וואס איז כ"א כסליו?
כא כסלו תשפ"ו 📝
קרעדיט: משה ארי' שניצלער
וואס איז כ"א כסליו?
וואס האט פאסירט אין יענעם טאג?
די וועלט פירט זיך אזוי שוין טויזנטער יארן אז שטיקער ערד קומען און גייען. מדינות קומען אויף און מדינות גייען אונטער. איין פירער שטארקט זיך אויף אן אנדערן פירער און נעמט אים איין מיט אלע זיינע איינוואוינערס און מאכט זיי אונטערטעניג אונטער זיך.
ס'איז פארהאן מדינות, און ס'איז פארהאן שטיקער ערד.
למשל, אונזער אלעמען באליבטער ערד הנקרא מארמאראש און קארפאטן וואס דארטן האבן געלעבט די צדיקי בית סיגעט און נאך צדיקים וקדושים זכותם יגן עלינו, איז עטליכע מאל אריבער געגאנגען פון איין ממשלה צו אן אנדערע, און איז אפילו עטליכע מאל געווען צושניטן אין חלקים צווישן צוויי אדער מער מלוכות, אמאל האט רוסלאנד אהער געכאפט, און אמאל האט אונגארן אהינגעכאפט, און אמאל האט ראמעניע געכאפט פאר זיך.
און אזוי, למשל, דאס ווארט "אוקריינע" האט אמאל געמיינט א שטיק ערד וואס איז אונטער די ממשלה הנקרא רוסלאנד, היינט מיינט אוקריינע א ממשלה מיט'ן נאמען אוקריינע וואס איז די הערשאפט אויף די שטיק ערד הנקרא אוקריינע. די איינוואוינער אויף די ערד "אוקריינע" האבן היינט א זעלבסטשטענדיגע לאנד מיט'ן נאמען אוקריינע.
דער צודרייטער סערב וואס האט געשאסן דעם עסטרייכישן פירסט און גורם געווען די אנהייב פון די ערשטע וועלט מלחמה, האט געוואלט אז די איינוואוינער פון סערביע, די "סערבן", זאלן זיך אפרייסן פון אונטער די יאך פון עסטרייך, און האבן א זעלבסטשטענדיגע ממשלה וואס זאל הייסן סערביע.
אונזער הייליגער לאנד ארץ ישראל, איז דער שטיק ערד וואס דער אייבערשטער האט געזאגט אז ווען משיח קומט וועלן מיר אלע אהין גיין און מקריב זיין קרבנות אין דעם דריטן בית המקדש במהרה בימינו.
פאר באלד טויזנט יאר האט געוועלטיגט די "אטאמאן אימפעריע" (ottoman empire) אין מיטל מזרח. עס איז דא וואס רופן די אטאמאן אימפעריע די "טערקישע אימפעריע". ארץ ישראל און פילע לענדער און שטיקער ערד ארום זענען געווען אונטער די טערקישע אימפעריע.
ווען און ווי אזוי האט זיך געענדיגט די אטאמאן / טערקישע אימפעריע ?
אום ד' תמוז תרע"ד (למספרם יוני 28 1914) האט א צוהיצטער סערב מיט'ן נאמען גאוורילא פרינציפ דערשאסן דעם ארכי-דיוק פראנץ פערדינאנד, דער צוקונפטיגער יורש פון די עסטרייך-אונגארישע מלוכה. דאס האט אנגעהויבן א וועלט מלחמה, באקאנט אלץ די ערשטע וועלט מלחמה. עס איז געווען די אליאירטע (פראנקרייך, ענגלאנד, רוסלאנד, אמעריקע, איטאליע, און יאפאן) קעגן די "צענטראלע" כוחות (דייטשלאנד, עסטרייך-אונגארן, די אטאמאן / טערקישע אימפעריע, און בולגאריע).
ווייל דאס איז דאך א דבר פשוט מימות עולם אז לענדער נעמען זיך אן איינער פאר'ן צווייטן, למשל אויב כינע זאל חלילה אטאקירן קאנאדע, וועט דען אמעריקע בלייבן שטיל? אודאי נישט! און אזוי ווערט עס נעבעך א וועלט מלחמה. ווייל יעדע לאנד האט דאך פון די אנדערע זייט נאך א שכן מיט נאך אנדערע פאליטישע חשבונות.
די ערשטע וועלט מלחמה האט זיך געענדיגט מיט א זיג פאר די אליאירטע.
