קרעדיט: ישראל דוד העסקעל
 
 
האהאהאהאהאהאהאהאהאהאהאהאהאהאהא. יוש איך קען נישט אטעמען האהאהאהאהאהאהאהאהאהאהאהאהאהאהא זאג עס נאכאמאל פפפפאאאהאאאאאהאהאהאהא ס'הייסט נישט וואס?
 
יא האסט זייער גוט געהערט ס'הייסט קלאר נישט געלערנט! וואס מיינסטו, מ'קען זיך אזוי אפּדאווענען די גאנצע תורה? הע? דאס מיינט והגית? הע? איך פרעג דיר? ענטפער מיר?
 
האהאהאהאהאהאהאהאהאהאהאהאהאהאהא יייוווש זאג עס איין מער מאל, איך בעט דיר, גייסט מיר ממש אויפלעבן פליז…
 
וואס? זאגן הייסט נישט געלערנט!
 
אוי האסטו מיך מחי' געווען! שוין א יאר א האלב וואס איך בין זוכה צו קענען לערנען אויפן סדר דרך הלימוד פונעם הייליגן רבי'ן, און איך ווארט שוין אלץ אז איינער זאל מיר שוין קומען זאגן אז ס'הייסט נישט געלערנט, אבער אין קול ואין עונה, קיינער האט נישט רחמנות אויף מיר, איך זאג משניות, מיין נשמה ווערט אויסגעוואשן, איך בין זוכה צו צו קומען צו דאס וואס לערנען תורה טוט מיט א מענטש, די לעבן איז מיר א גן עדן, אבער איין זאך פעלט, איך ווארט איינער זאל מיר קומען זאגן ס'הייסט נישט געלערנט… און יעצט ביסטו אנגעקומען ווי א שליח פון הימל מיך צו מחי' זיין אההההההה! טו מיר א טובה, זאג מיר עס נאך איין מאל ס'הייסט נישט געלערנט וועסט מחיה זיין א איד… כ'בעט דיר....
 
זייער א שיינע וויץ, זאלסט אבער וויסן אז ס'הייסט 'טאקע' נישט געלערנט!
 
האהאהאהאהאהאהאהאהאהאהאהאהאהאהא אוי האסטו מיר אויפגעלעבט!
 
אוי די כח פון זיך קענען גוט אויסלאכן, די לעבן ווערט דאך אזוי לעכטיג, א כפרה גייט מיר אן וואס דו טראכסט פון מיר, דו הערסט?! איך האב געטראפן לעבן, גיי איך יעצט אנהייבן נעמען און באטראכט וואס יעדער קרעציגער מענטש וואס דמיונט אז "העהע… יעדער רעדט דאך צום אייבערשטן" נעוואאאאדע וואס דען, איי לאמיר זען רעד ארויס יעצט פיר ווערטער... א בוידעם! קענסט דיך נישט צוזאמען קראצן פיר ווערטער... 
 
דעם שבת האב איך געדאווענט אין א קליינע שול אינעם שטאט מאנסי, איך טראכט אזוי צו מיר וואס מ'גייט שרייבן די וואך אינעם בלעטל, אייבערשטער שיק מיר אינטער עפעס גוטס. אינמיטן דאווענען קומט אריין א אידל אין בית המדרש מיט זיין אינגעלע, אבער נישט סתם איינער.... גאר א הויך קלאסיגער, די שיך האט געמעטשט צו די הויזן, די הויזן האט געמעטשט צום בעקיטשע און די בעקיטשע האט געמעטשט צו די גלעזער, ס'איז געווען גאר פיינע נייעס.
 
דער גאר שיינער צוגעפוצטער אידל נעמט א פלאץ און ווייזט פאר זיין זון זיך צו זעצן נעבן אים.
 
ס'גייט נישט דורך קיין פינף מינוט, זיין זון האט שוין געטראפן נאך א פאר קינדער און זיי הייבן אן ארומלויפן איבערדרייען דעם שול...
 
