ווי אזוי גייט נאר די ניגון? ניין נישט דעי ניגון… נישט דעי ניגון. די בעקיטשע ניגון? ניין… ס'קריכט שוין אויף די געהירן… טשעק אריין טשעק ארויס… אויך נישט…  אקעי ס'גוט, איך רעד פון גאר א אנדערע ניגון.
 
איז לאמיך דיר פרעגן: "ווי אלט איז ראובן געווען ווען ער איז געבוירן?"
 
"איך פארשטיי נישט וואס דו ווילסט, ווען ער איז געבוירן איז ער געבוירן, ער איז נישט אלט געווען בכלל".
 
"אההה ביסטאך גערעכט, סא מ'וועט מוזן אנהייבן פון די אנדערע זייט".
 
פארוואס האט ער בכלל געהייסן ראובן, רש"י זאגט "ראו בין" א קאמבינאציע פון צוויי ווערטער, "ראו בין = קוק די חילוק" קוק די חילוק פון אונזערע קינדער און די קינדער פון עשיו, עשיו האט מיטן גוטן ווילן איבערגעגעבן די בכורה, פארקויפט ממש פאר לחם ונזיד עדשים דאס בכורה פאר יעקב'ן, און מיט דעם אלעם איז ער מלא כעס, ער וויל אים הרג'ענען.
 
און ראובן, ראובן האט מען גענומען פון אים די בכורה, ער איז דאך דער בכור, און מ'האט עס געגעבן פאר יוסף, און נישט נאר וואס ער האט אים נישט פיינט געהאט, נאר פונקט פארקערט ער האט אים נאך געוואלט ארויסשלעפן פון גרוב ווען מען האט אים פארקויפט און אהיימברענגען צום טאטן.
 
שטימט? און וואס איז מיט די יארן? די יארן שטימען נישט? איך ווייס, דאס איז דאך געווען מיין קשיא אינאנהייב, ווי אלט איז ראובן געווען ווען ער איז געבוירן געווארן, ער איז דאך הערש יעצט געבוירן, און ער האט נאך נישט געוויסט ווי אזוי ער הייסט, ווייל ער האט נאכנישט געהאט קיין נאמען. און דאס איז טאקע מיין קשיא, ווי אזוי געבסטו אים א נאמען אז ער האט ארויסגענומען יוסף פון גרוב, א מעשה וואס איז געשען עטליכע אין צוואנציג דרייסיג יאר שפעטער?
 
איז בקיצור הדברים, מען האט אים געגעבן א נאמען ביים געבוירן אויף א דבר שלא בא לעולם, א זאך וואס ער האט נאך בכלל נישט געטון, פארשטאנען? דאס איז די קשיא.
 
האב איך געהערט פון דיין שליט"א א מורא'דיג ווארט, לאה די מאמע פון ראובן האט כסדר חזר'ט פון ווען די קינדער זענען געווען אין וויגל: "נאאא, עס פאסט נישט פאר אונזער משפחה, קוק די חילוק פון אונז און עשיו, זאגן ניין פאר א מאמע דאס איז פאר עשיו, אבער מיר זענען דאך יעקב'ס קינדער, און יעקב'ס קינדער פירן זיך מער פון דעם". און אזוי איז געווען ביי יעדע זאך, יא יא דאס זיך בויען אויך יענעם האט זיך שוין אנגעהויבן אין יענע צייטן, צו עס איז געווען א קלייד וואס דאס קינד האט געוואלט האבן ווייל יעדער (איינער אין קלאס האט געבראכט אזוי צו גיין) גייט אזוי, דא האט די מאמע שיינערהייט געזאגט: "מיר זענען דאך יעקב'ס קינדער, דאס איז פונקט גוט פאר עשיו'ס קינדער, אונזערע קינדער זענען הייליגע קינדער, ברוך השם מיר גייען נישט אזוי".
 
און אזוי ביי יעדע פרט און פרט פון לעבן האט זי אריינגעבאקן אין די קינדער מיט שטאלץ "מיר זענען קינדער פון יעקב, מיר ווילן נישט זיין ווי די קינדער פון עשיו".
 
איז זייער גוט - דערמאנסטיך שוין די ניגון? יא יא נישט די ניגון, איך רעד פון די ניגון וואס מען זינגט אינדערהיים, ווי אזוי מען זינגט די ניגון, מען קען זינגען די ניגון "מיר טארן גארנישט, מיר מוזן זיין אזוי פאנאטיש, מיר זענען אזוי צוריקגעבליבן, יעדער קען האבן פאן, יעדער קען האבן א טעלעפאון, יעדער גייט אזוי, יעדער איז…" און די מאמע קען מיטוויינען מיט די קינדער אז ווען משיח וועט קומען וועט מען קענען עסן חזיר… ווען משיח וועט קומען וועלן מיר זיך נישט דארפן שערן, אה מיר זענען אין גלות ביי די צדיקים, מיר זענען געפאנישט, מיר מוזן נעבעך מאכן ביליגע חתונות, מיר מוזן נעבעך נעבעך קויפן ביליגע דזשולערי אין באזאר, די צדיקים האלטן אונז האסטידזש נעבעך. 
 
