וואס זאל מען טון אז עס לערנט זיך נישט?
ד סיון תשפ"ב 📝
קרעדיט: צבי גלויבער
חֶרְפָּתִי - נַפְתָּלִי - יִשְׂמָחוּ - לְנִשְׁבְּרֵי - בְּיַרְכְּתֵי... האט מיין טאכטער'ל צוגעענדיגט זאגן איר עברי צעטל. זייער שיין געזאגט! יעצט קענסטו ארויפלייגן א בלומעלע סטיקער אויף די עברי מיידל, האב איך איר געזאגט. מיט גרויס חשק האט זי ארויפגלייגט דעם סטיקער און גלייך געלאפן שפילן און דערציילן פאר יעדן אז זי האט געזאגט איר ברודער'ס נאמען, נפתלי'קע, אין איר עברי צעטל.
איך האב געדאנקט דעם אייבערשטן פאר מיין געראטענע טאכטער'ל וואס כאפט ב"ה אויף די עברי אויף אזא שיינעם פארנעם. אבער אויסער די הנאה, האט מיר איר עברי זאגן אויך געגעבן שטאף צו טראכטן.
זי זאגט אפ דעם עברי צעטל. ב"ה אז זי כאפט אויף און זי קען גוט אלע כללים. אבער זי האט נישט קיין אנונג פון די באדייט פון די ווערטער. און די וואס האבן אהער געשטעלט דעם עברי צעטל האבן ניטאמאל געפינען פאר וויכטיג צו זעהן אז איין ווארט זאל קלעבן מיטן צווייטן, נאר אז אויפן זעלבן בלעטל זאלן זיך געפינען אלע כללים וואס מען האלט יעצט אינמיטן חזר'ן.
שפעטער ווען די קינדער ווערן גרעסער הויבן זיי אן צו זאגן אויך תהלים. אויך ווייטער מיט די הדגשה אז זיי זאלן גוט און פליסיג קענען די עברי, אן די מינדעסטע כוונה אז זיי זאלן עפעס פארשטיין וואס זיי זאגן דארט.
מיט די יארן, נאכדעם וואס מען קען שוין גוט די עברי פונעם דאווענען, הויבט מען אן צו לערנען אביסל די טייטש פונעם דאווענען. אבער די דיו כתובה על נייר חדש, דאס וואס מען האט אויסגעלערנט יונגערהייט די עברי, דאס בלייבט ווייטער. דאס דאווענען איז איין זאך, מען דארף דאן זאגן בלויז די עברי וואס שטייט אין סידור. און די טייטש איז א צווייטע זאך, דאס איז געמאכט געווארן צו קענען באקומען א גוטע צייכן אויף די טייטש פארהער.
דאס איז נישט נאר אלס קינד. ביי די גרויסע טאטעס איז די זעלבע מעשה. א איד ווייסט אז אינדערפרי דארף ער לויפן אין שוהל דאווענען שחרית, אינמיטן טאג אריינכאפן א מנחה, און ביינאכט, אויסגעמוטשטערהייט כאפט מען א מעריב. קוים וואס מען ווייסט וואס מען זאגט. אוודאי זענען דא געהויבענע אידן וואס דאס דאווענען איז זייער חיות, זיי לעבן מיט די ווערטער וואס זיי זאגן. אבער איך רעדט פון פשוטע עמך אידן, זיי ווייסן אז זיי דארפן עפענען דעם סידור, אפזאגן די עברי וואס שטייט דארט, און מיט דעם איז דער אייבערשטער צופרידן מיט זיי.
ווען מען קוקט אבער אריין אין די ספרים, זעהט מען אז עס איז גארנישט אזוי פשוט. "תפלה בלא כוונה כגוף בלא נשמה", איז נישט סתם א ווערטל וואס איינער האט געזאגט. ווען מען טראכט אריין אין די מהות פון תפלה, וואס דאס איז און וואס דאס דארף ברענגן. זעהט מען אז אן כוונה איז דאס נישט נאר גארנישט ווערד, נאר זאגאר א חוצפה כלפי שמיא.