דער פענסי טאטע האט דאס בשום פנים ואופן נישט געוואלט צולאזן, ער האט פרובירט מיט אלע מיטלען - מיט גוטנס און מיט בייזנס - צו בארואיגן זיין זון זאל זיך צוריק זעצן נעבן אים אבער דער אינגל, ווי נישט אים מיינט מען... ער ווייסט נישט קיין מעשיות, ער קנאקט א לעבן, ער לויפט ווייטער ארום און דרייט איבער דעם שול, דער טאטע שפירט ווי ס'איז כלו כל הקיצין ער האלט עס שוין נישט אויס, ער פלאצט און נעמט זיך שרייען אויף זיין זעקס יעריגער:
 
ה-ע-ר-ש-י!!!! מאכסט מיר בושות
ה-ע-ר-ש-י!!!! מאכסט מיר בושות
ה-ע-ר-ש-י!!!! מאכסט מיר בושות
 
די שול איז שטול, יעדער שטייט און קוקט אויף אים, און ער פארענטפערט זיך נאך פאר די גאנצע שול - בזיונות מאכט ער מיר מיין זון!
 
וואס זאל איך אייך זאגן, ס'איז געווען גוט פאני, דער עולם האט זיך געקאטשקעט פאר געלעכטער.... נישט דער זון האט געמאכט די בושות פאר טאטי נאר פונקט קאפויער... 
 
איך טראכט צו זיך וואסערע פנים האט עס אז מ'לעבט פאר יענעם, יענער קוקט יענער זעהט יענער טראכט וואס וועט יענער זאגן? ס'איז נארמאל? 
 
יענער וועט גאר לאכן פון דעם אז דו ווילסט אים געפעלן.... 
 
וואס מאכסטו זיך נאריש? וואס ביסטו פארנומען מיט יענעמס דעות?
 
איך בין אמאל געזעצן אין א שול און געזאגט משניות, אינמיטן לערנען זעצט זיך איינער אוועק אויפן זעלבן טיש, איך געב א קוק צו זען ווער דאס איז, און גראד זעה איך אז ס'איז נישט סתם איינער, קודם איז ער געקומען מיט א קליינע שאפּינג בעג, מיט א טעלעפאן צוזאמען מיט עירפאונס. 
 
דער איד זעצט זיך אוועק, עפענט אויף די גמרא און הייבט זיך אן שאקלען פאר א מינוט צוויי, דערנאך איז ער מסדר די טעלעפאן אויף די זייט, די עירפאונס אויף די אנדערע זייט, פונעם זעקל שמוגלט זיך ארויס א שאכטעלע טשערי טאמעטאס, און ער הייבט אן זוכן איין טאמעטא נאכן צווייטן וועלכע ס'איז די בעסטע...
 
ער האט נישט סתם געגעסן... ס'איז געווען א גאנצע עבודה... געמָאמט מיט די אויגן, זיך אריינגעשאקלט אויף די גמרא, אביסל גע'חלומ'ט אויפן דאך... און דערנאך ריפּיעט, געכאפט א פרישע טאמעטא פון אונטער די גמרא און געקנאקט שטיקער העכערן גמרא.
 
נאך עטליכע מינוט איז פארגעקומען דעם גרויסארטיגן סיום ווען די שאכטל האט זיך געזעגנט מיט איר גאנצע אינהאלט, און ס'איז געקומען די צייט צו גיין מאכן א קאווע…
 
נאך עטליכע מינוט איז ער צוריק דא מיטן קאווע מיט עטליכע קאצקע צוקערס, ס'שאקלט זיך גאר אנדערש ווען מ'קייט א צוקער בשעתן שליפצן קאווע מיט איין האנט און דרייען די בארד מיט די צווייטע האנט העכער א גראבע גמרא...
 
גייט נישט דורך צופיל צייט און ער טרעפט זיך ליידער אין א מצב אז נישט קיין קאצע איז געבליבן און נישט קיין קאווע!
 
אויש וואס קען מען טון? גאר א וויכטיגע טעלעפאן קאלל מוז ער פונקט יעצט מאכן... ער לייגט אראפ דעם היט אויפן גרויסן גמרא, ער איז יעצט אין צו א לומדישע גוסטע צו קענען ארויסגיין פונעם היכל... ער טוט אן די עיר פאונס מיטן טעלעפאן און הייבט אן שפאצירן דעם גאנצן היכל הלימוד מיטן וויכטיגן שמועס...
 