אגב, איינס פון די "צענטראלע" באזיגטע לענדער, איז געווען דייטשלאנד, וואס אירע פרעכע בעלי גאוה האבן נישט געקענט אראפשלינגען דעם זיג, דער צורר היהודים, וואס האט שפעטער גע'הרג'עט זעקס מיליאן קדושים רחמנא לצלן, האט אפעלירט צו די עמלקים אז מען מוז צוריק אויפבויען די (פארשאלטענע) דייטשע שטאלץ, און דאס האט אים געברענגט צו די מאכט, דאס מיינט אז די צווייטע וועלט מלחמה קען ווערן געזען ווי א רעאקציע צו די ערשטע וועלט מלחמה, די עמלקים האבן פאר יעדן פרייז געוואלט נאר אויפבויען זייער מיליטער צו ווייזן אז זיי זענען יא א שטארקע מדינה. במילא קען מען זאגן בדרך אפשר אז דער איינער שאס פון דעם צודרייטן סערב אין תרע"ד האט גורם געווען די ערשטע און צווייטע וועלט מלחמות. א מענטש קען חלילה מיט איין דרוק מיט'ן פינגער ברענגען א חורבן עולם.
ווען די ערשטע וועלט מלחמה האט זיך געענדיגט איז אוועק געפאלן שטיקער ערד פון די אמאליגע טערקישע אימפעריע. דאס שטיק ערד וואס מען האט גערופן פאלעסטינע איז געווארן געלייגט אונטער אזא סארט צייטווייליגע הערשאפט מיט'ן נאמען "דער ענגלישער מאנדאט" געפירט דורך ענגלאנד. אין יענע תקופה איז געווען פרעשור פון צוויי צדדים וואס זאל זיין דער דין מיט פאלעסטינע, די ציונים האבן געדרוקט און גע'לחץ'ט מען זאל זיי געבן א מדינה, און די אראבערס האבן געדרוקט אויף פארקערט, האט מען געמאכט דעם ענגלישן מאנדאט און מען וועט שוין זען שפעטער וואס וועט זיין, שפעטער איז געווארן דערקלערט אז דער בריטישער מאנדאט וועט עקספייערן אום 15 מאי 1948 למספרם.
איין טאג פריער, 14 מאי 1948 למספרם, זענען אויפגעשטאנען א כנופיא פון בלויז-קעפיגע אוכלי נבילות וטריפות מיט א צוויי דריי אנוועזנדע פון רעליגיעזן לאגער און דערקלערט פאלעסטינע אלץ א "אידישער" מדינה. בשעת'ן פארליינען דעם דעקלערונג איז געווען פון הונטערוויילעכץ א ריזן בילד פון דעם כופר הערצל שר"י.
ביים שרייבן די ציוניסטישע דעקלערעישן אוו אינדעפענדענס, איז געווען א שטיקל פריוו מצד די רעליגיעזע מיטשלעפערס צו שרייבן פון אויבן דעם אור אלטן "בעזרת השם", האבן די פרייע מיט די דבר-אחר אנגעפאשעטע בייכער געמאכט א ויצעקו אז זיי וועלן דאס נישט דערלאזן בשום אופן, למעשה איז געבליבן אז מען האט נישט געשריבן בעזרת השם און די רעליגיעזע מיטשלעפערס וואס זענען געווען אויפ'ן ארט "בלויז פאר כבוד שמים" זענען געווען שותפים אין די אנולירונג פון שם השם אויפ'ן ערשטן אפיציעלן דאקומענט פון די ציוניסטישע ממשלה.
ציווארפנדיג א ביינדל פאר די רעליגיעזע האט מען אריינגעלייגט דארט א לשון אז די רעליגיעזע זאלן זיך קענען פאטשן די בייכער אז לכאורה מיינט עס א שטיקל רמז וואס מען וועט קענען זאגן א פשט'ל אז עס מיינט דעם אייבערשטן.
אין די אמעריקאנער דעקלערעישן אוו אינדעפענדענס שטייט אפן "גאט" אן קיין רמז און אן קיין פשט'לעך און דריידלעך, און אין די דעקלערעישן אוו אינדעפענדענס פון די וואס שרייען אז דאס איז א אידישע מדינה, איז אויסגעריסן דער שם השם. א חרפה און א שאנד, אז אזוי דארף אויסזען די "אידישע" לאנד.
אבער דאס מכחיש זיין שם השם האט נישט אפגעהאלטן די "לשם-שמים'דיגע" לעקערס פון זיך שטעלן צום שיסל כאפן א ביינדל.
