כשמו כן הוא, ווען עס קומט אדר קומען ביי די שרייבער ארויס די אדערן פון קאפ… מען ברעכט זיך קאפ אין די אפיסעס פון די שרייבערס, וואס קען מען אויפקומען מיט עפעס אדר'דיגס, ממש די אדר'ן ווערן איבערגעשטרענגט… עד כדי כך, אז אפילו דו האסט שוין יא עפעס וואס צו שרייבן, איז מרוב אנגעשטערנגקייט קענסטו זיך נישט מצמצם זיין ארויסברענגן די געדאנקן אויף א הומעריסטישן אופן, צומאל קומט עס ארויס אויף א אופן, עס שפירט זיך ווי עס שלאגן זיך צוויי קעגענזייטיגע כוחות
 
יצר הרע (נ"א יצר טוב)
קוק אהער! נישט איז נישט! אז עס איז נישט דא וואס צו שרייבן, שרייב נישט! ווער זאגט אז מען מוז שרייבן יעדע וואך? אפגעטאנצן! זעץ דיך אראפ, זיי דיך מיישב, און זע… אז עס קומט אריין א געדאנק וואס צו שרייבן שרייב, און אז נישט נישט!
 
יצר טוב (נ"א יצר הרע)
ניין! דו כאפסט נישט! איך זע אז די ווייסט נישט וואס עס מיינט פאר א צום פינטל שרייבער, די שרעקעדיגע ווארט אדר… שבת זכור… פורים… סתם אזוי קען מען - ווי מען זאגט - יו קען געט עלאנג וויט איט, (אתה יכול להסתדר עם זה) עס וועט גארנישט געשען, אבער אדר! די ליינער לעכצן דאך אזוי שטארק, זיי וועלן נישט מוחל זיין אז עס איז נישט דא קיין ארטיקל, נאכמער, אז עס איז נישט דא קיין ארטיקל איז איין זאך, אבער עס איז נישט דא עפעס פורימ'דיגס?
 
דו ווייסט וואס נאך איך וועל דיר זאגן, איך וועל זיין זייער אפען מיט דיר, מיר האבן אנגעהויבן שרייבן איין ארטיקל, מיר האבן געשריבן אן ארטיקל, די קעפל איז געווען "אפשר שרייבסטו נארמאל", און עס ליינט זיך כאילו איינער אטיקירט דעם שרייבער פארוואס ער שרייבט יעדע וואך אזוי פורימ'דיג, און דערנאך קומט ער אריין מיט א געדאנק אז אפשר לכבוד פורים זאל מען מאכן א ונהפוך הוא און שרייבן נארמאל… עס איז אריין קאפ אין מוח אין יענעם ארטיקל, אבער ווען עס איז געווארן איברעגעקוקט… האט זיך ארויסגעשטעלט אז עס איז עפעס נישט…
שוין… א כפרה… האבן מיר יענעם ארטיקל געלייגט אין א זייט, און אנגעהויבן שרייבן א צווייטע ארטקיל, יענער ארטיקל איז היבש בעסער, אבער נאך אלס עפעס נישט… אדרבה ירא הקהל וישפוט, דא האט איר אויסצוגן פון יענעם ארטיקל, עס ליינט זיך אזוי:
 
ווי האסטו זיך אויסגעלערנט שרייבן?
 
און די ענטפער איז:
דו ווייסט, דוד המלך האט געבעטן דעם אייבערשטן ער זאל אים געבן צו פארשטיין, פארוואס האסטו באשאפן א ספיידער, א שפין? אויך פארוואס האסטו באשאפן א משוגענע מענטש? דער אייבערשטער האט אים געענטפערט, דו וועסט נאך זען דיין לעבן וועט נאך ווערן געראטעוועט דורך די צוויי זאכן, ווי עס איז באקאנט די מעשיות פון נ"ך.
 
עס שטייט דארט ווייטער:
דו ווייסט מען דארף זיך לערנען פון יעדע זאך אין די וועלט.
 