לאה לערנט אונז, ניין, מיר שמייסן אריין אין די קינדער די פארקערטע: "נעבעך, דו זעסט נעבעך די שכן… יא יא אזא פנים טראגט מען אז מען טראגט אזא פנים, נעבעך ווייל עס איז נישט דא קיין צדיק אין זייער לעבן, ווייל דער טאטע איז נעבעך א לץ (צובראכענער), נעבעך, זיי האבן נישט קיין שיינע שבת סעודות, נעבעך ער מוז שפילן עושר, נעבעך זיי גייען מיט אזעלכע צודרייטע קליידער, נעבעך זיי מוזן קויפן עכטע דזשולערי צו געפעלן פאר איינער וואס לאכט אונטער דיין רוקן". די רשימה איז ענדלאז, אבער די ניגון איז די ניגון, ווי אזוי דו זינגסט די ניגון אזוי וועסטו בויען דיין שטוב.
 
וועסטו זינגען די ניגון "די קינדער דא זענען אזוי וואויל, די קינדער פאלגן אזוי שיין, מיר האבן אזא גוטע שטוב, יעדער איז אזוי וואויל". איז יעצט ווען מען וועט אים ב'עוול'ן מען וועט אים צונעמען די בכורה, וועט ער מיט שטאלץ גייו ראטעווען יוסף, ווייל עס קנאקט אים אין קאפ, א פייט איבער א בכורה? דאס פאסט פאר עשיו, נא נא נא נא נא נישט יעקב'ס קינד, מען האט אריינגעבאקן די חינוך, יא פון די זאך וואס דו ציטערסט, זיך עקטשולי בויען אויף יענעם, דאס האט געמאכט די קינדער זיין צופרידן, און ווען מען פרעגט זיי (ברוך השם מען פרעגט זיי נישט…) וועלכע קלייד זיי ווילן, וועלכע דזשולערי זיי ווילן, וואסערע זאאאל (ווער געדענקט נאך ווען פרו ורבו האט געהאט מיט א זאל צו טאן…) זיי ווילן חתונה מאכן, קוקן זיי מיט פאראכטונג, קוקן זיי מיט רחמנות אויף דעם, נעבעך נעבעך נעבעך, יא יא נאכאמאל, נעבעך נעבעך נעבעך, זיי לעבן נישט מיט א צדיק און זיי מוזן נעבעך, אבער מיר ברוך השם לעבן מיט א צדיק און מיר האבן אזא הערליכע שטוב,
 
די קינדער וואקסן אויף מיט חוצפה, מיט עזות דקדושה, מיט שטאלץ, און דו קענסט קראכן פון די - ווי אזוי דו רופסט עס - די איבריגע מאס סעלף קאנפידענץ וואס די היכל הקודש קינדער האבן,
 
דאס איז די ניגון.
 
אזוי ווי דער ראש ישיבה טייטש די פסוק אין משלי מצרף לכסף וכור לזהב ואיש לפי מהללו, ביי גאלד און זילבער אז דו ווילסט עס מצרף זיין עס אויסלייטערן קענסט האקן און בראקן, און די גאלד וועט אויסקומען שיין, אבער ואיש לפי מהללו, אויב ווען די ארבעטס מיט א מענטש, דו ווילסט אים אויסמענטשלן, ווילסט ער זאל שיין אויסוואקסן, אלעס ווענד זיך לפי מהללו, ווי אזוי דו זינגסט דעם ניגון אויף אים, ווי אזוי באזינגסט אים גולם/שוטה/שלעכט קינד/גראבער/נישט געזונטער/וועסט נישט קענען חתונה האבן/ צוויי לינקע הענט/ שטיי נישט/גיי נישט/ בעיבי/ שוין ווייטער/ שטיי נישט דא/ פארוואס קענסטו נישט זיין ווי…/ וועט ער אויסוואקסן א גולם שוטה וכו'.
 
אז דו וועסט זינגען "אזא וואויל קינד" אזעלכע גוטע מידות" קוק ווי שיין ער פאלגט, אזעלכע טאלאנטן, אזא פרייילך קינד, און אין שטוב וועט זיין די ניגון טאטי קוק ווי יעדער העלפט, יעדער פאלגט, קוק ווי שיין ער דאווענט, אזוי שיין צניעות'דיג, אזעלכע הייליגע קינדער", וועלן זיי אויסוואקסן ווי דאס וואס דו האסט געזאגט אז זיי זענען. 
 
יא יא דערמאנסטיך שוין דער ניגון… אבער איך בעט דיר: געדענק עס!  און פארגעס עס נישט! ווייל אלעס ווענד זיך ווי אזוי מען זינג דעם ניגון.