דער חובת הלבבות גלייכט דאס צו צו א קעניג וואס איז געקומען באזוכן זיינ'ס א קנעכט. דער קנעכט האט געלאזט זיין משפחה זאל שיין אויפנעמען דעם קעניג, אבער ער אליין איז געגאנגען פארברענגן און זיך נישט אומגעקוקט אויפן קעניג. איז דאס נישט קיין חוצפה קעגן דעם קעניג? און די זעלבע איז ווען מען לאזט דעם מויל זאגן די תפלות צום אייבערשטן, אין די צייט וואס דער מח, וואס דאס איז דער מענטש אליין, איז בכלל נישט דארט. און מיט וואסערע חוצפה זאגט מען נאך צום סוף, יהיו לרצון אמרי פי "והגיון לבי" לפניך? טאקע אזוי, דו ווילסט דער אייבערשטער זאל טאקע מקבל זיין דיין הגיון לב?
דער אייבערשטער האט באפוילן: 'ולעבדו בכל לבבכם' – איזו היא עבודה שהיא בלב, הוי אומר זו תפילה (תענית ב.). דאס אינזין האבן דאס דאווענען איז נישט עפעס א זייטיגע תנאי אינעם דאווענען, נאר דאס איז דאס דאווענען אליין. דאס דאווענען דארף צו זיין אז מען זאל ארויסגעבן פארן אייבערשטן אלעס וואס ליגט אויפן הארץ. מיטן זאגן בלויז די ווערטער האט מען גארנישט אויפגעטוהן. באמת וואלט מען געדארפט איבערדאווענען אויב מען האט נישט אינזין געהאט. די סיבה פארוואס מיר דאווענען נישט נאכאמאל איז בלויז ווייל מען איז בכלל נישט פארזיכערט אז די צווייטע מאל וועט יא זיין מער כוונה.
תפלות אבות תקנום - דאס דאווענען האבן אונזערע אבות, אברהם יצחק און יעקב, איינגעפירט. דאס דאווענען וואס זיי האבן מתקן געווען איז געווען גאר אנדערש ווי אונזערע. זיי האבן איינגעפירט אז א מענטש זאל זיך אוועק שטעלן און זיך אויסרעדן זיין הארץ צום באשעפער אלעס וואס ער דארף. ער זאל קודם דאנקן דעם אייבערשטן אויף די גוטע זאכן וואס ער האט, און דערנאך בעטן אלעס וואס ער דארף. אזא סארט דאווענען איז נישט מעגליך צו זיין אן קיין כוונה, דאס איז דאך גלייך פון הארץ ארויס צום אייבערשטן. דאס דאווענען וואס מיר זאגן, דאס האבן די אנשי כנסת הגדולה מתקן געווען.
דער רמב"ם לייגט דאס אראפ זייער שיין מסודר אין זיין ספר משנה תורה אין אנפאנג הלכות תפלה:
· מצות עשה להתפלל בכל יום שנאמר ועבדתם את ה' אלהיכם מפי השמועה למדו שעבודה זו היא תפלה שנאמר ולעבדו בכל לבבכם אמרו חכמים אי זו היא עבודה שבלב זו תפלה ואין מנין התפלות מן התורה ואין משנה התפלה הזאת מן התורה ואין לתפלה זמן קבוע מן התורה.
· לפיכך נשים ועבדים חייבין בתפלה לפי שהיא מצות עשה שלא הזמן גרמא אלא חיוב מצוה זו כך הוא שיהא אדם מתחנן ומתפלל בכל יום ומגיד שבחו של הקדוש ברוך הוא ואח"כ שואל צרכיו שהוא צריך להם בבקשה ובתחנה ואחר כך נותן שבח והודיה לה' על הטובה שהשפיע לו כל אחד לפי כחו.