למשל שרייבן האב איך מיך געלערנט פון יעקל וואסער טרעגער, פון  יוסל מילנער.
אבער נישט פון זיי אליין, נאר פון צארטל די טערעפיסט… א אלטע מויד… אפילו זי וואלט ווען חתונה געהאט ביי די פערציג וואלט זי געקענט זיין מיין באבע… וואס רעדסטו? זי האט נישט פארברענגט קיין צייט קיינמאל, זי האט שטודירט, יא… זי? זי האט א דעגרי… (דא לאכט מען…) אודאי… מיין נישט… היינט הייסטו שוין נישט צארטל, וואסערע פנים וועט האבן אזא הויעך שטודירטע מויד, מיט א לייסענס און א דעגרי, עפעס א קלייניקייט… די קלוגסטע פון די יונעווערסעטעטן האבן אליין געשריבן א איר דיפלאמע, אז זי האט די קוואלעפיקאציעס צו אויסלערנען ווי אזוי מסדר צו זיין א שטוב… ( דאוינ געט מי ראנג… מסדר זיין מיין איך נישט ווי אזוי צו מסדר זיין שפילצייג אין קאנטענארס, מסדר זיין מיין איך טאקע מסדר זיין… אזוי ווי איינער זאגט דער האט יענעם אזוי ג-ו-ו- ט מסדר געווען), נו ווי קען אזא מלומדת, ווי קען אזא געלערנטע, טראגן אזא יאנטשי נאמען ווי צארטל, יעצט פרעגסטו ווי אזוי זי הייסט היינט? דאס איז נישט פאר אונז, מיר רעדן נאר אנע נעמען… אפשר פרייטיג צונאכטס ווען עס וועט נישט זיין קיין רעקארדירינגסט אפאראטן וועט מען קענען רופן דאס קינד ביים נאמען… די שם הכולל פון די באשעפענישן זענען טערעפיסטן ה"י.
 
איז אזוי, טראכט איך צו מיר מילא יעקל וואסער טרעגער, דער אייבערשטער האט אים באשאפן ער דארף ברענגן וואסער פאר דורשטיגע אידן זיי אנטרינקן מיט ריינע וואסער. מילא יוסל דער מילנער, ער דארף דאך מאלן ווייץ, עס זאל זיין בארכעס אויף שבת, עס זאל זיין מצות אויף פסח, אבער די צרה'טל? (איך קלער יעצט, ביי א מאן זאגט מען א צרה'לייט ביי א פרוי זאגט מען א צרה'טל… איך ווייס? ווער ווייסט? נישט יעצט יעדער וואס טראגט די נאמען צארטל קען מען דרשענען אזוי, עס איז פשוט לשון…נופל…על…לשון), אקיצור, וואס געבט זי צו צי די בריאה, חוץ אז די מסדרי גיטין זאלן האבן פרנסה בריוח, און חוץ אז די אנטשטאלטן די בית לפליטת, די בתי יתומים פון קינדער וואס קומען פון עלטערן פון שטובער וואס זי האט געהאלפן "מסדר זיין…" זאלן זיך קענען פאנדן בכבוד ובריוח, חוץ פון דעם וואסערע ניצן האט די בריאה פון דעם מאדנע בריאה, וואס הייסט טערעפיסט?
 
האט מיר דער אייבערשטער געוויזן, אז דווקא פון זיי האב איך ארויסגענומען א מורא'דיגע לימוד, א וואסער טרעגער ברענגט וואסער פאר אידישע קינדער צו שטילן זייער דורשט, א מילנער ברענגט פיינע פרישע מעל צו קענען מאכן פיינע ברויטן, חלות, און מצות פאר אידישע קינדער, און דער טערעפיסט לערנט דיך אויס, דו קענסט מאלן וואסער, רעדן און רעדן און גארנישט זאגן, און דאס איז א גאנצע ארטיקל פאר מענטשן.
 