ווען עס איז אנטשטאנען די ממשלת הכופרים איז דער נסיון געווען זייער גרויס, מען רעדט דא פון אידן וואס האבן געזען בחלום ובהקיץ יעדע נאכט ווי עס שפילט זיך איבער די גרויזאמע קאשמארן, ווי מען פירט אוועק צו מארד זייערע קינדער און געשוויסטער, זייערע זיידעס און באבעס און טאטעס און מאמעס.
דאס אידנטום איז דאן באשטאנען פון קליינע קינדער יתומים, אן עלטערן, אדער מיטליעריגע אידן וואס האבן נעבעך פארלוירן די ווייב און קינדער, אלע צובראכן אויף שברי שברים.
פלוצלונג הערט מען ס'איז דא טאנקען, ס'איז דא עראפלאנען, מען שטעלט אויף אן ארמיי אז דאס גרויזאמע זאל זיך נישט איבערשפילן חלילה.
ווער קען דעקלערן פאר א צוועלף יעריגן קיילעכיגן יתום אן א ברודער אן א שוועסטער און אן א היים, אז טאנקען און עראפלאנען איז נישט קיין פארזיכערונג.
די נסיון איז געווען זייער גרויס.
אחד היה אברהם, יעדע וואך ביי שלש סעודות האט רבינו הקדוש מ'סאטמאר אויסגעשריגן מנהמת לבו, מיר ברויכן נישט קיין "אידישע" מדינה, נאר דורך משיח צדקינו אליין, למה אתם עוברים את פי השם והיא לא תצלח, גיי נישט מיט די פרייע, עס איז א סכנה בגוף ובנפש. אין א קליין שולכ'ל אויף בעדפארד קליימער איז געווען א הייפעלע אידן וואס די וועלט האט זיי געהאלטן פאר יאנטשי און פלאטשיג, אבער זיי האבן זיך נישט צו טון געמאכט נאר געקומען הערן וואס דער צדיק זאגט, מעגן די קאזנס און שכנים שרייען יאנטשי און פלאטשיג, מיר רירן זיך נישט א האר אן דעם צדיק, און אט די אידן האבן אויפגעשטעלט א הערליך דור לשם ולתפארת.
כסדר פלעגן זייערע קרובים זיי שטעכן און פליקן, דו דרייסט דיך דארט? נעבעך! אבער די טייערע שארית הפליטה אידן וואס האבן זיך געקלאמערט צום צדיק האבן נישט געקוקט אויף די בזיונות פון זייערע "נארמאלע" קרובים און שכנים. און זיי האבן נישט דערלייגט, א שיינע עדה אהערגעשטעלט, א הערליכע עזות-דקדושה'דיגע ארמיי פון ערליכע קינדער און אייניקלעך וואס זענען שטאלץ צו גיין בדרך התורה.
און ווי איינער פון די גדולים פון די אגודה האט געזאגט נאכ'ן רבי'נס הסתלקות ביום כ"ו אב, אזל גברא דמסתפינא מיניה, מיר אלע האבן שטענדיגט געקוקט אויף דעם צדיק, אז מיר זאלן נישט זיין חלילה צו ווייט אפגערוקט פון זיין דרך, אלע שיכטן און קרייזן פון כלל ישראל וואס זענען נישט געגאנגען לגמרי צו גרונד איז נאר וועגן אט דעם צדיק.
ווען נישט דעם רבי'ן וויפל וואלטן אינגאנצן מיטגעטאנצן מיט די כופרים און וויפל וואלטן נעבעך געהאלטן פאר א מצוה צו שיקן די קינדער אין די פרייע מיליטער השם ישמרינו.
יענע גורל'דיגע נאכט פון כ"א כסליו איז געשטאנען אויפ'ן וואגשאל א שווערע באשלוס, צו דער צדיק זאל ווערן געראטעוועט און מיט אים טויזנטער נשמות וואס וועלן אויסדרייען דעם רוקן צו די פרייע ממשלה, אדער חלילה נישט.
עס איז א יום טוב פאר שלומי אמוני ישראל אז רבינו הקדוש מ'סאטמאר איז געווארן געראטעוועט און אויסגעשריגן אז מיר דארפן נישט קיין טאנקען און עראפלאנען, מיר דארפן נאר אז דער באשעפער אליין זאל אונז היטן, מיר ווילן לעבן אונטער די שמירה פון בורא עולם און נישט אונטער די שמירה פון די וואס שרייען כתבו לכם על קרן השור שאין לכם חלק באלקי ישראל.
מיר וועלן ווייטער גיין בדרך התורה פון זיך קלאמערן צו א ערליכער איד אפילו ווען די קאזנס און שכנים שרייען "יאנטשי" און "פלאטשיג".