· אם היה רגיל מרבה בתחנה ובקשה ואם היה ערל שפתים מדבר כפי יכלתו ובכל עת שירצה וכן מנין התפלות כל אחד כפי יכלתו יש מתפלל פעם אחת ביום ויש מתפללין פעמים הרבה והכל יהיו מתפללין נכח המקדש בכ"מ שיהיה וכן היה הדבר תמיד ממשה רבינו ועד עזרא.
· כיון שגלו ישראל בימי נבוכדנצר הרשע נתערבו בפרס ויון ושאר האומות ונולדו להם בנים בארצות הגוים ואותן הבנים נתבלבלו שפתם והיתה שפת כל אחד ואחד מעורבת מלשונות הרבה וכיון שהיה מדבר אינו יכול לדבר כל צורכו בלשון אחת אלא בשיבוש שנאמר ובניהם חצי מדבר אשדודית וגו' ואינם מכירים לדבר יהודית וכלשון עם ועם ומפני זה כשהיה אחד מהן מתפלל תקצר לשונו לשאול חפציו או להגיד שבח הקדוש ברוך הוא בלשון הקדש עד שיערבו עמה לשונות אחרות
· וכיון שראה עזרא ובית דינו כך, עמדו ותקנו להם שמנה עשרה ברכות על הסדר שלש ראשונות שבח לה' ושלש אחרונות הודיה ואמצעיות יש בהן שאלת כל הדברים שהן כמו אבות לכל חפצי איש ואיש ולצרכי הציבור כולן כדי שיהיו ערוכות בפי הכל וילמדו אותן ותהיה תפלת אלו העלגים תפלה שלימה כתפלת בעלי הלשון הצחה ומפני ענין זה תקנו כל הברכות והתפלות מסודרות בפי כל ישראל כדי שיהא ענין כל ברכה ערוך בפי העלג.
דאס איז געווען א געוואלדיגע זאך וואס די אנשי כנסת הגדולה האבן געטוהן. זיי האבן געראטעוועט דאס דאווענען דורך דעם וואס זיי האבן איינגעפירט א נוסח התפלה וואס יעדער דארף זאגן אייניג. אבער לאמיר מחשב זיין שכר כנגד ההפסד, איז דאס נישט געווען דער מכה בפטיש וואס האט געמאכט אז א גרויס חלק פון כלל ישראל זאל נישט אינזין האבן רוב פונעם דאווענען? איך בין זיכער אז אין יענע צייט האבן זיך געפינען אסאך ערליכע אידן וואס האט קאטעגאריש אפגעווארפן די געדאנק וואס די אנשי כנסת הגדולה האבן געוואלט איינפירן. ס'טייטש? - האבן זיי געטענה'ט, און מיט רעכט - קלקלתו מרובה מתקנתו, איר ווילט איינפירן אז יעדער זאל זאגן דריי מאל א טאג די זעלבע נוסח? דאס איז דאך די סתימת הגולל פון דאווענען. דאס וועט מאכן אז דאס דאווענען זאל ווערן כמצות אנשים מלומדה. דאס איז זיכער אז רוב מענטשן וועלן נישט קענען טאג איין טאג אויס זאגן די זעלבע נוסח און עס נאך אינזין האבן מיט די זעלבע כוונת הלב וואס מען האט ווען מען דאווענט אזוי ווי ביז יעצט.
דו ווילסט זיך אננעמען פאר די פראצענט מענטשן וואס קענען נישט דאווענען געהעריג, און צוליב דעם גייסטו אוועק הרג'ענען דאס גאנצע קאנצעפט וואס דאווענען דארף זיין?! העכסטנס קענסטו איינפירן אז די שוואכערע חברה וואס קענען נישט דאווענען געהעריג זיי זאלן כאטש אפזאגן דער נייער נוסח און שוין. כאטש איך ווייס נישט אויף וויפיל דאס איז ווערד, איז עס דאך אבער בעסער ווי גארנישט. אבער דאס צו מאכן פאר אן איינגעפירטע נארמע, אז דאס מיינט דאווענען, הזאת נעמי?