ס'גייט דורך פערציג מינוט נאכדעם וואס איך האב שוין כמעט שוין געענדיגט ח"י פרקים משניות, און דער צדיק איז דא צוריק, מאכט אזוי מיט די אויגן און קוקט מיר אן, און געט מיר אזא פרעג: זאג נאר אינגערמאן, דו לערנסט אדער דו זאגסט???
 
און ביידע לאכן מיר....
 
ער לאכט פון מיר - הע א נייע מין זאך מ'זאגט זיך אזוי משניות, גמרא און מדרש, קיינמאל נישט געווען אזא זאך... דו ברענסט סתם דיין צייט ס'הייסט נישט געלערנט!
 
און איך לאך פון אים, נעבעך ער דמיונ'ט אז ער האט געלערנט יעצט צוויי שעה! זיך געדרייט ווי א פייגל, געווען ביזי מיט דעם און יענעם, געפילט דעם ריכטיגן לומדישע פילינג, אבער נעבעך אפּגעברענט צוויי שעה מיט טון צוויי מאל גארנישט!
 
ווער לאכט? אויף וועמען איז די געלעכטער? 
 
איך זאל יעצט זיין פארנומען צו טראכטן וואס ער טראכט פון מיר... אזא פנים האט עס - הערשי מאכסט מיר בושות....
 
דער ראש ישיבה זאגט אלץ, א איד וואס לערנט באמת יעדן טאג תורה, אזא איינער וועט חס ושלום נישט חוזק מאכן פון איינעם וואס זאגט משניות און גמרא, ער פריידט זיך אז נאך א איד לערנט תורה, נישט קיין חילוק אויף וועלכע וועג.
 
א מענטש דארף זיך קענען גוט גוט אויסלאכן, הער דיך אויף וויסנדיג מאכן וואס יענער וועט טראכטן און זאגן און מיינען און לאכן... יענער טוט גאאאאארנישט מיט זיין טאג אפילו ער ס'זעט אויס אזוי דערהויבן...
 
דער ראש ישיבה פארציילט אסאך מאל די מעשה מיט א אינגערמאן פון אנשי שלומינו וואס איינער איז געקומען צו אים פרעגן אויב ער זאגט משניות אדער ער לערנט, יענער פרעגט: איך קען דיר פארהערן וואס דו האסט היינט געלערנט?
 
האט אים דער אינגערמאן געענטפערט: קוק אהער, מיר קענסטו נישט פארהערן ווייל איך זאג... אבער דו וואס דו לערנסט דאך יא געהעריג לאמיך דיר פארהערן וואס דו האסט היינט געלערנט…
 
באָאָאָאָאָם!!!!
 
אוי זענען די בזיונות געווען גרויס, יא אוודאי ישראל קדושים, יעדער לערנט, וואס דארף מען ברסלב? מעה יעדער רעדט צום אייבערשטן, ווער רעדט דען נישט צום אייבערשטן? קוק אין שול אלע פלעצער זענען פול, דערוילעם האקט שטיקער....
 
יא יא יא יא יא.....
 
לאך לאך לאך פון מיר, ס'איז גוט פאני, די זאגן און פאלגן יעדע זאך דעם ראש ישיבה ווי א תמים, מ'פאר'תמ'ט ענק דארט, יא יא לאך לאך, אבער באלד וועט מען זיך טרעפן די יארן זענען אנטלאפן און לאמיר זען ווער ס'וועט דעמאלט לאכן...
 
"לאכן לאכט דער וואס לאכט לעצט" זאגט שטענדיג דער ראש ישיבה!
 
קוק נישט אויף קיינעם, גיי אן בתמימות, בעט דעם אייבערשטן דו זאלסט נישט ווערן איין טאג א גרויסער אויבער חכם, געב אכטונג נישט צו האבן א פנים ווי דער וואס שרייט אין שול "הערשי מאכסט מיר בושות", ער זיצט אויפן גמרא און לערנט נישט קיין אות אחת ה"י!
 
וואויל איז פאר אונז אז מיר האבן זוכה געווען צו קענען זיין ביים צדיק הערן נאכאמאל און נאכאמאל די לעכטיגע דיבורים לעבן, און זיך מחי' זיין מיט די זיסע עצות אנגיין און זיך גוט גוט אויסלאכן פון דער וועלט!
 
אשרינו שזכינו להתקרב לרבינו!