער פאר שמעון עוזר, אזוי וועלן ביידע האבן הצלחה! און ברוך השם מאטי איז זייער מצליח! (קוקנדיג צום מנהל הכולל) כ'מיין די כולל דארף אים בעטן געלט...
 
ארויסגייענדיג פון בית המדרש האט דער ראש ישיבה געפרעגט נאך קינדער ווער איז דיין רבי? (דער ראש ישיבה פרובירט צו touchbase מיט "אלע" קינדער ביי יעדן באזוך אין שטעטל, אסאך מאל פרעגט ער ווער איז דיין רבי, אסאך מאל פרעגט ער א אנדערע זאך וואס איז אינטערעסאנט פארן קינד, למשל, אויב ס'איז געבוירן א בעיבי, פרעגט דער ראש ישיבה וועגן די בעיבי, וכדומה, אדער ביי א שידוך, וכדומה,) איין אינגל האט געענטפערט רבי קרויס, האט דער ראש ישיבה געענטפערט, פשששי הא! אזא גוטע רבי! נאכדעם האט איין אינגל געזאגט רבי שניטצלער, האט דער ראש ישיבה געזאגט אפשר זאל מען יא מעגן זאגן וועלכע רבי שניטצלער?.... ווייל ס'איז דא עטליכע...
 
ווייטער אויפן וועג ארויס האט דער ראש ישיבה געזאגט כ'האב מורא אז איך וויל נישט דא קומען וואוינען, ווייל ס'איז דא אינגעלייט ואס זענען מער מצליח דוקא דא אין שטעטל וואו ס'איז אלעס געמאכט אז מ'זאל זיך קענען בעסער אנטוויקלען, דער ראש ישיבה האט אנגעוויזן אויף צוויי טייערע אינגעלייט, מו"ה אברהם יושע הי"ו און מו"ה משה הי"ו וואס זענען דארט געשטאנען און פירן אן א גאנצע פליגל פון די פילצאליגע אפעראציעס אינערהאלב מוסדותינו הקדושים (אברהם יושע מיט די קינדער ביי שלש סעודות  און ביי אבות ובנים און מושי מיט די האט-ליין און מיט די באזוכן אין די תפיסות, אויך איז אברהם יושע פון די איבערגעגעבענע חברי הצלה אין שטעטל, און בנוסף לזה העלפט ער שטארק בעצה ותושיה פאר אלע וואס קויפן הייזער אין שטעטל, זייענדיג א פראפעסיאנאלער מארטגעדזש בראוקער) דער ראש ישיבה האט אנגעוויזן אז מ'קען זיין א שעמעדיגער אין ישיבה ביי די דרייצן און א טעטיגער ענערגישער עסקן עטליכע יאר שפעטער.
 
שכח אייבערשטער אז דו האסט געמאכט מיט מיר אזא גרויסע נס אז דו האסט מיך געברענגט צו א ראש ישיבה וואס אנשטאט ער זאל זיין סתם א שיינער איד וואס קומט צו מיין שמחה, און וואונטשט אן מיט זיידענע לשון-קודש'דיגע ברכות און אנשטאט ער זאל נאר אדרעסירן אומרעלאטיווע ענינים, ארבעט דער ראש ישיבה אומאויפהערליך אהערצושטעלן א חינוך אפאראט וואס וועט מאכן קינדער רעדן צום אייבערשטן און ליב האבן אידישקייט אפילו ווען די לעבן גייט נישט ווי מען האט געוואלט.