די חולקים האבן טאקע געהאט גערעכטע טענות, אבער דאס האט נישט צוריקגעהאלטן די אנשי כנסת הגדולה פון איינפירן דאס דאווענען וואס מיר האבן היינט. ווייל זיי האבן געקוקט מיט א ווייטערן בליק, נאך אביסל ווייטער פון זייערע קעגנער'ס. טאקע רוב מאל וועט דאס דאווענען זיין פון א שוואכערע קאליבער ווי עס וואלט געדארפט זיין, אבער אפילו עס וועט גארנישט ווערד זיין. וועט דאס אבער האלטן אידן ביי אידישקייט. אויב וועט מען ווייטער אזוי דאווענען ווי די אבות האבן מתקן געווען, וועט דאס דאווענען אינגאנצן בטל ווערן, אדער העכסטנס וועט עס בלייבן בלויז ביי יחידי סגולה. אויב וויל מען אז גאנץ כלל ישראל זאל דאווענען, דארף מען מאכן א סדר וואס יעדער זאל אפזאגן יעדן טאג טויט צי רויט, אזוי ווי עס איז. און דערנאך וועלן שוין זיין גוטע אידן וואס וועלן מעורר זיין אז דאס דאווענען דארף זיין מיט מער כוונה, איין טאג וועט מען כאפן אן התעוררות און דאן וועט מען מער אינזין האבן, און אוודאי וועט אייביג זיין דער העכערער עלעמענט וואס זיי וועלן שטענדיג אינזין האבן דאס דאווענען.
און ווי עס שטעלט זיך ארויס, זענען זיי געווען טויזנט פראצענט גערעכט. נאר דורך דעם וואס זיי האבן איינגעפירט א נוסח צו זאגן, איז געבליבן דאס דאווענען ביי אידן. דאס וואס א איד ווייסט אז ער מוז אריין גיין דריי מאל א טאג אין שוהל און אפזאגן דעם נוסח וואס שטייט אין סידור, דאס האלט אים ביי אידישקייט.
אויף צו זיין מער איבערצייגט דערין, קען מען זיך אריבערכאפן צו א צווייטע יסוד אין אידישקייט, וואס דאס איז לימוד התורה.
דאס לערנען תורה איז נאך היינט אויך געבליבן אויף דעם שטאפל וואס תפלה איז געווען בעפאר די אנשי כנסת הגדולה. יעדער ווייסט אז לערנען מיינט צו פארשטיין וואס מען לערנט און קונה זיין ידיעות התורה. און דאס קומט נישט אן אזוי גרינג, אזוי ווי די באקאנטע רש"י וואס זאגט "אם בחקתי תלכו - שתהיו עמלים בתורה", אויף תורה דארף מען זיך פלאגן און מען דארף פארשטיין וואס מען לערנט.
יעצט לאמיר זיך אויפוועקן פאר א מינוט צו די רעאליסטישע וועלט און זעהן ווער און וויפיל תורה עס ווערט געלערנט היינט צו טאגס. איך רעד נישט פון די העכערע עלעמענט, די סארט וואס וואלטן געבליבן מיטן דאווענען אפילו אן די תקנת אנשי כנסת הגדולה, זיי לערנען יעצט אויך זייער פלייסיג, זיי פארשטייען וואס זיי לערנען, זיי פארהערן זיך און וואקסן אויף די רבנים דיינים און תורה אידן פון אונזער דור.