וואוו, זייער שטארק!
און וואס איז מיט עפעס תוכן, אז דו מאכסט א ארטקיל מוז דאך עס האבן עפעס תוכן אין זיך, ניין?
 
נו פון דעם רעד איך דאך פון טוחן…
א שרייבער איז ווי א מעלער, אמאל מאלט ער אראפ א שיין בילד פול מיט תוכן, און אמאל איז ער ממש "טוחן מים…" ער מאלט וואסער.
 
אהא! איך הער
 
מען דארף אלעמאל זען צוצושטעלן פארן עולם וואס צו ליינען, אזוי איז עס, מענטשן האבן ליב דאס געשריבענע ווארט.
 
דארט אינעם ארטיקל ליינט זיך ווייטער:
א שרייבער איז ווי א באס דרייווער.
 
ער דרייט זיך אהין, דרייט זיך אהער, מענטשן קומען ארויף אינמיטן פונעם ארטיקל, מען מישט דא מען בליקט דא, טייל גייען אראפ אינמיטן, זיי קענען עס שוין נישט פארנעמען, טייל ווערן פשוט אינמיטן אויפגעשאקלט, הצד השוה איז אז יעדער איז דיזי נאכן נסיעה, איינער באדאנק זיך פארן ש(ד)רייווער, איינער שעלט, אבער צום סוף קומט יעדער אן צו זיין דעסטענאציע, איינער אזוי איינער אזוי, מען גייט אראפ פונעם באס, יעדער מיט עפעס אין די האנט.
 
פארשטייסט דו צושטעל?
נישט אינגאנצן!
 
נישט אינגאצן? אדער אינגאנצן נישט?
 
איך פארשטיי נישט וואס דו פרעגסט! עס איז דאך די זעלבע זאך, ניין?
 
וואס איז די זעלבע זאך, א שרייבער ווי א באס דרייווער, אדער נישט אינגאנצן איז די זעלבע ווי אינגאנצן נישט?
 
ביידע זענען אייניג, אלעס איז איינס, איך בין שוין אינגאנצן צימישט, און דו זאגסט האלסט נאך ביי די הקדמה.
 
דו ווייסט וואס עס פאלט מיר איין? א שרייבער איז פונקט ווי א שערער…!
 
א שערער גאר?
יא! דער שערער הייבט אן אריינקריכן אויפן קאפ פונעם מענטש, קודם גייט ער נאר פון פארענט פונעם קאפ דערנאך קריכט אריין טיפער און טיפער ביז ער לאזט איבער דעם מענטש אינגאנצן אויסגעפליקט קרח מכאן וקרח מכאן.
 
פארשטייט זיך, עס ווענדט זיך פון וועלכער שרייבער מען רעדט, איינער לאזט דיך איבער אן גארנישט סתם פארדרייט א קאפ, און איינער געבט דיר - נאך אלע קאפדרייענישן - עפעס אין די האנט. 
 
לאמיר הערן פון דיר, וואס טראכסטו וואס איז א שרייבער?
 
איך האב געקלערט אז א שרייבער איז פונקט ווי אן ארעסטאנט, און ווי א רעסטאראנט.
 
או ווא! ווי אזוי? ער איז ווי דער ארעסטאנט, ער איז געבינדן ער קען נישט שרייבן וואס ער וויל, און ער איז ווי א רעסטעראנט, ער נעמט ארויס אלטע סחורה, ער לייגט צו אביסל פעפער און זאלץ, ער ווארעמט עס אן, און דער וואס עסט עס דרייט זיך אים די מאגן פאר אפאר טעג. 
 
גאנץ א גוטע צושטעל!
 
עד כאן וואס איך האב פראבירט.
 
איך בין זייער אפען מיט אייך טייערע ליינער, איך זיך נישט ארומצושפילן, איך ווייס ווי שטארק מען ווארט אז אדר… גייט קומען עפעס א ארטיקל פון אדר, וויל איך אביסל געבן ביהיינד די סינס, אונטער די קאליסן, איך זיך נישט סתם צו טרייבן לצנות, איך ברענג ארויס אביסל איר זאלט פארשטיין, ווי פאר'דאגה'גט דער שרייבער ווערט ווען עס דערנענטערט זיך חודש אדר.
 