איך וויל אבער רעדן פון מיר און דיר, אונז פשוטע עמך אידן. מיר זענען עפעס אזוי כלאחר יד געווארן אויסגעשלאסן פון לימוד התורה. פרעג איך איינעם פארוואס ער לערנט נישט, זאגט ער מיר אז ער האט נישט געקענט טרעפן קיין חברותא. און ער געדענקט נישט אז ער האט מיר געענטפערט דעם זעלבן תירוץ מיט דריי יאר צוריק. און אפילו די וואס האבן יא חברותות, זיי לערנען פלייסיג יעדע נאכט, אבער ווען מען טראכט אביסל אריין זעהט מען אז דאס איז ווייט נישט געלערנט פון וואס לימוד התורה מיינט. וואס איז מיט פרייטאג און שבת? דאן האט מען דאך נישט קיין חברותא. נו, עס איז נאר צוויי טעג. אבער צוויי טאג א וואך מיינט הונדערט טאג א יאר, וואס דאס איז א דריטל פונעם יאר. און ווען מען רעכנט צו אלע ימים טובים און יומי דפגרא'ס, איז דאס בערך א האלב יאר וואס מען לערנט נישט. און וואס טוט זיך ווען מען האט שמחה/ דער חברותא האט א שמחה/ זונטאג ווען מען גייט שאפינג/ מען פיהלט נישט גוט/ מען דארף גיין צו א מיטונג/ דער רבי מאכט חתונה, און נאך צענדליגע אנדערע סיבות פארוואס מען זאל נישט אנקומען צו זיצן די שעה מיט די חברותא?
און וואס טוט זיך ווען מען זיצט שוין יא מיט די חברותא ביי איין טיש, לערנט מען דען יעדן טאג? קודם דארף מען דורכשמועסן די לעצטיגע נייעס און לשון הרע'ס, נאכדעם דארף מען זיך שיקן איינער דעם צווייטן די געלונגענע טעקסט מעסידזשעס פון יענעם טאג, די גוטע קליפס וואס זענען היינט ארום געפארן אויף וואטסעפ, וואס - אגב - האבן ביידע שוין סייווי באקומען די זעלבע, דערנאך דארף מען א טיי אדער קאווע צו קענען לערנען מיט א רוהיגן קאפ. און דאס איבריגע לאז איך איבער פאר אייער אייגענע עקספיריענס.
מיטן מאכן אן אמת'ן חשבון, טאקע ביי זיך און נישט ביי יענעם. זעהט מען אז מען לערנט ווייט נישט וואס מען וואלט געדארפט לערנען. און אויב זאל ווען בלייבן דאס דאווענען אזוי ווי ארגינעל, און אזוי ווי א דאווענען וואלט באמת געדארפט אויסזעהן, אז ווען מען האט צייט גייט מען אליין אין א זייט און מען רעדט זיך אויס צום אייבערשטן אלעס וואס דרוקט, דאן וואלט עס פונקט אזוי אויסגעזעהן. פונעם גאנצן יאר וואלט געבליבן בלויז עטליכע טעג וואס מען וואלט געדאווענט. זעהט מען מען די ווייטגרייכנדן בליק פון אונזערע גרויסע אנשי כנסת הגדולה וואס האבן געראטעוועט דאס דאווענען.
ווען א איד וויל באמת זוכה זיין לכתרה של תורה, וואלט ער זיך אויך געדארפט איינפירן צו דאווענען תורה אזוי ווי די אנשי כנסת הגדולה האבן איינגעפירט צו דאווענען תפלה. ווען א מענטש זאל זיך מאכן א חוק קבוע אז יעדן טאג מוז ער עפענען א גמרא און אפזאגן א דף, ער מוז עפענען א משניות און אפזאגן א פרק, און די זעלבע ביי אנדערע לימודים. און טאקע יעדן טאג זאל זיין וואס זאל זיין, פונקט ווי ביים דאווענען. דאן וואלט דער מענטש אויפגעוואקסן א תלמוד חכם מופלג. איינמאל ער האט זיך צוגעבינדען צו די תורה, ער מוז יעדן טאג עפענען א ספר און זאגן די ווערטער. דאן וועט ער א גרויס חלק דערפון פארשטיין מיטן זאגן, און ווען ער וועט זיין אין די גוסטע וועט ער יא אינזין האבן וואס ער זאגט און פארשטיין וואס ער לערנט, ווען ער וועט זעהן אן אינטערעסאנטע שטיקל וועט דאס אים ציען אריינצובליקן אין רש"י/תוספות/ברטנורא. אבער אויב איז נישט אפגעמאכט ביי אים אז ער מוז דעם ספר עפענען יעדן טאג, וועט ער ניטאמאל וויסן וואס ער פארפאסט.
אין ספר החינוך איז ער מסביר די מצוה אז מען טאר נישט צוברעכן א ביין פון קרבן פסח. האט ער דארט א לענגערע הסבר אז "אדם נפעל כפי פעולותיו", א מענטש ווערט אויסגעפארעמט לויט מיט וואס ער איז פארנומען, אויב א מענטש, אפילו א רשע גמור, וועט זיין פארנומען צו טוהן מצות, אפילו ער טוט עס שלא לשם שמים און אין זיין הארץ איז ער א גרויסער רשע, אבער ער איז עוסק א גאנצן טאג צו טוהן מצות, וועט ער מיט זיינע מעשים הרג'ענען זיין יצר הרע און ווערן א גרויסער צדיק. ווידער א צדיק גמור, זיין הארץ איז גאנץ מיטן אייבערשטן אויף הונדערט פראצענט, אויב אבער וועט ער עוסק זיין אין טוהן שלעכטס, אפילו באונס, ווי למשל אז דער קעניג צווינגט אים דאס צו טוהן, וועלן זיינע מעשים וואס ער טוט אים איבערדרייען און צום סוף וועט ער ווערן א שלעכטער מענטש.
און ער פירט אויס אז דעריבער זאל זיך א מענטש נישט איינרעדן אז דער עיקר איז צו זיין א איד אין הארץ, און עס איז נישט קיין חילוק ווי אזוי מען פירט זיך אינדרויסן. נאר מען זאל געדענקן אז סוף כל סוף וועלן די מעשים וואס דער מענטש טוט אים בייגן צו גוטס אדער צו שלעכטס, אפגעזעהן צו וואס זיין הארץ איז פון פריער געווען גענויגט. און מיט דעם איז ער מסביר די משנה, רצה הקב"ה לזכות את ישראל לפיכך הירבה להם תורה ומצות, דער אייבערשטער האט געגעבן פארן איד אסאך תורה ומצות אז דער גוף זאל זיין מיט דעם פארנומען א גאנצן טאג, און דאס וועט שוין איבערדרייען אז די הארץ זאל אויך ווערן גוט. און דאס איז אויך וואס די גמרא זאגט: "כל מי שיש לו מזוזה בפתחו וציצית בבגדו ותפילין בראשו, מובטח לו שלא יחטא" ווייל דאס זענען מצות וואס דער מענטש האט א גאצן טאג, און דאס וועט איבערדרייען זיין הארץ צום גוטן, אז ער זאל מער נישט זינדיגן. עס כדאי נאכצוקוקן זיין געוואלדיגע לשון פון אינעווייניג.
דאס האבן די אנשי כנסת הגדולה אויפגעטוהן מיטן מאכן דאס דאווענען פאר א טרוקענעם נוסח, כאטש דאס איז גאר ווייט פון די אמת'ע מכוון פון דאווענען. אבער מיט דעם וואס א איד דארף זיין יעדן טאג פארנומען מיטן דאווענען וועט דאס אים שוין ברענגן אז ער זאל דאווענען געהעריג אויך.
און דאס איז וואס מיר דארפן זיך איינפירן אויך ביים לערנען. מען דארף ביי זיך אפמאכן אז יעדן טאג גייט מען עפענען א ספר און זיך רוקן מיט נאך א דף, מיט נאך א קאפיטל, מיט נאך א פרק, און מיט נאך א סימן. אויב מיר וועלן דאס טוהן, עס וועט טאקע אויסזעהן מאדנע/ קינדעריש/ נאריש. דאס הייסט געלערנט? דאס מיינט תורה? דאס האט דער אייבערשטער פארלאנגט מיטן שתהיו עמלים בתורה? אבער ווען מען וועט מאכן דעם סוף חשבון וועט מען זעהן אז נאר אזוי קען א איד זיין צוגעבינדן צו די תורה, און נאר אזוי קען א איד זוכה זיין לכתרה של תורה.
טעמו וראו כי טוב ה', טעמה כי טוב סחרה