נאך אלע מעשיות קען מען זאגן, אז די יעצטיגע ארטיקל איז ווי די 20 סאלאטן וואס מען שטעלט צו אין אומאן (ווער געדענקט נאך יענע צייטן ווען עס איז נאך געווען לעקטער און בית כיסא'ס און אומאן…) דעמאלטס איז די עסן באשטאנען פון צוואנציג געטינקעכצער, מען נעמט די חלה, מען טינקט אין דעם… עס איז עפעס נישט... מען פראבירט צו טינקן אפשר אין דעם… נע! אפשר דא… און אזוי פראבירט מען אויס אלע צוואנציג סאלאטן וממילא יבין, צום סוף איז מען שוין זאט. 
 
עס איז מיר אריינגעקומען נאך א געדאנק, אפשר גאר שרייבן א סיכום, אדער מאכן א שילוב פון אלע ארטיקלן וואס זענען שוין ערשינען ביז היינט?
 
א אויסגעקלאפטע פוטער ברויט… א גאסט אויף א מייל… קרח אדער משה… הענט אין די הייעך… פארקאכט א טשולנט… קען מאטי זיין פייטל… נישט יעדע טול קען מען ניצן אלעמאל…
 
גוטע מעמערי'ס! הע? נו וואס קען מען משלב זיין? 
 
ווייטער… אראפ פון זונען… איין בייס… בארויבט א גארביטש טראק… גייט אייך צוריק קיין ברוקלין…די סוד פון פעטער העשא'ס עשירות… נישט ליינען דעם ארטיקל… רויע מאטריאל בעפארגרייטונג צו אומאן… דער דוכגעפאלענער טריק…
 
עס קאסט א לאך! 
 
מלחמה פארלוירן שלאכט געזיגט…די סכנה'דיגסטע בעל חי… דער פאסטך דער שוטה… די שלאנגן הויז… א בעל מסירת נפש אדער טון וואס דער אייבערשטער הייסט…
 
געשמאקע ארטיקלן… גוטע צייטן געוועזן! וואס נאך?
 
פאראכטן דעם ענדשין לייט… שלאכטצלאזע פרוכט… פארלוסט פונעם בריטישער קעניגן… ליידיגע מאראנצן… נעשה ונשמע מיט בלעכענע הויזן… 
 
אזוי צו אזוי, דארף א מענטש אין יעדע מצב געדענקן, אז ער איז קיינמאל נישט פארפאלן, און ער קען מיט איין ווארט צוריקקומען צום אייבערשטן, די כח פון א מויל איז אזוי שטארק אז ווען א מענטש זאל דאס וויסן וואלט ער געהאלטן אין איין בעטן: אייבערשטער! באשעפער! העלף מיר, איך בין אין א צרה, איך ווייס אז קיינער קען מיר נישט העלפן, איך אליין קען מיך נישט העלפן, איך ווייס נישט וואס עס טוט זיך מיט מיר, אבער דו ווייסט דאך יא וואס דא טוט זיך מיט מיר, און דו קענסט מיך טוישן צום גוטן.
אך! זאל נאר א מענטש וויסן אז זיין דיבור האט אזא שטארקע כח, עס קען טוישן אלעס אלעס אלעס, א שאד אז דו ביסט צובראכן און די זאגסט נישט די פשוטע ווערטער, און דווקא אויף זאכן וואס זעען אויס אוממעגליך, איין ווארט וועט טוישן דיין גאנץ לעבן.
 
א מעשה פון תפילה: עפעס איז געווארן! עס האט מיר געקאסט פינף מינוט תפילה, גלייבט מיר איך האב עס גע'טיימ'ט מיט א סטאפ וואטש! א הערליכע ארטיקל! שכוח אייבערשטער!